פרייזן פון טייפן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » זונטאג ינואר 17, 2010 1:25 pm

CID האט געשריבן:ווער עס איז נאך גרייט צו טייפן א ספר פאר א גיטע פרייז ביטע זיך מעלדן

ביטע ווענדט זיך צו מיר אין אישית

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דינסטאג ינואר 26, 2010 8:46 am

וויאזוי לויפן די פרייזן אויף מנקד זיין? איך האב באקומען א פרייז אין אר"י פאר $3 יעדע 1000 נקודות. איז דאס ביליג? טייער?
(יענער נעמט געווענטליך $2 יעדע 1000 נקודות, אבער פארן טייפן די אותיות און אויך אז דאס איז שווערע ווערטער פון פיוטים וויל ער נעמען מער)

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » דינסטאג ינואר 26, 2010 2:55 pm

משה קאפויער האט געשריבן:
CID האט געשריבן:ווער עס איז נאך גרייט צו טייפן א ספר פאר א גיטע פרייז ביטע זיך מעלדן

שוין איבער א וואך וואס איך האב דיר געשיקט א אישית, אבער ווי איך זעה האסטו עס נאך נישט געליינט.


איך האב באקומען אסך ריפלייס איך ווייס נישט וועם צו נעמען 
אדרבה מען בעט די עולם זאל זיך מעלדן וויפיל מען בעט
מען רעדט דא פון אותיות מריבעת - קען זיין מען קען עס מאכן אויף ליגעטאר איך האב עס אויף פי די עף (נאר עס טאר נישט האבן מער ווי 8 טעותם אין 10000 קלאפעס)

לכאורה קען מען אלעס אלעדיגן אויף אימעל :lol:
- איך שיק א פי די עף
- מען שיקט די געטייפטע
- בצאלט אויף פע פאל
הצלחה
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דינסטאג ינואר 26, 2010 5:11 pm

אויב די האסט עם אין פי.די.עפ דאן פארוואס קאנווערטסו דאס נישט צו טעקסט?

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך ינואר 27, 2010 6:18 am

נא איך בין גרייט

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דאנארשטאג יולי 14, 2011 3:49 pm

מיין בני בית שיחי' איז גרייט צו טייפן פאר זייער א גוטע פרייז אידיש ענגליש און לשה"ק (הגם זי האט נישט געלערנט אין ישיבה, האט זי ב"ה נישט קיין פראבלעם מיט טייפען לשה"ק אפילו פון א שווערע כתב יד).

אויך קען זי טייפן ענגלישע דרשות פון א טעיפ אדער סי.די.
ביטע זיך פארשטענדיגן אין אישי, אדער שיקן אן אימעיל צו fartzatishe@gmail.com
יישר כח
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:25 pm

וואס זענען אירע פרייזן?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:32 pm

נארמאל איז $22 א פייל, אבער פארשטייט זיך אז גרעסערע דזשאבס איז ביליגער.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

תגובהדורך יקותיאל » דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:34 pm

וואס מיינט קלארער א פייל- וויפיל אותיות?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:37 pm

א פייל געווענליך איז 10,000 קערעקטערס (קוק אין פריערדיקע תגובות)
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 11:33 pm

עס איז נישט ערלויבט צו אדווערטייזן אן רשות פון די באהערדע

אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך ארט אפישעל דיזיין » זונטאג דעצמבער 11, 2011 7:47 pm

ביליגע טייפערס ביטע זיך מעלדן אין אישי.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג פאברואר 12, 2012 11:24 pm

איינער ווייסט פון א ביליגע טייפיסט אין אלט ווילי? ביטע זיך מעלדן אין אישי אדער אין דעם אשכול.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג מארטש 30, 2014 12:48 pm

וויפיל איז דער פרייז וואס מען צאלט פאר טייפן דרשות פון טעיפס?
כ'האב איבערגעליינט דעם גאנצן אשכול און דאס ווערט נישט דערמאנט

בתודה למפרע, פישל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג מארטש 30, 2014 1:33 pm

ווארט ביי ווארט?, איך מיין אז די פרייז איז פער שעה, כל אחד לפי מדריגתו

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:03 am

דער אשכול רעדט פון דעם ענין (אבער קיין פרייזן ווערן דארט נישט דערמאנט).
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג מארטש 31, 2014 10:50 am

ס'איז דא וואס גייען פער קערעקטערס און ס'איז דא וואס גייען פער שעה.

די וואס גייען פער קערעקטערס בעטן געווענדליך צווישן 50 און 100 טאלער פער צען אלפים קערעקטערס (געוואנדן אין ווי קלאר אדער אומקלאר די טעיפ/סידי איז, אדער אין ווי שנעל די דזשאב דארף געפערטיגט זיין).

און די וואס גייען פער שעה בעטן געווענדליך צווישן 20 און 60 פער שעה (געוואנדן יעדער לויט וויפיל ער האלט אז ס'לוינט אים די ארבעט און אזוי אויך איז עס געוואנדן אין הנ"ל).

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג מארטש 31, 2014 10:59 am

יישר כח
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג מארטש 31, 2014 11:00 am

איך האב פארגעסן צוצולייגן איין זאך אז רוב מאל קומט אויס ביליגער ווען מ'גייט לויט קערעקטער'ס - איך רעד פון עקספיריענס.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 31, 2014 6:13 pm

פישל האט געשריבן:וויפיל איז דער פרייז וואס מען צאלט פאר טייפן דרשות פון טעיפס?
כ'האב איבערגעליינט דעם גאנצן אשכול און דאס ווערט נישט דערמאנט

בתודה למפרע, פישל

בערך 40 א שעה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג מאי 01, 2014 5:18 pm

רבותי! ווער איז גרייט צו טייפן?
איך פארמאג א שלל פון רעקארדירטע דרשות, אינטערוויוס אא"וו, ואין פוטה פה ומטפטייפ. אויב זענט איר גרייט דאס צו טוהן פאר א ריזענעבל פרייז, ביטע קאנטאקט מיך אין אישי
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג יולי 07, 2014 3:17 pm

וויפיל רעכנט מען פער פייל, צו אפטייפן פון לשון קודש צו אידיש (דהיינו, ליינען פון לשון קודש און עס גראד טראנסלעיטן צו אידיש און טייפן גראד אידיש)?
איך רעד פון א היבשע ארבעט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג יולי 07, 2014 3:20 pm

כפי ידיעתי איז דא וואס גייען אויף די שעה, און ס'דא וואס גייען אויף די קערעקטערס (א פעני פער קערעקטער או יותר).

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יולי 07, 2014 4:55 pm

ס'גייט אויף די שעה. אבער היות אז דער וואס לייגט אריין מער אין די שעה, בעט מער אויף די שעה…. קומט אויס די זעלבע פרייז געווענליך, דער חילוק איז נאר ווי שנעל דו קענסט עס באקומען.

ביי דרשות איז אבער אויך נאך אפאר פאקטארן:
1. ארויסנעמען די עמ'ס, אה'ס און יא'ס און 'קומט אויס'ס, 'זאגט ער'ס וכו'.
2. ארויסנעמען שוין ביים ערשטן מאל טייפן דאס איבערגעזאגן די זעלבע זאך דריי-פיר מאל. (וואס לגבי קערעקטערס ווערט עס ווייניגער… אבער ס'איז ווערד מער).
3. צוהאקן די דרשה לפי הענינים מיט קעפלעך.
4. די קלארקייט פון די רעקארדינג ווס. די קלארקייט פונעם בעל דרשן, ווס. די קלארקייט פונעם תוכן (…). ס'דא אומקלארע רעקארדינגס, און ס'דא וואס די רעקארדינג איז גוט, אבער דער בעל דרשן איז זייער הייזעריג אדער רעדט זייער שטיל, און ס'איז דא וואס מ'הערט זייער גוט, אבער ס'איז נישטא וואס צו הערן… ער רעדט פון הוט ארויס…

געווענליך ביי א גוטן רעדנער מיט א גוטע רעקארדינג - דארף ביים מאכן גוט'ן דזשאב (נומער 1 און 2 און 3) נעמען אומגעפער דריי שעה טייפן פאר יעדע שעה רעדן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יולי 07, 2014 4:57 pm

פון לשה"ק צו אידיש אדער פארקערט איז נישט קיין טייפן דזשאב. ס'איז טראנסלעישן.
מ'דארף אויך טייפן, אבער די דזשאב איז נישט דער קיבאורד נאר דער מוח.
איינער וואס טוט עס געבעיסד אויף קערעקטערס טוט געוונליך א שוואכע דזשאב. כפי ידיעתי.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט