ווילאנג גייט נאך אנגיין די רשעות??

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

ווילאנג גייט נאך אנגיין די רשעות??

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 16, 2010 4:29 pm

נעכטן ביינאכט האב איך מיך געלייגט שלאפען פרי מיט א פרישע התחדשות מיט א החלטה גמירה אז די מארגענדיגע טאג זאל זיין א טאג א טאג ווי סדארף צוזיין, א מקוה זאל זיין א מקוה ... א דאווענען זאל זיין א דאווענען... א פרישטאג זאל זיין א פרישטאג... בקוצר א ערב פסח טאג ווי עס בעדרף צו זיין (פינקט ווי שובבים).

אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פריער ווי יעדען טאג, (שטייזיך נאך נאר "אפאר" מאל סנוזען די וועקער זייגער) און אזווי געפלאנט די די מקוה איז טאקע געוועהן די מקוה אזווי די פסוק זאגט וטבל ויצא... און די דאווענען געטטעהן מיט א ברען מיט א פלאם פייער וכו' וכו'...

לכבוד ס'אויפשטיין פרי האב איך געהאט צייט צו עסן פרישטאג אינדערהיים מיט די ב"ב זז"ג, שטייזיך און אזא געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט איז די טיש איז געוועהן אנגעגרייט ווי ספאסטזיך פאר א יוד וואס שטייט אויף אזוי פרי, מיט אלע מינע גוטע מאכלים, נישט פארגעסענדיג די שוקולד לעבען פון מהדרין מיט די ברויט פון קארן'ס בעקערי א.א.וו...

אנגעהויבען האביך מיט די פרישע הייסע ברויט איינטינקענדיג און זאלץ... אוי איז דאס גיט געוועהן, אההההה....... גלייך נאך די ערשטע ביס בין איך געגאנגען מיט איין אטעם צו די אייער וואס די ב"ב תחי' האט געמאכט.

איך בייג מיר אזוי צו צום טיש צו נעמען די שוקולד לעבען איך הייב עס אן צו עסען מיט א געשמאקייט איין לעפעל לעבען און דארנאך א שטיקעל ברויט און שפעטער נאך א לעפעל לעבען און נאכאמאל סברויט און ציריק צום לעבען..... א.א.וו.

און דערנאך האט דאס פאסירט....

עסנדיג אזוי געמיטליך מיט א אפעטיט... פלוצלינג!! נישט מער און נישט ווייניגער קום איך אן צו א הארטע זאך און מיין לעבען פישקעלע, קיק איך שנעל אריין און די פישקע, באמערק איך דארט אז די וואנט אינטן מאכט זיך היימיש און עס שטעקט זיך אריין, כ'געב א קיק נאכאמאל צו מאכן זיכער אז איך זעה גיט, און יא ס'טאקע אזוי!!

שוין טראכט איך אז מיסתמה איז דאס געשעהן און געשעפט בטעות ביים שלעפן אדער ווען די מעקסיקאנער ערל האט דאס ארום געווארפן, ווער ווייסט? פראביר איך עס צירוק צו פאנטשן אבער אן ערפאלג, אזוי גייענדיג באמערק איך דאס גאנצע ארים איז פול מיט אזעלעכע קנייטשן, שוין כאנישט געוויסט וואס צו טוהן ווייל איך האב נאך א שטיקל ברויט וואס דאס האב איך געפלאנט צו עסן מיט די ביסל קארגע לעבען וואס איז איבערגעבליבן צווישן די שפאלטענעס.
גיי איך צו צום שאפע, כ'זיך מיר דארט אויף א זייער א דינע לעפל וואס זאל זיך קענען אדורך שטיפען די רשעות'דיגע געבויגאכץ, אבער כאנישט געטראפען קיין איינס וואס איז אזוי דין ווי דעים, כבין געווארען אינגאנצען מיואש פון די איבריגע לעבען, נאך אפאר מיניט טראכטען פאלט מיר איין אנייצע, כ'גיי נעמען מיין פינגער שטייציך די לענגסטע ווייל דאס האב איך די מערסטע טשענסעס אז סזאל אנקימען ביז אינטן, און כ'הייב אן שטייטליך אראפ ציגיין טיפער און טיפער און כ'בין אנגעקימען כמעט ביז אינטען שטייטזיך אז אויבען פון מיין פינגער האט זייער שטארק וויי געטוהן אבער ס'דורך בשלום ב"ה.

נאכן בענטשן טראכט איך צימיר אז דעיס גיי איך נישט פארשווייגען :cry:

קען מיר איינער זאגען וואס איז די רשעות פון מהדרין פארוואס דארפען זיי מאכען אז די פישקע זאל גיי אזוי געבויגן, ממילא ערוואקסענע מענטשן האבען לאנגע פינגערס קענען זיי אויסלעקען די גאנצע זאך, אבער געוואלד און געשריגען די קינדערלעך די הייליגע תשב"ר וואס די פסוק זאגט דאך "אין העולם מתקיים אלא בשביל..." איך וויל שוין נישט זאגען ווייטער וואס ס'שטייט און פסוק, וואס גייען זיי טוהן??? וואס האבען זיי געזינדיגט???... וויאזוי גייען זיי אנקימען ביז אינטען???....

לאמיר הערן עצות וויאזוי די עולם געבט זיך אנייצע ארויס צו באקומען די גאנצע זאך פון דאס פישקעלע.

און אויב איינער ווייסט פשט פארוואס מהדרין פייניגט די עולם איעדען טאג, ביי די היימישע ציבור בפרט, און יעדער פארשווייגט עס כאילו עס וואלט גארנישט פאסירט דא.

איך מיין איך האב שוין יוצא געוועהן מיט מיין דברי מחאה...

בילד
 
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » דינסטאג מארטש 16, 2010 4:34 pm

האהא... ;l;p-
נאר וואס ווילסטו, אוועקנעמען די הנאה פון הערן דעם לעפל קראצן אויף די שפאלטן, וואס באדייט אז די קינדערלעך גייען שוין ענדליך אין חדר?

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג מארטש 16, 2010 4:47 pm

אוי קאסעל קאסעל, די ביסט גיט די,
כ'האב זיך לעקאטכילע גיט דערשראקן, ס'הייסט א יוד בויט איבער ס'הויז אויף פסח אין ער טרעפט א שטיקל וואנט אין א מאכל ??
אבער נאכן ענדיגן האב איך זיך גיט צישמייכעלט!! :grin:
די ביסט גיט די ;l;p- :shock: :shock:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 5:13 pm

גיט אז מהדרין האט אזוי געמאכט, ווייל אזוי האט קהת מיך געהאט מיט וואס מהנה צו זיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דינסטאג מארטש 16, 2010 6:15 pm

קהת, חחחחח... ;l;p-

כאטש איינער פארשטייט מיין ווייטאג!!

קהת אז דו ווילסט א עצה דערצו העליך דיר זאגן וואס איך טוה...

קודם כל, טוה דיר אויס ס'קאפעליטש (פארשטייט זיך נאר אויב דו האסט עס אנגעטהון), יעצט גרייט דיך א טישו זיך צו קענען גלייך אפווישן, האלטאס אין די רעכטע האנט, הייב אויף ס'קעפל אויף הינטערווילאכץ וויפיל עס גייט (מיט'ן נאז אנגעשפיצט צום דאך), מיט די לינקע האנט כאפ אהן דעם שאכטל,
רעדי??? אקעי, איין... צוויי... דריי... קלאפ מיטן שאכטל (נישט צו שטארק) אזוי אחת למעלה ושבע למטה אויפ'ן מויל (גיב אבאכט אויפ'ן נאז...) ביז עס רינט אינגאנצן אריין...

יעצט קומט די טישו אריין אין די פיקטשער...

נ.ב. נישט פארגעסן אופצוהייבן די קאפל וואס איז אינצוושן אראפ געפאלן.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דינסטאג מארטש 16, 2010 7:04 pm

יא הערשעלע דאס איז וואס איך האב געוואלט זאגן..

קהת דו ביסט גוט ;l;p- ;l;p- אנפאג האט עס אויסגעקוקט אזויווי דא
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 16, 2010 8:05 pm

הערשעלע האט געשריבן:קהת, חחחחח... ;l;p-

כאטש איינער פארשטייט מיין ווייטאג!!

קהת אז דו ווילסט א עצה דערצו העליך דיר זאגן וואס איך טוה...

קודם כל, טוה דיר אויס ס'קאפעליטש (פארשטייט זיך נאר אויב דו האסט עס אנגעטהון), יעצט גרייט דיך א טישו זיך צו קענען גלייך אפווישן, האלטאס אין די רעכטע האנט, הייב אויף ס'קעפל אויף הינטערווילאכץ וויפיל עס גייט (מיט'ן נאז אנגעשפיצט צום דאך), מיט די לינקע האנט כאפ אהן דעם שאכטל,
רעדי??? אקעי, איין... צוויי... דריי... קלאפ מיטן שאכטל (נישט צו שטארק) אזוי אחת למעלה ושבע למטה אויפ'ן מויל (גיב אבאכט אויפ'ן נאז...) ביז עס רינט אינגאנצן אריין...

יעצט קומט די טישו אריין אין די פיקטשער...

נ.ב. נישט פארגעסן אופצוהייבן די קאפל וואס איז אינצוושן אראפ געפאלן.


הערשעלע ביסט גיט! שקויעך פאר די מורעדיגע עצה!!!

אבער איין זאך דארפסטו געדענקען אז די עצה איז בדוק ומנוסה אז סגייט קאסטען א נייע העמיד שפעטער!!!

ווי באוויסט די כלל אז יעדע מאל וואס מען עסט א אראנדזע זאך למשל קעטשופ אדער ספאגעטי מיט מיעט באלס אדער ברוינע רינעדיגע זאכען (מען קען אויך צו לייגען מאסטערד און די קאטיגאריע אפי' ס'איז געיל) ווערט די העמיד שמיציג פינקט אינמיטען, אזא וועג אז די קענסט עס נישט אפווישען שפעטער נאר די מיסט טוישען שפעטער העמיד.

בין איך גערעכט?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:51 pm

קהת, זייער זייער זיס... איך רעד נישט פון דיין שריפט, דאס פארדינט א תגובה פאר זיך, זייער שיין באשריבן, אבער די איידיע, און די קעפל... ווערי ווערי קיוט... כא'געלאכט...

טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:05 pm

קהת האט געשריבן:אבער איין זאך דארפסטו געדענקען אז די עצה איז בדוק ומנוסה אז סגייט קאסטען א נייע העמיד שפעטער!!!

בין איך גערעכט?


נאך ווי ביסטו גערעכט! פארדעם האבעך גאזאגט זאלסט אנגרייטן די טישוס פארדעם.

וויכי, מזל טוב צום 6000'סטע!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:32 pm

אוי!!! כאפלעין פאגעסן...

קהת... דו ביסט ווערט מיין 6000'סטע תגובה... אזא ארטיקל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג מארטש 16, 2010 11:06 pm

נקוט הי כללא בידך: אין מלבנין אלא בשופפרת. לעבען עסט מען נאר מיט א שטרוי. עס שפארט אסאך עגמת נפש!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:46 am

שוין כמה פעמים זיך געבייזערט אויף דעם אומדערהערטן פירצה, און כ'האב הנאה אז ס'ווערט א "מאוומענט" אויסצורייסן דעם שייגץ שטיק, איך האלט אז דאס האבן אויסגעטראפן די אינקוויזיטארן אין שפאניע צו פייניגן אונזערע מאראנאס ברודער, נו מילא ווען מהדרן האט עפעס ריוח דערפון, החרשתי, אבער גם לי גם לך לא יהי'... דאס גרעניצט זיך מיט סתם רשעות, און לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, נו מילא ווען מהדרין וויל אפטון די וואס קויפן נישט זייער לעבען, קען מען נאך פארשטיין, אבער פארוואס דווקא די געטרייע קאסטומער וואס ספענדן די אויסגעהארעוועטע גרייצער צו נהנה זיין פון אביסל כשר'ע לעבען, און דערביי שטיצן זיי דאך מהדרן, למה! פארוואס דווקא אונז?!

לאמיר האפן אז מהדרין וועט אויסהערן אונזער וויי געשריי אז מ'זאל נישט דארפן נעמען שטרענגערע שריט...

בד"וו קהת, גוט אראפגעלייגט... מאך א לעב(ע)ן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

ydbh
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:41 am

תגובהדורך ydbh » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:48 am

א ווינדער, האסטו דען נאך נישט געהערט פון דעם 'פאנזי' שווינדל ?
צייטליך האט געשריבן:איינער האט אנדעקט דער טיפער לאך וואס די פירמע האט געמאכט פון הונטן וואס דאס נעמט אוועק אסאך פלאץ ווי עס וואלט ווען געקענט זיין אנשטאט דעם וויין.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 17, 2010 10:25 am

צום-זאך האט שוין אויסגעכאפט איין עצה וואס איך האב געוואלט שרייבן, אבער מקום הניחו לי להודיע עוד עצה טובה בזה:

מען גיסט אריין מילך אינעם לעבען האלטער, מען שאקלט עס אביסל ארום, און דאס שאכטל ווערט ריין כתינוק בן יומו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 17, 2010 10:32 am

קהת! ;l;p-
חושים האט מיר אויסגעכאפט זיך דערמאנענדיג אין דעם אנגעבראכענעם אינגערמאן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך מארטש 17, 2010 10:55 am

ר' קהת. אפשר ווייסטו נישט אבער דער עפענונג איז גאר די אנדערע זייט. עפען פון אינטען דאןם וועסטו נישט האבען דעם פראבלעם.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » מיטוואך מארטש 17, 2010 11:13 am

רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 10:15 am

קהת דו ביז גוט ;l;p-

צום זאך, איך האלט נישט אזוי פון דיין עצה, ווייל נאך פאר וואס ווען ווי און עס איז שוין ליידיג, אנדערש איז אבער ווען מ'עסט מיט א לעפל.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:07 pm

צןם זאך איך בין מחולק מיט דיר, עסען מיט א שטרוי איז די היפך הכוונה פון די פאונדינג פאדערס (פתח אלף) וואס האבען אינווענטעד די איידיע פון א לעבען, די גאנצע טעם ווערט געטוישט עס איז נישט די זעלבע, מיין זיידע ז"ל פלעגט אייביג זאגען פאר די אייניקליך
"ענדערש שמוציג מאכן זיבען העמעדער ווי איידער עסען איין לעבען מיט א שטרוי"
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:13 pm

קאסעל, זייער גוט... שטארק געלאכט....
נאר אזאנע פראבלעמ'ן....

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 22, 2010 9:31 am

נעם דיך נישט צום הארצן, אזוי גייט דאס לעבען...
An article a day keeps the babies away

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 22, 2010 9:59 am

און וואס איז מיט די טייערע טשיס סנעק וואס האלב פון אויבן איז ליידיג?! ס'ארא חוצפה?!

קהת הייב אויף די גראבע פינגער, ביזט גוט!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 12:37 am

כ'האב אריינגעבאמפט אהער.. בומפס!! זיס ווי לעבען...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:40 pm

קהת האט געשריבן:נעכטן ביינאכט האב איך מיך געלייגט שלאפען פרי מיט א פרישע התחדשות מיט א החלטה גמירה אז די מארגענדיגע טאג זאל זיין א טאג א טאג ווי סדארף צוזיין, א מקוה זאל זיין א מקוה ... א דאווענען זאל זיין א דאווענען... א פרישטאג זאל זיין א פרישטאג... בקוצר א ערב פסח טאג ווי עס בעדרף צו זיין (פינקט ווי שובבים).

אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פריער ווי יעדען טאג, (שטייזיך נאך נאר "אפאר" מאל סנוזען די וועקער זייגער) און אזווי געפלאנט די די מקוה איז טאקע געוועהן די מקוה אזווי די פסוק זאגט וטבל ויצא... און די דאווענען געטטעהן מיט א ברען מיט א פלאם פייער וכו' וכו'...

לכבוד ס'אויפשטיין פרי האב איך געהאט צייט צו עסן פרישטאג אינדערהיים מיט די ב"ב זז"ג, שטייזיך און אזא געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט איז די טיש איז געוועהן אנגעגרייט ווי ספאסטזיך פאר א יוד וואס שטייט אויף אזוי פרי, מיט אלע מינע גוטע מאכלים, נישט פארגעסענדיג די שוקולד לעבען פון מהדרין מיט די ברויט פון קארן'ס בעקערי א.א.וו...

אנגעהויבען האביך מיט די פרישע הייסע ברויט איינטינקענדיג און זאלץ... אוי איז דאס גיט געוועהן, אההההה....... גלייך נאך די ערשטע ביס בין איך געגאנגען מיט איין אטעם צו די אייער וואס די ב"ב תחי' האט געמאכט.

איך בייג מיר אזוי צו צום טיש צו נעמען די שוקולד לעבען איך הייב עס אן צו עסען מיט א געשמאקייט איין לעפעל לעבען און דארנאך א שטיקעל ברויט און שפעטער נאך א לעפעל לעבען און נאכאמאל סברויט און ציריק צום לעבען..... א.א.וו.

און דערנאך האט דאס פאסירט....

עסנדיג אזוי געמיטליך מיט א אפעטיט... פלוצלינג!! נישט מער און נישט ווייניגער קום איך אן צו א הארטע זאך און מיין לעבען פישקעלע, קיק איך שנעל אריין און די פישקע, באמערק איך דארט אז די וואנט אינטן מאכט זיך היימיש און עס שטעקט זיך אריין, כ'געב א קיק נאכאמאל צו מאכן זיכער אז איך זעה גיט, און יא ס'טאקע אזוי!!

שוין טראכט איך אז מיסתמה איז דאס געשעהן און געשעפט בטעות ביים שלעפן אדער ווען די מעקסיקאנער ערל האט דאס ארום געווארפן, ווער ווייסט? פראביר איך עס צירוק צו פאנטשן אבער אן ערפאלג, אזוי גייענדיג באמערק איך דאס גאנצע ארים איז פול מיט אזעלעכע קנייטשן, שוין כאנישט געוויסט וואס צו טוהן ווייל איך האב נאך א שטיקל ברויט וואס דאס האב איך געפלאנט צו עסן מיט די ביסל קארגע לעבען וואס איז איבערגעבליבן צווישן די שפאלטענעס.
גיי איך צו צום שאפע, כ'זיך מיר דארט אויף א זייער א דינע לעפל וואס זאל זיך קענען אדורך שטיפען די רשעות'דיגע געבויגאכץ, אבער כאנישט געטראפען קיין איינס וואס איז אזוי דין ווי דעים, כבין געווארען אינגאנצען מיואש פון די איבריגע לעבען, נאך אפאר מיניט טראכטען פאלט מיר איין אנייצע, כ'גיי נעמען מיין פינגער שטייציך די לענגסטע ווייל דאס האב איך די מערסטע טשענסעס אז סזאל אנקימען ביז אינטן, און כ'הייב אן שטייטליך אראפ ציגיין טיפער און טיפער און כ'בין אנגעקימען כמעט ביז אינטען שטייטזיך אז אויבען פון מיין פינגער האט זייער שטארק וויי געטוהן אבער ס'דורך בשלום ב"ה.

נאכן בענטשן טראכט איך צימיר אז דעיס גיי איך נישט פארשווייגען :cry:

קען מיר איינער זאגען וואס איז די רשעות פון מהדרין פארוואס דארפען זיי מאכען אז די פישקע זאל גיי אזוי געבויגן, ממילא ערוואקסענע מענטשן האבען לאנגע פינגערס קענען זיי אויסלעקען די גאנצע זאך, אבער געוואלד און געשריגען די קינדערלעך די הייליגע תשב"ר וואס די פסוק זאגט דאך "אין העולם מתקיים אלא בשביל..." איך וויל שוין נישט זאגען ווייטער וואס ס'שטייט און פסוק, וואס גייען זיי טוהן??? וואס האבען זיי געזינדיגט???... וויאזוי גייען זיי אנקימען ביז אינטען???....

לאמיר הערן עצות וויאזוי די עולם געבט זיך אנייצע ארויס צו באקומען די גאנצע זאך פון דאס פישקעלע.

און אויב איינער ווייסט פשט פארוואס מהדרין פייניגט די עולם איעדען טאג, ביי די היימישע ציבור בפרט, און יעדער פארשווייגט עס כאילו עס וואלט גארנישט פאסירט דא.

איך מיין איך האב שוין יוצא געוועהן מיט מיין דברי מחאה...

בילד
 

ב"ה נאך גאנצע אכט יאר האט מהדרין אויסגעהערט די וויי געשריי פון די תינוקות של בית רבן
צוגעלייגטע
IMG-20180211-WA0073.jpg
IMG-20180211-WA0073.jpg (75.28 KiB) געזעהן 1104 מאל
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:50 pm

קוואטער!!! ברוך הבא - קהת, מ'האטיך אראפ געשיקט פון אויבן?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט