א געדאנק פאר א מעגליכע נייע פרנסה אפציע

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

א געדאנק פאר א מעגליכע נייע פרנסה אפציע

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג דעצמבער 03, 2017 2:25 pm

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא אזא אשכול צו נישט, אויב יא ביטע "מנהלים" לייגט עס אויפן פלאץ, און אויב נישט וועט דאס פלאץ זיין דא, עס איז נישט געבינדן מיט די פרנסה אפציע וואס איך ברענג דא אראפ, זיי וואסערע אפציע איר האט א געדאנק ברענגט עס דא אראפ.

ניחום אבלים ריקארדירונגען
יעדער ווייסט, זייער אסאך שיינע אוצרות ווערן ארויף געברענגט ביי ניחום אבלים, און אסאך פעלער קומען מענטשן איבער געבן זאכן פונעם נפטר וואס מען האט קיינמאל נישט געוויסט, עס ווערט אויסגעשמועסט העלריכע ענינים וואס איז באמת נישט כדי צו פארלירן.

אין אמתן דערפאר איז טאקע דא איבראל ריקארדינג מעשינען אין אזעליכע פעלער, דער פראבלעם איז נאר, עס איז נישט דא ווער עס זאל געדענקן און צאם שטעלן די פרטים, ווער עס האט געזאגט וואס, מען ווייסט נישט וועם איבער צו פרעגן וואס, למעשה מיין איך אז ע"פ רוב ווערן די ריקארדינגס נגנז ערגעץ ווי אויף איינעם'ס הארד דריוו וחבל על דאבדין.

ווען עס זאל נאר זיין איינער אויפן פלאץ און מאכן זיכער אז איו יעדען ווינקל איז דא א ריקארדער, און ווען איינער קומט אריין צייכענט ער אויף ווער עס איז דא יעצט, און סארטירט דאס אויפן פלאץ אויף א שיינעם פארנעם, וואלטן אסאך משפחות זיך באלעקט מיט מאכן א פנימי קונטרוס, ספר אדער בוך פאר די משפחה, מיט די אלע אינפארמאצע.

אזוי ווי איך בון נישט דער קאנדיטאט דערפאר אבער איך וואלט יא געוואלט עס זאל זיין אזא זאך, ברענג איך עס דא ארויף אפשר וועט דאס איינער נעמען
לעצט פאראכטן דורך עבודת_הבורא אום זונטאג דעצמבער 03, 2017 3:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 2:27 pm

געוואלדיגע איידיע דאס!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג דעצמבער 03, 2017 3:56 pm

און אז מען רעדט שוין, האב איך נאך א געדאנק, וואס כ'זעה נישט אז איינער זאל דאס שוין האבן געטוהן
א כיתה פאר יונגלעך אויסצילערנען לשון הקודש, און שרייבן לשה"ק [אין חדר לערנט מען דאס נישט געהעריג]

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:00 pm

זבחי צדק האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, האב איך נאך א געדאנק, וואס כ'זעה נישט אז איינער זאל דאס שוין האבן געטוהן
א כיתה פאר יונגלעך אויסצילערנען לשון הקודש, און שרייבן לשה"ק [אין חדר לערנט מען דאס נישט געהעריג]


וואס דען לערענט מען אין כיתה ג ד ה ו ??? אויב נישט עברי טייטש?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:02 pm

איך רעד נישט פון 'טייטש', כ'רעד פון 'שרייבן' לשון קודש!!
רוב בחורים קענען נישט כהיום שרייבן קיין לשה"ק!
שוין דא קלאסן פאר מוזיק, ארט, רעכענן די לבנה, און אפילו אויך פאר בר מצוה האבן..., אבער פלעין צו קענען שרייבן לשה"ק איז נישטא!]

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:23 pm

איך בין מיט זבחי, אבער מ'דארף עס לערנען מיט די אינגע בחורים נישט מיט די אינגעלך. מיט זיי לערנט מען עס שוין אביסל ביים שיינ-שרייבן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:44 pm

נא_שכל האט געשריבן:איך בין מיט זבחי, אבער מ'דארף עס לערנען מיט די אינגע בחורים נישט מיט די אינגעלך. מיט זיי לערנט מען עס שוין אביסל ביים שיינ-שרייבן.


איך מיין אז איר זענט גערעכט בעיקר ביי די נישט ספעציעלע גוטע קעפ וואס מקען טרעפן אפילו אינגעלייט וואס קוים זיי קענען זעצן שווער עברי און נאכדעם פארשטייט מען נישט וואס זיי האבן נישט קיין חשק צו לימוד התורה....???
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:55 pm

עס איז א שרעק צו זעהן ווי שוואך די דורות ווערן אין לשה"ק. עס איז א גאר וויכטיגע נושא.

איך האב געהאט א מגי"ש הרב ר' זלמן לייב גראס אב"ד סעליש שליט"א וועלכער האט זיך אביסל באפאסט דערמיט אז אונז בחורים זאלן האבן עפעס א שייכות מיט לשה"ק און איך בין אים דאנקבאר דערפאר עד היום.

איך וואלט אפי' רעקאמענדירט אז אויב וויל איינער אמת'דיג עפעס טון אין די נושא זאל מען קאנטאקטן ר' זלמן לייב, ער וואלט געווען א גאר גוטער קאנדידאט אנצוהייבן אזא מין ישיבה/מתמידים וכו'.

אויב איז דא איינער וואס וויל אמת'דיג טון דערין און איז גרייט צו אינוועסטירן לאזט מיך וויסן ביטע.

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 5:21 pm

נודה לך האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:איך בין מיט זבחי, אבער מ'דארף עס לערנען מיט די אינגע בחורים נישט מיט די אינגעלך. מיט זיי לערנט מען עס שוין אביסל ביים שיינ-שרייבן.


איך מיין אז איר זענט גערעכט בעיקר ביי די נישט ספעציעלע גוטע קעפ וואס מקען טרעפן אפילו אינגעלייט וואס קוים זיי קענען זעצן שווער עברי און נאכדעם פארשטייט מען נישט וואס זיי האבן נישט קיין חשק צו לימוד התורה....???

זבחי איז גערעכט, דאס וואס מען לערנט עברי טייטש אין אפי' איינער האט א גוטן קאפ מיינט נאך נישט אז ער קען שרייבן אדער לייענען למשל א בוך אין לשה"ק, די סיבה איז ווייל מען לערענט לאו דוקא די שפראך לשון קודש נאר ענדערש די טייטש וואס איז גענוג אז ווען די לייגסט צו קאפ ווייסטו וואס דארט שטייט, אבער ווען איינער לייענט לשה"ק אויב וועט ער צו לייגן קאפ אזויפיל וועט ער אפשר פארשטיין וואס ס'שטייט דארט אבער נישט אייביג כאפן וואס די פארפגרעף אדער זאץ זאגט הוית זיין קאפ איז פארנומען צו פארשטיין די "ווערטער"
ס'הייסט רוב בחורים "פארשטייען" לשה"ק אבער קענען נישט לייענען (לערנען יא) אדער שרייבן אין אוודאי נישט רעדן לשה"ק
ס'איז בערך אזויווי א גרויס חלק אינגעלייט קענען להבדיל די ענגלישע שפראך

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 03, 2017 5:50 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:עס איז א שרעק צו זעהן ווי שוואך די דורות ווערן אין לשה"ק. עס איז א גאר וויכטיגע נושא.

איך האב געהאט א מגי"ש הרב ר' זלמן לייב גראס אב"ד סעליש שליט"א וועלכער האט זיך אביסל באפאסט דערמיט אז אונז בחורים זאלן האבן עפעס א שייכות מיט לשה"ק און איך בין אים דאנקבאר דערפאר עד היום.

איך וואלט אפי' רעקאמענדירט אז אויב וויל איינער אמת'דיג עפעס טון אין די נושא זאל מען קאנטאקטן ר' זלמן לייב, ער וואלט געווען א גאר גוטער קאנדידאט אנצוהייבן אזא מין ישיבה/מתמידים וכו'.

אויב איז דא איינער וואס וויל אמת'דיג טון דערין און איז גרייט צו אינוועסטירן לאזט מיך וויסן ביטע.

אויב איך געדענק גוט, מיין איך ווען איך בין געווען א יונגל מער ווי 20 יאר צוריק האט מען יא מער געלערנט לה"ק, איך האב מיך היבש געלערנט ביים שרייבן אין חדר צו קענען לה"ק
א דוגמא ווי אזוי בחורים שרייבן היינט לה"ק, כ'האב געזען ווי מיין בחור'ל האט עפעס באשריבן , ער האט געוואלט שרייבן אויפן 'פרייען פעלד' האט ער געשריבן 'בשדה החירות'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג דעצמבער 03, 2017 5:55 pm

מי יודע האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:עס איז א שרעק צו זעהן ווי שוואך די דורות ווערן אין לשה"ק. עס איז א גאר וויכטיגע נושא.

איך האב געהאט א מגי"ש הרב ר' זלמן לייב גראס אב"ד סעליש שליט"א וועלכער האט זיך אביסל באפאסט דערמיט אז אונז בחורים זאלן האבן עפעס א שייכות מיט לשה"ק און איך בין אים דאנקבאר דערפאר עד היום.

איך וואלט אפי' רעקאמענדירט אז אויב וויל איינער אמת'דיג עפעס טון אין די נושא זאל מען קאנטאקטן ר' זלמן לייב, ער וואלט געווען א גאר גוטער קאנדידאט אנצוהייבן אזא מין ישיבה/מתמידים וכו'.

אויב איז דא איינער וואס וויל אמת'דיג טון דערין און איז גרייט צו אינוועסטירן לאזט מיך וויסן ביטע.

אויב איך געדענק גוט, מיין איך ווען איך בין געווען א יונגל מער ווי 20 יאר צוריק האט מען יא מער געלערנט לה"ק, איך האב מיך היבש געלערנט ביים שרייבן אין חדר צו קענען לה"ק
א דוגמא ווי אזוי בחורים שרייבן היינט לה"ק, כ'האב געזען ווי מיין בחור'ל האט עפעס באשריבן , ער האט געוואלט שרייבן אויפן 'פרייען פעלד' האט ער געשריבן 'בשדה החירות'

נאכאמאזל ער האט נישט געשריבן בשדה החילוני..
אין יא, ווער ס׳דרייט זיך אין ישיבות זעהט וואסארא בישות ס׳איז ווען מ׳קען ניטאמאל שרייבן אן השבת אבידה צעטל, אפגערעט אויספילען א בחינה בכתב
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג דעצמבער 03, 2017 5:56 pm

האמת אגיד, דער געדאנק איז נישט מיינער, נאר זיצענדיג ביי א שמחה פאריגע וואך האב איך אינטער געהערט א שמועס צווישן צוויי מלמדים, איינער פון זיי מיין שוואגער און דער אנדערער איז אן עלטערער מלמד [א בן שישים לערך], הקיצור מען האט געשמועסט איבער דעם ענין אז די היינטיגע יונגעלייט קענען נישט קיין לשה"ק, און צימאל שיקט מען א צעטל צום מלמד איז עס געשריבן נח מיט זיבן גרייזן..., האט דער עלטערער מלמד שליט"א דערמאנט אז אין סאטמארע תלמוד תורה אין וומבס"ג איז אמאל געווען א מנהל רבי יצחק דייטש האט ער געהייסן, ער האט געטוהן אין דעם נושא, און געגעבן פאר די קינדער חומר אויף דעם נושא פון זיך לערנען שרייבן לשה"ק, און האט ציגעלייגט אז אויב קען איינער היינט לייגן א האנט אויף זיינע צעטלעך וואס ער האט בשעתו געגעבן פאר די קינדער, וואלט מען געקענט דערפון אסאך נאשן..
ווייסט איינער צו זאגן פון אזא מנהל??, איך געדענק אים שוין נישט, מסתמא רעדט מען פון די למ"ד יארן [סוף למד יארן איז געווען דער פריימאנער רב ר' יושע העשיל דייטש זצ"ל דער מנהל, און נאך עם האט איבער גענומען להבל"ח הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א]

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 03, 2017 5:59 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:עס איז א שרעק צו זעהן ווי שוואך די דורות ווערן אין לשה"ק. עס איז א גאר וויכטיגע נושא.

איך האב געהאט א מגי"ש הרב ר' זלמן לייב גראס אב"ד סעליש שליט"א וועלכער האט זיך אביסל באפאסט דערמיט אז אונז בחורים זאלן האבן עפעס א שייכות מיט לשה"ק און איך בין אים דאנקבאר דערפאר עד היום.

איך וואלט אפי' רעקאמענדירט אז אויב וויל איינער אמת'דיג עפעס טון אין די נושא זאל מען קאנטאקטן ר' זלמן לייב, ער וואלט געווען א גאר גוטער קאנדידאט אנצוהייבן אזא מין ישיבה/מתמידים וכו'.

אויב איז דא איינער וואס וויל אמת'דיג טון דערין און איז גרייט צו אינוועסטירן לאזט מיך וויסן ביטע.

אויב איך געדענק גוט, מיין איך ווען איך בין געווען א יונגל מער ווי 20 יאר צוריק האט מען יא מער געלערנט לה"ק, איך האב מיך היבש געלערנט ביים שרייבן אין חדר צו קענען לה"ק
א דוגמא ווי אזוי בחורים שרייבן היינט לה"ק, כ'האב געזען ווי מיין בחור'ל האט עפעס באשריבן , ער האט געוואלט שרייבן אויפן 'פרייען פעלד' האט ער געשריבן 'בשדה החירות'

נאכאמאזל ער האט נישט געשריבן בשדה החילוני..
אין יא, ווער ס׳דרייט זיך אין ישיבות זעהט וואסארא בישות ס׳איז ווען מ׳קען ניטאמאל שרייבן אן השבת אבידה צעטל, אפגערעט אויספילען א בחינה בכתב

ווער ס'ווייסט וואס מיינט חילוני קען שוין עפעס, חילוני מיינט ביי אים עפעס א ענליכע זאך צו פענסטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג דעצמבער 03, 2017 7:41 pm

זבחי צדק האט געשריבן:האמת אגיד, דער געדאנק איז נישט מיינער, נאר זיצענדיג ביי א שמחה פאריגע וואך האב איך אינטער געהערט א שמועס צווישן צוויי מלמדים, איינער פון זיי מיין שוואגער און דער אנדערער איז אן עלטערער מלמד [א בן שישים לערך], הקיצור מען האט געשמועסט איבער דעם ענין אז די היינטיגע יונגעלייט קענען נישט קיין לשה"ק, און צימאל שיקט מען א צעטל צום מלמד איז עס געשריבן נח מיט זיבן גרייזן..., האט דער עלטערער מלמד שליט"א דערמאנט אז אין סאטמארע תלמוד תורה אין וומבס"ג איז אמאל געווען א מנהל רבי יצחק דייטש האט ער געהייסן, ער האט געטוהן אין דעם נושא, און געגעבן פאר די קינדער חומר אויף דעם נושא פון זיך לערנען שרייבן לשה"ק, און האט ציגעלייגט אז אויב קען איינער היינט לייגן א האנט אויף זיינע צעטלעך וואס ער האט בשעתו געגעבן פאר די קינדער, וואלט מען געקענט דערפון אסאך נאשן..
ווייסט איינער צו זאגן פון אזא מנהל??, איך געדענק אים שוין נישט, מסתמא רעדט מען פון די למ"ד יארן [סוף למד יארן איז געווען דער פריימאנער רב ר' יושע העשיל דייטש זצ"ל דער מנהל, און נאך עם האט איבער גענומען להבל"ח הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א]

מסתם זיין ברודער, ר' יצחק צבי זצ"ל

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג דעצמבער 03, 2017 7:55 pm

האט גארנישט מיט שוואכע קעפ איך אליינס האב שוין אויפגעוויזן פאר צענדליגע יונגעלייט אז זיי קענען נישט לשון קודש יא מען קען לערנען גמרא רשי אבער דער שפראך קען מען נישט חבל חבל

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 03, 2017 8:13 pm

מ'רעדט נישט פון מייסטער שריפטלער, קענען שרייבן ארטיקלן אין לשון הקודש, אסאך גאונים האבן נישט געקענט דאס. אבער מ'רעדט שרייבן א תורה'דיגע מאמר, א בריוו פאר א צווייטן אין לשה"ק, ס'ממש שרעקליך, כ'וויין שוין דערויף יארן
viewtopic.php?p=1143443#p1143443
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יעקב זרח
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

תגובהדורך יעקב זרח » זונטאג דעצמבער 03, 2017 8:34 pm

דער בלאט האט זיך אנגעהויבען מיט עפעס אנדערש ווי לערנען לשון קודש.
די איידיע פון רעקארדירנוג ביי ניחום אבלים איז יעדן טאג א שאד די נעכטיגע וואס מען האט פארפאסא זאפאסן מיט אוצרות גייט פארלוירן, חבל על דאבדין!

קאנטרי מאוד
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג דעצמבער 03, 2017 8:36 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא אזא אשכול צו נישט, אויב יא ביטע "מנהלים" לייגט עס אויפן פלאץ, און אויב נישט וועט דאס פלאץ זיין דא, עס איז נישט געבינדן מיט די פרנסה אפציע וואס איך ברענג דא אראפ, זיי וואסערע אפציע איר האט א געדאנק ברענגט עס דא אראפ.

ניחום אבלים ריקארדירונגען
יעדער ווייסט, זייער אסאך שיינע אוצרות ווערן ארויף געברענגט ביי ניחום אבלים, און אסאך פעלער קומען מענטשן איבער געבן זאכן פונעם נפטר וואס מען האט קיינמאל נישט געוויסט, עס ווערט אויסגעשמועסט העלריכע ענינים וואס איז באמת נישט כדי צו פארלירן.

אין אמתן דערפאר איז טאקע דא איבראל ריקארדינג מעשינען אין אזעליכע פעלער, דער פראבלעם איז נאר, עס איז נישט דא ווער עס זאל געדענקן און צאם שטעלן די פרטים, ווער עס האט געזאגט וואס, מען ווייסט נישט וועם איבער צו פרעגן וואס, למעשה מיין איך אז ע"פ רוב ווערן די ריקארדינגס נגנז ערגעץ ווי אויף איינעם'ס הארד דריוו וחבל על דאבדין.

ווען עס זאל נאר זיין איינער אויפן פלאץ און מאכן זיכער אז איו יעדען ווינקל איז דא א ריקארדער, און ווען איינער קומט אריין צייכענט ער אויף ווער עס איז דא יעצט, און סארטירט דאס אויפן פלאץ אויף א שיינעם פארנעם, וואלטן אסאך משפחות זיך באלעקט מיט מאכן א פנימי קונטרוס, ספר אדער בוך פאר די משפחה, מיט די אלע אינפארמאצע.

אזוי ווי איך בון נישט דער קאנדיטאט דערפאר אבער איך וואלט יא געוואלט עס זאל זיין אזא זאך, ברענג איך עס דא ארויף אפשר וועט דאס איינער נעמען

נחזור לענין הפתיחה...(שרייטס מיר נישט אן אז איך קען נישט לשה"ק..)

סאיז א ריזיגע און וויכטיגע זאך גאר אסך האבן זיך שוין געגעסן פון אזעלעכע חבל על דאבדינ'ס...ווער קען טון צי די זאך?
קאנטרי וואו ביסטו ! קאנטרי איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר! קאנטרי קום צי מיר, אוי קאנטרי!

פארקלערטער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 6:03 pm

תגובהדורך פארקלערטער » זונטאג דעצמבער 03, 2017 10:04 pm

לא לנו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:האמת אגיד, דער געדאנק איז נישט מיינער, נאר זיצענדיג ביי א שמחה פאריגע וואך האב איך אינטער געהערט א שמועס צווישן צוויי מלמדים, איינער פון זיי מיין שוואגער און דער אנדערער איז אן עלטערער מלמד [א בן שישים לערך], הקיצור מען האט געשמועסט איבער דעם ענין אז די היינטיגע יונגעלייט קענען נישט קיין לשה"ק, און צימאל שיקט מען א צעטל צום מלמד איז עס געשריבן נח מיט זיבן גרייזן..., האט דער עלטערער מלמד שליט"א דערמאנט אז אין סאטמארע תלמוד תורה אין וומבס"ג איז אמאל געווען א מנהל רבי יצחק דייטש האט ער געהייסן, ער האט געטוהן אין דעם נושא, און געגעבן פאר די קינדער חומר אויף דעם נושא פון זיך לערנען שרייבן לשה"ק, און האט ציגעלייגט אז אויב קען איינער היינט לייגן א האנט אויף זיינע צעטלעך וואס ער האט בשעתו געגעבן פאר די קינדער, וואלט מען געקענט דערפון אסאך נאשן..
ווייסט איינער צו זאגן פון אזא מנהל??, איך געדענק אים שוין נישט, מסתמא רעדט מען פון די למ"ד יארן [סוף למד יארן איז געווען דער פריימאנער רב ר' יושע העשיל דייטש זצ"ל דער מנהל, און נאך עם האט איבער גענומען להבל"ח הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א]

מסתם זיין ברודער, ר' יצחק צבי זצ"ל


ר' יצחק דייטש איז געווען מנהל אין ישיבה קטנה,

קיין שייכות מיט פריימאנער רב.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג דעצמבער 03, 2017 11:17 pm

צום געדאנק פון די ניחום אבלים. ס'יאז א מורא'דיגע איינפאל.

איך וואט צוגעלייגט אז אסאך מאל איז וויכטיג אויך צו האבן איינעם אויפ'ן פלאץ וואס זאל וויסן וואס צו פרעגן ווען איינער פארציילט עפעס. אדער למשל ווען איינער זאגט אז ער האט נאך געלערנט מיט'ן נפטר אין חדר אויף ... סטריט וכו'.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 11:29 pm

זבחי צדק האט געשריבן:האמת אגיד, דער געדאנק איז נישט מיינער, נאר זיצענדיג ביי א שמחה פאריגע וואך האב איך אינטער געהערט א שמועס צווישן צוויי מלמדים, איינער פון זיי מיין שוואגער און דער אנדערער איז אן עלטערער מלמד [א בן שישים לערך], הקיצור מען האט געשמועסט איבער דעם ענין אז די היינטיגע יונגעלייט קענען נישט קיין לשה"ק, און צימאל שיקט מען א צעטל צום מלמד איז עס געשריבן נח מיט זיבן גרייזן..., האט דער עלטערער מלמד שליט"א דערמאנט אז אין סאטמארע תלמוד תורה אין וומבס"ג איז אמאל געווען א מנהל רבי יצחק דייטש האט ער געהייסן, ער האט געטוהן אין דעם נושא, און געגעבן פאר די קינדער חומר אויף דעם נושא פון זיך לערנען שרייבן לשה"ק, און האט ציגעלייגט אז אויב קען איינער היינט לייגן א האנט אויף זיינע צעטלעך וואס ער האט בשעתו געגעבן פאר די קינדער, וואלט מען געקענט דערפון אסאך נאשן..
ווייסט איינער צו זאגן פון אזא מנהל??, איך געדענק אים שוין נישט, מסתמא רעדט מען פון די למ"ד יארן [סוף למד יארן איז געווען דער פריימאנער רב ר' יושע העשיל דייטש זצ"ל דער מנהל, און נאך עם האט איבער גענומען להבל"ח הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א]

שוין געוואלט אריין האקן ליינענדיג דיין ערשטע תגובה, אבער ליינענדיג ווייטער זעה איך אז דו האסט מיר שוין אויסגעכאפט.
מיינס א נאנטער באוויינט די צייטען פון ישיבה קטנה, ווען ר׳ יצחק דייטש ע״ה האט פראבירט צוזאם צו נעמען די בחורים און אויסלערנען שרייבן לשה״ק, און מיר בחורים האבן נישט געהאט קיין שכל דאס אויסצונוצען.

העמיר ענדיגען מעין הפתיחה, חבל על דאבדין.
לעצט פאראכטן דורך יאצמעך אום זונטאג דעצמבער 03, 2017 11:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג דעצמבער 03, 2017 11:32 pm

יאצמעך האט געשריבן:
העמיר ענדיגען מעין הפתיחה, חבל על דעבדין.

טאקע חבל.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 12:46 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:צום געדאנק פון די ניחום אבלים. ס'יאז א מורא'דיגע איינפאל.

איך וואט צוגעלייגט אז אסאך מאל איז וויכטיג אויך צו האבן איינעם אויפ'ן פלאץ וואס זאל וויסן וואס צו פרעגן ווען איינער פארציילט עפעס. אדער למשל ווען איינער זאגט אז ער האט נאך געלערנט מיט'ן נפטר אין חדר אויף ... סטריט וכו'.


דאס קען מען צושטעלן פאר נאך אפאר טאלער..........
נא יעלה ווער גייט אריין

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 7:21 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:אין יא, ווער ס׳דרייט זיך אין ישיבות זעהט וואסארא בישות ס׳איז ווען מ׳קען ניטאמאל שרייבן אן השבת אבידה צעטל, אפגערעט אויספילען א בחינה בכתב

בושות.....

Hershy Fogel
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 05, 2017 12:36 am

תגובהדורך Hershy Fogel » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 8:10 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
העמיר ענדיגען מעין הפתיחה, חבל על דעבדין.

טאקע חבל.

איז דען נישט דאבדין א לשון פון אבידה מיט א "א" ?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט