אדווערטייזמענט: אפיציעלע "קאל פרא" אשכול - וועכנטליכע אפדעיטס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אדווערטייזמענט: אפיציעלע "קאל פרא" אשכול - וועכנטליכע אפדעיטס

תגובהדורך CallPro » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:10 pm

"קאל פרא" איז שוין נישט קיין גאסט דא אויף "אייוועלט".

מיר זענען שוין עטליכע מאל געווען דא אדווערטייזד פאר געוויסע פראיעקטן, אבער אצינד עפענען מיר דעם אפיציעלן אשכול, מיט'ן גוטהייסונג פון די חברי ההנהלה, צו דעליווערן די כסדר'דיגע אפדעיטס פאר אונזערע קאסטומערס און נישט קאסטומערס צוגלייך. מיר האבן ב"ה צענדליגער קאסטומערס דא אויף אייוועלט, וואס זענען אנגעקומען צו אונז דורך דעם רייכן סייד, דעריבער איז רעכט אז מיר זאלן אפדעיטן די פארשידענע 'אפדעיטס' וואס איז כסדר דא אין אונזער סיסטעם.

ווי באקאנט טוט "קאל-פרא" כסדר פאראויסלויפן צו אנטוויקלען די בעסטע טעכנאלאגיע און מעגליכקייטן, ארויסצושיקן פובליק-בראודקעסטס און מעסעדזשעס פאר גרופעס, משפחות, א.א.וו. – אין דעם דאזיגן אשכול וועלן מיר בעז"ה וועכנטליך אפדעיטן די ליינער מיט אפדעיטס, איבער די פארשריט און נייע מעגליכקייטן פון "קאל-פרא".

מאכט זיכער צו טשעקן אונזער אשכול איינמאל א וואך. פאר סיי-וועלכע פראגע: אדרבה פרעגט!

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #1

תגובהדורך CallPro » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:11 pm

אלס ערשטע אפדעיט אויף "אייוועלט" ווילן מיר מיטטיילן מיט אייך, איינס פון די לעצטיגע, רעוואלוציאנערע אפציעס פון "קאל-פרא":

Calling Merge
מיט דעם 'פיטשער' קענט איר ארויפלאודן אן עקסעל-שיט מיט אינפארמאציע אויפ'ן סיסטעם, און דערנאך ארויסשיקן א בראודקעסט, בשעת צו יעדע אינדיווידועלע נומער וועט אנקומען די ספעציפישע אינפארמאציע וואס איר ווילט שיקן צו יענעם.

דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך ספעציעל פאר ביזנעסער, וועלכע קענען אצינד ארויסשיקן א בראודקעסט צו קאסטומערס בנוגע "בילינג". מען טוט ארויפלאודן די עקסעל-שיט מיט די סכום פון יעדנ'ס ביל, און די אלגעמיינע רעקארדירונג וועט זאגן "איר האט א באלאנס" - און דא טוט דער סיסטעם אריינלייגן פאר יעדן באזונדער די ציפער וואס מען איז שולדיג.

ווי אויך קען עס גאר שטארק צונוצקומען פאר שמשים, וכד' צו קענען ארויסשיקן קאסטומייזד מעסעדזשעס פאר א גרויסן ציבור מענטשן, פאר פעימענט רימיינדער'ס, א.ד.ג.

די סיסטעם ערמעגליכט אריינצולייגן וויפיל קאלומס איר ווילט נאר אינעם עקסעל-שיט, און ביים ארויסשיקן דעם בראודקעסט קומט אן צו די קאסטומערס\מעמבערס אלע פערזענליכע אינפארמאציע וואס איר ווילט שיקן.

דערביי קומט צו די העכסט-נוצבארע אפציע פון Push to connect – אז דער קאל-ערהאלטער זאל קענען דרוקן א קנעפל צו ווערן קאנעקטעט צו אן אנדערע ליין. ווי למשל, אז ער זאל קענען דרוקן צו באצאלן א ביל.

דאס איז בלויז איינע פון די לעצטיגע אפדעיטס אויף אונזער סיסטעם, וואס שפאנט פאראויס כסדר מיט פרישע פיטשערס און מעגליכקייטן.

פאלגט נאך אונזערע אפדעיטס!

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #2

תגובהדורך CallPro » זונטאג אוגוסט 26, 2018 2:49 pm

בס"ד ברענגען מיר דעם צווייטן 'קאל-פרא' אפדעיט פאר די אייוועלט ליינער. מיר האבן ב"ה באקומען גוטע פידבעק פון אונזער פריערדיגע אפדעיט, וואס צייגט אן אינטערעסע ביי א גרויסע טייל צו הערן איבער אונזערע כסדר'דיגע פארשריט און אפדעיטס וואס מיר האלטן כסדר אין איין צולייגן צו אונזער סאפיסטיקירטע סיסטעם.

אינטערנאציאנאל!

עס איז אפיציעל! "קאל פרא" גייט אינטערנאציאנאל און אונזערע קאסטומערס קענען שוין אצינד אריינלייגן אין זייערע קאנטעקטס אויך די נומערן פון קרובים\גרופע-מיטגלידער פון די UK, און מעלדונגען קענען ווערן דעליווערט איבער'ן ים.

מען קען אריינלייגן דעם 13 דיזשיט נומער סיי אויף די Online Portal און סיי דורכ'ן Phone launch.

(ערקלערונג: יעדע קאסטומער קען מענעדזשן דעם 'קאל-פרא' אקאונט דורך צוויי וועגן, 1) אנליין, 2) דורכ'ן טעלעפאן – וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט פאר'ן היימישן ציבור, כדי מען זאל קענען האבן אן אקאונט אפילו מען האט נישט קיין צוטריט צו די אינטערנעט.)

האלט חשבון! ווען איר שיקט ארויס א מעסעדזש וואס וועט אויך אנקומען צו די UK, געדענקט אז די זייגער דארט איז מיט 5 שעה פאראויס, און נעמט אין חשבון ווען עס וועט אנקומען צו זיי.

בראודקעסט-רעפארט אויף די "פאון-לאונטש"

מיר האבן אויך ערמעגליכט צו קענען הערן א "רעפארט" נאכן ארויסשיקן א בראודקעסט אויך דורכ'ן "פאון לאונטש".

אנווייזונגען: ווען איר רופט אריין צו אייער אקאונט, גייט צו "Manage your broadcast" און דרוקט 3# - דארט וועט איר קענען הערן א "לייוו רעפארט" וואו עס האלט אייער בראודקעסט, וויפיל קאלס עס איז שוין דעליווערט געווארן; וויפיל איז געווארן אויפגעהויבן; וויפיל איז יעצט לייוו; און וויפיל עס איז געגאנגען צו די וואויסמעיל.

אזוי אויך וועט בלייבן אין די היסטאריע די סך הכל פון די לעצטע 10 בראודקעסטס.

די 2 אויבנדערמאנטע אפדעיטס זענען עקסקלוסיווע אפציעס פון 'קאל פרא', און קיין שום אנדערע פירמע פארמאגט נישט די אפציע פון US און UK קאלס פון די זעלבע אקאונט, ווי אויך די רעפארטס אויף די "פאון-לאונטש". מיר שפאנען בעז"ה ווייטער נאכאנאנד, צו באארבעטן די קאל-פרא סיסטעם מיט די מערסט-סאפיסטיקירטע מעגליכקייטן, פאר די הנאה פון אונזערע קאסטומערס.

פאלגט נאך אונזערע אפדעיטס!

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #3

תגובהדורך CallPro » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 5:43 pm

אין "קאל פרא" איז כסדר דא פרישע אפדעיטס און נייעס, און מיר ארבעטן אן אויפהער צו פארבעסערן און מאכן אונזער סיסטעם נאך מער נוצבאר און צוגענגליך. פאלגענד איז א פרישע אפדעיט!
Push to connect

ווען איר שיקט ארויס א בראודקעסט צו אייער גרופע, קענט איר צולייגן דעם Push-to-connect אפציע, אז דער גרופע-מיטגלידער זאלן קענען דרוקן א קנעפל און דערמיט ווערן פארבינדן צו אן אנדערע ליניע, ווי למשל צו א פריוואטע היים\סעלפאון, וכדומה.

ספעציעל איז עס נוצבאר פאר ביזנעסער וועלכע קענען מאכן אז די קאסטומערס זאלן זיך קענען פארבינדן צום פעימענט סיסטעם, צו באצאלן די באלאנסן.

פאלגט נאך אונזערע אפדעיטס!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:16 pm

כ'וויל וויסן איין זאך,
איז דא א וועג פון אראפגיין פון די ליסטע פארוואס דארף איך ווערן צודרייט מיט טעלעפאון נומבער'ס וואס אסאך מאל זעהט עס אויס ווי א פשוטע סעל פאון נומבער וואס ווי פארשטענדליך הייבט מען עס אויף אפילו אינמיטן א וויכטיגע קאל ?
כ'פארגין אייך פרנסה ברויח אבער נישט אויף מיינע געהירן ביטע
א דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

תגובהדורך CallPro » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:34 pm

eller האט געשריבן:כ'וויל וויסן איין זאך,
איז דא א וועג פון אראפגיין פון די ליסטע פארוואס דארף איך ווערן צודרייט מיט טעלעפאון נומבער'ס וואס אסאך מאל זעהט עס אויס ווי א פשוטע סעל פאון נומבער וואס ווי פארשטענדליך הייבט מען עס אויף אפילו אינמיטן א וויכטיגע קאל ?
כ'פארגין אייך פרנסה ברויח אבער נישט אויף מיינע געהירן ביטע
א דאנק


אנטשולדיגט פאר'ן נישט אנקומען צו ענטפערן די פראגע ביז יעצט. אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל...

"קאל פרא" איז נישט קיין טעלעפאן-סיסטעם פאר עדווערטייזינג וואס קאלט סתם ארום נומערן אן קיין סיסטעם. קאל פרא איז בכלל נישט דאס, און אייגנטליך איז אונזער סיסטעם דירעקט 'נישט' געמאכט פאר ראבא-קאלס, טעלע-מארקעטינג, וכדומה. אויב באקומט איר אומגעוואונטשענע טעלע-מארקעטינג קאלס, איז עס נישט פון קאל-פרא.

"קאל פרא" איז א סערוויס פאר קאסטומערס, וועלכע זוכן א פלאטפארמע וואס זאל צוזאמהאלטן א גרופע, ווי משפחה-מיטגלידער, קהלה, חבורה, מוסד, וכד'. יעדע גרופע ווערט אנגעפירט און קאארדינירט דורך איינע פון די גרופע\משפחה מיטגלידער, וועלכע קענען אליינס מענעדזשן די גרופע דורך די 'אנליין פארטעל' אדער דורך די 'פאון לאונטש'.

בדרך כלל ווען א משפחה האט א פאון-סיסטעם איז עס פאר די הנאה און צופרידנהייט פון אלע משפחה מיטגלידער אדער גרופ-מעמבערס, און ס'איז שווער צו גלייבן אז עמיצער איז אויף א גרופע וואו ער וויל נישט זיין. טאמער יא, קען מען רעדן צום גרופע אנפירער אראפצונעמען זיין נאמען, אדער קען מען זיך אליינס אראפסיינען.

"קאל פרא" איז דירעקט נישט פארבינדן אין קיין שום טעלע-מארקעטינגס און אדווערטייזינג פאון-קאלס, עס איז א נוצבארע סיסטעם "פאר" די קאסטומערס, צו נוצן לויט זייער געשמאק, צו די צופרידנהייט פון זיי אליינס.

ווי פארשטענדליך קענען מיר נישט "אראפנעמען אייער נאמען פון די ליסטע", ווייל מיר האבן נישט קיין שום ליסטעס...

א יישר כח פאר'ן פרעגן, אזוי האבן מיר די געלעגנהייט ארויסצוברענגען דעם חילוק.

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #5

תגובהדורך CallPro » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 11:31 am

"איין מיליאן קאלס" אפצייכענונג!

אומגלויבליך; אבער א פאקט!

אין די לעצטע 18 חדשים, זינט 'קאל-פרא' איז עטאבילירט געווארן, האבן שוין קאל פרא בס"ד דעליווערט די אומגלויבליכע נומער פון איין מיליאן קאלס! וואס איז ארויסגעשיקט געווארן דורך די חשוב'ע קאסטומערס און מעמבערס, מיט'ן ציל צו פארמערן אהבה, ואחוה, שלום וריעות צווישן בני משפחה און חברים.

דער מילשטיין איז אזוי וויכטיג און מערקווירדיג, ווייל מען רעדט נישט פון קיין מאסיווע 'מאסן-קאלס' וואס מען שיקט ארויס פאר טויזנטער מענטשן אויפאמאל, ווייל "קאל פרא" איז ספעציעל געמאכט פאר קלענערע משפחה-גרופעס וכד' וואס יעדע גרופע ציילט זיך אין די צענדליגער אדער הונדערטער נומערן, דעריבער איז דער נומער פון "איין מיליאן" אזא חידוש!

איין מיליאן מאל האט א היימישע טעלעפאן-נומער געקלינגען מיט א היימישן קלאנג, און געברענגט א פרייליכע, היימישע מעסעדזש פון א נאנטן משפחה-מעמבער, חבר, חבר'טע, א.ד.ג. און האט געהאלפן אנווארימען די באציאונגען און נענטער ברענגען אידישע הערצער.

זייט אויך א חלק פון די רעוואלוציע און באוועגונג, וואס פארשפרייט זיך ב"ה מער און מער צווישן כלל ישראל, ברענגענדיג אויסטערלישע בענעפיטן פאר די משפחות\גרופעס?!

לאמיר שטעלן אונזער ציל ווייטער: און גאר בקרוב וועלן מיר אי"ה אנקומען צום "צוויי מיליאן מילשטיין" – און נאך מער פארברייטערן דעם געוואונטשענעם באוועגונג און סערוויס, צו די הנאה און צופרידנהייט פון אלע באנוצער!

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #6

תגובהדורך CallPro » זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:37 pm

נייע אפדעיטס אין די 'קאל-פרא' סיסטעם!

ווי איר האט שוין מסתמא באמערקט איז די קאל-פרא סיסטעם נישט קיין טויטע פראגראם, וואס 'כזה ראה וקדש', נאר מיר האלטן אויף א פולע דעוועלאפמענט טיעם, וועלכע ארבעטן כסדר צו פארבעסערן דעם סיסטעם, און צולייגן נאך פיטשיווקעס, אפדעיטס, טוישונגען, לויט די פארלאנג און געברויך פון די מעמבערס.

מיר האלטן כסדר די אויגן אפן, און מיר זענען אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט די הונדערטער מעמבערס, און סיי-ווען מען הערט א באמערקונג אדער געדאנק איבער עפעס וואס קען פארבעסערן און מאכן דעם סיסטעם מער צוגענגליך צום נוצן, וועלן מיר עס בעז"ה אויספירן.

פאלגענד מעלדן מיר צוויי לעצטיגע טוישונגען וואס מיר האבן אריינגעלייגט אינעם פראגראם, אויפ'ן פארלאנג פון די באנוצער:

1)
ווען א בראודקעסט ווערט ארויסגעשיקט - אפילו א גרויסע בראודקעסט פאר אסאך מענטשן - וועט דער ארויסשיקער באקומען א קאל פונעם סיסטעם, וואס וועט אים מודיע זיין נאכדעם וואס די בראודקסט איז דעליווערט געווארן סוקסעספול.
עס וועט ארבעטן סיי ווען איר נוצט דעם פאון-לאונטש, און סיי ווען איר נוצט די אנליין פארטעל.

2)
אזוי אויך האבן מיר געמאכט אן אפדעיט וואס ערלויבט שוין צו קענען דיליטען דורך די פאון-לאונטש, אפילו א נומבער פון די UK, וואס ביז היינט האט מען עס נאר געקענט דיליטען דורך די אנליין פארטעל.

מיר זעצן פאר צו מאכן פראגרעס און צו פארבעסערן דעם סיסטעם יעדן טאג, פאר די צופרידנהייט פון אונזערע מעמבערס. פאר סיי-וועלכע באמערקונג אדער פראגע, שפירט פריי צו רופן אונזער סופארט טיעם אויף 888-604-2612.

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #7

תגובהדורך CallPro » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:52 pm

קאל-פרא 'אויספרעג'

היינטיגע וואך וועט 'קאל-פרא' דורכפירן א סורוועי צווישן אונזערע הונדערטער מעמבערס, וואו עס וועט פארגעשטעלט ווערן די געלעגנהייט אויסצואוועלן אויף וועלכע פיטשערס מיר זאלן ווייטער ארבעטן צו דעוועלאפען.

ווי באקאנט ארבעט אונזער דעוועלאפמענט טיעם כסדר צו פארבעסערן דעם סיסטעם, און איינפירן פארשידענע טוישונגען און אפדעיטס, לויט די פידבעק און פארלאנגען פונעם ציבור, דעריבער ווילן מיר הערן פון אונזערע מעמבערס, וועלכע טוישונגען איז לויט זייער מיינונג די וויכטיגסטע, אז מיר זאלן צום ערשטן ארבעטן דערויף.

די דריי אויסוואלן וואס ליגן יעצט אויפ'ן טיש, זענען ווי פאלגענד:

    1. Auto-Replenishment – דאס וועט מאכן אז ווען מען באשטעלט מינוטן דורך די Pay as you go אפציע - וועט זיך די אקאונט אצינד אויטאמאטיש צוריק אנפילן ווען עס לויפט אויס פון מינוטן.

    2. Yiddish Phone Launch. - דאס מיינט אז מיר זאלן איבערארבעטן דעם גאנצן פאון-לאונטש סיסטעם אז עס זאל רעדן די אידישע שפראך, אנשטאט ענגליש.

    3. Sub-User Just To Send Messages. - אז מען זאל קענען צולייגן א סוב-יוזער, חוץ דעם אקאונט מענעדזשער, אבער דער סוב-יוזער וועט בלויז קענען ארויסשיקן מעסעדזשעס, און נישט האבן קיין קאנטראל אויף די אקאונט, צוצולייגן קאנטאקטס אדער צו קויפן און באצאלן.

מיר האפן צו מעלדן די רעזולטאטן בקרוב!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:56 pm

א נאנטער מיט אן אקאונט האט מיר געזאגט אז ער האט זיך געמטשעט אז מען קען נישט וויסן ווער/וועלעכע פאון נומער איז שוין אויף א גרופ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

תגובהדורך CallPro » זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:15 pm

א דאנק פאר'ן פרעגן...

איך שטעל זיך פאר אז דער נאנטער נוצט אונזער "פאון לאונטש סיסטעם", ווייל אויף די "אנליין פארטעל" איז זייער גרינג צו זעהן צו א נומבער איז שוין אויף א גרופ. אפילו אויב עס זענען דא עטליכע הונדערט נומבערס אין א גרופ, קען מען פשוט פרובירן צוצולייגן דעם נומבער, און אויב איז עס שוין אויפ'ן גרופ, וועט דער סיסטעם זאגן אז דער נומבער עקזיסטירט שוין.

יעצט, פאר די "פאון-לאונטש-סיסטעם" איז דא 3 וועגן וויאזוי איר קענט וויסן צו א נומבער איז שוין אין א גרופ:

1) פרוביר צוצולייגן דעם נומבער, און אויב איז שוין דער נומבער אין די גרופ, וועט דער סיסטעם זאגן אז דער נומבער איז שוין דא. אדער קען מען "רימאווען" דעם נומבער, און אויב איז עס נאכנישט געווען וועט דער סיסטעם זאגן אז די נומבער עקזיסטירט נישט.

2) מען קען בעטן דעם סיסטעם זאל אויסרעכענען אלע נומבערס פון די גרופ, און די מאשין וועט אויסרעכענען נומבער נאך נומבער. פארשטייט זיך אז די אפציע וועט נעמען אביסל צייט.

3) איר קענט אייביג אריינרופן אין אפיס, און אונזער געטרייע קאסטומער-סערוויס שטאב וועט אייך גערן נאכקוקן צו דער נומבער איז שוין אינעם סיסטעם, און קען אייך העלפן אויפסעטן קאנטאקטס, און העלפן מיט סיי-וועלכע פראבלעם. די אפיס נומבער איז 888-604-2612.

נאכאמאל א דאנק פאר'ן פרעגן, און פאר סיי-וועלכע אנדערע פראגע קען מען פרעגן דא אדער אריינרופן אין אפיס.

CallPro
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #9

תגובהדורך CallPro » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 6:15 pm

פארשנעלערט דעם "פאון לאונטש סיסטעם"

ווי געמאלדן אינעם פאריגן אפדעיט וועלן מיר ארבעטן אויף די צוויי פארבעסערונגען וואס איז אריינגעקומען די העכסטע ביי אונזער סורוועי. די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג, און האלט אצינד ביים דעוועלאפמענט שטאפל, און מיר האפן אז בקרוב וועט עס קענען גיין צום טעסטינג-שטאפל.

אין די זעלבע צייט וואס מיר ארבעטן אויף יענע אפדעיטס, איז צוגעלייגט געווארן אן אפדעיט וואס איז שוין יעצט אין קראפט, וואס טוט פארשנעלערן דאס זיך באנוצן מיט'ן סיסטעם. דער אפדעיט איז ווי פאלגענד:

ווען מען דרוקט אן אומריכטיגן קנעפל אויפ'ן פאון-לאונטש און דער סיסטעם זאגט אז דער אויסוואל איז א טעות, וועט מען נישט דארפן אויסווארטן די פאר סעקונדעס וואס דער סיסטעם רעדט, נאר מען קען תיכף דרוקן ווייטער די ריכטיגע נומערן וואס מען וויל דרוקן. דאס וועט אי"ה פארשפארן איבריגע צייט און פארגרינגען זיך צו באנוצן מיט די קאל פרא פאון לאונטש סיסטעם.

*

חנוכה-סעזאן; נוצט "קאל פרא" מיט סוקסעס!

אצינד ווען עס קומט די חנוכה-טעג איז די פאסיגע צייט צו נוצן דעם "קאל פרא" סיסטעם צום מאקסימום, צו מעלדן די צייטן פון די חנוכה מסיבות, ארומשיקן וואונטשן פון זיידע\באבע, א.א.וו. – עס קען אויך שטארק צונוצקומען אונזער "סורוועי" אפציע אויב ווילט איר אויספרעגן אלע בני משפחה צו זעהן וועלכע טעג עס זענען די מערסטע פאסיג פאר די חנוכה-מסיבה, און איר וועט אזוי באקומען פונקליכע רעזולטאטן וועלכע טעג עס איז די בעסטע פאר יעדן איינעם.

א פרייליכן חנוכה!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], יעקב נפתלי רזב און 12 געסט