קען מען נאך צוריקברענגן די קוטשמעס ביי די אינגערע אינגעלייט?
"אויב איך האב גוט באמערקט, זענען די פאר קוטשמע-גייער פונעם סאטמארן חדר. א פאפא וויזניץ בעלזא'ער חסיד וועט מען נישט קענען טרעפן מיט דעם שרעקליך פארשעמענדן קוטשמע."
עס האט מיר פארענטפערט וואס עס איז מיר שווער געווען פארוואס אין טאראנטא זעהט מען נישט קיין קוטשמע פאר די אויגן בשעת ווען אין מאנטריאל קומט עס מיט די שטאפיר, ווייל אין טאראנטא איז נישטא כמעט קיין שטאפענע הוט צו געפינען, והיינו הך כהנ"ל.

- תרגום יונתן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm
מכטי1 האט געשריבן:די איינציגע וועג צוריק אריינברענגען קוטשמעס איז צי קומען אין די שולען און פארקויפען פארען עולם, מענטשען זעהן אז אפאר קויפען, קויפט מען אויך, ויחזור "עטרה" ליושנה!!!!
זייער א גוטע המצאה. אין מאנטריאל האב איך שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן ווי דער סוחר לייגט אויס קוטשמעס, אויערן שיצער, שאלן אא"וו, אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד צום פארקויפן.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3082
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
פריילאך האט געשריבן:נעכטן טעלפאנירט "וואלדמאן'ס", זאגט ער א קוטמשע קאסט היינט 250!!. דאס איז דאך א הימל געשריי, הזאת קוטשמע, כאב געמיינט איך קען מיך דא איינשפארן עפעס.
אויף מיין פראגע, וויפיל איז די ביליגערע, זאגט ער, דאס איז נישט פאר דיר... איז פארוועם יא?
איך ווייס נישט וואס מר. וואלדמאן האקט אין טשייניק. איך האב געקויפט א קוטשמע (בערך 6-7 יאר צוריק) פאר 14-15 דאלער. ס'טאקע נישט די פענסי סארט, אבער די שיינע האר קוטשמע ווערט ממילא קאליע מיט'ן רעגן\שניי, וא"כ מאי אהני לן רבנן?
דער (ביליגער) קוטשמע איז א מחי'. מ'קען אויך פארקן ווייט פון שוהל, זאגאר גיין פונדערהיים ביז'ן שוהל צופיס און אריינאטעמען די קאלטע, פרישע ווינטער לופט, און דער קאפ\אויערן בלייבן פיין ווארעם.
ס'נישט פענסי גענוג? ס'נאך אזוי שיין ווי מיין שכן'ס צוקוועטשער הוט.
- ניס קראכער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3677
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
נו גענדיגט מיט די 8 יאר פון גלאבעל ווארמינג
דער עולם האט זיך צוריק אנגעטוען די קוטשמעס
סאיז פרררררררריזינג אינדרויסן
נעכטן זע איך א אינגערמאן פון 25 -26 יאר מיט א.............קוטשמע
איך האב מיר אויסגעדרייט צו וואנט אין געגעבן א שיס אויס.........
דער עולם האט זיך צוריק אנגעטוען די קוטשמעס
סאיז פרררררררריזינג אינדרויסן
נעכטן זע איך א אינגערמאן פון 25 -26 יאר מיט א.............קוטשמע
איך האב מיר אויסגעדרייט צו וואנט אין געגעבן א שיס אויס.........
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...
-
- שר האלף
- תגובות: 1503
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
שעם דיך ניש ניסעלע, אנדערע לאכן צו מיין קוטשמע גלייך אין פנים... בעת מיין קוטשמע קוקט אראפ אויף זיי ווי דער בני אדם..
אנדערע וועלן מיר אפילו געבן א קאמפלימענט, "הא, ווערס מיר שיינער איד, וואס?.."
און פון די מער שעמעוודיגע קען מען אראפליינען פון זייער שאקירנדע בליקן וועלכע טוט אויסדריקן בייז-ווינדער אויף די קוטשמע געשעעניש וועלכע מאכט אומצוויידייטיג אן אומזעבארן כאראקטער-פלעק אויפן דרייסטן קוטשמע-גייער לדורות עולם.

מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 620
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
- לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ
איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איז דאס חסידישער הסתגלות פון די קוטשמע.. וואס איז מען געגיינגען אין איירופא אין די וואכן טעג פאר 200 יאר צוריק? א ספאדיק / קאלפיק! די מלבוש האט זיך אויך אנגעהויבן וועגן די קעלט. נו, איז היינו הך... איז דען דא א חילוק פון זייער ספאדיק מיט אונזער קוטשמעס? (די היינטיגע ס'אמעט' הוטן איז א זכר צו יענע ספאדיקעס נאר אויף א מאדערנע ווערסיע).
ווי גייט נאך די ניגון? מ'דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן...
ווי גייט נאך די ניגון? מ'דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן...
- ניס קראכער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3677
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
ר' יום טוב האט געשריבן:שעם דיך ניש ניסעלע, אנדערע לאכן צו מיין קוטשמע גלייך אין פנים... בעת מיין קוטשמע קוקט אראפ אויף זיי ווי דער בני אדם..
אנדערע וועלן מיר אפילו געבן א קאמפלימענט, "הא, ווערס מיר שיינער איד, וואס?.."
און פון די מער שעמעוודיגע קען מען אראפליינען פון זייער שאקירנדע בליקן וועלכע טוט אויסדריקן בייז-ווינדער אויף די קוטשמע געשעעניש וועלכע מאכט אומצוויידייטיג אן אומזעבארן כאראקטער-פלעק אויפן דרייסטן קוטשמע-גייער לדורות עולם.
כהעדיר זאגן יומטי
מיין לאך איז געווען בבחינת ויחד יתרו...
ס'האט מיר געשטאכן פארוואס איך קען נישט נעמען די קאראזש אין ארויפצוען א קוטשמע
אבער פון די צווייטע זייט האב איך אים אויסגעלאכט
אלעמאל מוז ער זיין אנדערשט פון אלע נארמאלע באטשיס אין ביהמ"ד
וואס גייען קיינמאל נישט צו צום עמוד וכו' וכו'
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...
פאנדיט האט געשריבן:דא אין וומסב"ג האבן אמאל א גרופע ישיבה קטנה בחורים אפגעמאכט אז מען גייט קומען מיט קוטשמעס דעם אנדערן טאג אין ישיבה.
איינער פון זיי האט עס גענומען ערנסט און איז געווען דער איינציגסטער צו קומען דעם אנדערן טאג אין ישיבה, ווי א חוזק, איינער אליין מיט א קוטשמע.
מאכט זיכער אז אויב מען שמועסט זיך אפ קומט יעדער.
דא אין וויליאמסבורג וואוינען נאר "נארמאלע מענטשען", במילא למשל אויב וואלט מען אפגעשמיעסט אין דעם ישיבה אינמיטן זומער אז מ'גייט נאמאר שוויצן מיט די וואלענע/פאליעסטער סוט'ס, מ'גייט קומען מיט די דינע קאטענע חאלאט'ן אזוי ווי אין קעמפ, וואלט דער איין בחור אויך געבליבן פונקט אזוי חוזק (אויב מ'נעמט אן אז דאס הייסט חוזק, ער וואלט למעשה געווען באקוועם און זיי וואלטן פיין געשוויצט)
אבער ווען זיין א "נארמאלע מענטש" שטייגט העכער אלעס מוז מען זיך א גאנץ לעבן פירן מיט יעדע פרט ווי א נארמאלע מענטש מ'טאר חס ושלום נישט זיין באקוועם, אדער טון עפעס פראקטיש, אויב טוט עס נישט יעדער, ווייל מ'מוז זיין א נארמאלע מענטש!
דעמאלס איז מען נעבעך אינעם "נארמאלער מענטש" גלות.
איך זאג נישט דערוילעם זאל ארויסגיין מיט גאטשעס אויפן קאפ, אבער איינער וואס האט אן ערענסטע פראבלעם מיט גיין מיט א קוטשמע ווען ס'איז קאלט ווייל וואס גייט יענער זאגן/טראכטן,
א פערזענליכע בקשה, אויב קומט איר וואוינען אין אפסטעיט, דעמאלס ביטע לאזט איבער דעם "נארמאלער מענטש" גלות אין די סיטי
מיר האבן דא אין אפסטעיט גענוג אנדערע משוגעת'ן וואס איר וועט קענען אדאפטען אויב איר ווילט
כ'האב באקומען א פסק פון א אלטע חבר אין ווילי פארוואס איך דריי נישט ארויף מיין בארד, קענסטיך נישט אביסל צאמנעמען די בארד?
כ'האב מיך גענומען לאכן, אבער ער האט עס געמיינט גאר ערענסט, קענסט נישט זיין א נארמאלע מענטש?
בקיצור כ'האב מיט אים גע'טענהט אז מיין אויסגעקעמטע לאנגע בארד איז סאך נארמאלער פון א קנאבל בארד אויפן בעסטן אויפן אין זיכער פון א גרויסע הענגעדיגע פאטעטא
דער שמועס איז געפארן הין-און-צוריק, ביז כ'האב מחליט געווען אז א נארמאלער מענטש וועלעך נישט אזוי שנעל איבערמאכן, און סך הכל האב איך פשוט רחמנות אויף זיי
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1228
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
פריילאך האט געשריבן:נעכטן טעלפאנירט "וואלדמאן'ס", זאגט ער א קוטמשע קאסט היינט 250!!. דאס איז דאך א הימל געשריי, הזאת קוטשמע, כאב געמיינט איך קען מיך דא איינשפארן עפעס.
אויף מיין פראגע, וויפיל איז די ביליגערע, זאגט ער, דאס איז נישט פאר דיר... איז פארוועם יא?
איך ווייס נישט אויב די פרייז וואס די שרייבסט אעז קראנט אבער אפילו אויב יא, קענט איר נאך אלץ אסאך שפארן. מיין קוטשמע האב איך שוין פאר איבער 10 יאר. איך גיי טאקע נישט דערמיט פון סוכות ביז פסח אבער איך טראג עס היבש אפט און ס'האלט זיך נאך גאנץ כמעשה.
מיט א היט איז מען אייביג איינגעשטעלט טאמער א ווינטל וועט עס אינטערהייבן און פירן דירעקט פאר'ן רעדל פון אן אכצן רעדעלדיגע.
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1228
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1228
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
דריידל האט געשריבן:פריילאך האט געשריבן:נעכטן טעלפאנירט "וואלדמאן'ס", זאגט ער א קוטמשע קאסט היינט 250!!. דאס איז דאך א הימל געשריי, הזאת קוטשמע, כאב געמיינט איך קען מיך דא איינשפארן עפעס.
אויף מיין פראגע, וויפיל איז די ביליגערע, זאגט ער, דאס איז נישט פאר דיר... איז פארוועם יא?
איך ווייס נישט אויב די פרייז וואס די שרייבסט אעז קראנט אבער אפילו אויב יא, קענט איר נאך אלץ אסאך שפארן. מיין קוטשמע האב איך שוין פאר איבער 10 יאר. איך גיי טאקע נישט דערמיט פון סוכות ביז פסח אבער איך טראג עס היבש אפט און ס'האלט זיך נאך גאנץ כמעשה.
מיט א היט איז מען אייביג איינגעשטעלט טאמער א ווינטל וועט עס אינטערהייבן און פירן דירעקט פאר'ן רעדל פון אן אכצן רעדעלדיגע.
I paid $65 for rabbit fur hat
מדארף מאכן אן אנקעטע
מיט וואס שעמט איר זיך ארויסצוגיין, און וואלט קיינמאל נישט גענוצט אין פובליק, קיין חילוק די אומשטענדן?
1) הענקאטשיף ארום דעם האלז (ווי הייסט עס אין יודיש? טאשן טיכל? נאז-בלאז שמאטע?)
2) ווייסע שבת'דיגע שאל
3) ווייסע זאקן - לאנגע הויזן (נאר ביים וואקן שמייכלט ארויס די זאקן צווישן הויזן און שיך)
4) הויזן טראגער
5) פאפקארן קוטשמע
6) האריגע פור קוטשמע
מיט וואס שעמט איר זיך ארויסצוגיין, און וואלט קיינמאל נישט גענוצט אין פובליק, קיין חילוק די אומשטענדן?
1) הענקאטשיף ארום דעם האלז (ווי הייסט עס אין יודיש? טאשן טיכל? נאז-בלאז שמאטע?)
2) ווייסע שבת'דיגע שאל
3) ווייסע זאקן - לאנגע הויזן (נאר ביים וואקן שמייכלט ארויס די זאקן צווישן הויזן און שיך)
4) הויזן טראגער
5) פאפקארן קוטשמע
6) האריגע פור קוטשמע
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך האט געשריבן:מדארף מאכן אן אנקעטע
מיט וואס שעמט איר זיך ארויסצוגיין, און וואלט קיינמאל נישט גענוצט אין פובליק, קיין חילוק די אומשטענדן?
1) הענקאטשיף ארום דעם האלז (ווי הייסט עס אין יודיש? טאשן טיכל? נאז-בלאז שמאטע?)
2) ווייסע שבת'דיגע שאל
3) ווייסע זאקן - לאנגע הויזן (נאר ביים וואקן שמייכלט ארויס די זאקן צווישן הויזן און שיך)
4) הויזן טראגער
5) פאפקארן קוטשמע
6) האריגע פור קוטשמע
פארוואס לייגסטו נישט צי ארויסגעלאזטע בארד?
- פאליק
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6818
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך
קוטשמע
וואס קען מען טוהן אז עס איז אויט אויף סטייל פאר אינגעלייט אונטער 40 יאר צו גיין מיט א קוטשמע?
ברר................... עס איז פריזינג אינדרויסן
למיר זיך צאם נעמען און עס אדורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל
עס איז דא א נדבן פאר די ערשטע 40
ברר................... עס איז פריזינג אינדרויסן
למיר זיך צאם נעמען און עס אדורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל
עס איז דא א נדבן פאר די ערשטע 40
Mr President We're tiered of winning so much
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט