קאנקורענץ, גוט פאר ביזנעס?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
קלאפער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

קאנקורענץ, גוט פאר ביזנעס?

תגובהדורך קלאפער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:11 pm

דעם יו"ט סוכות, האב איך ווי זייער אסאך חברים דא, געקויפט די אלע זעק און פעק פון לייען מאטריאל, און געהאט אן עונג יו"ט. איך ווייס איין זאך, נאך א מזל אז עס איז דא קאנקורענץ צווישן די אלע אויסגאבעס, ווייל אז נישט וואלטן מיר אויסגעזען אזויווי הרב מיללער האט געשריבן פון זיינע נאסטאלגיעס אין די לייען מאטריאל שמועס...

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען אביסל, דאס איז זיכער אז קאנקורענץ איז גוט פאר קאסטומערס, איך האב א דוגמא אויפן שפיץ פינגער אבער כ'וועל עס נישט אראפ קלאפן ווייל ס'איז ריין רכילות... אבער געוויסע קאמפעניס וואס זענען 'אחד יחיד ומיוחד', שטעלן צו שוואכע סערוויס און שוואכע קוואליטעט. ווייטער אין די אינדוסטריעס וואו עס לעבט קאנקורענץ, פארדינט יעדער דערפון.

איך וויל אבער רעדן איבער קאנקורענץ פארן ביזנעסמאן אליינס. אלס איינער מיט א ביזנעס וואס עס האט א גרויסע ליין פון קאנקורענץ, האב איך אביסל באטראכט די נושא, און לאמיר אייך מיטטיילן מיט מיין עקספיריענס.

די ערשטע זאך דארף מען וויסן אז אלעס איז באשערט, א מענטש קען נישט צונעמען קיין איין פרוטה פון וואס עס איז באשערט, עס איז זייער פשוט'ע זאכן, אבער אסאך מאל ווען עס וואקסט ארויס א קאנקורענץ פארגעסט מען צו טראכטן פון דעם, און מ'מיינט אז איינער קען מיך אינטערברענגען. דאס איז הבל הבלים אמר קהלת, נישט דא אזא מציאות. א איד א מאמין גלייבט נישט אין דעם, נאר ער ווייסט עס פאר א פאקט.

אפילו פון א ביזנעס שטאנדפונקט איז עס אזוי. דער קאנקורענץ איז דיין קרעין, ער גייט דיר אויפהייבן, ער גייט דיר געבן א פאטענציעל צו ווערן אסאך מער פראפעסיאנאל, אסאך מער פראדאקטיוו, און אסאך מער פארגעשריטן און אפגרעיטעד. איינמאל דו האסט א קאנקורענץ אין געגנט, גייסטו זיך קענען אליינס באטראכטן, און באקומען א גוטע מאטעוויציע זיך צו פארבעסערן אין דיין תחום.

איינע פון די הארבסטע פראבלעמען אין ביזנעס, איז ווען א ביזנעס טשיף איז נישט אויפן ארט, ער ווייסט נישט גענוי וואס טוט זיך, ער פארלאזט זיך אויף די מענעדזשערס. אבער איינמאל עס קומט א קאנקורענץ, פאלט די פראבלעם אוועק פון זיך אליין. דער ביזנעס מאן וועט אויפשטיין און וויסן אז היינט דארף ער זיך שוין אנשטרענגען פאר א גוטע נאמען, אז נישט וועט ער דערלייגן.

דיינע שטענדיגע איינקויפער ווילן שפירן אז איינער ארבעט פאר זיי און שטרענגט זיך אן פאר זיי, דער קאנקורענץ וועט זייער שטארק ארויסברענגען ווער עס איז מער געטריי צו זיינע קליענטן און ווער עס פוילעצט זיך אונטער. זיי וועלן אנהייבן שעצן דיין הארעוואניע, עפעס וואס זיי וואלטן נישט געטון בעפאר דו האסט געהאט א קאנקורענץ.

דער קאנקורענץ ברענגט דיר א סטראטעגיע. דו קענסט באטראכטן דעם פרישן געשעפטל פון קעגן איבער די גאס, און זען וויאזוי ער באפאסט זיך מיט זיינע קאסטומערס, וויאזוי איז זיין סערוויס? וואס איז ער מער ווי דיר? פארוואס האט מען ליב איינצוקויפן ביי אים? און איינמאל דו האסט ארויס די מעשה, קענסטו פשוט ווערן בעסער.

מיטן האבן א קאנקורענץ האסטו די געלעגנהייט זיך צו בויען א ברענד. ווען עס איז דא נאר איין פיצא געשעפט אין טאון, ווייסט יעדער פון די פיצא געשעפט. אבער ווען ס'איז דא זעקס, קענסטו ברענדן און האמערן אז 'קלאפערס פיצא געשעפט' איז די זאך, האסט א ברענד וואס קען ארויסשטארן, ס'איז נישט 'מ'גייט קויפן פיצא', נאר ס'איז 'קום צו קלאפער'ס פיצא, מאך דיר נישט נאריש'...

דער קאנקורענץ ברענגט דיר זיך אראפצוזעצן מיט א מארקעטער, און דאס איז א גוטע זאך פאר דיר. ער וועט דיר געבן א וועג צו זיין עפעס ספעציעל, און ווערן באליבט צום קאסטומער, ווי למשל מאכן ביליגע אייטעמ'ס און ספעשל'ס, אהערשטעלן געוויסע גורלות אדער אומסיזטע דעליווערי און דאס גלייכן, א זאך וואס ווען נישט קאנקורענץ וואלט דאס נישט געווען. אין הכי נמי אז מ'וואלט געקויפט ביי דיר, אבער ביז ווילאנד דער קאנקורענץ איז נישטא איז עס פשוט צוליב וואס ס'נישטא א צווייטער, יעצט איז עס ווייל זיי ליבן דיין געשעפט.

מענטשן מיינען אמאך אז ווען ס'איז דא א קאנקורענץ פאלן די פרייזן. עס איז אבער בכלל נישט אמת, מ'גייט נישט אראפ מיט די פרייזן. קענסט פארבעסערן די סערוויס, פארשענערן די געשעפט, פארברייטערן די ביזנעס. אבער נישט אראפגיין די פרייז, דאס וועט פארן קאסטומער אנהייבן אויסצוזען ווי נידיריגע קוואליטעט פראדוקט, והא ראי' אז די פרייז איז געפאלן, און דאן פארלירסטו אים אינגאנצן. קען זיין ס'הערט זיך מאדנע, אבער עס איז א פאקט, דאס איז א פסיכאלאגישער אפעקט באשטעטיגט דורך עקספערטן. ס'איז פשוט נישט מעגליך צו פארקויפן פאר קאסט פרייז, אויב דיין קאנקורענץ פארקויפט פאר די פרייז, וועט ער ליידן די קאנסעקווענצן דערויף.

כ'וועל ענדיגן מיט א ווארט וואס יענקל מיללער דערציילט... א איד וואס האט געהאט א שיך געשעפט האט אים איין טאג גערופן מיט א בהלה, "פרעג נישט, אויף מיין רעכטע זייט האט זיך געעפנט א געשעפט וואס פארקויפט שיך פאר די ביליגסטע פרייזן, מיט גרויסע צעטלעך און ווילדע פלאקאטן... אויף די לינקע זייט האט זיך געעפנט נאך א שיך געשעפט וואס שרייבט אז זיי האבן די בעסטע שיך אין די וועלט, קוואליטעט וואס איז נאכנישט געווען זיין בריאת העולם, מיט באמבאסטישע לעמפלעך, און איך האב נישט מער ווי א קליין געשעפטעלע דא, מיט די נארמאלע שיך און נארמאלע פרייזן, וואס טוה איך?"

יענקל טראכט נישט קיין צוויי, און גיבט אים עדווייס: זיי נישט קיין נאר, שרייב אויף אין גרויס העכער דיין טיר צוויי ווערטער, "הויפט אריינגאנג".
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:38 pm

הערליכער ארטיקל! זאל איך קאנקערירן מיט דיר??... בייי מיר וועסטו זיכער האבן אלע מעלות וואס דו האסט אויסגערעכנט. שוין נאדיר דעם ;l;p-
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

כהאב נישט קיין ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:16 pm

צ/ק
איך האב א חבר וואס ער פארדאסט א ספעשיל דייעט עסען זאגט ער מיר אז זיין קאמפטשיון אדוויטייזעט די מעלות פין די עסען אין ווען די מענטש גייט אין גראסערי זעט אז סאיז דא 2 ברענדס פין די ספעשיל עסען סא זיין קאמפטשיון ברענגט אים ביזנעס

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:59 pm

לענ"ד איז קאנקורענץ גאר א גוטע זאך אויסער דעם וואס דו ווערסט בעסער. למשל ווען איינער פארקויפט א זאך וואס איז נישט קיין 'מוז' אין יעדע שטוב. ווען איינער קומט ארויס מיט למשל א נייע סארט נאש, שאקעלאדע, פארעווע מילך אדער מילכיגע פלייש.... אדער א באקוועמליכקייט וואס מען קען לעבן אן דעם אויך. ווען ס'דא איינס דארפסטו מאכן א גוטע מארקעטינג עס זאל גיין, ווען ס'איז דא צוויי ווען עס גיין בעסער אויטאמאטיש. ווייל ווען דו זעסט צוויי קאמפעניס געבן ארויס די זעלבע נארישקייט וועסטו אנהייבן טראכטן אז אויב ס'דא 2 קאמפעניס אויף דעם וואו בין איך? אויב יעדער קויפט - והא ראיה אז צוויי פירמעס געבן עס ארויס און שלאגן זיך אויף דעם פראדוקט, פארוואס קויף איך נישט?...

דאס זעלבע מיט למשל 2 מאגאזינען, ווען ס'דא איינס טראכסטו ווער איז נייגעריג וואס ער האט צו פארקויפן, אויב איז שוין אבער דא צוויי, טראכסטו אויב קיינער קויפט נישט וואלט נישט געווען צוויי, אלא מאי יעדער קויפט עס, דאן פארוואס בין איך אנדערש? נו וועלכע גיי איך קויפן?....

וכהנה וכהנה ביי יעדע זאך.... גענוג קלאר ארויסגעברענגט?

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:12 pm

קנאת סופרים תרבה חכמה
און מ'זעהט דאס ווא מ'קוקט נאר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אהער און אהין
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:12 pm

קלאפער קלאפט!! (האקט..)
"מאנכע האבן א פסכילאגישן נויט צו געבן א צונאמען פאר אן אנדערן" (אברהם פרידמאן, די צייטונג)

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:16 pm

דאס איז זייער אמת,
חוץ וואס קאמפעטישן איז גוט פארן קאסטעמער, העלפט עס אסאך אויך די קאמפעני, ווי כהאב שוין אליין בייגעוואוינט.
מען דארף טאקע אביסל שווערער ארבעטען אבער געווענליך צאלט זעך עס אויס

אגב - וואס מיינט צ/ק ??? איך זעה עס אין יעדע צווייטע אשכול (עני שייכות צו ק/פ???)

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:17 pm

צ'ום ק'עפל

(ווען מ'גייט צוריק פון א דיבעיט צו די שמועס אין די קעפל
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:20 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דאס איז זייער אמת,
חוץ וואס קאמפעטישן איז גוט פארן קאסטעמער, העלפט עס אסאך אויך די קאמפעני, ווי כהאב שוין אליין בייגעוואוינט.
מען דארף טאקע אביסל שווערער ארבעטען אבער געווענליך צאלט זעך עס אויס

אגב - וואס מיינט צ/ק ??? איך זעה עס אין יעדע צווייטע אשכול (עני שייכות צו ק/פ???)


צום קעפל

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:21 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דאס איז זייער אמת,
חוץ וואס קאמפעטישן איז גוט פארן קאסטעמער, העלפט עס אסאך אויך די קאמפעני, ווי כהאב שוין אליין בייגעוואוינט.
מען דארף טאקע אביסל שווערער ארבעטען אבער געווענליך צאלט זעך עס אויס

אגב - וואס מיינט צ/ק ??? איך זעה עס אין יעדע צווייטע אשכול (עני שייכות צו ק/פ???)

צר'יך ק'אווע, ווען מ'דארף אביסל פרישע כוחות.
אזוי ווי ווען הג"ר כקיבא אייגער שרייבט "וצ"ע" טענה'ן מאנכע אז ס'מיינט וצריך עישון, מ'דארף א ציגערעטל עס אויסצוקלארן....

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:24 pm

נישט קיין כלל אויף יעדע סארט ביזנעס. עס רעדט זיך זייער גרינג ווען מען רעדט פון בכלליות אן פינפוינטן א געוויסע ליין.
למשל א שיך סטאר אויף 13 עוו איז מתפלל יעדן טאג אז עס זאל זיך נישט עפענען נאכאיינס, ווייל מען קויפט עס עניוועי און אויב עפנט זיך נאכאיינס וועט ער מוזן מארקעטן אז ער פיט די בעסטע וכדו' און חוץ די קאמפעטישן וואס נעמט אים צו קאסטעמערס קאסט אים יעצט געלט פאר מארקעטינג.
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:30 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:נישט קיין כלל אויף יעדע סארט ביזנעס. עס רעדט זיך זייער גרינג ווען מען רעדט פון בכלליות אן פינפוינטן א געוויסע ליין.
למשל א שיך סטאר אויף 13 עוו איז מתפלל יעדן טאג אז עס זאל זיך נישט עפענען נאכאיינס, ווייל מען קויפט עס עניוועי און אויב עפנט זיך נאכאיינס וועט ער מוזן מארקעטן אז ער פיט די בעסטע וכדו' און חוץ די קאמפעטישן וואס נעמט אים צו קאסטעמערס קאסט אים יעצט געלט פאר מארקעטינג.


קיינער קען נישט אוועקנעמען!

איי וועסטו פרעגן, אבער עכט...

וועליך דיר זאגן ע"פ סברא אויך (איין מינוט, לאמיך טרעפן א סברא דערצו..) לשיטתו גייען מענטשן פשוט אנהייבן קויפן אפטער שיך אדאנק די קאנקורענץ ווי אויבן דערמאנט + עס גייט ברענגען קאסטומער'ס וואס פלעגן נישט דא קויפן, נאר אדאנק די מארקעטינג וועלן זיי דארט אנהייבן קויפן

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:48 pm

קודם ברוך הבא! האסט א גוטע און געשמאקע שריפט.

קלאפער האט געשריבן:מיטן האבן א קאנקורענץ האסטו די געלעגנהייט זיך צו בויען א ברענד. ווען עס איז דא נאר איין פיצא געשעפט אין טאון, ווייסט יעדער פון די פיצא געשעפט. אבער ווען ס'איז דא זעקס, קענסטו ברענדן און האמערן אז 'קלאפערס פיצא געשעפט' איז די זאך, האסט א ברענד וואס קען ארויסשטארן, ס'איז נישט 'מ'גייט קויפן פיצא', נאר ס'איז 'קום צו קלאפער'ס פיצא, מאך דיר נישט נאריש'...

דער קאנקורענץ ברענגט דיר זיך אראפצוזעצן מיט א מארקעטער, און דאס איז א גוטע זאך פאר דיר. ער וועט דיר געבן א וועג צו זיין עפעס ספעציעל, און ווערן באליבט צום קאסטומער, ווי למשל מאכן ביליגע אייטעמ'ס און ספעשל'ס, אהערשטעלן געוויסע גורלות אדער אומסיזטע דעליווערי און דאס גלייכן, א זאך וואס ווען נישט קאנקורענץ וואלט דאס נישט געווען. אין הכי נמי אז מ'וואלט געקויפט ביי דיר, אבער ביז ווילאנד דער קאנקורענץ איז נישטא איז עס פשוט צוליב וואס ס'נישטא א צווייטער, יעצט איז עס ווייל זיי ליבן דיין געשעפט.


גערעכט מיט די נקודות אז ער וועט זיך מוזן אויפארבייטן, אבער די שאלה איז ביים באדעם ליין, וועט ער מאכן מער געלט סוף יאר אדער ווייניגער?

ער וועט מעגליך קענען אנהאלטן זיינע פריערדיגע קליענטן דורך די נייע טאקטיקן, אבער וועט אים לכאורה נישט ברענגן א נעט פון מער קאסטומערס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

צוקער וואסער
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:50 pm

איינס האט געשריבן:קנאת סופרים תרבה חכמה
און מ'זעהט דאס ווא מ'קוקט נאר

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:53 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:נישט קיין כלל אויף יעדע סארט ביזנעס. עס רעדט זיך זייער גרינג ווען מען רעדט פון בכלליות אן פינפוינטן א געוויסע ליין.
למשל א שיך סטאר אויף 13 עוו איז מתפלל יעדן טאג אז עס זאל זיך נישט עפענען נאכאיינס, ווייל מען קויפט עס עניוועי און אויב עפנט זיך נאכאיינס וועט ער מוזן מארקעטן אז ער פיט די בעסטע וכדו' און חוץ די קאמפעטישן וואס נעמט אים צו קאסטעמערס קאסט אים יעצט געלט פאר מארקעטינג.


קיינער קען נישט אוועקנעמען!

איי וועסטו פרעגן, אבער עכט...

וועליך דיר זאגן ע"פ סברא אויך (איין מינוט, לאמיך טרעפן א סברא דערצו..) לשיטתו גייען מענטשן פשוט אנהייבן קויפן אפטער שיך אדאנק די קאנקורענץ ווי אויבן דערמאנט + עס גייט ברענגען קאסטומער'ס וואס פלעגן נישט דא קויפן, נאר אדאנק די מארקעטינג וועלן זיי דארט אנהייבן קויפן

שיינע סברה, מיט וויפיל פאר שיך קען איין מענטש גיין?
און ביי גראסעריס וועסטו אויך זאגן די סברה אז מיין ארדער גייט זיין מער ווייל 2 גראסעריס רייסן זיך ביי די קעפ ווער עס קען בעסער מארקעטען?
דאס איז זיכער אז א רעקל אדער בעקישע וועל איך נישט קויפן קיין 2 ווייל 2 מארקעטינג קאמפעניס שלאגן זיך ארום אונטערן נאמען פון 2 קלאודינג סטארס.
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 5:08 pm

ווען נישט קאמפעטישן; ווער וואלט אנגעקוקט דעם גרעפיקער.... :lol:

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 5:19 pm

Graphic24 האט געשריבן:ווען נישט קאמפעטישן; ווער וואלט אנגעקוקט דעם גרעפיקער.... :lol:

אין חלום אז דו וואלסט צוגעקומען צו וואס דו ביסט צוגעקומען.

אדער ווי דו גייסט זאגן א יאהר ארום: איך וואלט געבליבן ביי וואס איך בין געווען א יאהר פריער... (דאס יאהר זאג עס נאר אויף פאריגע יאהר..)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:34 pm

איינס האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:ווען נישט קאמפעטישן; ווער וואלט אנגעקוקט דעם גרעפיקער.... :lol:

אין חלום אז דו וואלסט צוגעקומען צו וואס דו ביסט צוגעקומען.

אדער ווי דו גייסט זאגן א יאהר ארום: איך וואלט געבליבן ביי וואס איך בין געווען א יאהר פריער... (דאס יאהר זאג עס נאר אויף פאריגע יאהר..)

איך האב געמיינט צו זאגן, אז ווען נישט קאנקורענץ ביי די סוחרים וואלט מען בכלל נישט געברויכט קיין גראפירטע צעטליך... ובעיני ראיתי אין א קליינעם ישוב איצטער בעפאר יו״ט אז דער אתרוג סוחר האט אויפגעהאנגן אויפן וואנט, האנט-געשריבענע צעטליך (האט אפילו געהאט א ׳היימישן׳ לאגא...) און ס׳האט גארנישט געפעלט פון זיין ביזנעס...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט