קוויקבוקס מפתח

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מאי 01, 2012 5:47 pm

jkup50 האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:ווייל קוויקבוקס פאר פרי איז גניבת עכו"ם

און וואס איז דאס??
http://download.cnet.com/QuickBooks-Sim ... 08523.html

נישט גניבה.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2012 12:27 pm

וואו קען מען באקומען קוויקבוקס אין קרית יואל?
(מיין אישי איז אפן פאר תשובות)

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2012 1:13 pm


אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2012 6:12 pm

זייער נייגעריג האט געשריבן:ביי אים
memberlist.php?mode=viewprofile&u=851

פארוואס איז ער טאקע מער נישט אקטיוו דא? מיט זיינע קענטעניסן וואלט ער פיל געקענט ארויסהעלפן דא.

אגב, הרב נייגעריג, שוין צייט צו מאכן סדר אין די קוויק בוקס אשכולות און מאכן א באזונדערעם אפטיילונג דערפאר.

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

תגובהדורך דניאל » זונטאג פאברואר 02, 2014 7:28 pm

שא גרויסע שכח פאר די אשכול עפעס זייער שטארק פון דא הנאה געהאט שכח

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג מאי 12, 2014 2:29 pm

איז דא אן אשכול וואס איז מסביר עססעט לייבילעטי און עקוועטי?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 12, 2014 3:11 pm

דזשענערעל קאנסעפט.

עססעט: געלט אדער מאטריאל מיט א געלט שוויות וואס באלאנגט פאר דיר,
לייעביליטי: געלט וואס ליגט ביי דיר אבער דו ביזט דאס שולדיג פאר איינעם,
עקוויטי: די חלק הנכסים וואס איז פיור דיינס.

אין קורצן: עססעטס מיינוס לייעביליטי איקיולס עקוויטי.

בכלליות פרעג דיינע שאלות אין "קוויקבוקס שאלה", אדער עפן א נייע אשכול. און פארגעס נישט צו זוכן צוערשט אויב און ווי מ'רעדט שוין פון דעם ענין.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג מאי 12, 2014 3:43 pm

אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג מאי 29, 2014 1:04 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:עקוויטי: די חלק הנכסים וואס איז פיור דיינס = עקוויטי
אין קורצן: עססעטס מיינוס לייעביליטי איקיולס קאפיטאל

עס איז א גאנצע מחלוקת הפוסקים דערינען וויאזוי מען לערנט פשט די חילוק צווישן די צוויי
אבער די בעסטע וועג איז צו לערנען איז: קאפיטאל איז וויפיל די ביזנעס איז ווערט צום פארקויפן יעצט פאר א צווייטן
עקוויטי וויפיל די ביזנעס איז דיר ווערט באמת, דאס קומט אויס קאפיטאל מיינוס אפען באלאנס עקוויטי (וויפיל געלט דו האסט אריינגעלייגט צו עפענען די ביזנעס)

האנדל וואנדל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 4:45 pm

תגובהדורך האנדל וואנדל » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 8:16 pm

שלום וברבה.

איך האב מיך ספעציעל איינגעשריבן אין אייוועלט צו קענען אנפרעגן הילף נוגע קוויקבוקס. מיינס א חבר האט מיר אהער געברענגט און כ'בין ממש נתפעל געוואן פון די מאס ידיעות וואס דא טוט זיך אין די ענינים פון קוויקבוקס, האף איך אז דער עולם וועט מיך קענען ענטפערן (אדער צופירן) צו די תירוצים אויף מיינע שאלות.
כ'וועל אנהויבן מיט איין פראגע: אז איך ברענג אריין, למשל, קליידער פון כינע, וואו לייג איך אריין די "שיפינג קאסטס" אין costs of goods sold אדער expenses?

האנדל וואנדל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 4:45 pm

תגובהדורך האנדל וואנדל » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 8:42 am

??

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 10:27 am

קודם כל, שלום עליכם ר' האנדל! איר זענט אפשר א קרוב מיט ר' "האנדל ערליך" פין די שפיל? יהא בואכם לברכה!

לעצם השאלה, די שאלה באלאנגט באמת דא, נאר אז איר האט שוין געפרעגט דא, עמיר ענטפערן, און מ'וועט בעטן די מנהלים אריבערצופירן דערנאך.

סתם אלס א כלל איז אלעמאל גוט צו געדענקן אז freight אין א קאמפאני האט צוויי דירעקציעס, "אינבאונד פרעיט" פינעם סופלייער צו אייך, און "אוטבאונד פרעיט" פין אייך צום קאסטומער.

יעצט, דער מונדליכער אפטייטש פין קאסט אוו גודס איז: די הוצאות וואס עס "קאסט" פאר א קאמפאני צו זען "גודס", דהיינו פארקויפנ'ס גרייטע פראדוקטן, גרייט צו ווערן "סאלד", דאס. רעכנט אריין אלעס וואס עס קאסט פאר א קאמפאני צו זען דעם פראדוקט פינעם סופלייער ארויף אויפ'ן שעלף אלס אן אינווענטאריד אייטעם גרייט צו פארקויפן, (אריינגערעכנט רוי מאטריאל פין וואס מ'מאכט דעם ענד פראדוקט, אבער מיט'ן אויסנאם פין אומדירעקטע הוצאות, וואס רעכנט אריין אלע אנדערע קאמפאני הוצאות, ווי אווערהעד וכדו'), און דעריבער יא! אינבאונד פרעיט - וואס איז א שטאפל אינעם פראצעדור, פין אנכאפן דעם אייטעם און ארויפברענגן אויפן שעלף אין אייער קאמפאני וועירהאוז גרייט צו פארקויפן - איז קאסט אוו גודס סאלד!

ווי אויך איז פארשטענדליך פארקערט, אז "אוטבאונד פרעיט" צו שיקן דעם אייטעם צום קאסטומער וואס איז שוין נאר א זייטיגע הוצאה צו זען דעם פראדוקט אנקומען צום ענד יוזער, אבער נישט צו מאכן דעם פראדוקט פאר א פראדוקט צום פארקויפן, ווערט פאררעכנט ווי א פשוט'ע ביזנעס/אפערעישאן עקספענס, אזא סארט סערוויס פאר'ן קאסטומער אזוי צו זאגן, און כאטש געוויסע אינדעווידואל'ן לייגן יא אריין די אוטגאינג שיפפינג אין קאסט אוו גודס, איז דאס פארט ביסוד נישט ריכטיג. ווענגלייך האט עס א שטיקל פשט , איז אבער דער ריכטיגער וועג עס צו לייגן אלס שיפפינג עקספענס. יעדנפאלס, ס'מאכט געווענליך נישט קיין גרויסער חילוק סוף יאר, אזוי לאנג, מ'לייגט עס אריין אלס א באזונדערע cogs אקאונט, וואס זאל הייסן freight cogs, אזוי אז דער אקאונטענט זאל זיך קענען שפילן דערמיט באזונדער.

פארשטייט זיך אז אויב האט איר אן אקאונטענט, איז אלעמאל ריכטיג און וויכטיג אים צו פרעגן, וואס ער האלט, אפגעזען וויאזוי "מ'קען" עס אלס אריינלייגן, איז אבער אסאך מאל דא וואס פאר אייער קאמפאני אדער געברויכן צפעציפיש, לוינט זיך אדער איז אפי' וויכטיג צו קעטעגארייזן זאכן אביסל אנדערש ווי די דזשענערעל רול.

דאס איז די דזשענערעל קאנסעפט, אויב עפעס איז נישט קלאר, פרעג איבער, איך אדער אנדערע דא וועלן אייך אי"ה גערן ענטפערן.

הצלחה רבה!

_______
היות ס'שיינט אז איר זענט נאך פריש סיי דא אויפ'ן וועלט'ל און סיי אין בוך-האלטעריי, קוואוט איך אייך דא א נוצבארע דיסקלעימער וואס איך האב געשריבן אין א פריערדיגע תגובה אין דעם אשכול:
אַבּערוואַס האט געשריבן:..ואגב, מכאן הקריאה יוצאת, די אלע זאכן וואס קערן זיך אן צו דעם טעקס סיסטעם איז נישט כדאי זיך צו שפילן אליינס, בפרט אויף דברים התלויים בשערה. די אשכול איז גוט פאר אינפארמאציע פורפוסעס אנלי! ווען ס'באמת נוגע איינעם בפרט א לעגאלע אדער מעדיצינישע נושא זאל מען אלעמאל פרעגן ביי א לייסענסד פראפעשאנעל אין יענעם תחום אין אונזער פאל אן אקאונטענט..
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

האנדל וואנדל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 4:45 pm

תגובהדורך האנדל וואנדל » זונטאג דעצמבער 21, 2014 1:13 am

אה, ממש א דאנק! כ'וועל טון וויאזוי איר האט געהייסן.

זייער אן אנגענעם וועבזייטל. אינטערעסאנט אז כ'האב נישט געהערט דערפון ביז היינט.

אז כ'וועל האבן נאך קשיות וועל איך שוין וויסן וואו צו קומען.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג דעצמבער 21, 2014 8:47 am

געהייסן האב איך נישט. כ'האב אייך פראבירט צו געבן די אינפארמאציע וואס איר זוכט, און איר זענט מאסט וועלקאם צו באזוכן אויך די אנדערע אינהאלטסרייכע אשכולות דא אויפ'ן וועלטל, אזוי לאנג איר קענט זיך האלטן צו א זייגער נישט צו פארוואסערן ס'צייט דא, איז דאס א געשמאק פלאץ.

הצלחה וברכה!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מאנטאג מארטש 19, 2018 1:45 pm



צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט