בלאט 4 פון 7

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 2:34 pm
דורך בערקא
טענקס פאר די איידיע, באט איך זיך א דזשאב פאר א חבר מיינער 'נישט פאר מיר' (איך האב שוין א דזשאב.... שרייבן אויף אייוועלט) און איך פלאן אים צו אפפערן א 'דזשאב' נישט קיין 'עצה'

ער האט מיר געזאגט אז ער זוכט פיזישע ארבעט נישט בפרהסיא (שטיין אין א סטאר) האב איך געפרעגט ווער עס זוכט אזא ארבעטער, אז ער וועט זיך לערנען קאמפיוטער, וכדו' און זוכן א נייע זשאב וועל איך אים בעז"ה זייער גערן העלפן זוכן (אויב ער וועט שיין בעהטן...)

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 2:46 pm
דורך להגדיל שמו
שנאפס האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:א חבר מיינער, א אינגערמאן גלייך פון די שבע ברכות ארויס, מיט צוויי חדשים כולל עקספיריענס, זוכט א דזשאב, בעיקר פיזישע לעיבאר, וועירהאוז א.ד.ג.

קאנטאקט מיר אין אישי אדער אויף BERKA.IVELT@GMAIL.COM

tell your friend to be so kind and look for a office job. I remember my self in the same position, and I thought that office is not for me, I didn't knew nothing about computers etc. But he could get the same training when he starts in office . Plus he will have the opportunity to grow in business, but in a wearhouse he will stay at the same position for years.


מען קען גיין צו א יודזשעיאו קורס אד"ג פאר אומזיסט זיך צו לערנען די בעסיקס

איך האב זיך נישט גיט מסביר געווען.
ווען אן ארבעטסגעבער נעמט אויף א פרישע אינגערמאן צו ארבעטען , ווייסט ער אז דער אינגעאמאן ווייזט זילטש אין ביזנעס. נישט קיין חילוק צו ער דארף אים פאר אפיס צו פאר ווערהויז. ביי ביידע פלעצער גייט ער אים מיזען טרעינען פאר אפאר וואכען. נאר וואס דען ער מאכט זיך זיין חשבון אז עס איז אים ווערט זיין שעות טרעינונג צו באצאלען ווייניג.
יעצט טייערע בערקא... אויב ביסטו א געטרייע חבר פאר אים, זיי אזוי גוט און זיי אים מסביר, העלף אים ארויס, זיי געטריי צו דיין חבר. ער איז אימבאהאווענט אין ביזנעס, ער טראכט פון אפיס ווי איך האב געטראכט דערפון ווען איך בין ארויס זיכען מיין ערשטע דזשאב.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 2:49 pm
דורך בערקא
כ'הער, סאו אויב איינער זוכט א ארבעטער אפיס צו ווערהאוז, פאר א יונגערמאן דזשאסט אריין אין כולל, אין די מאנסי עריע זאל זיך ביטע ווארעם אנרופן.....

נעקסט פליז

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 3:06 pm
דורך הורוויץ
בערקא, וואס טראגסטו עם נישט אן אז ער זאל ווערן דיין קאלעגע אלץ שרייבער אויף אייוועלט? כפי ידיעתי קען מען ניצען נאך גוטע שרייבער..
:grin:

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 3:08 pm
דורך בערקא
מיין בעה"ב האט נישט יעצט א ליידיגע פאזיצע פאר א אייוועלט שרייבער......

צוריק צום ענין

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 3:14 pm
דורך יענקל פאטאש
פון יעזורו דע וואך

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 6:44 pm
דורך SPUSMN
בערקא האט געשריבן:מיין בעה"ב האט נישט יעצט א ליידיגע פאזיצע פאר א אייוועלט שרייבער......

;l;p-

Upstate area איך זיך א דזשאב

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 03, 2014 5:53 pm
דורך Happy happy
איך דיך א פול טיים דזשאב קרית יואל מאנסי ארעי ביטע אז איינער וייסט פין עפעס לאט מיר וויסען ......

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 03, 2014 5:57 pm
דורך Happy happy
Sorry I forgot no matter or construction or any office e work 3 years experience ...... And וכל הקודום זכה

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:16 am
דורך סאדאם חוסעין
איך זוך א דשאב פאר צוויי אינגעלייט פון קרית יואל, ביידע האבן צוויי יאר עקספעריענס און בעסיג קאמפיוטער, ווארט, עקסעיל, שארפע קעפ, שטארקע מענעדשונג סקילס, אכטערס ביי די ניין סארטען מענטשען,
איינער האט אויך דרייווערס לייסענס, קען נישט קיין שלעכטע ענגליש, פארלוירען די דשאב ווייל זיין פאריגע בעל הבית איז געגאנגען קראכען נישט געהאט צו צאלען,

די צווייטער קען אויך קוויק בוקס, קען נישט צו גוט ענגליש [יא גענוג זיך צו פארשטיין מיט א באנק וכדו', נאר נישט פארפעסענעל פאר קאסטומער סערוויס], האט נישט קיין דרייווערס לייסענס, אבער האט נישט קיין פראבלעם צו קענען ביידע און אפאר וואכן לויט זיין קאפ אויב עס וועט אויספעלן, ער איז געסעטעלט מיט א דשאב נאר זוכט א צווייטע ער קען ניצען מער געלט און איז גריייט אריינצולייגען מער וועליא און שעות ווי זיין ביז יעצטיגע ארבעט, נאר זיין ביז יעצטיגע ארבעט דארף נישט מער שעות, ער איז יעצט נאר א 3/4 שעה א טאג
אויב איר ווייסט פון א גוטע אפער ביטע קאנטעקט מיר אין אישי

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 4:49 pm
דורך וועלטניק
איך ווייס איינער וואס זוכט ארבעטער'ס אבער ער וויל בשום אופן נישט הערן פון סיי וועם א חוץ פון צוויי'ערס פינעווער'ס און ניינער'ס, איז איי געס ס'איז נישט אינטערעסאנט. א שאד.

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 5:50 pm
דורך סאדאם חוסעין
וועלטניק האט געשריבן:איך ווייס איינער וואס זוכט ארבעטער'ס אבער ער וויל בשום אופן נישט הערן פון סיי וועם א חוץ פון צוויי'ערס פינעווער'ס און ניינער'ס, איז איי געס ס'איז נישט אינטערעסאנט. א שאד.

לץ איך האב פון דעם אויך אין סטאק אז דו דארפסט

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 7:33 pm
דורך Jobless
האט איינער א דזאב פאר מיר. ערנסט גערעדט

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 7:36 pm
דורך שמש שטיבעל
וועלעכע געגענט אין ניו יארק?
ווייל איך זיך איינעם אויף א גוטע ארבעט

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 8:59 pm
דורך סאדאם חוסעין
קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2016 9:03 pm
דורך Jobless
Monsey

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 12:54 pm
דורך Yoely

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 4:28 pm
דורך לאנגעפאות
I’m looking to hire a bookkeeper
Job requirements
 Should be someone with a passion for finance
 Takes responsibility serious
 Willing to work under pressure
 Prior experience a plus (but not required)
 Lives in upstate NY
We are willing to train the right person
Great benefits
Please send resume to notforprofit1234@gmail.com

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 11:24 pm
דורך Doingwell
א גוטע טייערע ברידער
איך בין ב"ה א גוטע און א עקספיריענס סעילעסמאן
איך מאך ב"ה פרנסה , אבער ביי די יעצטיגע קאמפעניע קען איך נישט עפ"י דרך הטבע מצליח זיין צוליב זייערע שוועריגקייטען ואי אפשר לפרטם
אויב איר ווייסט פון א גוטע זאך ביטע מיר קאנטאקטן אין אישי
ייש"כ

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 9:49 pm
דורך שנאפס
אין דבר יום ביומו איז לעצטענס געווען אדווערטייזד א קאמפאני וואס זוכט א סעילסמאן

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 10:35 pm
דורך אברך
מיינס א פריינד, א יונגערמאן מיט 15 יאר עקספיריענס אין עמעזאן, איבעי, עטסי איז געווארן עוועיליבל צוליב וואס די קאמפעני פארוועם ער האט געארבעט האט זיך פארמאכט.

שטארק רעספאנסעבל.

ענערגיש.

א קאפ אויף די פלייצעס.

אסאאאאך עקספיריענס אין אלע ווינקלען פון אנליין סעללינג.

אויב זוכט איר אזא איינעם ביטע קאנטעקטן אין אישי.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 1:29 pm
דורך אברך
אפדעיט. אין די שטונדן זייט איך האב געשריבן די פאריגע תגובה, האב איך באקומען עטליכע אפפערס.

לעבן זאל אייוועלט...

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 8:32 pm
דורך מטעמים
אברך האט געשריבן:אפדעיט. אין די שטונדן זייט איך האב געשריבן די פאריגע תגובה, האב איך באקומען עטליכע אפפערס.

לעבן זאל אייוועלט...

אייוועלט איז טאקע געוואלדיג, אבער די עכטע קרעדיט קומט פאר דיר, האסט קלאר אראפ געלייגט וואס דו ווילסט.

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 2:36 pm
דורך info seeker
Doingwell האט געשריבן:א גוטע טייערע ברידער
איך בין ב"ה א גוטע און א עקספיריענס סעילעסמאן
איך מאך ב"ה פרנסה , אבער ביי די יעצטיגע קאמפעניע קען איך נישט עפ"י דרך הטבע מצליח זיין צוליב זייערע שוועריגקייטען ואי אפשר לפרטם
אויב איר ווייסט פון א גוטע זאך ביטע מיר קאנטאקטן אין אישי
ייש"כ

http://poelgroup.com/home
contact the poel group.
a good salesman is seeked literally everywhere

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 3:28 pm
דורך דבר
איך זיך פאר מיינס א חבר א טשאב א פרישע אינגערמאן א יאר צירוק חתונה געהאט ער קען בעסיק קומפיוטער א פארשטענדליכער און אחריותדיג ביטע קאנטאקט אין אישי