מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:42 pm

איינער זאגט מיר היינט אז ער האט זייער א גרויסע משפחה און סיז אים זייער שווער אנצוקומען צו יעדן צו פארציילן ווען סיז דא עפעס נייעס

סאו ער קאולט געווענטליך זיין מאמע און ווארענט איר אהן מיטן לעבן אז זי זאל עס פאר קיינעם ניש פארציילן............
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:04 pm

נו וואדע איז בעק אין טאון, קיפ איט אפ!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:11 pm

נו וואדע איינס בעסער פון צווייטן

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:30 pm

קינדער! שנעלער אריין אין בעט, עטס ווילטס נישט פארפאסן א האלבן חלום, עטס העטס נישט קענען פארשטיין די מעשה אזוי

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

איינער זאגט מיר אז אין חעלעם איז די ערשטע זאך ווען מ'שטייט אויף צופריה , פוצט מען זיך די נאניע אפאר מינוט ....

ווען כאב אים געפרעגט פשט דערויף

זאגט ער, "זיי טוען דאס צו "סטארטן" די מוח "!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 01, 2018 6:22 pm

נו וודאי אווי אייביג מיט זיינע זאפטיגע סחורה.
הגם פארוואזשע אייביג מיט די פרויען ? אזוי שלעכט איז די מצב ?.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג ינואר 01, 2018 7:28 pm

eller האט געשריבן:נו וודאי אווי אייביג מיט זיינע זאפטיגע סחורה.
הגם פארוואזשע אייביג מיט די פרויען ? אזוי שלעכט איז די מצב ?.....

נע ח"ו
אודאי איז די שלום בית גוט

מוז מען אבער פון צייט צו צייט חוזק מאכן ס'זאל טאקע ח"ו ניש שאטן א עין הרע........
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג ינואר 01, 2018 7:49 pm

נו וואדע האט געשריבן:
eller האט געשריבן:נו וודאי אווי אייביג מיט זיינע זאפטיגע סחורה.
הגם פארוואזשע אייביג מיט די פרויען ? אזוי שלעכט איז די מצב ?.....

נע ח"ו
אודאי איז די שלום בית גוט

מוז מען אבער פון צייט צו צייט חוזק מאכן ס'זאל טאקע ח"ו ניש שאטן א עין הרע........

שוין לאנג נישט געזען אזא גוט'ס
כשמ"ו כן הוא

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:43 pm

א אינגערמאן גייט אריין צו א לעקציע אויף שלו' בית, נאכ'ן ווערן באפוילן אין שטוב מיטן בייזסטן אז ער מוז זיך דארט באטייליגן, הערט ער דארט די וויכטיגקייט צו געבן אין שטוב די געפיהל אז מען האט מיט איהר מיטגעפיהל, און אז דאס איז נאך אפילו וויכטיגער ווי וויפיהל מטוט למעשה ארויסצוהעלפן.
אהיימקומענדיג פארמאטערט פון דורך שטופן א שווערע לאנגע טאג, אנטפאנגט זי איהם מיט'ן פזמון, יענקל מיין קאפ טוט מיר שרעקליך וויי כ'קען דיר נישט דערציילן וואס איז אלץ פארגעגאנגען דא היינט. זאגט יענקל, אוי וויי, כ'האף ס'העט שנעל אריבערגיין, און כ'בעט דיר זאג מיר ווען עס לאזט נאך, קענסט מיר אפילו אויפוועקן פאר דעם.

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:55 pm

איך הער היינט ווי איינער פרעגט איינעם זאג נאר וויפיל קינדער האסטו ? זאג ער אים , 4 קינדער און 1 בעבי (ווייב)
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:08 am

יעצט געהעאט פונעם בדחן ביי מהרז״ל׳ס חתונה,
ביי פרק שירה טרעפן מיר נישט וואס די מאסקיטאוי (Mosquito) זאגט,
נו וואס זאגט ער טאקע?
רבש״ע לאמיר מאכן א בייט א בייט וועלן מיר מאכן!,

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:45 pm

אן אויסגעדארט אידל איז אמאל אריין געקומען און א שפיטאל און ער האט גיבעטן פונעם דאקטער אז היות ס'באדערט אים זיין אויסגעמאגערטקייט וויל ער אז די דאקטער זאל אים אפערירן און אים אנפילען מיט פארשידענע ענינים, ווי למשל סטאף א.ד.ג. פארשטייט זיך אז דער דאקטער האט בשום אופן נישט מסכים געווען, אבער ער האט אים געזאגט אז האט אן אנדערע וועג ווי אזוי אריין צו ברענגען אין אים א גרעסערע רוח חיים, 'אבער' - האט זיך דער דאקטער אויסגענימען - 'כ'טו עס נאר מיט איין תנאי, דו זאלסט מיך נישט פרעגן ווי אזוי איך מאך עס, ווייל ס'איז א גרויסע סוד - .
א תמימות'דיג איד פרעגט נישט קשיות, ער לייגט זיך אריין אין אפערירונגס צימער, מען שלעפט אים איין ...
ער וועקט זיך אויף און טרעפט זיך מיט א ריזיגען חומר הגוף, ער קאן זיך נישט רירען.
ער נעמט זיך שרייען: "ה' ישמרינו, וואס טוט זיך דא? .. נישט דאס האב איך געמיינט!!"
דער דאקטער קומט צו לויפן. וואס גייט פאר?
- כ'וויל מאכן א ריטורן, נעמטס ענק צוריק ענקער חומר און גיבט מיר צוריק מיין געלט און "האט'ס מיר א לעכטיגן ביי-ביי".
- אקעי אקעי, נישט קיין פראבלעם.
מ'שלעפט אים צוריק איין ...
ער וועקט זיך אויף... אההה.. אההה... דאס הייסט געלעבט.. ברוך השם.
ער וואקט ארויס פון שפיטאל דאנקענדיג און לויבענדיג דעם באשעפער אויף דעם אויסגעדארטן גוף וואס הקב"ה האט אים גיגעבן.
אינעם וועירינג רום באמערקט ער ווי עפעס א גוי וואס טראגט אויף זיך גרויסע ענין, קוקט אים זייער שטארק נאך.
די פחד איז געווארן גרעסער ווען די גוי רופט אים צו.
דער איד גיט א כאפ אן זיינע ציצית אן גיבט א גיי צו צום גוי: העי האצאפ?
דער גוי זאגט אים זייער טריקן: איך לויף שוין נאך דעם דאקטער יארן אז ער זאל מיך טרעפן א לעזונג צו מיין גרויסע פעקל צרות, נעכטן האט מיר דער דאקטער אריבער גערופן אז ער האט א לעיזונג.
ער האט מיך מיט דיך אפערירט צוזאמען. נישט אויפן בויך, נאר אויפן האלז.. ער האט אונז געטוישט קעפ....
לעצט פאראכטן דורך וואלברוזש'ע רבי אום דאנארשטאג ינואר 11, 2018 7:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 7:26 pm

א חתן איז אמאל אריין צו זיין רבי'ן בעפאר זיין חתונה, און געבעטן דער רבי זאל אים אנוואונטשן אלע גוטע ברכות. דער רבי האט זיך פארגלייזט די אויגן פאר עטליכע מינוט, און דערנאך רופט ער זיך אן צום חתן במאור פנים: "דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט מזל, גוטע השפעות זאלן זיך שטענדיג גיסן ביי דיר, דער שלו' בית זאל אלץ הערשן אין דיין שטוב, און וואו דו גייסט זאלסטו מצליח זיין", און דער חתן איז ארויס פרייליך און מונטער נאכ'ן באקומען אזעלכע גוטע ברכות.

א חודש שפעטער קומט דער פרישער אינגערמאן נאכאמאל אריין צום רבי'ן, אינגאנצן פארזויערט און צוקלאפט. דער רבי געבט אים א פרעג: "זאג נאר מיינע ווארימע ברכות זענען ח"ו נישט מקויים געווארן"? "זיכער יא!" ענטפערט דער אינגערמאן צוריק מיט א געוויין "יעדע ברכה איז ליידער אזוי פולקאם מקויים געווארן"
איך בין געבענטשט מיט מזל אבער נישט מיט איינס, נאר כמעט 20 מייזלעך דרייען זיך ביי מיר אין שטוב און מאכן אלעס חרוב...
גוטע השפעות גיסן זיך שטענדיג ביי מיר פונעם שכנ'ס צובראכענעם וואסער פייפ, און וויפיל איך רעד צו אים לאכט ער מיר אין פנים...
דער שלו' בית קאמיטע הערשט ביי מיר אין שטוב פונעם ערשטן טאג...
און וואו איך גיי צו זוכן ארבייט זאגט מען מיר גלייך דו זאלסט מצליח זיין...

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 7:40 pm

א פרישער אינגערמאן האט באשלאסן צו ווערן אן אתרוג סוחר, אבער אזוי ווי עס זענען דאך פארהאן אזויפיל מענטשן אין די ליין האט ער באשלאסן צו מאכן א קנאקעדיגן אדווערטייזמענט וואס וועט אים האפנטליך ברענגען מער קונים.
ער גייט אריין צו א דרוקער און ער זאגט אים "אגוטן, איך וואלט געוואלט דרוקן א רעקלאמע צו אדווערטייזן אז איך פארקויף אתרוגים לולבים און הדסים, איך דארף א קנאקעדיגן נוסח וואס זאל אויך זיין קורץ און שארף, נישט קיין אריכות".
"גוט" זאגט אים יענער "איך וועל דיר מאכן אזא נוסח:
אכטונג! איר קענט באקומען ביי מיר הערליכע שיינע ד' מינים וואס איר וועט נישט טרעפן ביי קיינעם. שיינע אתרוגים מיט א הערליכן געלן קאליר און אינגאנצן ריין אן קיין איין בלאט; הערליכע לולבים מיט א מאך אדער אן א מאך [אויך ספעציעלע מיט ס"ח עלים כמנין לולב]; הערליכע הדסים משולשים וואס די בלעטער זענען שיין געדריטלט פון אונטן ביז ארויף
צומארגנס קומט דער אתרוג סוחר אפנעמען די געדרוקטע צעטלעך, און נישט קוקנדיג דערויף האט ער עס אויפגעהאנגען איבעראל, אבער ער האט נישט באמערקט ווי דער דרוקער האט בטעות אביסל ארומגעטוישט דעם צעטל, ווי פאלגענד:
אכטונג! איר קענט באקומען ביי מיר הערליכע שיינע ד' מינים וואס איר וועט נישט טרעפן ביי קיינעם. שיינע אתרוגים מיט א מאך אדער אן א מאך [אויך ספעציעלע מיט תר"י עלים כמנין אתרוג]; הערליכע לולבים משולשים וואס די בלעטער זענען געדריטלט פון אונטן ביז ארויף; הערליכע הדסים מיט א שיינעם געלן קאליר און אינגאנצן ריין אן קיין איין בלאט...

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 7:51 pm

ווער'ע דעיס?
- אה, דעס איז מיין קליינע מיידעלע.
א קליינע מיידעלע? נישטא אזא זאך!
- וואס הייסט?
א מיידל, אויב זי האט א מאול איז זי שוין גרויס, ווייל ביי "זיי" איז א מאול א ריזיגע זאך.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג ינואר 12, 2018 8:24 am

א פרוי האט אפגעשמעוסט מיט איר מאן אז איין לעדל באלאנגט פאר איר און ער טאר עס נישט עפענען, נאך א פאר יאר האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און ער האט עס געעפענט און ער זעט אז דארט ליגט 10 אלפים קעש און 5 אייער,

האט ער געפרעגט ס'ווייבל מה פשט? האט זי געענטפערט אז דו ווייסט דאך ס'מאכט ביי יעדן פאנטשערס ס'זאל זיך נישט מאכן, האט זי באשלאסן אז יעדס מאל ס'מאכט זיך אזאנס וועט זי אנשטאט זיך אויפרעגן אריינלייגן א אייער אין דעם לעדל, עפענט דער מאן גרויסע אויגן, און נאר 5 אייער האסטו געדארפט אריינלייגן במשך די אלע יארן??

זאגט זי נע וואס פארשטייסטו נישט? יעדעס מאל ס'האט זיך צוזאמגעקליבן א דאזן האב איך עס פארקויפט . און דאס איז די 10 אלפים....
זוכט איר דוי?

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » פרייטאג ינואר 12, 2018 9:16 am

דער ערשטער צו הערן קול מבשר?

בתי' בת פרעה, געהערט א קול פון וואסער

דער ערשטער צו נעמען שטאטישע פראגראמען אויף א צווייטנ'ס נאמען?

די מאמע פון משה רבינו

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » פרייטאג ינואר 12, 2018 2:30 pm

:lol:
צוגעלייגטע
IMG_3866.JPG
IMG_3866.JPG (110.87 KiB) געזעהן 2391 מאל

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

"קאמידיע"

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » פרייטאג ינואר 12, 2018 2:56 pm

הקדמה
קאמידיע איז זייער א אינטערעסאנטע און קאמפליצירטע זאך.
די פוינט פון קאמידיע איז: ס'קומט ארויף זאכן וואס זענען נישט ערווארטעט, סופרייזעס.

קאמידיען 1#.
די ערשטע סארט קאמידיען איז א מענטש וואס קומט אויף מיט געדאנקען וואס קענען נישט געשען.
למשל: אז ס'איז דא א מענטש וואס קען דריקען א באטען און ער ווערט מורא'דיג פיצי. אדער א מענטש וואס קען פארדרייען זיין לינקע האנט 28 מאל און מאכן א קול פון א ציגעלע. אדער א מענטש וואס קען ארויף ריקען זיין נאז ביז העכער זיינע אויגן. אדער אז ס'איז געבוירן געווארן א בעבי וואס איז געווען געמאכט אינגאנצען פון קאטשעניו, ממילא האט ער געדארפט לעבן זיין גאנץ לעבן אין א פריזשעדער.

דעס אלעס זענען אינטערעסאנטע בריאים. אבער אויף דעם געדאנק קען מען בויען גאנצעטע באבע מעשיות.
למשל: א משוגענער איז אריין אין שפיטאל, אויף די זיבעטע שטאק זעט ער אין א צימער ווי א עמלקי ליגט אין א בעט, ער באשליסט צו ארויס ווארפען דעם עמלקי פון פענסטער, ער גייט קודם ארויס פון פענסטער, ער כאפט אן דעם עמלקי ביי די פיס, און ער פרובירט ארויס צו שלעפן דעם עמלקי מיט די בעט פון פענסער, דער עמלקי האט מען זעט אויס געהאט באשמירט די פיס און דער משוגענער טראסקעט אראפ זיבן שטאק אין א דאמסטער אריין, ער קוקט ארויף און ער זעהט וואו ס'שטעקט זיך ארויס פון פענסטער א חלק פון די בעט מיט די צוויי פיס פונעם עמלקי און א האלב פון זיין גוף, דארט אין די דאמסטער שפירט ער אז שמעק פון פיהל ענינים אינאיינעם... (געהערט פון בדחן עצום יואל שמעא) די מעשה קען זיך יעדער איינער ווייטער שפינען וויאזוי מ'וויל, כ'האב נאר געוואלט ארויס ברענגען די געדאנק.

די סטיל קאמידיען איז זייער אויפגעכאט אין די קינדערישע וועלט, ווייל ס'שווער צו טרעפן גוטע ארגינעלע געדאנקען אויף דעם סטיל פון וואס די ערוואקסענע זאלן שמייכלען, אבער אויב איינער וועט דאס נעמען אין די הענט אריין און אויפקומען מיט באמבאסטישע איידיעס, איז נישט קיין ספק אז ס'וועט ווערן א טאאפ סטיל.

צווייטע סארט קאמידיען יבא בעז"ה.

נ.ב. אויב האט איר הנאה דערפון לאזט מיר וויסן, כ'וועל אין אכט נעמען אייערע הגהות. אויב האט איר נישט הנאה וויל איך אפי' נישט הערן.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג ינואר 14, 2018 12:15 am

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:נ.ב. אויב האט איר הנאה דערפון לאזט מיר וויסן, כ'וועל אין אכט נעמען אייערע הגהות. אויב האט איר נישט הנאה וויל איך אפי' נישט הערן.

פיינע נייַעס
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 14, 2018 1:13 am

פון ווי ווייסט מען אז און יתרו׳ס צייטן איז שוין געווען Food Stemps און Medicate ??
ווייל רש״י זאגט אז יתרו האט געהאט 7 נעמען.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » זונטאג ינואר 14, 2018 11:04 am

מים שלנו האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:נ.ב. אויב האט איר הנאה דערפון לאזט מיר וויסן, כ'וועל אין אכט נעמען אייערע הגהות. אויב האט איר נישט הנאה וויל איך אפי' נישט הערן.

פיינע נייַעס
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג ינואר 16, 2018 1:58 am

נאך איידיעס פון די ערשטע סארט קאמידיען. (זע צווישן די פריערדיגע תגובות. די ערשטע סארט קאמידיען איז א מענטש וואס ווארפט זיך מיט מאדנע געשענישן וואס קענען קיינמאל נישט געשען במציאות).

חיים שמעלקא גייט שפאצירן אויף לי עוויניו, ער גייט אריין אין פיש סטאר, ווי נאר ער קומט אריין אין פיש סטאר זעט ער פאר זיך א גרויסע מנורה, און אט ווערט די פיש סטאר פיהל מיט חסידים, די רב קומט אריין אנגעטון מיט א כאלאטל און אויפן קאפ א ברייטע אויגעפיצטע שטאפענע היט מיט פעדערן, און אין זיין האנט האלט ער די לולב און אתרוג, מען זינגט די ווארימע נענועים ניגון, דערנאך נעמט זיך די מוזיק שפילן "אומן אומן ראש השנה אומן אומן ראש השנה אומן אומן ראש השנה. ..." די חסידים נעמען זיך טאנצען, די רב מאכט א העד סטענד אין צענטער, ווען מ'ענדיגט טאנצען גייט אונזער חיים שמעלקא ארויס פונעם הייליגן ציון, און גרייט זיך אהיים צו פארן כדי שוין צו זיין אויף יום כיפור אינדערהיים. זיצענדיג אויף זיין זיץ אויפן עראפלעין פיהלט ער ווי זיין שיך טוט זיך אויס, ער גיט א קוק אראפ און ער זעט אז אונטער זיין זיץ האט זיך געעפנט א לאך אין די פלאר און זיין שיך איז שוין לאנג נישטא..
ער טראכט אריין ווי אזוי דעס האט געקענט געשען. פלוצים כאפט ער זיך אז ער זיצט נישט אין א עכטע עראפלעין, נאר ער זיצט אין די פיצי טוי עראפלעין פון זיין קליינע זונדעלע, מיט א גרויסע בהלה שפרינגט ער ארויס דערפון, און--- ער כאפט זיך אז דעס איז יא געווען א עכטע עראפלעין.. אבער וואס טוט מען יעצט? חיים שמעלקא וויל נישט טראסקענען פון די וואלקענעס ביז צו די ערד. חיים שמעלקא גיבט זיך אבער אייביג אן עצה, חיים שמעלקא באשליסט אז ער גייט יעצט ווערן א פייגל, אזוי וועט ער נישט טראסקענען און ער וועט קענען פליען ביז זיין הויז. חיים שמעלקא איז געווארן א פייגל, יא, א "טערקל-טויב".
די אידן אין וויליאמסבורג קוקען ארויף אויפן הימל און זעען ווי צווישן א מחנה פייגלעך פליהט א פייגל מיט די צורה פון חיים שמעלקא.
חיים שמעלקא לאנדעט אויף די דאך פון א הויז, און קרייט: "הא הא הא הא"... "הא הא הא הא". מען פרעגט אים וואס'ע געשען מיט אים, מיט א טערקל-טויב'ישע קול דערציילט ער וואס ער איז אלס אריבער.
דער רב פון שטאט גיט ארויס א ספר בסוגיות "האדם שנעשה עוף", דארט איז ער מברר אויף וועלכע פליגל מ'דארף לייגן תפילין, מיט וועלכע פליגל מען דארף אריין נעמען דאס עסן אין מאול. וכדו'
ווילס וויסן די מעשה ווייטער?
טראכט אליין.
(דעס איז א לינק צו דיינע אייגענע רייכע געדאנקען).
***

היות איך בין נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט אין די סארט קאמידיען, האב איך נישט די ריכטיגע ארגינעלע איידיעס, נאר מ'האט מיר מעורר געווען אז די עולם האט נישט ריכטיג פארשטאנען די ערשטע סארט קאמידיען, האב איך פרובירט צו שרייבן נאך געדאנקען אויף דעם מהלך.
אויב פארשטייט איר נאך אלס נישט ביטע זייטס מודיע.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג ינואר 16, 2018 9:12 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פון ווי ווייסט מען אז און יתרו׳ס צייטן איז שוין געווען Food Stemps און Medicate ??
ווייל רש״י זאגט אז יתרו האט געהאט 7 נעמען.

געהאט 7 נעמען ווייל ער האט געהאט זיבען טעכטער,
נאך יעדער חתונה האט ער געדארפט א נייע נאמען נאכן גיין באקראט פון דער חתונה.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג ינואר 16, 2018 2:20 pm

אין ביהמ״ד בלא חידוש, געווען א פינעף און זיבעציגער וואס האט זיך יעדען טאג געקראצט די ציין ביי די י״ג מדות שהתורה נדרשת פרראט וככלל וכו׳, ויהי היום געטראפן דעם גראדן מהלך! רבי ישמעאל אומר.... משני כתובים, מעכל פארט, פארט מיכל, מיכל פארט מיכל...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 22 געסט