וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

נחשון באנדא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:43 am

תגובהדורך נחשון באנדא » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:21 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אויב איז עס טאקע אזוי איז אפשר דארפסטו יא נעמען אן ארבייטער, אנדערש איז שווער אז דיין ביזנעס זאל וואקסן, דאס איינע פון די אינוועסטמענטס וואס א ביזנעס דארף אינוועסטען אויב זעהט מען אז ס'פארט אויף די ריכטיגע רעלסן,

איך האב סאך הכל געשריבן וואס איך טראכט, איך האף אז אנדערע (מיט מער עקספעריענס) וועלן דיר געבן די ריכטיגע עצה.



נעמען א ארבייטער מיינט צאלן מינימום נאך 6-7 הונדערט דאלאר א וואך, און אויך מיינט דאס דינגען א נייע אפיס, און אינוועסטן פאר קאמפיוטערס, פורניטשור, טרעינינג, דו ווייסט וואס מיינט זיך אפגעבן מיט א ארבייטער? עס איז ווייט פון א דבר פשוט, אויפנעמען א ארבייטער איז א אונטערנעמונג און מען דארף האבן די פלייצעס דערצו. בעז"ה ווען איך וועל האבן גענוג געלט קאפ און מח וועל איך דאס טוהן בעז"ה, אבער כעת בשעת'ן זיין פארנומען פון דזשאב צו דזשאב, (און פארלירן קאסטומערס צוליב נישט אויפהייבן טעלעפאן קאלס) איז נישט פאר מיר עכ"פ די פאסיגע צייט דערצו

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:28 pm

Spokesman האט געשריבן:@נחשון
היינט איז דא אזויפיל סערוויס קאל סענטערס, וואס זיי הייבן אויף די פאון פאר קליינע ביזנעסער.

נישט אויפהייבן איז קיין מהלך נישט אזוי ווי די ביזנעס קעפ דא האבן שוין פריער אויסגעקלארט.


היינט אליינס האב איך געזעהן א עד אין יעזורו דירעקטירט ממש צו נחשון באנדא וחביריו

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:32 pm

נחשון באנדא האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אויב איז עס טאקע אזוי איז אפשר דארפסטו יא נעמען אן ארבייטער, אנדערש איז שווער אז דיין ביזנעס זאל וואקסן, דאס איינע פון די אינוועסטמענטס וואס א ביזנעס דארף אינוועסטען אויב זעהט מען אז ס'פארט אויף די ריכטיגע רעלסן,

איך האב סאך הכל געשריבן וואס איך טראכט, איך האף אז אנדערע (מיט מער עקספעריענס) וועלן דיר געבן די ריכטיגע עצה.



נעמען א ארבייטער מיינט צאלן מינימום נאך 6-7 הונדערט דאלאר א וואך, און אויך מיינט דאס דינגען א נייע אפיס, און אינוועסטן פאר קאמפיוטערס, פורניטשור, טרעינינג, דו ווייסט וואס מיינט זיך אפגעבן מיט א ארבייטער? עס איז ווייט פון א דבר פשוט, אויפנעמען א ארבייטער איז א אונטערנעמונג און מען דארף האבן די פלייצעס דערצו. בעז"ה ווען איך וועל האבן גענוג געלט קאפ און מח וועל איך דאס טוהן בעז"ה, אבער כעת בשעת'ן זיין פארנומען פון דזשאב צו דזשאב, (און פארלירן קאסטומערס צוליב נישט אויפהייבן טעלעפאן קאלס) איז נישט פאר מיר עכ"פ די פאסיגע צייט דערצו

פרעג די נאך ביי אנדערע קלענערע ביזנעסער, ס'דא סיי אידיש רעדענדע קאמפעניס (אויב דעיס דארפסטו), אין סיי ענגלישע רעדענדע (וואס דאס קענסטו האבן פאר פעניס די אנדערע זייט יבשה), וואס זיי געבן זיך אפ מיט קאסטעמער סערוויס/בילינג וכדו', א קאסטאמער וואס קומט אהן צוויי דריי מאל צו א וואויסמעיל וועט נישט אזוי שנעל פרובירן נאכאמאל דעם קאמפעני.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:41 pm

יעזורו פרשת אמור.JPG
יעזורו פרשת אמור.JPG (80.96 KiB) געזעהן 1559 מאל

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 30, 2018 1:08 pm

מאנסי שטופער האט געשריבן:
נחשון באנדא האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אויב איז עס טאקע אזוי איז אפשר דארפסטו יא נעמען אן ארבייטער, אנדערש איז שווער אז דיין ביזנעס זאל וואקסן, דאס איינע פון די אינוועסטמענטס וואס א ביזנעס דארף אינוועסטען אויב זעהט מען אז ס'פארט אויף די ריכטיגע רעלסן,

איך האב סאך הכל געשריבן וואס איך טראכט, איך האף אז אנדערע (מיט מער עקספעריענס) וועלן דיר געבן די ריכטיגע עצה.



נעמען א ארבייטער מיינט צאלן מינימום נאך 6-7 הונדערט דאלאר א וואך, און אויך מיינט דאס דינגען א נייע אפיס, און אינוועסטן פאר קאמפיוטערס, פורניטשור, טרעינינג, דו ווייסט וואס מיינט זיך אפגעבן מיט א ארבייטער? עס איז ווייט פון א דבר פשוט, אויפנעמען א ארבייטער איז א אונטערנעמונג און מען דארף האבן די פלייצעס דערצו. בעז"ה ווען איך וועל האבן גענוג געלט קאפ און מח וועל איך דאס טוהן בעז"ה, אבער כעת בשעת'ן זיין פארנומען פון דזשאב צו דזשאב, (און פארלירן קאסטומערס צוליב נישט אויפהייבן טעלעפאן קאלס) איז נישט פאר מיר עכ"פ די פאסיגע צייט דערצו

פרעג די נאך ביי אנדערע קלענערע ביזנעסער, ס'דא סיי אידיש רעדענדע קאמפעניס (אויב דעיס דארפסטו), אין סיי ענגלישע רעדענדע (וואס דאס קענסטו האבן פאר פעניס די אנדערע זייט יבשה), וואס זיי געבן זיך אפ מיט קאסטעמער סערוויס/בילינג וכדו', א קאסטאמער וואס קומט אהן צוויי דריי מאל צו א וואויסמעיל וועט נישט אזוי שנעל פרובירן נאכאמאל דעם קאמפעני.

מיין עקספיריענ'ס ווייזט:
קאמפאניס מעבר לים פארשיקן קאסטומערס!
די פרוי וואס דארף א פלאמבער ביי זיך אינדערהיים, אדער דער אינגערמאן וואס ווארט אויף א קאמפיוטער טעקנישן, צו דער בעל הבית ביי איינע פון זיינע דירות מוז יעצט רופן די מענעדזשמענט אפיס, זיי אלע קענסטו נישט געבן א אינדיע אדער א פיליפינ'ס רעפרעזענטיטיוו, זיי ווילן רעדן מאמע לשון, און מיט א אידישע געפיל. אודאי דארף מען קענען רעדן ענגליש, אבער מען דארף קענען רעדן אידיש אויך.
צווייטנס אז מען דארף זייער אינאכט נעמען אז רוב פון די קאמפאניס טוען אויך בוקקיפינג, און דאס איז א גרויסער פראבלעם, א סעקרעטערי וואס טוט בוקקיפינג איז נישט אויסגעשטעלט צו געבן קאסטומער סערוויס, דאס איז 2 באזונדערע דזשאבס, עס האט מיר געזאגט א מענעדזשער פון א גרויסע היימישע בוקקיפינג קאמפאני, אז עס טוט אים וויי אז זיי טוען אויך ענסערינג סערוויס, ווייל ענסערינג סערוויס און בוקקיפינג איז ממש א סתירה, וויבאלד עס איז אומעגליך צו פאוקעסן אויף א קאסטומער אינמיטן ענטרען בילל'ס, אדער איבער גיין קאמפאני עקספענסעס, ממה נפשך ווערט איינ'ס פון די זאכן פארנאכלעסיגט, און געווענליך איז עס די געשמאק פון די קאסטומער סערוויס.
נאך א פראבלעם, אז אסאך פון די קאמפאניס זענען נישט עכט אין די ביזנעס, מען נעמט א טעלעפאן און מען שיקט עס ווייטער צו די ביזנעס, אודאי איז דאס אסאך בעסער ווי בכלל נישט אויפהייבן טעלעפאן קאלס, אבער עס איז נאכנישט צופרידן געשטעלט די קאסטומער. און רוב מענטשן וואס רעדן צו די רעפרעזענטעטיוו זענען נאכנישט צופרידן, געווענליך וועלן זיי נישט 'פילן' אז זייער דזשאב איז גוט איבערגעגעבן.
איך וואלט זיך זייער געפרייט אז איינער זאל מיר זאגן פון א קאמפאני וואס איז פראפעשינעל, רעדט אידיש, טוט 'נאר' ענסערינג סערוויס, און לייגט זיך אריין גוט אין א קאמפאני און פארשטייען גוט די סערוויסעס אדער פראדוקטס פון די קאמפאני, און ווען זיי רעדן צו א קאסטומער פילט די קאסטומער ווי ער רעדט צו די קאמפאני.
גראדע זעה איך יעצט דעם יעזורו עד פון CCP, וואס זעהט אויס ווי א נייע קאמפאני, איך ווייס נישט קיין אינסייד אינפא, איך זעה סך הכל וואס ער שרייבט, אבער אויב טוט ער וואס ער שרייבט צילט ער גוט.
אויב איך וועל וויסן מער, וועל איך מיטטיילן מיט אייך.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג אפריל 30, 2018 1:24 pm

ווי איר זעהט האב איך בייגעלייגט דעם עד פון יעזורו פון CCP, איך האב נישט עכט קיין צייט יעצט, אבער דער ווייטאג פון נחשון באנדא איז צו גרויס איך זאל דאס איגנארירן, ובפרט ווען איך האב גוטע אינפארמאציע איבער די אישו.

א ידיד מיינער האט זיך אויך זייער געמוטשעט מיט דעם, ער האט געטוהן א געוויסע סערוויס אין הייזער פון מענטשן, און גענומען קאלס, ער פלעגט וועלן צופרידנשטעלן זיינע קאסטומערס, האט ער געזאגט אז ער גייט קומען ביז א שעה, ער פלעגט אויפהייבן דעם טעלעפאן אינמיטן טוהן די ארבעט, און צוליב דעם פלעגט אים די ארבעט נעמען דאפעלט די צייט, און די ארבעט איז נישט געווען בשלימות ווייל ער האט זיך אפגעגעבן מיט אנדערע זאכן, אסאך מאל האט ער ממש נישט געקענט אויפהייבן, און האט טאקע פארלוירן אסאך ביזנעס.

אבער די ערגסטע איז נאך געווען אויב ער האט באקומען א קאל פון א קאסטומער מיט קולות בזה"ל: איר האט שוין פאריגע וואך געזאגט אז איר קומט מיטוואך היינט איז שוין מאנטאג נאכמיטאג, ווילאנג דארף מען ווארטן.....

נאך אזא קאל איז אים פארגאנגען דעם אפעטיט פון עסן, שלאפן, שמועסן, און ארבעטן. ער איז נעבעך נישט געווען שולדיג, ער איז דאך נאר א בשר ודם, און אינמיטן די ארבעט קען מען נישט אפשרייבן קיין זאכן, און ער האט פלעין פארגעסן. ער האט פארגעסן אסאך אנדערע מענטשן אויך, אבער זיי האבן פארגעסן פון אים אויך און געקאלט א צווייטן.

פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער זיך ארויסגעלאזט זוכן ווער עס קען אים מאכן די ארבעט, איינער האט אים אנגע'שדכן'ט CCP, און זיי האבן געזאגט אז זיי קענען מאכן די סערוויס, און נעמען אלע זיינע טעלעפאן קאלס, פראפעשינעל, קלאר, און דער קאסטומער זאל פילן ווי ער רעדט צו די קאמפאני אליינס.

איך בין מדגיש די זאכן, ווייל מיין ידיד האט מיר דאס ספעציעל מדגיש געווען אז דאס איז געשטאנען אונטער זיין הצלחה די לעצטע חדשים, CCP האט זיך דירעקט אריינגעלייגט צו פארשטיין וויאזוי א טעלעפאן קאל דארף גיין כדי א קאסטומער זאל ארויסגיין צופרידן, די ארבעט זאל זיין זייער קלאר און געשמאק פארן בעה"ב, און א קאסטומער זאל פילן ווי ער רעדט צו די קאמפאני.

ער זאגט מיר אז זייט ער איז געגאנגען צו CCP, האט זיך זיין ביזנעס געטוישט, זאכן זענען קלאר, זיין לעבן איז געווארן פון א אנגעצויגנקייט 24 שעה, יא 24 שעה! איז ער געווארן א רואיגע מענטש, זיין דזשאב איז געווארן געצוימט צו ביזנעס שעה'ען, ער איז אן סקעדזשועל צו יעדע דזשאב, און זיינע קאסטומערס זענען העכסט צופרידן.

דערפאר הרב נחשון, זיי נישט קיין בטלן, שפרינג אריין דערין ווי א נחשון, און וועסט הנאה האבן ממש ווי אין באנדאס גראסערי

איך וואונטש דיר אסאך הצלחה!

נחשון באנדא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:43 am

תגובהדורך נחשון באנדא » מאנטאג אפריל 30, 2018 1:37 pm

יישר כח אלע אידן מיט די ריכטיגע אינפארמאציע, סיי אין אישי און סיי אינעם וועלטל, און באזונדער יישר כח הרב בארואיגט אייך פארן זיין דער פיאנער פון דעם אשכול, איך האב שוין גענאשט אסאך נוצבארע אינפא פון דעם אשכול.

אבער זבולון ווייסנס אינפארמאציע איבער CCP מאכט נאך די מערסטע סענס פאר מיר, איך וואלט געקענט באשטיין אויב דו ווייסט מער אינפארמאציע ווער דאס איז, און פון וועלכע פרייזן רעדט מען, ווייל איך גיי דאך נישט קענען עפארדן אויב דאס איז גרעסערע פרייזן

יישר כח נאכאמאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אפריל 30, 2018 1:38 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:דערפאר הרב נחשון, זיי נישט קיין בטלן, שפרינג אריין דערין ווי א נחשון, און וועסט הנאה האבן ממש ווי אין באנדאס גראסערי

איך וואונטש דיר אסאך הצלחה!

={'}

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 30, 2018 1:56 pm

איך האב א מורא'דיגע הנאה אז איך האב געשריבן איבער קאסטומער סערוויס, ווייל לויט ווי איך זעה פון די פידבעק פונעם ציבור איז דאס זייער א וויכטיגע נושא וואס פארלאנגט זיך א שטארקע אפהאנדלונג, סיי ווייל דער פשוט'ער קאסטומער שפירט אז ער באקומט דאס נישט, און סיי ווי איך זעה דא אז ביזנעס אייגנטומער ווייסן אז זיי געבן דאס נישט געהעריג.

און איך פריי זיך זייער שטארק אז דאס גייט העלפן אידן מיט וויכטיגע אינפארמאציע וויאזוי צוצוגיין צו ביזנעס מיט א ציהל צו מאכן קאסטומערס צופרידן, און ווי איך זעה האט מען דא אויפגעברענגט א קאמפאני CCP וואס טוט גוטע טעלעפאן סערוויס, אבער איך גלייב אז עס איז דא נאך, און אויב איינער האט א גוטע עקספיריענס פון נאך א קאמפאני וויל איך בעטן אויב מען קען דאס ארויפברענגען.

און בכלל ווען מען עפנט א קאמפאני דארף מען צוקומען צו אסאך דרויסנדיגע הילף, און עס זענען דא קאמפאניס וועלכע ספעציאליזירן זיך אין געוויסע סערוויסעס אין די צייט פון עפענען די קאמפאני, דערפאר ווער עס ווייסט גוטע עקספיריענס זאל אויפהייבן די הענט, און לאזן וויסן דעם עולם, כדי צו קענען עררייכן דעם ציהל פון די אשכול - העלפן די קומענדיגע ביזנעס אייגנטומער!

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:08 pm

נחשון באנדא האט געשריבן:
איך וואלט געקענט באשטיין אויב דו ווייסט מער אינפארמאציע ווער דאס איז, און פון וועלכע פרייזן רעדט מען, ווייל איך גיי דאך נישט קענען עפארדן אויב דאס איז גרעסערע פרייזן

יישר כח נאכאמאל


קיין פרייזן ווייס איך נישט, איך שטעל נישט פאר די קאמפאני, אבער דאס איז א אינגערמאן פון קרית יואל ר' דוד ג'ברא, זייער א צוגעלאזענער אינגערמאן, דארפסט נישט מורא האבן אים צו קאלן, ער וועט דיר גערן ענטפערן אלע דיינע פראגעס, ער שטעלט צו גוטע קאסטומער סערוויס.... (דאס איז דאך זיין ליין)

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג מאי 01, 2018 9:27 am

איך האף ארויף צו לייגן די פיפטע פאזע פון אונזערע סעריע עקספיריענ'ס שמוסן שפעטער אין טאג.
איינער קען ארויף לייגן די עקספיריענ'ס שמוסן אויף פי-די-עף?
אפאר האבן דאס געבעטען אין אישי.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג מאי 01, 2018 3:12 pm

אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג מאי 01, 2018 5:47 pm

הודו להשם האט געשריבן:
וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.pdf

wow זייער גוט !

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך מאי 02, 2018 10:13 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האף ארויף צו לייגן די פיפטע פאזע פון אונזערע סעריע עקספיריענ'ס שמוסן שפעטער אין טאג

Nu?

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך מאי 02, 2018 10:38 am

הצדיק האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האף ארויף צו לייגן די פיפטע פאזע פון אונזערע סעריע עקספיריענ'ס שמוסן שפעטער אין טאג

Nu?

איך בין פאנומען מיט קאסטומער'ס...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מאי 02, 2018 10:50 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האף ארויף צו לייגן די פיפטע פאזע פון אונזערע סעריע עקספיריענ'ס שמוסן שפעטער אין טאג

Nu?

איך בין פאנומען מיט קאסטומער'ס...

;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך מאי 02, 2018 11:03 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האף ארויף צו לייגן די פיפטע פאזע פון אונזערע סעריע עקספיריענ'ס שמוסן שפעטער אין טאג

Nu?

איך בין פאנומען מיט קאסטומער'ס...

אנשטאט זיין פארנומען מיט קאסטמערס וואס טרייבן דיר ארויס פון דא בעסער זיי ממשיך דא ארויס צוהעלפן די יודן הצמאים לדבריך. וואס האבן שוין אסאך קונה געווען דא, און ווארטן אויף נאך.

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך מאי 02, 2018 11:07 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האף ארויף צו לייגן די פיפטע פאזע פון אונזערע סעריע עקספיריענ'ס שמוסן שפעטער אין טאג

Nu?

איך בין פאנומען מיט קאסטומער'ס...

אנשטאט זיין פארנומען מיט קאסטמערס וואס טרייבן דיר ארויס פון דא בעסער זיי ממשיך דא ארויס צוהעלפן די יודן הצמאים לדבריך. וואס האבן שוין אסאך קונה געווען דא, און ווארטן אויף נאך.

:grin: :lol:
גוט געלאכט.
אבער אזא שרייבן קומט נישט אן גרינג, איך דארף זיין אין די גיסטע, האבן וואס צי שרייבן, האבן אסאך צייט, עס שיקן מגיה זיין, אין פיל נאך.
אבער איך האף אז היינט נאכמיטאג וועל איך זיין פארטיג מיט די פיפטע פאזע.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מיטוואך מאי 02, 2018 5:26 pm

לאך שוין נישט אזויפיהל און בארואיג זיך אביסל, שרייב עפעס...

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » מיטוואך מאי 02, 2018 6:19 pm

איך זעה אז מען האט דא ערווענט איבער CCP, מוז איך זאגן וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי א ביזנעס וואס איז ממש געגאנגען געבראכן, קאסטומערס זענען געווען גערעגט ביזן דאך, זיי פלעגן אנקומען א וואך שפעט פאר דזשאבס, מען האט זיי פארבענטשט און פארשאלטן ביז די הרי אררט, און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט נאכקומען די ארבעט, אלעמאל זענען זיי געווען הונטערשטעליג, נישט גענומען קיין קלארע אינפארמעישאן ביים נעמען קאלס, וכהנה וכהנה, און CCP האט זיי ממש געראטעוועט, זיי זענען פלוצלונג געווארן א עכט פראפעשינעל ביזנעס, מענטשן האבן זיך ממש געוואונדערט וויאזוי זיי זענען געווארן אזוי קלאר און אזוי מסודר, יענער האט שוין אסאך רואיגקייט און אסאך געלט געמאכט אויפן חשבון פון CCP
דערפאר וויל איך ראטן פאר נחשון באנדא דאס זעלביגע וואס זבולון ווייס האט דא דערמאנט, בלייב נישט אנגעגעסן און פארליר מער נישט קיין קאסטומערס, גיי צו CCP
אין יעקישע שול

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:18 am

Paid for by...

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג מאי 03, 2018 2:35 am

דער אמת בנוגע ענטפערן פאונס איז. רוב עקזיסטירנדע קאסטומערס וואס זענען "באמת" צופרידן (כ'סטרעס אויפן "באמת" ווייל אויב איז מען פארווע גילט נישט דער כלל) וועלן זיין גרייט צו ווארטן אז "זייער" סערוויסמען (פלאמבער, הענדימען, אפלייענס ריפעיר) זאל זיי סערווירן
די אישא איז בעיקר ביי נייע קאסטומערס וואס אויב זיי כאפן דיך נישט אויפן פאון וועלן זיי ניטאמאל לאזן א מעסעדזש

סקעדזשועלינג איז שוין א פרשה פאר זיך אבער פאר דעם פעלט זיך אויס אז דער וואס נעמט די קאלס זאל האבן א היבש ביסל נאלעדזש אין די ביזנעס
מ'קעניש געבן פאר יעדע אפוינטמענט 2 שעה ווייל דאן פארלירט מען אסאך צייט. פון די אנדערע זייט קענסטע נישט געבן צו ווייניג צייט ווייל דאס איז רעסעפי פאר דיזעסטער
לעצט פאראכטן דורך הענדימען אום זונטאג מאי 06, 2018 1:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:12 am

דו רעדסט ווען ער האט שוין א קאסטומער וואס איז צוגעוואוינט צו אים, און וועט שווער נעמען למשל א צוייטן פלאמבער, און ער גייט טאקע נישט אוועקגיין ווען 'זיין' פלאמבער וועט נישט אויפהייבן גראד. דאס מיינט אבער נישט אז ער וועט זיין צופרידן מיט די התנהגות, דאס מיינט אז ער האט זיך פשוט צוגעוואוינט דערצו. ער בלייבט ווייטער א קאסטומער, אבער ער איז נישט קיין צופרידענע קאסטומער, אויב וועט זי הערן איין טאג פון א שוועגערין איבער א צווייטן פלאמבער וואס הייבט אויף טעלעפאנס און האלט זיך צו א צייט, און מאכט א גוטע ארבעט, וועט זי זיכער פרובירן יענעם איין מאל, און אויב זי וועט זיין צופרידן וועט זי בלייבן ביי יענעם.

און ביי א נייע קאסטומער איז דאך אפגערעדט אז מיטן נישט אויפהייבן האט מען יענעם פארלוירן, אזוי ווי דו האסט געזאגט.

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מאי 06, 2018 1:08 am

זבולון ווייס האט געשריבן:דו רעדסט ווען ער האט שוין א קאסטומער וואס איז צוגעוואוינט צו אים, און וועט שווער נעמען למשל א צוייטן פלאמבער, און ער גייט טאקע נישט אוועקגיין ווען 'זיין' פלאמבער וועט נישט אויפהייבן גראד. דאס מיינט אבער נישט אז ער וועט זיין צופרידן מיט די התנהגות, דאס מיינט אז ער האט זיך פשוט צוגעוואוינט דערצו. ער בלייבט ווייטער א קאסטומער, אבער ער איז נישט קיין צופרידענע קאסטומער, אויב וועט זי הערן איין טאג פון א שוועגערין איבער א צווייטן פלאמבער וואס הייבט אויף טעלעפאנס און האלט זיך צו א צייט, און מאכט א גוטע ארבעט, וועט זי זיכער פרובירן יענעם איין מאל, און אויב זי וועט זיין צופרידן וועט זי בלייבן ביי יענעם.

און ביי א נייע קאסטומער איז דאך אפגערעדט אז מיטן נישט אויפהייבן האט מען יענעם פארלוירן, אזוי ווי דו האסט געזאגט.

כ'רעד נישט פון בכלל נישט ריטורנען פאון קאלס. איך רעד פון גראד אויפהייבן ווען יענער קאלט

אויב וויל מען געבן נארמאלע סערוויס פאר א קאסטומער קעמעניש ענטפערן פאון קאלס גראד ווען זיי קומען אריין
פון די אנדערע זייט וועלן רוב מענטשן נישט איבערלאזן א מעסעדזש נאר רופן א צווייטן

סאו פארדעם איז גוט און וויכטיג צו האבן א סעקרעטערי סערוויס


נאכדעם וואס מ'האט שוין עסטעבלישד א גוטע קאסטומער בעיס איז שוין די סעקרעטערי סערוויס נישט אזוי וויכטיג אבער מ'דארף נאכאלץ צוריקרופן די קאסטומערס ביי די ערשטע געלעגענהייט אויב וויל מען זיי נישט פארלירן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

נישט שלאפן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

תגובהדורך נישט שלאפן » דינסטאג מאי 08, 2018 4:07 pm

הרב בארואיגט.
איך לעק יעדן ווארט בצמאון.

אויב די וואלסט געקענט קלאר מאכן איין שטאפל פארן אריין טאנצן אין א ביזנעס.

איך האב אפאר איידיעס פון ביזנעס, אין איך קען נישט מחליט זיין אין וואס צו אריין טאנצן...
צו אין א ליין וואס איך קען שוין גאנץ גוט, אבער גאנץ ווייניג געלט געמאכט...
אדער אריין טאנצן אין א נייע ליין וואס איך האב קיין מאל נישט געטהון אין דעם, אבער מיינע חברים מאכן ב"ה שיין געלט דארט...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Growth hacker, אלמוני, בר דעת און 5 געסט