וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:55 pm

איך וועל טרייען איבער צו געבן אפאר וויכטיגע טיפס פון אייגענע ערפארונג איבער עפענען אן אייגענע ביזנעס.
ווער עס האט עס שוין דורך געשוויצט אין קען מיט טיילן זיין אייגענע עקספיריענ'ס, זאל קומען אין שרייבן,
וען מען הייבט אן צו חולעמען פון עפענען:
טיפ נומער 1.
זאלסט נישט רעדן צו קיינעם וועגן דיין פלאן, נאר אויב יענער קען דיר ארויס העלפן מיט עכטע הילף.
טיפ נומער 2.
ווען די רעדסט שוין יא, זאלסטו געדענקן צו זיין זייער פארזיכטיג צו וועם די רעדס'ט. אין וואס די רעדסט.
טיפ נומער 3.
שרייב אפ די פלאן 5 מאל אויף פען אין פעיפער, אין גיי עס איבער מיט דיין (ווייב..)
טיפ נומער 4.
ספענד נישט קיין איין דאלאר נאך פאר די ווייסט אויף זיכער וואס די ווילסט.
טיפ נומער 5.
אויב די האסט נאך א דזאב, דאן גיי חלילה וחס נישט ארויס נאך פאר א האלבע יאר זייט די פלאן איז אין דיין קאפ.
טיפ נומער 6.
ווער נישט פארקויפט פאר בלינדע פראפיט וואס די פאפיר צייכנט דיר אן.
לעצט פאראכטן דורך בארואיגט-אייך אום מאנטאג אפריל 16, 2018 6:09 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:56 pm

הכלל?

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:12 pm

נע-וודאי! מיט א בעה״ב וואס פיהלט אזוי כלפי זיין ארבייטער; האט דער ארבייטער פשוט מורא געהאט אז זיין ׳ברוך.. שלא עשני עבד׳ יעדן אינדערפרי איז א ברכה לבטלה..! (״בדידי הווה עובדא..״)
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:18 pm

איז מען ווייטער אינטערעסירט אדער נישט?

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:20 pm

יא, אוודאי!
נאר יעצט שרייבט ביטע וואס ׳יא׳ צו טאן...
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:51 pm

זייער שיין און קלוגע טיפס.

ביטע שרייבן ווייטער, א דאנק!

געדענקט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 4:21 pm

תגובהדורך געדענקט » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:22 pm

איין פוינט וואס איך איך וויל דא צילייגען אז פארקויפען אויף עמזאן הגם עס האט פארשידענע מעלות ווי למשל די קענסט האבען געוויסע פרייהייט וואס א ארבעטער ביי א קאמפאני האט נישט
איז עס אבער קלאר נישט קיין אייגענע ביזנעס

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:56 pm

געוואלדיג! קיעפ רייטינוג מיר ווארטן אויפן המשך.

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:06 pm

wow amazing גיי אן! גוטע טיפס!
Never give a man a job that doesn't belong to him

בינגא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:54 pm

תגובהדורך בינגא » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:15 pm

ישר כח פארן אנהייבן אזא אינפארמאטיווע און וויכטיגע נושא.

ביטע ברענגט ארויס די לעגאלע חלקים, וואס מען דארף וויסן ווען מען עפענט א ביזנעס / קארפארעישאן, וואס יא צו טוהן און וואס נישט צו טוהן,

ישר כח גדול

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

גם זו לטובה גם זו לטובה גם זו לטובה גם זו לטובה

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:11 am

א שאד! יעצט גענדיגט שרייבן אן הערליכע ארטיקל פון צוויי שעה מיט פולע נוצבארע טיפ'ס,
אבער פארמעקט געווארן דא אויף אייוועלט פאר עס ארויס שיקן , איינער ווייסט צו מען קען צירוק ברענגען אין וויאזוי?
חבל!
איך וועל טרייען עס איבער צו שרייבן א צווייטע געלעגענייט אי"ה

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:15 am

אוי געוואלד!!!

איך פערזענליך האב שוין געהאט דעם דורכפאל עטליכע מאל! ס'איז א שרעקליכע ווייטאג!

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:18 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א שאד! יעצט גענדיגט שרייבן אן הערליכע ארטיקל פון צוויי שעה מיט פולע נוצבארע טיפ'ס,
אבער פארמעקט געווארן דא אויף אייוועלט פאר עס ארויס שיקן , איינער ווייסט צו מען קען צירוק ברענגען אין וויאזוי?
חבל!
איך וועל טרייען עס איבער צו שרייבן א צווייטע געלעגענייט אי"ה

גיוואלד

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:27 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א שאד! יעצט גענדיגט שרייבן אן הערליכע ארטיקל פון צוויי שעה מיט פולע נוצבארע טיפ'ס,
אבער פארמעקט געווארן דא אויף אייוועלט פאר עס ארויס שיקן , איינער ווייסט צו מען קען צירוק ברענגען אין וויאזוי?
חבל!
איך וועל טרייען עס איבער צו שרייבן א צווייטע געלעגענייט אי"ה


אזוי ווי די זאגסט גם זו לטובה....
איך וויל דיר קודם זאגן שכח, זייער שיינע און וויכטיגע זאך.
אויב די ווייסט פאראויס אז די גייסט שרייבן א לענגערע זאך ( אפי' אסאך קלענער ווי 2 שעה) שרייב עס אראפ און ווארד אדער נאט פעד, און נאך דעם פעסט עס אריין דא
(און ווארד האסטו די אפציע צו עס אויסשטעלן און א וועב פעדזש פארמט , אונטען ביי די רעכטע זייט.

איך קוק ארויס אויף דיין געשרייבאכטץ.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג אפריל 17, 2018 2:10 pm

איך בין נישט איינשטימיג מיט די כלל פון נישט רעדן צו קיינעם דערוועגן.
לענ"ד, זאל מען דווקא יא רעדן מיט איינעם, אבער טאקע מיט אזא איינעם וואס זאל דיר ארויסהעלפן.
...

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

צווייטע פאזע:

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג אפריל 17, 2018 2:35 pm

צווייטע פאזע:
ב"ה שיינע פידבעק באקומען,
אבער איך וויל ארויס קומען אין די עפענטליכקייט אז איך בין נישט קיין קאנסולטען אדער ביזנעס עדווייסער, סך בכל בין איך א אינגערמאן וואס האט געהאט סכל אין גענומען די זייך אין היינט אריין אין אריין געטאנצן אין די שטארקע שטורעמישע וואסערן, אלעס כדאי צו קענען דעוועלעפן די אייגענע חושים פונעם בורא עולם וואס איך בין ב"ה באשונקען וואס ווארשיינדליך איז א אייגענע בעל הבית שטארק אויף די זייט פון ניצן אייגענע טעלענט,
יעצט אזוי, אייגענע עקספיריעס איז בעסער ווי די טייערסטע קאנסולטען אדער די מערסטע באקאנסטע פיינענשל עדווייזער'ס, אין פאר דעם בין איך דא מיטצוטיילן מיט ענק אייוועלט ליינער מיין עקספיריענס, וואס איז ממש גאלד פאר א ביזנעס בעגינער.
אויב פון די גאנצע אשכול דא וועט איינער קענען ארויס נעמען העלפ אדער וועט עס עם אופשפורן עגמת נפש האט זיך שוין אלעס געלוינט.
איר האלט אז איך בין נישט גערעכט אדער האט איר אייגענע עקספיריענס, לאזט עס הערן לתועולת הציבור.
צווייטע פאזע:
נעכטן האט מען שטארק ארום גערעדט איבער אונהייב אריין גיין אין די טונעל, נאך פאר אונהייבן נעמען עני עקשענ'ס, דאס הייסט ביים חולעמען איבער אן אידיע וואס איז דיר באייגעפאלן די דריטע טאג יום טוב אויפן וועג אהיים פון שול, אין דיין שכל שטופט עס נעמען ווייטער דאן הייב אן צו חולעמען מער דערפון, ארום געשמוסט 6 טיפס וויאזוי צו חולעמען.
היינט גייט מען שרייבן איבער פלאנירן, וואס דאס הייסט א סטעפ נענטער צו אריין גיין אין די טונקעלע טונעל וואס האט שטארקע מעגליכקייטן צו שיינען ביים ענד.
ווען דיר איז באייגעפאלן די איידיע, מיינט דאס אז די בורא עולם האט דיר חונן דעת געווען, יעצט גלייב אויך אז ער שיקט דיר ווייטער געדאנקען וויאזוי עס צו דעוועלפען, דאס רופט מען גאט'ס פילינג אדער ווי געוויסע מאנכע רופן דאס "קאמענד סענס'ס".
יא! מעגסט גלייבן אז דיין דעת טראגט דיר אין א גוטע דירעקשען, די מוסט נישט ארום לויפן צו אלע דיינע שוואגער'ס פון דיין שווער'ס זייט אין עקסטער פון דיין טאטע'ס זייט צו דערציילן איבער וואס די פלאנסט צו טאן אין דיין פויטשער,
אין זיכער נישט צו דיינע אויזוי געריפענע חבירים וואס האלטן זיך גוט אין מארקעטינג, וכו'
וויסלט דיר מיט איינער דורך שמוסן?
אן גוטע עצה, וועל אויס איינער פון דיינע גאר גוטע חבירים וואס איז היפש אויף די קלוגע זייט מיט א שטיקל אייגענע עקספיריענס, אין ער זעט אויס ערנסט מיט א שטיקל אנונג וואס דא קומט פאר, אין זיי דיר שאול עצה מיט עם, לאז דיר טעשלענדזשן אבער פון עם!
אנדערע וועלן דיר טאקע אויסהערן אבער וועלן דיר אוועק לייגן מיט גוטע לאכעדיגע לצנות וואס איז א שטארקע מיינעס אין די ליין פון ווערן א ביזנעס מאן.
געדענק'טס קיינער קען דיר נישט העלפן אזוי גוט ווי דיר אליין, נאר ווען די גייסט האלטן פון דיר!
טו מיר א גענאדע אין שטיי די אנדערע זייט גאס פון אלע קלוגע קאנסולטן וואס אופערן דיר זייער גוטע קאנטראק'ס, זיי זענען אבסעלוטלי נישט געמאכט פאר בעגינער'ס,
אויב זעסטו אין די האלסט אז די דארפסט עס יא האבן , דאן רעד עס דורך מיט א עלטערע ביזנעס מאן, וואס מיינט נאר דיין טובה. געדענקט פולע באוויינען דאס.
א קליינע הגה, עס איז ראטזאם צו האבן די ווייב אויף דיין זייט...

לייג דיך אריין ראשו ורבו אין די נייע געדאנקט וואס די ווילסט טאן, צום באיישפול:
• גיי צו א קאמפויטער קיאסק אין זוך אויף די מערסטע אינפו וועגן די אינדעסטרי, (אויס די קענסט נישט ליינען קיין אינגליש דאן גיי לערן דיך, סע איז ווערד אלע געלטער אין דיין פויטשער)
• קאלל אריין יענע סערוויס וואס די טראכסט פון עפענען אין מאכט דיר ווי א קאסטומער, אבער שמעק עס אויס, אין נעם נאט'ס וואס די האלסט אז עס איז וויכטיג צו וויסן, למשל ווען זיי אפערעטן, צו די בעל הבית אליין הייבט אויף, צו מען דארף האבן אסאך ארבעטער'ס, געשמאקע עטיטוד.
• טריי דיך צו באקענען מיט מענטשן פון יענע דאזיגע פילד וואס האבן געארבעט אדער זענען יעצט פארנומען מיט דעם, אין שמוס עס אויס. (האב נישט מורא)
• טייפ אראפ א בערך דיגע ביזנעס פלאן, גיי עס דורך מיט דיין .
• הייב אן צו ליגן דערין די שטערקסטע וואס שייך, ווי מער די ליגסט דערין האסטו מער טשאנסן צו אונקומען צו דיין ציל.
• רעד נישט צו דיינע חבירים איבער דיין פויטשער, אין זיכער נישט צו דיין ארבעט'ס, בעל הבית.
• הייב אן צו ספענדן ווייניגער, אדער הייב אן צו לעבן אביסל מער מיט א חשבון וויסענדיג אז עס קען ציניץ קומען די געלד אין מיין פויטשער.
• מעג שוין אונהייבן צו טארכטן אין מתפלל זיין ביי שמו"ע אז רבש"ע זאל דיר חונן דעת זיין, אין די עיקר דיך שיקן חכמה, בינה, דעת, וואס איז לעבנס וויכטיג פאר דיר.
די דריטע פאזע גייט זיין איבער די לעגאלע סטאטוס פון א קאמפאני,
פיינענשל,
ברענדינג,
עני קאמענד'ס אדער קאמפלעמענט?
לעצט פאראכטן דורך בארואיגט-אייך אום פרייטאג אפריל 20, 2018 10:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:09 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:16 pm

די ערשטע און וויכטיגסטע בעפאר אלמען. תפילה, תפילה, תפילה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

נייע אייטעמס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

תגובהדורך נייע אייטעמס » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:26 pm

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11009
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:42 pm

איך בין שוין געווען ביי אסאך ביזענס קאנסולטענטנס און געספענט שווערע געלטער פאר ביזנעס עדווייזערס די ארטיקל איז מער ווערט ווי אלעס!! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אלע אנדערע קאנסטולטענעס זענען א שאנדע!!!
בארואיגטאייך איר האט אונז בארואיגט!!! קיפ אן!!

לדעתי
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:53 pm

יישר כח פארן עפענען א אשכול איבער די נושא.
זייער שיין, קלאר, געשריבן. קורץ און שארף.
כ'שלינג מיט דארשט יעדע ווארט, אפשר וועט דאס מיר עפעס ברענגן אין מיין צוקונפט. בעז"ה.

כה לחי' ;l;p-

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:55 pm

שכח, זייער וויכטיגע פוינטס,

קיפ איט אפ
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:39 pm

זייער שיינע טיפס, עס קען אסאך צוניץ קומען.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:17 am

יישר כח פאר די אויפריכטיגע און טיעף באלערנדע רייד! ;l;p-
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך אפריל 18, 2018 1:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:34 am

בנוגע דאס נישט דערציילן פאר קיינעם אויסער פאר 1/2 גאר נאנטע טראסטבארע חברים, וויל איך מסביר זיין די סיבה דערצי (אלס איינער וואס האט שוין געפענט א אייגענע ביזנעס און דורך דעם פראסעס) ואולי זה היתה כוונתך הרב בארואיגט אייך.

איך וועל עס צוטיילן אין אפאר נקודות.

1, קיינער פארשטייט נישט צו דיר אזוי גוט ווי דו אליינס פארשטייסט, אפצושאצן דיינע כוחות און כשרונות וואס ליגן באהאלטן אין דיר וואס נאר דו ווייסט פון זיי, און ווען דו רעדסט דיך דורך מיט א צווייטן צומאל אפי' גאר א נאנטען, קען ער דיך נאר פון אויבן אויף און ער האט נישט קיין אהנונג פארוואס דיר פאלט ביי אריינצוגיין אין אזא פעלד וואס לכאורה לשיטתו האסטו נישט די כוחות דערפאר.

2, יעדע מענטש שאצט אפ יעדע נושא לויט 'זיך' און ווען דו פרעגסט איהם וואס האלטסטו זאל איך עפענען א עמעזאן ביזנעס? טראכט ער אטאמאטיש קודם וויאזוי ער וואלט געפילט כלפי עפענען אליינס א עמעזאן ביזנעס, און אסאך מאל (ס'דא מענטשן וואס נישט ב''ה) וועט ער ארויפלייגן אויף דיר 'זיינע' אייגענע פחדים וואס האלט 'איהם' אפ (שוין 25 יאר...) פון מצליח זיין, און דיך אפקילן און מייאש זיין על לא דבר.

3. ס'דא מענטשן וואס פילן פאר חיוב אייביג 'עפעס' צו זאגן (ווי כאילו די וועלט קען זיך נישט באגיין אן זיי...) און ווען דו פרעגסט זיי אויף אן איידיע צו ס'לוינט אריינצוגיין אין דעם, וועט ער אינסטינקטיוולי מוזן 'עפעס' זאגן וואס זאל דיר ווייזן אז ער עקזעסטירט, סא דו שטערקסטע וועג צו זיין 'עפעס' איז דורך דיך אראפרייסן און אראפקלאפן... (שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת)

4. אז דו פילסט קאנעקטעד מיט א געוויסע איידיע איז טייטש אז דיינע כוחות הנפש און דיין עקספיריענסעס און לעבן געבן דיר ארויס א אינערליכע געפיל אז 'דעי' זאך איז פאר 'מיר', סא געב אכטונג ווען דו רעדסט דיך דורך מיט מענטשן, אז זיי ווייסן נישט עכט 'דיין פלאן' ווייל אפי' דו קענסט עס נאכנישט אויפן רגע מסביר זיין אז יענער זאל ווערן קאנווינסט, אבער הער דיך צו צו דיין אינערליכע קול און גלייב און 'דיין' פלאץ וואס דו האסט אין די בריאה


הצלחה
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט