קוויק בוקס שאלה

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 30, 2009 10:55 am

דאס איז דאך די פראבלעם, קוויקבוקס גיבט מיר נישט די אפציע צו מערזשן א קאסטומער מיט א ווענדאר.
The name is already in use in the vendor list, append a letter or number bla bla bla....

איך קען מערזשן צווישן קאסטומערס און קאסטומערס אדער צווישן ווענדארס און וענדארס, אבער נישט צווישן קאסט. און ווענדארס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
AbiYiddish
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am

תגובהדורך AbiYiddish » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:31 am

Option 1: Barter Account

Option 1: Clearing Account

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג פאברואר 09, 2009 9:46 pm

שלום עליכם ר' אבי

דיין אפשען #1 איז לכאורה די בעסטע וועג צו האלטן טרעק אויף אזעלכע טראנזאקציעס,
אבער עס העלפט נישט ר' שוועמל וואס וויל אז ק"ב זאל אליין פארשטיין אז דער קאסטומער מיטן ווענדאר זענען היינו הך, און זי זאל אויטאמאטיש קרעדיטן אקאונטס רעסיוועבל און דעביטן אקאונטס פעיעבל אויפאמאל.
לויט ווי איך ווייס איז נישטא אזא זאך די בעסטע איז די בארטער אקאונט.

דיין אפשען #2 פארשטיי איך נישט אחוץ אויב עס איז די זעלבע ווי אפשען #1 בשינוי שם.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:33 am

בארטער (אויסטויש) אקאונט איז לכאורה די אויסגעהאלטענסטע וועג.

איך פארשטיי אויך נישט די צווייטע וועג, וואס איז קלערינג אקאונט אנדערש?

למעשה וואס איך האב געטון דערווייל איז, דער קאסטומער איז מיר שולדיג 1000 דאלער, און איך בין אים שולדיג 500 דאלער, האב איך פשוט געמאכט 'רעסיוו פעימענטס' פארן קאסטומער פון $500 (געשריבן אין מעמא ס'יז אראפ פון זיין ווענדאר ביל).
נאכער בין איך געגאנגען צו זיין ווענדאר אקאונט און געמאכט 'פעי בילס' פון $500 , קומט אויס איז עס אריין אין AR און ארויס צוריק פון AP, די באנק איז געבליבן די זעלבע.

איז עפעס שלעכט דערמיט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
AbiYiddish
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am

תגובהדורך AbiYiddish » דינסטאג פאברואר 10, 2009 9:46 am

שלום עליכם שטרויזאק,

שטרויזאק האט געשריבן:…לויט ווי איך ווייס איז נישטא אזא זאך…

.That’s correct

שוועמל האט געשריבן:…האב איך פשוט געמאכט 'רעסיוו פעימענטס'…
…און געמאכט 'פעי בילס'…

Do these transactions post to your ‘real’ bank account? If so, that’s what these two other options are
.here to eliminate

שטרויזאק האט געשריבן:...דיין אפשען #2 פארשטיי איך נישט...

The Clearing Account is for those who don’t like having a false bank account, it’s either an Asset account or a Liability account, (depends who usually owes whom more,) and the transactions would be
.(made by General Journal Entries (for those who know Journal Entries well

The simplest way would be to do a swap between A/R and A/P with a General Journal Entry, but QB
.doesn’t allow two of the A/R and A/P accounts in one Journal Entry

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 15, 2009 7:56 pm

כ'פארשטיי נישט די דעפינישן פון 'בארטער' און פון 'קליער' אקאונטס, איך האב נישט געלערנט קוויק בוקס מיט א ביכל, איך קען עס נאר פון עס נוצן אסאך, און צולייגן קאפ.

ווען איך האב א ווענדאר וואס איז אויך א קאסטומער, טו איך כדלהלן: איך האב געמאכט א באנק אקאונט וואס עקזיסטירט נישט, ווען איך מאך אן אינוואויס, מאך איך א רעסיווד פעימענט, איך דעפאזעט עס אינעם פאלשן אקאונט. דאן שרייב איך אויס א טשעק צום ווענדאר, פון יענע אקאונט, והכל על מקומו יבוא בשלום.
איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענע וועג?
איז דאס איינע פון די אויבנדערמאנטע עצות?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג פאברואר 16, 2009 1:53 am

סאכדעס האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די דעפינישן פון 'בארטער' און פון 'קליער' אקאונטס, איך האב נישט געלערנט קוויק בוקס מיט א ביכל, איך קען עס נאר פון עס נוצן אסאך, און צולייגן קאפ.

ווען איך האב א ווענדאר וואס איז אויך א קאסטומער, טו איך כדלהלן: איך האב געמאכט א באנק אקאונט וואס עקזיסטירט נישט, ווען איך מאך אן אינוואויס, מאך איך א רעסיווד פעימענט, איך דעפאזעט עס אינעם פאלשן אקאונט. דאן שרייב איך אויס א טשעק צום ווענדאר, פון יענע אקאונט, והכל על מקומו יבוא בשלום.
איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענע וועג?
איז דאס איינע פון די אויבנדערמאנטע עצות?


דאס איז טאקע די "בארטער אקאונט" וואס דער פסוק זאגט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 22, 2009 4:58 pm

יישר כוח שטרוי זאק, און וואס איז דער קליער אקאונט?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג פאברואר 22, 2009 5:36 pm

די קליערינג אקאונט איז די זעלבע איידיע, נאר אנשטאדט א "באנק" אקאונט איז עס א רעסיוועבל (אויב יענער קומט דיר מער ווי דו אים) אדער א פעיעבל אקאונט (אויב דו קומסט אים מער), און מען ארבעט מיט דזשורנאל ענטריס (מובן למבינים וידוע ליודעים).
(קרעדיט: אבי)
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 22, 2009 7:02 pm

זשורנעל ענטריס האב איך נאכנישט געכאפט וואס דאס איז.
איך זע ס'יז דא צוויי סארט;
Journal entry
General journal entry
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
AbiYiddish
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am

תגובהדורך AbiYiddish » מאנטאג פאברואר 23, 2009 2:46 pm

שוועמל,

יעדע טרענזעקשן אין אקאונטינג\בוקקיפינג ווערט גערופן א 'דזשורנעל ענטרי' (טראכט פון א געשריבענע חשבון בוך), דאס מיינט צו זאגן א טרעזעקשן ליין אין דיינע בוקס. (מיט די דאָבעל ענטרי סיסטעם איז עס מינימום צוויי ליינס אין די בוקס).

ווען קוויקבוקס רעדט פון דזשורנעל ענטריס מיינט עס געווענליך דזשענעראל דזשורנעל ענטריס.

פאר געווענליכע טרעזעקשנס האט קוויקבוקס ספעציעלע דיאלאג באקסעס פאר יעדע מין טרעזעקשן באזונדער, צום ביישפיל: טשעק, דיפזיט, ביל, אינוואויס, א.א.וו.. ביי יעדע טרעזעקשן געשעט ביהיינד די סיען א דזשורנעל ענטרי פון צוויי ליינס (הנקרא: דעביט & קרעדיט).

ס'איז אבער דא אמאל וואס מ'דארף מאכן א טרעזעקשן וואס פיט נישט אריין אין קיין איינע פון די געווענליכע טרעזעקשנס, צום ביישפיל: אן עקספענס וואס איז געווארן באצאלט אן רירן דיין באנק אקואנט, ווען דיין אקאונטענט פאררעכט טרעזעקשנס סוף יאר, א.ד.ג., דאן קומט צוניץ די דזשענעראל דזשורנעל ענטרי, דאס איז: מענועלי ענטערן די צוויי ליינס (דעביט & קרעדיט), דערנאך שרייבט מען צו א מעמאו וואס די טרעזעקשן באדייט.

מיט א דזשענעראל דזשורנעל ענטרי קען מען אבער אפ'הרג'ענען אויך, סאו דארף מען וויסן פונקטליך וואס מ'טוט פאר'ן מאכן דזשענעראל דזשורנעל ענטריס.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 25, 2009 11:54 pm

גראדע בינעך אביסל באקאנט אין די דשורענעלס, אבער זיי מיר אביסל מער מסביר בפרטיות וויאזוי איך מאך עס אין אזא פאל.
ביי מיר איז דער פאל, אז איך קום מער פאר איהם, איז וואס זאל איך טוהן?

אוועטאר
AbiYiddish
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am

תגובהדורך AbiYiddish » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 1:21 pm

סאכדעס,

פאר מיר קוקט גראדע אויס די בארטער אקאונט אינטערעסאנטער ווי די קליערינג אקאונט פון וואס מ'רעדט, אבער סייווי איז עס גוט צו וויסן.

קודם כל, דאס וואס שטרויזאק האט געשריבן אז די רעדע איז פון א פעיעבל (אדער רעסיוועבל) אקאונט איז נישט ריכטיג, ווייל מ'דארף דאך רוקן פון רעסיוועבל צו פעיעבל און פארקערט, אבער קוויקבוקס לאזט דאס נישט טאן אזויווי איך האב געשריבן אויבן אז מ'קען נישט לייגן צוויי פון די פעיעבל און רעסיוועבל אקאונטס אין איין דזשורנעל ענטרי. נאר מ'רעדט פון אן עסעט אדער לייעביליטי אקאונט, און דאס האט אויך די מעלה אז מ'קען עס ארומטוישן צווישן די צוויי טייפס ווען מ'ברויך.

(איך כאפ מיך יעצט אז ס'נישט קיין חילוק צווישן עסעט אדער לייעביליטי אקאונטס, ווייל מ'ריקארדט דאך נאר די בעלענסעס וואס גייט ווערן אויסגעגליכן מיט די קעגן בעלענס.)

איז אזוי.
למשל דו האסט געקויפט ביי XYZ פאר $300, און XYZ האט גענוצט דיין סערוויס פאר $180.
מאכסטו אן עסעט אקאונט מיטן נאמען C/V Clearing Account און דו מאכסט צוויי דזשענעראל דזשורנעל ענטריס. איינס אזוי:
1.bmp
1.bmp (83.2 KiB) געזעהן 3710 מאל

און איינס אזוי:
2.bmp
2.bmp (84.88 KiB) געזעהן 3710 מאל

דערנאך דארפסטו מאכן רעסיווד פעימענט און פעי בילס צו עפלייען די אפענע קרעדיטס און לאזן די איבעריגע עמאונט אלס אפען בעלענס.

נ.ב. יעצט נאכן פרובירן אליינס זע איך אז מיט די אפשען איז דא א פראבלעם אז די קאסטומער קוויק ריפארט ווייזט נישט ריכטיג (די בעלענס דיטעיל איז יא גוט).

ontrack
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 04, 2008 11:18 pm

תגובהדורך ontrack » פרייטאג פאברואר 27, 2009 12:23 pm

the easiest way is do it is the clearing account should be a bank account and you do a receive payment to the clearing account and to pay the bill from the clearing account so your reports will look perfect cause its recorded as a regular payment and as a regular check.

אוועטאר
AbiYiddish
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am

תגובהדורך AbiYiddish » פרייטאג פאברואר 27, 2009 12:28 pm

גערעכט, אזוי ווי כ'האב געשריבן אויבן.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג פאברואר 27, 2009 1:19 pm

AbiYiddish האט געשריבן:קודם כל, דאס וואס שטרויזאק האט געשריבן אז די רעדע איז פון א פעיעבל (אדער רעסיוועבל) אקאונט איז נישט ריכטיג,


גערעכט, דאס האבעך געמיינט. כ'אב מיך שלעכט אויסגעדריקט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 18, 2009 10:54 am

שאלה ביי דיסקאונטס.

יעדע קאסטומער האט ליב צו פארלאנגען א דיסקאונט, איך גיב דאס גערן געוואנדן אינעם סייז פונעם ארדער.
וואספארא סארט אקאונט זאל דאס זיין?
איך האב געמאכט אן אייטעם DISCOUNT10 וואס גיבט אראפ צען פראצענט פון די ארדער, די אקאונט דערפאר איז DISCOUNT GIVEN אונטער סעילס [אינקאם]. איי ס'יז דאך נישט קיין אינקאם? אמת, ס'יז אבער א נעגעטיוו שטענדיג וואס מיינט אז די סעילס איז למעשה געווען ווייניגער.

זאגטס מיר צי דאס איז דער וועג.


נאך א שאלה,
ווען איך עדד דעם אייטעם פון DISCOUNT10 רעכענט זיך אויטאמאטיש אראפ 10% אבער נאר פון די לעצטע אייטעם.
וויאזוי שטעל איך אן אז פונעם גאנצן ארדער זאל אראפגיין די 10% ?

דאנקע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך מארטש 18, 2009 11:16 am

שאלה ביי דיסקאונטס.

יעדע קאסטומער האט ליב צו פארלאנגען א דיסקאונט, איך גיב דאס גערן געוואנדן אינעם סייז פונעם ארדער.
וואספארא סארט אקאונט זאל דאס זיין?
איך האב געמאכט אן אייטעם DISCOUNT10 וואס גיבט אראפ צען פראצענט פון די ארדער, די אקאונט דערפאר איז DISCOUNT GIVEN אונטער סעילס [אינקאם]. איי ס'יז דאך נישט קיין אינקאם? אמת, ס'יז אבער א נעגעטיוו שטענדיג וואס מיינט אז די סעילס איז למעשה געווען ווייניגער.

זאגטס מיר צי דאס איז דער וועג.


יא, דאס איז א ריכטיגע וועג.
אזוי ווי דו זאגסט אז עס איז שטענדיג א נעגאטיוו אינקאם. דו קענסט עס אויך מאכן פאר אן עקספענס, אבער ביידע זענען ריכטיג.

נאך א שאלה,
ווען איך עדד דעם אייטעם פון DISCOUNT10 רעכענט זיך אויטאמאטיש אראפ 10% אבער נאר פון די לעצטע אייטעם.
וויאזוי שטעל איך אן אז פונעם גאנצן ארדער זאל אראפגיין די 10% ?


דו דארפסט מאכן אן אייטעם "סאבטאטעל". עדד די אייטעם אויף די אינוואויס וואס דאס רעכנט צאם אלע אויבערשטע אייטעמס. און נאכדעם עדד די דיסקאונט, וועט די דיסקאונט זיין אויף די גאנצע סאבטאטעל.

דאנקע


מיי פלעזשער
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 18, 2009 11:18 pm

שטרויזאק האט געשריבן:
דאנקע


מיי פלעזשער

עפריטשיעיט יור אדווייס, עני טיים יור פלעטשור.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אפריל 03, 2009 4:50 am

ווען א ווענדאר קאלט אריין פרעגן צי דער בילל איז שוין באצאלט, איך גיי צום ווענדאר, בילס, איך קוק אויף דעם ביל נומער און איך זע יא, ס'יז פעיד.

דא הייבט זיך עס אן.
ווען האסטו עס געצאלט, געמיר די טשעק נומער וכו', קושיות וואס א ווענדאר גלייכט צו שטעלן זיך דערויף..

וויאזוי ברענג איך ארויף די טשעק אנע זוכענישן ביי 'ביל פעימענטס'? און רוב מאל איז דער טשעק געגאנגען פאר עטליכע בילס אינאיינעם און די עמאונטס שטימען אויך נישט, מאכט נאר לענגער זוכן.

אונטן פונעם ביל איז דא א גוטער זאך ווי Show PO וואס עפענט גלייך דעם פארטשעס ארדער צו דעם ביל, אבער וויזוי ברענג איך פלינק ארויף דעם טשעק?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג אפריל 03, 2009 7:33 am

רייט קליק אויפן בילל, וועסטו דארט האבן א אפציע פון טרענזעקשאן היסטארי, קליק דערויף וועט ארויפקומען דעם טשעק.

ontrack
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 04, 2008 11:18 pm

תגובהדורך ontrack » פרייטאג אפריל 03, 2009 12:02 pm

or press ctrl + H

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » פרייטאג אפריל 03, 2009 1:10 pm

איך האב נעכטן אינסטאלד קוויקבוקס 09, און איך וויל שיקן אן אינוואויס, פרובירט זיך צו קאנעקטן צו מיין אוטלוק. באט איך זעה נישט קיין סענד קנעפל. נאט אייך א בילד וואס איך זעה.
צוגעלייגטע
QB1.JPG

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג אפריל 03, 2009 2:08 pm

איז דיין אוטלוק אויפגעסעט?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » פרייטאג אפריל 03, 2009 2:16 pm

זיכער אזוי


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט