מיינע ארבעטער: מכה, סיבה, רפואה

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

מיינע ארבעטער: מכה, סיבה, רפואה

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 4:32 pm

חשוב׳ע ביזנעס פירער און מענעדזש, איז דער פאלגענדער סינעריאו אייך קאנטליך?


מכה:
עטליכע חדשים נאכן ארייננעמן נחמן, א גוטער ארבעטער, מערק איך ווי עפעס גייט נישט ווי געהעריג, ער קומט נישט אן זיין פאטענציאל, פון איין זייט איז ער דא, עכ״פ פיזיש טוט ער וואס ער מוז, אבער זיין ענערגיע, זיין מח איז בכלל נישטא.

אין אמת׳ן איז נחמן נאר א דוגמה, ווארום פאר סיבות וואס איך פארשטיי נישט געהעריג, האט יעדער ארבעטער אן ״ערגעץ״ ווי ער איז נישט בסדר. איינער (פילע) טוט בעצם יא זיין ארבעט; אבער איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, ער איז עפעס נישט ׳דערין׳. און כאטש אויבנאויפיג ערפילט ער פחות או יותר זיינע פליכטן. שפיר איך ווי ער טוט מיר א גאנצע טובה...

פראבירנדיג צו לעזן דעם פראבלעם האבן מיר איינגעפירט בעסערע איבערזיכט, מער קאנטראל און אפילו געגעבן מער פינאנציעל אינסענטיוון. פאר א קליינע וויילע האט אויסגעזעהן ווי עס רירט זיך אביסל. אבער עס האט לאנג נישט גענומען און, מפטירין כדאתמול.

די סיבה, פארוואס איז דאס אזוי? אינעם נעקסטן פאסט
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:23 pm

אויב מ'מעג הערה'נען, חברה 'שטארק זיך' אידא. שלום עליך. יהא בואך לברכה ולשלם.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:15 pm

וועלקום בעיק הרב שטארק, זיך שטארק געבענקט נאך אייערע טיפזיניגע תגובות...

נו וואָס איז טאקע די רפואה פאר די מכה?

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:00 pm

ס'זעהט אויס מ'דארף מעות קדומה, נו גיי ווייטער
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:32 pm

נו
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:44 pm

בשם כל ישראל, ברוך הבא הרב שטארק זיך.

אז שטארק זיך זאגט, דארף מען אויסהערן

HelpMe
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:54 pm

זייער גוט ארויסגעברענט מיר קוקן ארויס אויף די עצות אין ווייטערדיגע אינהאלט

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 9:13 pm

שטארק זיך האט געשריבן:חשוב׳ע ביזנעס פירער און מענעדזש, איז דער פאלגענדער סינעריאו אייך קאנטליך?


מכה:
עטליכע חדשים נאכן ארייננעמן נחמן, א גוטער ארבעטער, מערק איך ווי עפעס גייט נישט ווי געהעריג, ער קומט נישט אן זיין פאטענציאל, פון איין זייט איז ער דא, עכ״פ פיזיש טוט ער וואס ער מוז, אבער זיין ענערגיע, זיין מח איז בכלל נישטא.

אין אמת׳ן איז נחמן נאר א דוגמה, ווארום פאר סיבות וואס איך פארשטיי נישט געהעריג, האט יעדער ארבעטער אן ״ערגעץ״ ווי ער איז נישט בסדר. איינער (פילע) טוט בעצם יא זיין ארבעט; אבער איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, ער איז עפעס נישט ׳דערין׳. און כאטש אויבנאויפיג ערפילט ער פחות או יותר זיינע פליכטן. שפיר איך ווי ער טוט מיר א גאנצע טובה...

פראבירנדיג צו לעזן דעם פראבלעם האבן מיר איינגעפירט בעסערע איבערזיכט, מער קאנטראל און אפילו געגעבן מער פינאנציעל אינסענטיוון. פאר א קליינע וויילע האט אויסגעזעהן ווי עס רירט זיך אביסל. אבער עס האט לאנג נישט גענומען און, מפטירין כדאתמול.

די סיבה, פארוואס איז דאס אזוי? אינעם נעקסטן פאסט



זייער פשוט. ער איז נאר אן ארבייטער. ער וועט ארבייטען פאר זיין ברויט וזהו.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 9:15 pm

משהלע איך קענסעל דיך די אינטערוויו...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 9:34 pm

אויבנאויף קען מען אויסשמועסן פארשידענע סיבות.

קודם כל פארשטייט זיך אז זיין אינטערעס און מאטיוועישען איז נישט ווי א בעה"ב נאר ווי אן ארבעטער, און דערום האט ער נישט דעם אריגינעלן שטופ צו זיין ארבעט ווי עמיצער וואס זעט יעדן טאג ווי זיין ארבעט טראגט אים, און וואס זיין ציל איז.

קאנטראל, איז גוט און געזונט ווען זאכן פאר'ן בס"ד, צו מאכן זיכער אז זאכן פארהאנקערן זיך נישט, אבער ווען מ'נוצט דאס אלס א "טול" צו מאכן זיכער אז דער ארבעטער טוט זין ארבעט, הויבט עס אן ווערן אן עול אויפ'ן ארבעטער, אמאל פילט ער סתם אז מ'שטיי אים אויפ'ן קאפ, אמאל אז מ'טראסט אים נישט, און אמאל נאכמער, ער פילט ווי ער דארף נישט זיין אליינס אזוי ריספאנסעבל, אמער, דער בעה"ב/מענעדזשער מאכט דאך שוין זיכער אז אלעס זאל ווערן געטון ריכטיג, אידער וועי קען עס שטארק פועל זיין אויף די מוט און חשק.

ווידער וועגן פינאנציעלע אינסענטיווס, איז די כלל, ווי די וועלט זאגט "געלט איז נישט אלעס"!

יא! א באונעס קען געבן א פוש! אבער מ'קען נישט מאטיווירן קיין ארבעטער "נאר" מיט געלט, ס'קען העלפן! צייטווייליג! אבער נישט אלס דער עיקר. ס'מוז זיין עפעס א געפיל פינעם ארבעטער צו זיין דזשאב אז ער זאל עס קענען אנהאלטן און אויספירן צום מאקסימום פאטענציאל. אמאל איז דאס אז מ'גיט אים א וויזיע צו זיין פאטענציאל, און/אדער מ'העלפט אים סעטן גאולס, אמאל איז דאס אז דער בעה"ב מאכט אים שפורן פארט פין די זאך, אמאל איז גענוג אז ער קריגט חיזוק און קאמפלימענטן ווען זאכן גייען גוט, און גאר א שטארקע זאך איז אז מ'גיט אויך איבער פאר'ן ארבעטער פול רעספאנסיביליטי, און מ'לאזט אים דאס וויסן אז מ'פארלאזט זיך אויף אים, און די געוויסע דזשאב איז "זיינס"! און אז מ'גלויבט אז ער וועט דאס אויספירן אויפ'ן בעסט'ן וועג מעגליך אנע "מייקרא-מענעדזשען" מצד דעם בעה"ב, ס'ווענדט זיך אסאך אין די פאזיציע פין וואס מ'רעדט.

דער עיקר ער דארף פילן א געוויסע סיפוק און זיין ארבעט, אז נישט ווערט די ארבעט ראבאטיק און צוגעגעסן, און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען.

עמיר ווארטן צו הערן וואס שטארק זיך'ס טעאריע איז, און וואספארא סעלושענ'ס מ'קען פאקטיש נוצן דערצו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:42 pm

כך שמעתי אז באקענטע נגיד ב.פ. פארבורט נעמען א יעדע ארבערטער אלס שותף קליינע פארשטיט זיך אין א בנין אזוי האט די ארבערטער מוט . כך

שוין
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 05, 2018 12:52 pm

תגובהדורך שוין » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:55 pm

שטארק זיך האט געשריבן:חשוב׳ע ביזנעס פירער און מענעדזש, איז דער פאלגענדער סינעריאו אייך קאנטליך?


מכה:
עטליכע חדשים נאכן ארייננעמן נחמן, א גוטער ארבעטער, מערק איך ווי עפעס גייט נישט ווי געהעריג, ער קומט נישט אן זיין פאטענציאל, פון איין זייט איז ער דא, עכ״פ פיזיש טוט ער וואס ער מוז, אבער זיין ענערגיע, זיין מח איז בכלל נישטא.

אין אמת׳ן איז נחמן נאר א דוגמה, ווארום פאר סיבות וואס איך פארשטיי נישט געהעריג, האט יעדער ארבעטער אן ״ערגעץ״ ווי ער איז נישט בסדר. איינער (פילע) טוט בעצם יא זיין ארבעט; אבער איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, ער איז עפעס נישט ׳דערין׳. און כאטש אויבנאויפיג ערפילט ער פחות או יותר זיינע פליכטן. שפיר איך ווי ער טוט מיר א גאנצע טובה...

פראבירנדיג צו לעזן דעם פראבלעם האבן מיר איינגעפירט בעסערע איבערזיכט, מער קאנטראל און אפילו געגעבן מער פינאנציעל אינסענטיוון. פאר א קליינע וויילע האט אויסגעזעהן ווי עס רירט זיך אביסל. אבער עס האט לאנג נישט גענומען און, מפטירין כדאתמול.

די סיבה, פארוואס איז דאס אזוי? אינעם נעקסטן פאסט

נו נו!!?!?!? מיר ווארטן מיט שפאנונג !!!!

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:25 pm

שלום עליכם כבוד הרב,
ווי עס זעט אויס פון אייערע שורות, פרעגט איר נישט די שאלה פאר אייך, אדער זענט איר קיינמאל געווען אן ארבעטער!

אן בעל הבית פון א קאמפאני וואס איז געווען "פארשקלאף" יארן פאר א צווייטע בעל הבית, האט סאך מער א גרעסער אפארטוניטי צו פארשטיין די ארבעטער, אין האלטן אן ארבעטער, אין ארויס נעמען די מאקסימום פון די ארבעטער, אן דארפן רעיסן אין געבן באונעס יעדע שני וחמישי.

נאר פון אייגענע עקספיריענק'ס אין זיך דערמאנען די אלטע צייטן אלץ ארבעטער, נאר אזוי קען מען זיין עכט סוקסעספול מיט א גוטע טיעם.

ווי אויך דארף מען געדענקן אז צווישן די ארבעטער'ס קענען זיין רייבערייען אדער קנאה, וכו', וואס דאס מאכט אן ענוויירעמענט זייער נישט געשמאק צו ארבעטן, אין די קאנציקווענצן זעט מען צווישן אייערע שורות.

בכלל וויאזוי צו טריטן אונזערע אידישע ברידער מיט א גאלדענע הענטשעך, ווי למשל יעצט פאר די ימים טובים סעזאן זיי געבן א קאלענדער, ווי זיי זאגן אז זיי זאלן דאס אריין פילן ווען די ביזנעס איז אופן אין ווען נישט, לויט זייערע פארשטאנד, אין לויט דעם גייסטו טרייען אויסצושטעלן די סעקדזשאל, וואס דאס מאכט זיי פילן זייער וויכטיג, אין אז די רעכנסט דיך מיט זיי מער ווי די דארפסט, אין דאס דארף טאקע זיין, אין אזוי קען מען זיי אריין ברענגען אין די זייך, מיט א שטארקע מיינד אז זיי זענען וויכטיג פאר די ביזנעס אין וועגן דעם דארפן זיי ארבעטן מער עלעגאנט פאר דיר, בלאבלאבלבאבלבאבלא.

#געדענק אן ארבעטער וויל כסדר הערן וואס טוצאך אין ביזנעס, ווי סע וואקסט, דאס געט עקסייטמענט מער ווי א רעיס.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:14 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:#געדענק אן ארבעטער וויל כסדר הערן וואס טוצאך אין ביזנעס, ווי סע וואקסט, דאס געט עקסייטמענט מער ווי א רעיס.

שטארק!
דער ארבייטער דארף אבער האבן א וועג צו וואקסן מיט די קאמפאני


אגב. די וועלט זאגט אז איעדע כלל האט א יוצא מן הכלל און דאס איז אויך נישט קיין כלל

לענינינו. ס'וועט אייביג זיין ארבעטער וואס מ'קען נישט צופרידן שטעלן און פון זיי דארף מען פטור ווערן ווייל זיי פאר'סמ'ען די לופט

כ'שרייב עס ווייל מ'הערט אזוי פיל וואס צו טוהן צו מאכן א גוטע אטמאספערע און וויפיל דער באלעבאס איז שולדיג אין די נישט גוטע שטימונג אז ס'קען זיך אמאל דאכטען אז יש דברים בגו. זאל מען וויסן אז נישט אייביג איז דער באלעבאס דער פראבלעם און צומאל דארף מען מקיים זיין דעם אין ביעור חמץ אלא שריפה און מבער זיין דאס "זויערקייט" ביי די ארבעט מיטן "פייערן"
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:51 pm

א גוט יאר טייערע חברים, צומאל ווען עס גייט נישט ווי געפלאנט, קומט מען נאך אפ פיל בעסער.

אט איז א לעבעדיגע משל

נאכדעם וואס צוליב ריין טעכנישע סיבות האב איך נישט געקענט ממשיך זיין מיטן שמועס דא, זענען באלד געקומען צו פליען עטליכע ניקס און גענומען די זאך אין דער האנט אריין איינגעפדעמט דעם שמועס אויף די ריכטיגע רעלסן... שכוח אייך.

משה'לע:
משהלע האט געשריבן:זייער פשוט. ער איז נאר אן ארבייטער. ער וועט ארבייטען פאר זיין ברויט וזהו.

קודאס, דאס איז א סטעיטמענט וואס איך אפרישיעט, איך אליין וואלט נישט בעסער געקענט ארויסברענגן דעם טעות'דיגן מיינדסעט וואס איז ווארשיינדליך פון די גרונדן פונעם פראבלעם. אדאנק דיר.

אבערוואס:
ווידער וועגן פינאנציעלע אינסענטיווס, איז די כלל, ווי די וועלט זאגט "געלט איז נישט אלעס"!

גאלד!
ווי מיר וועלן שפעטער אויסברייטערן, כאטש וואס געלט איז 'ענטערי לעוול' צו האבן און אנצוהאלטן דעם פאסיגן ארבעטער, איז אבער פאראן פונקטן וואס זענען פונקט אזוי וויכטיג, און אין פעלער נאך וויכטיגער.

איינע פון די דאזיגע פונקטן ליגט אין די ווערטער פון 'בארואיגט-אייך'
בארואיגט-אייך האט געשריבן:#געדענק אן ארבעטער וויל כסדר הערן וואס טוצאך אין ביזנעס, ווי סע וואקסט, דאס געט עקסייטמענט מער ווי א רעיס.

ודפפ"ח.
וויפיל צו אינוואלוון ארבייטער און וויאזוי, אי"ה בהמשך.

כדי שלא לבייש... איז מר 'הענדימאן' געקומען צו די רעסקיו פון די בעלי בתים, אנמערקנדיג ריכטיג, אז נישט אלעמאל איז דער בעל בית דער שולדיגער, צומאל איז עס דער ארבייטער.

מיט דעם זענט איר גערעכט אבער נישט אינגאנצן, ווארום פון א ריכטיגן ביזנעס שטאנדפונקט, איז דער עצם פאקט אז אן אומפאסיגער ארבייטער זוימט זיך אין די ארבייטסקראפט, איז עס דער אחריות פון זיין אויבערהאר (אימידיעט סופערוויזער וכדו') און ווען דער אויבערהאר טוט נישט דאס זייניגע געהעריג, גייט עס ווייטער ארויף ביז ביז... צום בעה"ב.

אבער די נושא געהער מער אינעם 'עקזעקיוטיוו אשכול' שלב"ל. אפשר איין טאג.

שכח אייך אלע, איך האף בקרוב (ניין איך גיב נישט קיין דאטום) ממשיך צו זיין מיט 'סיבה'

דערווייל 'שטארקט אייך' צום גרעסערן צוקונפט!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:21 pm

נו מיינע נערווען זענען אנגעצויגן...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

תגובהדורך לענ''ד » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 8:52 pm




Weak leaders expect your loyalty. Strong leaders work hard to earn your loyalty, and twice as hard to keep it.

https://www.linkedin.com/pulse/weak-lea ... hnepolsky/

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 8:54 pm

וועלקאם בעק
איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט מיר ווארטן אויף די לענגערע שיעור

לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

תגובהדורך לענ''ד » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 8:55 pm


לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

תגובהדורך לענ''ד » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 8:58 pm


שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 1:13 pm

די סוגיא פון ארבעטס-געבן (קעפל געטוישט)

לכבוד ענקער קאאפעראציע און ברייטערע אינטערעסע, וועל איך אי״ה שרייבן אויף ברייטערן פארנעם ווי מתחילה געפלאנט.

אויב לכתחילה וואלט זיך דער פאוסט באצויגן בעיקר צו ארבעטערטער וואס זענען ׳בהוה׳ אויף זייער פאזיציע, וועלן מיר למעשה פארברייטערן און דעקן די גאנצן היקף פון ארבייטס-געבן די באנעמונג צו די ארבייטער און די הייערינג און, יא, אויך די פייערינג פראצעדורן.

ביטע נאטירט: די סעריע איז בעיקר געווידמעט צו די פירערשאפט פון א ביזנעס. כמובן קען איטליכער אפגעוואנדן אין סטאטוס אדער פאזיציע ארויסנעמען גוטע נקודות פון די סעריע.

עס איז א גלייכע איינפירונג אין ביזנעס אדער סיי וועלעכע חלק פון לעבן, אז ווען מען טרעט צו צו אימער א פראיעקט, קלארט מען פריער אויס וואס פונקטליך מען וויל אלס רעזולטאט פונעם פראיעקט. און א קריטעריע אויף לאחר המעשה, וואס וועט הייסן סוקסעס, און וואס א דורכפאל. טא, לאמיר עס טוהן, יעצט:

אלזא, ווען דו ענדיגסט ליינען דעם סעריע פאוסטס, איז מיין רצון דו זאלסט האבן א קלארערע באגריף אין די פאלגענדע. דאס איז סוקסעס

    - וואס איז דער ציל פון האבן ארבייטער; און לויט דעם, וויאזוי דארף מיין בליק זיין אויף ארבעטער.
    -וואס זענען די הייער פראצעדורן וואס וועלן ברענגן דערצו אז דיין ארבעטס קראפט באשטייט נאר פון פאסיגע פערזאנען
    - דער צוגאנג וואס קען מאכן דעם גרויסן דיפערענץ צי די ארבייטער זאלן דיר יא אדער נישט ברענגן די ערווארטעטע רעזולטאטן.
    - פראקטישע סיסטעמס וואס דו קענסט איינפירן מתחילה צאמצושטעלן בעסערע טיעמס.
    אביסל איבער וויזוי מען קען פרובן בעסער צו מאכן ווען מען האלט לאחר הפאקט און דער מצב איז נישט גוט.
    - ווען 'מוז' מען - פאר׳ן טובה פון די ביזנעס און ׳נאכמער׳ פאר די טובה פונעם ארבעטארער. רייניגן הויז.
    - טולס און אינדעקסעס וואס זענען אויף די מארקעט דיר ארויסצוהעלפן, וועלעכע זענען אפעקטיוו אדער פארקערט לויט מיין עקפעריענס
    - וויאזוי אונזער קאמפעני MJF Leadership Consulting קען דיר בייהילפיג זיין צו ראטעווען דעם מצב און /אדער אהערשטעלן א געזונטע צוגאנג צו די ארבעטער אספעקט פון די ביזנעס, און עס ׳סיסטעמעטייזן׳ למען יעמדו ימים רבים
אויב נאכן דורכליינען די סעריע ביסטו מיט גארנישט קלארער אויף למעשה, בין איך דורכגעפאלן.

מיין איז אי״ה צו שרייבן ספאנטאניש און אינטער-אקטיוו, דאס מיינט איך וועל אי״ה רעאגירן אויף ענקער אפרוף און רעאקציע, כפי מיסת הפנאי. און במשך וועלן די אויבנדערמאנטע נושאים פלוס געקאווערט ווערן.

נו, שרייט אויס!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 3:55 pm

שלום עליכם 'שטארק זיך', כ'ווארט אויפן המשך,
חביבי

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 4:57 pm

יעצט איבערגעבליקט די אשכול.

קוקט אויס ווי עס ווארט אונז א א רייכע ארטיקל!

שטארקי, קום אריין מיט א אריכות!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 8:45 pm

שמאטע האט געשריבן:קוקט אויס ווי עס ווארט אונז א א רייכע ארטיקל!

שטארקי, קום אריין מיט א אריכות!!


און וועגן גילוי עמיר זיך זארגן אנאנדערס מאל...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:32 pm

MJF Leadership Consulting האט א וועבסייד?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט