מארקעטינג: סוקסעספול עדווערטייזינג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

מארקעטינג: סוקסעספול עדווערטייזינג

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 4:36 pm

א גוט יאר אייך טייערע חברים בכלל און ביזנעסלייט בפרט,

איך וויל זיך דא אין דעם נייעם אשכול ווענדן צו די חשוב׳ע ביזנעסלייט אדער צו סיי ווער וואס האט אייגענע ערפארונג אין סיי וועלכע סארט עדווערטייזינג און מארקעטינג...

פיהל מאל ווען מ׳וויל מארקעטן א געוויסע ביזנעס, פראדוקט, סערוויס אדער איידיע וויל מען צו לייגן די געלט אויף א פלאץ וואס זאל צוריק ברענגן די מערסטע רעספאנס, נאר א חוץ אויב האסטעס שוין איינמאל פראבירט האסטו נישט קיין אההההנונג ווי ווייט (אדער נישט ווייט) דיין אינווענסטמענט וועט שלאגן ווארצלען, און פיל מאל טוט די רעספאנס זיין פיל שוואכער ווי ערווארטעט, ניטאמאל דעקענדיג די הוצאות..

אשע״כ וואלט געווען כדאי צו הערן פון די וואס האבן שוין עקספיריענס ווי און וואס ס׳לוינט צו משקיע זיין.. זאל די רעדע זיין פון א קליינע שורה קלאסיפייד אפצוגעפינען דיין אבידה אדער א מאסיווע פול קאלירטע בראשור מעילינג קאמפיין פאר א באקאנטע ארגעניזאציע, און פאר סיי וואס אינדערמיט...

און פון צייט צו צייט האף איך אייך דא צו ברענגן קראנטע אינפארמאציע און טיפ׳ס בנוגע גרעפיק דיזיין, מארקעטינג און עדווערטייזינג...

---

וואס זאגט דער עולם??
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 4:38 pm

הננו מוכן ומזומן!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

נייע אייטעמס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

תגובהדורך נייע אייטעמס » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 5:02 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:הננו מוכן ומזומן!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:57 pm

... האט געשריבן:הננו מוכן ומזומן!

גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 10:44 pm

שקויעך פאר גיין פתיחה.
מיר וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן איבער אזא סארט מארקעטינג. ווען מען האט א פראדוקט, סערוויס, א.ד.ג. צו פארקויפן פאר די גאס. אבער מען וויל נישט אז די עד זאל דיך מחייב זיין וויאזוי עס צו דעליווערן, אדער אז די פרייז זאל בלייבן סאליד. און אויך נישט הערן, איך קאל ווייל איך האב געזעהן די אדווערטייזמעט, אןו וואס קאנסטו מיר אפפערן צוליב די טובה אז איך קאל דיך פאר דיין פראדוקט.
אין קורצן. די עד זאל מחייב זיין דעם קונה צו לויפן קויפן דעם פראדוקט, אנע טענות ומענות
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 10:53 pm

צו געזונט, לאז וויסן ווען דו האסט אזאנס...
I have a bridge to sell
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:08 pm

לאמיר דאס מסביר'ן. די פראדוקט אדער סערוויס מוז נישט יעדער קויפן, אבער ווער עס דארף עס, מעג וויסען פון נאך צענדליגער וואס טוען דאס, אבער מען ווייסט אז נאר ביי צולייגער אדער ביי צו געזונט וועסטו קריגען די פראדוקט אדער סערוויס טאקע וויאזוי מען וויל עס האבען, נישט סתם קריגען דעליווערט אין א שאכטל און געגאנגען ווייטער
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:49 pm

צו געזונט האט געשריבן:מען וויל נישט אז די עד זאל דיך מחייב זיין וויאזוי עס צו דעליווערן, אדער אז די פרייז זאל בלייבן סאליד. און אויך נישט הערן, איך קאל ווייל איך האב געזעהן די אדווערטייזמעט, אןו וואס קאנסטו מיר אפפערן צוליב די טובה אז איך קאל דיך פאר דיין פראדוקט.
אין קורצן. די עד זאל מחייב זיין דעם קונה צו לויפן קויפן דעם פראדוקט, אנע טענות ומענות


צו געזונט האט געשריבן:אבער מען ווייסט אז נאר ביי צולייגער אדער ביי צו געזונט וועסטו קריגען די פראדוקט אדער סערוויס טאקע וויאזוי מען וויל עס האבען, נישט סתם קריגען דעליווערט אין א שאכטל און געגאנגען ווייטער

לאמיר פארשטיין קלאר; איז ׳יא׳ אדער ׳נישט׳ דא עפעס ספעציעל מיט דיין פראדוקט אדער סערוויס...?

א עד קען קיינעם קיינמאל גארנישט מחייב זיין (לדעתי), וואס יא? אינעם עד דארפסטו ארויסברענגן א ׳נקודה טובה׳ (עפעס וואס איז ׳באמת׳ דיין ספעשעלטי) וואס זאל אנרייצן דעם פאטענציאלער קונה צו לויפן און קויפן מרצונו הטוב..!
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:38 am

עס איז דא זייער א גיטע איידע אז מען לייגט אנדערע נאמבערס אויף די עדס אין מען זעיט פין וועכע מען קאלט די מערסטע עס איז דא פראגרעמס וואס וויזען דיך וויפל קאלס די האסט באקמען פון א גוויסע נאמבער
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:42 am

Graphic24 האט געשריבן:א עד קען קיינעם קיינמאל גארנישט מחייב זיין (לדעתי), וואס יא? אינעם עד דארפסטו ארויסברענגן א ׳נקודה טובה׳ (עפעס וואס איז ׳באמת׳ דיין ספעשעלטי) וואס זאל אנרייצן דעם פאטענציאלער קונה צו לויפן און קויפן מרצונו הטוב..!

זייער גוט ארויסגעברענגט!
(קודם קוק מיין אוועטער...) צ.ב.ש. איך לערן אויס פוירסט עיד און סי.פי. אר. אבער מיין ביזנעסס איז בעיסד אויף קאמפאני קליענטן, איך דיל נישט מיט דעם סטודענט, נאר מיט זיין ארבייטסגעבער, וואס וויל אז דארט זאל מען קאנען פאר סיי וואספארא אורזאך די זאכען. אבער איינער וואס איז יא געבעיסד אויף סינגל קלייענט, וויאזוי זאל ער ארויסשטארען, אז טראץ וואס עס זיינען פערהאן עטליכע וואס לערנען עס אויס, זאל מען וויסען, אז ווילסטו האבען א סערטיפיקעישאן אין פוירסט עיד און סי. פי. אר.? גיי דארטן צו יענעם. אבער אויב ווילסטו עס קאנען דורך און דורך, דאן איז נאר דא איין פלאץ!
בוי זיך זעלבסט

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:41 am

די מעינסטריעם פון היימישע מארקעטינג איז לגמרי נישט ריכטיג וויאזוי עס לויפט.
וואס איך זע כסדר איז, פראפעסיאנאלע מארקעטינג פירמעס וואס נעמען 50 צו 100 אלפים פון ריזיגע פירמעס מאכן א שוואכע דזשאב, בעת א אינגערמאנטשיגל וואס פארשטייט אן עסק קען דיר עפעס אהערשטעלן שיין און unique פאר גאר ביליג. די קאמפליצירט לויפנדע קארפארעיט אדוועטייזמענטס קוקט קיינער נישט אן, עס בלייבט בלויז א דיסקוסיע צווישן די 5-10 פראצענט יודעי מארקעטינג וואס באווינדערן דאס. משא"כ א פשוטע איינמאליגע אדוועטייזמענט וואס ברענגט קורץ ארויס אין לייכטע מאמע לשון א געצילטע סטעיטמענט וואס דיינע אויערן וואלטן געגליכן צו הערן, ברענגט די קראנסטע רווחים.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:48 am

בס"ד

ר' יום טוב זאגט שטארק, אבער ס'איז אסאך טיפער פון דעם.

איך האב שוין געהאט אזויפיל מאל וואס מיט א קליינע בודזשעט האבן קליענטן געזאגט א מעכטיגן WOW אסאך מער ווי ביי פריערדיגע גרויסע בודזשעטן, אבער דאס איז אויך נישט קיין כלל.

ווענדט זיך צי מען מארקעט א ספר, מסיבה, פירמע, סערוויס, צדקה, נאמען, פראדוקט - טארגעט איז דזשענעראל אדער ביזנעס אדער יונגעלייט אדער עקרת הבית אדער נאר א געוויסע יונגע-עלטער אדער שטאט-פלאץ-גאס-חסידות. מיליאן און איינס זאכן.

איינע פון די הויפט יסודות איז: געדולד.

נאך איינע פון די הויפט יסודות איז: ס'איז נישט וואס די עד זאגט אויפ'ן פאפיר, נאר וואס די עד "טוט אין מוח/הארץ." דאס איז דער חילוק פון אויסגעבן געלט אין גארבידזש ווייל די עד איז אויבנאויף גוט, צו אויסגעבן געלט פאר תכלית ווייל די עד "פירט אויס די מיסיע" ביים פאטענציעלן קאסטומער.

אין איין שורה: א פארעווע עד שרייט "מיר זענען די בעסטע." א גוטע מזל'דיגע זאגט וואס עס זאגט אבער דער עיקר איז אז דער מענטש צו וועמען איך וויל רעדן טראכט/פילט ביי זיך "WOW, דאס מוז זיין די בעסטע."

למשל, די יעצטיגע קאמפיין פון "קדם" אויף זיבעציג יאר. א ריזיגע הוצאה, אבער א ריזיגע הכנסה. פארוואס? ווייל (איך האב גארנישט קיין שייכות דערמיט) עס איז (קענטליך) געצילט צו בויען א גאר פעסטע "נאסטאלגישע עמאשאנעל קאנעקשאן מיט די ברענד." די עד האט קינדער, זכרונות פון אמאל, און זיי טיילן גרעיפ דזשוס פאר קינדער. א שטארקע קאמבינעישאן (גארנישט קיין פערצופאל אבי). וואס האט קדם דערפון, אז קומענדיגן סוכות, און פסח, און ווייטער עד ביאת המשיח, ווען עס וועט אויסקומען צו קלויבן א גרעיפ דזשוס אדער וויין ברענד, און מ'וועט זעהן די נאמען "קדם," וועט עס ציען די בענדלעך פון הארץ צו די "זיסקייט פון אמאל" און די "זיסקייט פון די קינדערישע יארן." נאכדעם דארף מען שוין נישט קיין איבעריגע עדס און מ'וועט כאפן דעם קדם פלעשל ווי דער קליינער כאפט א לאלי. דאס ציט מיט דיקע שטריק ווי אויפ'ן וואשינגטאן בריק, און עס איז גענוג אויף אסאך יארן. וועגן דעם לוינט זיך יעדע פעני אינעם קאמפיין. (נאכאמאל, איך אנאליז פונדרויסן, אן קיין אינערליכע שייכות.)

וואס איז פשט? מען האט א מהלך, מען ווייסט די טארגעט, עס איז לאנג-טערם, אלעס איז גוט אויספלאנירט, מען שרייט נישט אין די וועלט אריין.

די זעלבע מיט די "גפן" קאמפיין פון די כימדאנער (קרעדיט: שלשה אחים) זופ מישערס און אליוו פלאנצערס און טאמעטא שלעפערס. א גאר טייערע מעשה, מיט גאר שטארקע שטריק-באפעסטיגטע רעזולטאטן אויף אסאך יארן.

נישט אז מ'מוז עס טאן מיט פופציג אלפים. א קליינע פירמע מיט א NICHE טארגעט קען טאן די זעלבע זאך אויף א געצוימטע פארנעם, אבער ווייטער מיט וויסן צו וועמען מ'רעדט, וואס מ'וויל זאגן, וואס מ'וויל יענער זאל הערן-פארשטיין-טאן, וויאזוי מ'פירט אויס דעם ציל, דורך וועלכע סארט מידיע, אא"וו. מזל מידיע האט ממש יעצט געענדיגט איין אזא קליינע "ניטש" קאמפיין, עקסטרעם ענג אבער לעיזער-שטארק געצילט, פאר אונטער זעקס טויזנט דאלאר, ב"ה מיט הערליכע סוקסעס.

אביסל ארויס פון ארבעל, פשוט מיינע צוויי צענט. מ'האקט...!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:08 am

עס איז דא אין די וועלט א זאך וואס הייסט דירעקט רעספאנס מארקעטינג, און אויך ברענדינג.
עס האט צוויי באזונדערע צילן, און ווען מ'ווייסט ווי מ'צילט, פארשטייט מען אויב מ'האט סוקסעס אדער נישט.

ווען איינער שרייבט א קליין קלעסיפייד אז ס'וועט זיין צו באקומען וואטשערס פאר סעקשן 8 פון 3 ביז 4 פרייטאג נאכמיטאג, אין א פארשטופטע געגענט, וועט דארט זיין "פול" מיט אידן, יעדער וואס אים איז דאס א בענעפיט וועט קומען, און יעדער וואס ווייסט אז דו זיכסט עס וועט דיר מעלדן וועגן די עד וואס ער האט געטראפן, מענטשן וועלן עס ארום שיקן אויף אלע וואצעם גרופעס, ווייל מ'פארשטייט אז דאס איז א בענעפיט פאר אסאך מענטש.

די משל איז עקסטרעם פארשטייט זיך, אבער עס איז נאר צו מאכן א פוינט, למשל בינגא וועט האבן ביליג סוכות, נישט ווייל זיי מאכן געלט דערויף, נאר ווייל "דאס" איז א סעלינג פוינט, און וועט ווערן ארום געשיקט דורך יעדעם ווי די פאריגע משל, און מענטשן וועלן קומען אין סטאר, און שוין קויפן אנדערע זאכן אויך.

דאס איז דירעקט רעספאנס, איך זע צו האבן א זאך וואס א מענטש וועט פילן א בענעפיט אויפן פלאץ, במילא דארף די עד נישט זיין שיין, און מ'דארף נישט קיין סאך צאלן דאס צו עדווערטייזן, יעדע ביזנעס וואס האט א זאך וואס ווען ער קלאפט ווען דאס אויס אין ביהמ"ד וואלט דער עולם געקומען, דארף נישט ספענדן קיין סאך דאס צו מעלדן דורך א עד.

אבער... מאכן א סעיל וואס דאס קען מען עדווערטייזן, און נאכדעם געבן שלעכטע סערוויס פאר די מענטשן וואס קומען, איז זיך געשאסן אין די פיס, דאס מאכט אז קיינער זאל נישט קומען נאכאמאל, מ'דארף האבן א ברענדינג אדער מהלך אין פלאץ, און מ'נוצעט דירקעט רעספאנס צו ברענגן די מענטשן, דאס איז ביליג, און דויערהאפטיג.

ברענדינג איז ווען א קאמפאני פלאנצט איין אין קאפ פון מענטש עפעס, למשל אז קאקאקאלע אדער באדווייזער וועלן האבן בילבארדס ביי אלע ספארטס ווי מ'שוויצט, ס'זאל אריין אין קאפ אז ווען מ'טראכט פון טרינקען, טראכט מען פון זיי, דאס איז געמאכט פאר גרויסע קאמפאניס, וואס האבן צייט, צו ווארטן אויף רעזאלטס, און איבריג געלט דערפאר אויך.

דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל...

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:53 pm

צו געזונט האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:א עד קען קיינעם קיינמאל גארנישט מחייב זיין (לדעתי), וואס יא? אינעם עד דארפסטו ארויסברענגן א ׳נקודה טובה׳ (עפעס וואס איז ׳באמת׳ דיין ספעשעלטי) וואס זאל אנרייצן דעם פאטענציאלער קונה צו לויפן און קויפן מרצונו הטוב..!

זייער גוט ארויסגעברענגט!
(קודם קוק מיין אוועטער...) צ.ב.ש. איך לערן אויס פוירסט עיד און סי.פי. אר. אבער מיין ביזנעסס איז בעיסד אויף קאמפאני קליענטן, איך דיל נישט מיט דעם סטודענט, נאר מיט זיין ארבייטסגעבער, וואס וויל אז דארט זאל מען קאנען פאר סיי וואספארא אורזאך די זאכען. אבער איינער וואס איז יא געבעיסד אויף סינגל קלייענט, וויאזוי זאל ער ארויסשטארען, אז טראץ וואס עס זיינען פערהאן עטליכע וואס לערנען עס אויס, זאל מען וויסען, אז ווילסטו האבען א סערטיפיקעישאן אין פוירסט עיד און סי. פי. אר.? גיי דארטן צו יענעם. אבער אויב ווילסטו עס קאנען דורך און דורך, דאן איז נאר דא איין פלאץ!

טאקע דאס דארף מען מעלדן דעם עולם; אז ווען מ׳לערנט זיך ביי דיר, דערלערנט מען זיך ׳גרינטליך׳ דורך און דורך... נאר לאו דוקא אז מ׳שרייבט עס קלאר ארויס אינעם עד.. נאר ענדערש שפינט מען עס אריין ׳צווישן די שורות׳ אדער אינעם בילד, אז ׳סאב-קאנטשוסלי׳ זאל דער עולם באקומען דעם מעסעדזש....
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:31 pm

אז איך לייג מיך אריין אין די שיך פון א דורכשניטליכער פאטענציאלע קאסטומער, זע איך קלאר אין מיין דמיון אז ער מישט גלייך אריבער מיין מעכטיגע עד אין די צייטונג נישטאמאל געבנדיג א בליק דערפאר.

וויאזוי מאכט מען אז יעדער זאל אנקוקן אן עד?
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:20 pm

בס"ד
ר' יום טוב האט געשריבן:אז איך לייג מיך אריין אין די שיך פון א דורכשניטליכער פאטענציאלע קאסטומער, זע איך קלאר אין מיין דמיון אז ער מישט גלייך אריבער מיין מעכטיגע עד אין די צייטונג נישטאמאל געבנדיג א בליק דערפאר.

וויאזוי מאכט מען אז יעדער זאל אנקוקן אן עד?

וויאזוי?
לייג אריין די צייט און געלט צו
1) וויסן "ווער" איז דער פאטענציעלער קאסטומער
2) וויסן "פארוואס" זאל ער זיין דיין קאסטומער
3) וויסן "וויאזוי" דו מאכסט אים וועלן זיין דיין קאסטומער
4) וויסן וועלכע "ווערטער" און "גרעפיקס" צו נוצן אראפצולייגן די ענטפערס צו די ערשטע דריי נקודות
5) נאכדעם וועט "ער" שוין זעהן דיין עד. אויב "יעדער" קען זיין דיין קאסטומער, און די טוסט וואס מען דארף, וועט "יעדער" זעהן דיין עד. אבער דו דארפסט נישט צילן אויף יעדן, דו דארפסט צילן אויף וועמען דו ווילסט זאל זעהן די עד כנ"ל.

אויב דו קענסט נישט אליינס אויספירן די טשעק-ליסטע, באצאל פאר'ן מומחה וואס קען יא. אויב דו ווילסט נישט באצאלן פאר'ן מומחה, געב אויס געלט אויף עדס וואס דו ווייסט אליינס אז ס'איז גארנישט ווערד און קום צוריק שפעטער איבערפרעגן נאכאמאל וויאזוי מ'מאכט יא אן עד וואס יעדער זאל אנקוקן.

מעשים בכל יום.

נ"ב. אסאך מאל קען די עד אויפטאן וואס עס דארף אין א פראקציע פון א סעקונדע, און ווען דו מיינסט ער מישט אריבער גלייכגילטיג האט די עד שוין אויסגעפירט דעם דזשאב ודו"ק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:02 am

ר' יום טוב האט געשריבן:די מעינסטריעם פון היימישע מארקעטינג איז לגמרי נישט ריכטיג וויאזוי עס לויפט.
וואס איך זע כסדר איז, פראפעסיאנאלע מארקעטינג פירמעס וואס נעמען 50 צו 100 אלפים פון ריזיגע פירמעס מאכן א שוואכע דזשאב, בעת א אינגערמאנטשיגל וואס פארשטייט אן עסק קען דיר עפעס אהערשטעלן שיין און unique פאר גאר ביליג. די קאמפליצירט לויפנדע קארפארעיט אדוועטייזמענטס קוקט קיינער נישט אן, עס בלייבט בלויז א דיסקוסיע צווישן די 5-10 פראצענט יודעי מארקעטינג וואס באווינדערן דאס. משא"כ א פשוטע איינמאליגע אדוועטייזמענט וואס ברענגט קורץ ארויס אין לייכטע מאמע לשון א געצילטע סטעיטמענט וואס דיינע אויערן וואלטן געגליכן צו הערן, ברענגט די קראנסטע רווחים.



זאגסט מיר? קענסט עס נישט בעסער ארויסברענגען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:07 pm

געפענט דעם אשכול; און ס׳פארט א מחי׳... אבער אביסל נישט אין די ריכטיגע רעלסן!

לאז מיר דיר ביסעלע מסביר זיין,
ווי שוין ערווענט אויבן איז די גאנצע ענין פון עדווערטייזן פארבינדן מיט גרעסערע אדער קלענערע אינוועסטמענט ריסק, ווייל סיי וועלכע מהלך די נעמסט ווייסטו נישט זיכער וואס און ווי שטארק די רעזאלטס גייט זיין.. למשל, בנוגע א פראפעסיאנאלע מארקעטינג וואס קאסט 50 צו 100 אלפים האמיר שוין אין די ערשט ביסעלע תגובות א שטיקל חלוקי דיעות... מ׳קען רעדן טאג און נאכט זה בכה וזה בכה און נישט אנקומען אין ערגעץ....

וואס איך וויל דא, איז מאכן אן אפיעל צו אלע ׳היימישע׳ חברים דא, וואס האבען ״עקספיריענס״ מיט סיי וועלכע סארט אדווערטייזמענט גרויסע צו קליינע און מזכה זיין איינער דעם אנדערן מיט ריכטיגע עדווייס, וואס זיי ׳האבן׳ געטון, און וואס ס׳האט געברענגט... און אין די לאנג ראן וועט ׳יעדער׳ פארדינען....

--------

נו, וויזוי שטייט דארט? ׳ווער ס׳ברענגט די בריוו, זאל עס פארליינען... אלזא, לאמיר טון למעשה..

איז אזוי;
כ׳האב אריינגעלייגט א קליינעם עד אין די ׳מאנסי ווינקל׳ (נייע אויסגאבע) ס׳ערשטע פעידזש, און כ׳האב געמאכט א שטיקל געוואגטע עקספירימענט... נאר איידער איך זאג אויס ס׳גאנצע מעשה מיט די רעזולטאטן, וויל איך הערן פון אונזער עולם.. וואס איז געווען דיין ׳ערשטע רעאקציע׳?

אלזא,

קליק דעם לינק און האלט קאפ, און פראביר זיך אליין צו אנאלאזירן, וואס האסטו געזען און געטראכט ערשט, צווייט, דריט.. און (בערך ווי לאנג האטעס גענומען). גרייט?? קליק!
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:41 pm

נאך פאר איך קוק דיין לינק דו רעדסט פון די graphic ad ? וואס האט + פערפעשאנעל + ..... ??

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:48 pm

האסט נייעס האט געשריבן:נאך פאר איך קוק דיין לינק דו רעדסט פון די graphic ad ? וואס האט + פערפעשאנעל + ..... ??

יא, אבער שששש... רעד נישט הויך.. (די טעסט ארבייט בעסער ווען מ׳ווייסט נישט פון וואס כ׳רעד) האסטעס געזען לייוו אינעם ווינקל?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:53 pm

מיין ערשטע מחשבה איז געווען אז ס'איז די מאנסי-ווינקל אליין'ן קאנטעקט אינפא.

בהשקפה שניה האב איך געטראכט, נעה, ס'איז עפעס נאך איינער וואס זוכט צו סיין קארני (אפשר א שטריימל סעיל?)

הערשט שפעטער האב איך באמערקט די ווערטער גרעפיק. האב איך געכאפט וועגן וועם מ'רעדט. אבער איך בין נישט זיכער וואס דער וויל, ס'שטייט for more information call, זעהט עפעס אויס ווי ער וויל מיר עפעס זאגן אבהר כאנישקיינאנונג וואס דער וויל.

כ'האב נאך נישט אריינגערופן צו זעהן וואס זיי וועלן מיר זאגן אויף'ן טעלפאון. אזא עד מוז האבן גרייט א גוטע רעפ. צו ענטפערן די טעלעפאונען.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:02 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p-
ס׳פארגעניגן צו הערן לייוו וואס כ׳האב אלץ אנגעווערטשאפט...

נאר איין זאך דארף איך אויסקלארן אז קען זיין אויפן סקרין איזעס נישט זוי קלאר, אבער אויפן פאפיר זעט מען יא קלאר (ווער ס׳זעט..) נאך א שורה אינטער גרעפיק...



================== באקומען אין אישי: ==================

די מעשה גייט אזוי:

איך קליק דעם לינק, זעה איך מיטן ערשטן בליק א עד פאר נפש אחת קאמפיין און דערנאך א עד פאר קרן תוספות יו"ט. נע דאס האט זיכער נישט מיט דיר, איך מיש שנעלערהייט אראפ די גאנצע גליון, איך זעה גארנישט, איך גיי צוריק צום אשכול איבערליינען וואס דו האסט געשריבן, וואו דארף איך זעהן עפעס?, אַהה, אויפן ערשטן פעידזש, אבער כ'האב דאך גארנישט געזעהן דארט, אקעי לאמיר איבערקוקן, איך גיי צוריק צום אויסגאבע איך קוק נאכאמאל אויפן ערשטן פעידזש פון ביז אראפ, איך זעה אבער גארנישט מער ווי פריער, אונטן זעה איך אזא באקסל וואס די "ווינקל" האט אריינגעלייגט צו אדווערטייזן אז זיי ווען מ'אדווערטייזט ביי זיי מאכן זיי דיר א פראפעסיאנאלע קלאסיפייד וואס וועט ברענגן גוטע רעזולטאטן, העי, איין מינוט, ס'שטייט בכלל נישט דעיס! דא שטייט אויב מ'דארף עפעס היימיש, פראפעסיאנאל און געשמאק רופט מען..., פון וואס רעדט מען דא? זעה איך אין די בעקראונד ווערטער -וואס קוקן מיר אויס ווי די וואסער-מארק פונעם וויליאמסבורג'ע "גוט מארגן"- און דארט ליין איך די ווערטער "גרעפיק דיזיין קאורס"
עד כאן המעשה.

די גאנצע זאך האט גענומען נישט מער ווי 10 סעקונדעס,
אבער שוין די ערשטע רגע וואס כ'האב געזעהן דעם 'ווינקל' האב איך שוין געזעהן די עד אונטן אבער ס'האט בכלל נישט גערעדט צו מיר ווייל מיין מוח האט מיר געזאגט אז ס'איז סך הכל א אדווערטייזמענט פון זיי אליינס, - וואס די 'גוט מארגן' בעקראונד און די פאקט אז 'יעזורו' האט א שטיק צייט אריינגעלייגט יעדע וואך אזא באקסל צו אדווערטייזן זייער גרעפיקס דעפארטמענט האט אויסגעלערנט פאר מיין מוח צו טראכטן אזוי - ממילא ביים צווייטן מאל, ווען כ'האב געוואוסט אז ערגעץ אויף די פעידזש דארף זיין א קלאסיפייד פון א גרעפיקער האב איך שוין געקוקט אביסל שטייטער, האב איך געכאפט וואס ס'שטייט דארט.
(אפשר ווען איך וואלט עס געזעהן אין פרינט וואלט איך עס ענדערשט באמערקט ווייל יעצט זעה איך עס פון אויבן אראפ משא"כ א פאפיר וואס איך זעה די גאנצע אויפאמאל. ודו"ק)
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:09 pm

אויב כ'מעג זאגן קריטיק, די לעצטע זאך וואס א מענטש וועט טוהן נאכן זעהן אזא עד, איז אויפהייבן א טעלעפאן און קאלן, ספעשל ווען ער האט נישט קיין בלאסן מושג ווער דאס איז און וואס אזוינס יענער האט אים צו אפפערן.

כ'זאג נישט נישט לייגן קיין טעלעפאן נומבער, אבער א וועבסייט, אדער אימעיל צו קריגן אפאר סעמפלס, איז א מאסט.

#מיין מיינונג.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:14 pm

Graphic24 האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:נאך פאר איך קוק דיין לינק דו רעדסט פון די graphic ad ? וואס האט + פערפעשאנעל + ..... ??

יא, אבער שששש... רעד נישט הויך.. (די טעסט ארבייט בעסער ווען מ׳ווייסט נישט פון וואס כ׳רעד) האסטעס געזען לייוו אינעם ווינקל?

יא געזען לייוו,
איך האב מיך אפגעשטעלט א מינוט צו זעהן וואס דעס מיינט.. מיין מסכנה איז געווען אז מן הסתם האט עס עפעס מיט די קוק ווינקלס גרעפיקער און ער לייג אריין אזא עד

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:16 pm

בס"ד

צולייגער האט געשריבן:אויב כ'מעג זאגן קריטיק, די לעצטע זאך וואס א מענטש וועט טוהן נאכן זעהן אזא עד, איז אויפהייבן א טעלעפאן און קאלן, ספעשל ווען ער האט נישט קיין בלאסן מושג ווער דאס איז און וואס אזוינס יענער האט אים צו אפפערן.

כ'זאג נישט נישט לייגן קיין טעלעפאן נומבער, אבער א וועבסייט, אדער אימעיל צו קריגן אפאר סעמפלס, איז א מאסט.

#מיין מיינונג.


אין איין ווארט: פארוואס זאל די עד מיך מאכן טראכטן איין מינוט פון איבערלאזן א לאנגיאריגער גרעפיק דיזיינער וואס שטעלט מיך צופרידן און רופן א צווייטן?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט