איתמר גינזבערג א ספעציעלע שמועס פאר אייוועלט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

גראדער טראכטער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2016 2:04 pm

איתמר גינזבערג א ספעציעלע שמועס פאר אייוועלט

תגובהדורך גראדער טראכטער » מיטוואך יולי 20, 2016 3:15 pm

ר' איתמר האט עס מיר געשיקט אז איך קען עס ארויף לייגן . ער בארירט די שמועס דא אויף אייוועלט, ווי מען האט געשריבן בנוגע זיינע שיעורים אויף קול מבשר.
https://www.dropbox.com/s/i5agp95lqfexn ... r.m4a?dl=0
לאמיר זיין קלאר מיט די פאקטן

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך יולי 20, 2016 3:27 pm

יעצט געענדיגט הערן! ער איז פיינע נייעס!

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך יולי 20, 2016 3:37 pm

ארבעט נישט
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » מיטוואך יולי 20, 2016 3:38 pm

יאפס!!
ר' איתמר האט עפעס מורא'דיגע שטארקייט צום באוואונדערן,עכ''פ פון מיין קיק ווינקל

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » מיטוואך יולי 20, 2016 3:42 pm

משמש האט געשריבן:ארבעט נישט

ס'דא א לימיט וויפל מענטשן עס קענען הערן אויפאמאל

דער עולם קליקט :lol: :lol:

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך יולי 20, 2016 5:17 pm

גראדער טראכטער האט געשריבן:אפשר קען איינער לייגן א לינק פון די שמועס דא אויף אייוועלט מען זאל פארשטיין אויף וואס ער גייט ארויף (איך ווייס נישט ווי אזוי מען טוט עס)

viewtopic.php?f=26&t=25337&hilit=%D7%90%D7%99%D7%AA%D7%9E%D7%A8+%D7%92%D7%99%D7%A0%D7%96%D7%91%D7%A2%D7%A8%D7%92
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך יולי 20, 2016 7:44 pm

ווייל ער האט זיך געדרייט דא טאר מען שוין נישט שרייבן קיין קריטיק ? ער זאגט דאך אליינס אז מ'גייט עס צונעמען .....

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג יולי 22, 2016 1:35 am

כ׳ווייס נישט צי די עולם האט באמערקט, אבער, דאס אז רבי איתמר, האט אוועק גע׳געבען ספעציעל פאר אינז, פון זיין טייערע צייט. צי אדריסירען אינז אייוועלט קאמנטירער.

געבט קודם כל, זייער א גיטע סטעטס קווא, פאר אינזער ״ליבע אייוועלט״ סייט, וואס דאס אליינס איז גאר גיטע נייעס...

און דערנאך, דארף טאקע ארויס געברענגט ווערען לשבחו, פון רבי איתמר, אז ער האט אוועק גע׳געבען פון זיין חשובה צייט. אינז צי אדריסירען. קימט עיהם באמת א ריזיגען דאנק פאר דעם!! כ׳בין זעכער ס׳וואלט עיהם געווען, אסאך אסאך גרינגער, אינז צי אגנערירען... און אז ער האט דיירקעט זיך יא אראפ געלאזט צי אינז געבען פארשטיין. קימט עיהם באמת א גרויסען דאנק פאר דעם!!

און ווי אויך א שכח פאר די ניק, @גראדער, וואס האט אינז ציגעשטעלט דעם קליפ. טענק יאע עיס וועיל..
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג יולי 22, 2016 11:52 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:כ׳ווייס נישט צי די עולם האט באמערקט, אבער, דאס אז רבי איתמר, האט אוועק גע׳געבען ספעציעל פאר אינז, פון זיין טייערע צייט. צי אדריסירען אינז אייוועלט קאמנטירער.

געבט קודם כל, זייער א גיטע סטעטס קווא, פאר אינזער ״ליבע אייוועלט״ סייט, וואס דאס אליינס איז גאר גיטע נייעס...

און דערנאך, דארף טאקע ארויס געברענגט ווערען לשבחו, פון רבי איתמר, אז ער האט אוועק גע׳געבען פון זיין חשובה צייט. אינז צי אדריסירען. קימט עיהם באמת א ריזיגען דאנק פאר דעם!! כ׳בין זעכער ס׳וואלט עיהם געווען, אסאך אסאך גרינגער, אינז צי אגנערירען... און אז ער האט דיירקעט זיך יא אראפ געלאזט צי אינז געבען פארשטיין. קימט עיהם באמת א גרויסען דאנק פאר דעם!!

און ווי אויך א שכח פאר די ניק, @גראדער, וואס האט אינז ציגעשטעלט דעם קליפ. טענק יאע עיס וועיל..

over night kugel
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

תגובהדורך over night kugel » פרייטאג יולי 22, 2016 2:40 pm

אידיש גערעדט האט געשריבן:יאפס!!
ר' איתמר האט עפעס מורא'דיגע שטארקייט צום באוואונדערן,עכ''פ פון מיין קיק ווינקל

איינער וואס ציטערט אריינצוקיקן אינעם אשכול ווייל ער וויל נישט זעהן קריטיק איז ווייט פון שטארק לדעתי

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג יולי 22, 2016 4:29 pm

over night kugel האט געשריבן:
אידיש גערעדט האט געשריבן:יאפס!!
ר' איתמר האט עפעס מורא'דיגע שטארקייט צום באוואונדערן,עכ''פ פון מיין קיק ווינקל

איינער וואס ציטערט אריינצוקיקן אינעם אשכול ווייל ער וויל נישט זעהן קריטיק איז ווייט פון שטארק לדעתי

איינער וואס האט בכלל קריטיק, צי רבי איתמר, ווען ער געבט די אלע שמיעסען אויף קולמי (שמרעדיק: אייוועלט שרייבער) ״בחינם״. אזא איינער דארף א דוקטור.

אז איר ווילסט הערען בלויז ביזנעס טיפס. צאלט עיהם געלט, פאר א סעשען!! די טיפשות פון מאנכע דא, לאזט זיך אפי׳ נישט גלייבען...

און וואס זאגט איר? אז רבי איתמר, זאל זיך אפי׳ ציטיען מאכען, פון די נאן סענס? ער זאל דא קימען ליינען די טופשות? וואס???

#כולל יונגעלייט, (הארות הכותב: די וואס לערנען גארנישט, און קייען בלויז קאווע קאפ׳ס, און הערען קול מבשר, און דערווייגען זיך נאך צי שרייבען קריטיק, ווען זיי האבען נישט, קיין השגה און די ביזנעס וועלט...). גייטס ביטע ארבייטען, וועט איר בעסער פארשטיין זאכען...

נב: אנטשאלדיגס מיר אלע פארען זיין אזוי שארף, מען דארף אבער אמאל שרייבען די אמת. ווען איך בין ווען אן אחראי, וואלט איך געגאנגען אזוי ווייט, און געמעקט רוב תגובות, פון דעם אנדערען אשכול.

#פרנסה פון א צווייטע יוד!
#אראפ מיט די נאן סענס!
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מוצ"ש יולי 23, 2016 10:50 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

קודם כל, בארואיג דיך!

שנית, לאמיר דיר נעמען אויף א רואיגע שפאציר און דיר געבן אביסל א צווייטע קוק וואונקל צו קענען פארשטיין אביסל דער צווייטער צד:

אלזא, ווען דער שיעור ווערט ווען גערופן אויף קול מבשר אלס א 'אינטערעסאנטע' שיעור אין פארשידענע ענינים און געדאנקען, דאן גיב איך דיר 100% רעכט. אבער אין אונזער פאל ווען דער שיעור איז א אפיציעלע ביזנעס שיעור, דאן 'קען מען הערן' אז עמיצער האט א 'תגובה' אז עס וואלט ווען געמעגט ענהאלטן מער ביזנעס טיפס. אלע האבן הנאה פון זיינע ביזנעס געדאנקן און אייגנטליך די וואס הערן אים אויס גלייכן זיין נאטור און וועג פון רעדן, דאך, קען מען און מעג מען אנמערקן זאכן וואס וואלט געקענט ארויסהעלפן און מאכן געשמאקער דעם שיעור, ווי למשל, רעדן מער איבער ביזנעס טיפס.
יעצט, ווען איינער האט טענות און זאגט אז דאס וואס רבי איתמר רעדט צו זיין 'יעקב יוסף' (כ'גדענק גוט?) אינמיטען שיעור, אדער רעדט וועגן א תורה'דיגע געדאנק וואס ער האט געזאגט פאר זיינע נעפיוס פון שטעטל (וועלעכע? נו, די אז דער זון איז א יעקב יוסף און די נעפיוס זענען פון 'שטעטל'... בלייבט נישט צופיל ספיקות) מאכט אים נערוועז... זייער א שיינע תגובה, מען דארף נאכנישט זיין קיין כולל אינגערמאן וואס בייסט דער קאפ וכו' וכו' (זאג מיר נאר, און וועלעכע כולל לערנס'טו' - לויט דיינע קללות...), סך הכל האט ער א שיינע הערה, און קען גאר זיין אז ער איז גערעכט. אונז, חברי האייוועלט' זענען נישט פונעם קאנסול אדער קאנגרעס וואס רעדט פאר כלל ישראל און דארף אויסרעכענען א יעדע אייניציגסטע ווארט וואס מען שריייבט אז יענער זאל זיך צוכאפן צו דעם און שרייען 'פון ווי נעמט זיך דער חוצפה'...

ליסע"ן, כל זמן ער גייט נישט פרעזענליך און בסך הכל פירט ער א נערמאלע שמועס, האט ער די פולסטע רעכט!
דארפסט זיך נישט בייזערן אז ווען דו וואלסט געווען דער אחראי וואלסטו... ב"ה עס איז פארהאן דא וואילע און פיינע אחרים, און פארשטייען אז אונז זע'מיר דא אינמיטען א איינגענעמע שמועס, און יעדער מעג, און יעדער זאל, האלטן פונקט וואס ער האלט... כל זמן מען רייסט נישט אונטער קיינעם פרעזענליך.

און יעצט א ווארט צו רבי איתמר: יישר כח! איך ווער גאר איבערגענומען פון דיין וועג פון רעדן, איך האב ליב דיינע טיפס און טשיקאווע בייפעלער. איך וואלט געוואלט בעכטן, אויב מעגליך, עס זאל ביטע ענהאלטן מער... וואס?
...ביזנעס טיפס! און אויב מעגליך זאל עס זיין אביסל מער פראפעסיאנאל...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:19 pm

רבי @משה, אט דאס וואס אינז ריף מיר אן ״נאן סענס!״. איך מיין נישט אייך פערזענדליך, נאר ליידער, גאר, על חלק ניכר מהכלל יצאתי...

און יא, נאכאמאל במחילות כבודכם הגדול, ריפען מיר אן, אט דעם ארגיאמענט, ״נאן סענס!״ אנטשאלדיגט מיר. אבער, אייער ארגיאמענט איז קיין ארגיאמענט נישט! איז איינער געפעלט נישט, די שיערים פון איתמר׳ס אויף קלמי, דארף עס נישט אויסהערען!! ס׳איז ״שיערים בחינם״, פאר נאר דער וואס וויל עס הערען! און דער וואס וויל נישט, מיז נישט, דארף נישט, און זאל עס נישט הערען! העלללללאאא.. ס׳איז בחינם!

אז די ווילסט הערען בלויז ביזנעס, נעם ביי עיהם א סעשען, און צאל עיהם געלט!

ווי קימט דען דא אריין עיהם צי קריטעקירען?

און א חוץ מזה. טאמער איר ווייסט נישט, דא אויף אייוועלט ליינען גאר אסאך מענטשען. און ממילא, איז לדעתי נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה, און על פי מענטשלעכקייט, צי זאגען א ווארט קריטיק. אויף א פערזענדליכע מענטש, און בפרט ווען ער געבט אייך שיערים בחינם!!!
#טיפשות! #נאן סענס!

ס׳מעג אייך באדערען, אז איר ווילט הערען בלויז ביזנעס. און איר קענט ביי עיהם בעהטען ״כעני בפתח״, אז ער זאל אפשר טוישען זיין יעצטיגע מהלך. אבער קריטיק? ווען איר וועט עיהם צאלען דעמאלטס קענט איר האבען טענות, און קריטיק!! און אפי׳ דעמאלטס איז לדעתי, נישט אויסגעהאלטען, על פי מענטשלעכקייט, און על פי תורה, צי קריטיקירען א מענטש ברבים.
#טיפשות! #נאן סענס!
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:40 pm

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס מיר אונטעררייסן איז #טיפשות #נאן סענס פאלט דיר נישט ביי?
געדענק, קיינער רייסט נישט אונטער קיינער קיריטיקירט נישט... בסך הכל א איינגענעמע שמועס. קענסט אפילו זאגן פאר רבי איתמר אז ער דארף נישט האבן פון וואס מורא צו האבן צו קוקן אין דעם לינק, קיינער ווערט נישט אזוי דערשראקן פון א וויץ אדער קריטיק און איך גלייב אז נאכן זיין אינעם וועלט פון ביזנעס פאר אזויפיל יאר ווערט ער אויך נישט אזוי דערשראקן... אויב ווערסטו יא באליידיגט, דאן צי איך צוריק פון אלע מיינע תגובות...

#טיפשות! #נאן סענס! #נערמאלקייט?! #מענטשליכקייט! #הכרת הטוב! קינדערישקייט! כולל שטופער! אומפארגינערישקייט! קליין-קעפיגקייט! יומער"ס! קאממא"ן סענ"ס! גאלדענע פעדער!... האסט נאך עפעס? שרייב עס! רעג זיך נישט! גיב דיר אויס! און די עיקר..ץ א גרינגע תענית...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:44 pm

כ׳האב געשריבען אז איך מיין נישט אייך פערזענדליך חס ושלום. כ׳רעד בלויז פון אייערע, און אנדערע׳ס, ארגיעמענט דא. ודי בזה.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » זונטאג יולי 24, 2016 8:57 am

over night kugel האט געשריבן:
אידיש גערעדט האט געשריבן:יאפס!!
ר' איתמר האט עפעס מורא'דיגע שטארקייט צום באוואונדערן,עכ''פ פון מיין קיק ווינקל

איינער וואס ציטערט אריינצוקיקן אינעם אשכול ווייל ער וויל נישט זעהן קריטיק איז ווייט פון שטארק לדעתי

ר' איתמר ציטערט נישט, ער איז פשוט א סוקסעספולער פארנומענער ביזנעסמאן (קאנסאלטענט, ריף עם אן ווי אזוי די ווילסט) און איז נישט געקומען גיבן שיעורים כדי צי הערן דערנאך קריטיק און האבן אויף וואס זיך צי פארענטפערן, (ווי איך פארשטיי מאכט עס נאר שוואכער און נישט פארדעם איז ער דא) קען זיין בעבר האט יא איינער עקסעפט קריטיק אזוי ברבים (??), איז ער געקומען און זייער שיין, אנטשולדיגט, הערליך געוואלדיג שיין פארענטפערט זיין וועג, און מער האט ער געזאגט האט ער נישט קיין חשק צו זיך דארפן מסביר זיין,
און צו ווער עס האט עפעס צי קאמענטן, מיינט צו זאגן אז די האסט הנאה פון זיינע שיעורים, טו אזויפיל צוריק פאר ר' איתמר און פאר דיין פרעסטיזש אליין, און קום נישט דא ברבים אויסקוועטשן וואס ער האט לפי דעתך נישט/יא געדארפט טוהן, אויב ווילסטו שטארק קענסט אים אימעילן פרייוועט, ער זאגט עס כמה פעמים, און אויב וויל ער וועט ער אפשר ניצן דיין עצה.

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יולי 24, 2016 1:07 pm

In the last 2 minutes of this recording
He says that I understand that my kol mevaser shiurim recently have no real Chidushim

But please bear in mind even though I cant give chidushim by every speech
If you make an appointment with me
I will give you custom advice specially for your business
so it will worth paying

But in general to give speeches
its not easy for him

--

Yes
I heard that his speeches are not amazing
but his private advice is very good

דאבעליו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

פרישע ענטפער פון ר' איתמר פאר אייוועלט

תגובהדורך דאבעליו » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 11:28 am

אין ליכט פון די סומעטוכע וואס איז דא ענטשטאנען viewtopic.php?p=1505596#p1505596 איבער א טיפ פון ר' איתמר, האט ער ארויסגעשיקט דעם ריקארדינג זיך בעסער מסביר צו זיין.

https://www.dropbox.com/s/gfz90n059z6nw ... 9.mp3?dl=0

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 11:47 am

רחמנא ליצלן.
    א גאר טייערע און פראפעסינאלן ביזנעס קאנסולטענט וועלכע רעכנט $500 א שעה, הערט זיך נישט אויף צו פארענטפערן אויף יעדע שמויגערי'שע הערה אויף'ן וועלטל, סיי אויף זיינע שיעורים און יעצט מיט א ספעציעלע רעקארדינג?
      סאמטינג פישי....
      סייג לחכמה שתיקה....

      אוועטאר
      אלט מאנרא
      שר האלף
      תגובות: 1812
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
      לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

      תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:05 pm

      לייבל שטילער האט געשריבן:רחמנא ליצלן.
        א גאר טייערע און פראפעסינאלן ביזנעס קאנסולטענט וועלכע רעכנט $500 א שעה, הערט זיך נישט אויף צו פארענטפערן אויף יעדע שמויגערי'שע הערה אויף'ן וועלטל, סיי אויף זיינע שיעורים און יעצט מיט א ספעציעלע רעקארדינג?

          משה מאשקאוויטש האט געשריבן:און יעצט א ווארט צו רבי איתמר: יישר כח! איך ווער גאר איבערגענומען פון דיין וועג פון רעדן, איך האב ליב דיינע טיפס און טשיקאווע בייפעלער. איך וואלט געוואלט בעכטן, אויב מעגליך, עס זאל ביטע ענהאלטן מער... וואס?
          ...ביזנעס טיפס! און אויב מעגליך זאל עס זיין אביסל מער פראפעסיאנאל...
          איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

          אוועטאר
          אימפעט
          שר מאה
          תגובות: 243
          זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

          תגובהדורך אימפעט » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:10 pm

          אגב, ער האט א גבורה צו נעמען א שמועס וואס דארף נישט געדארן מער ווי 3 מינוט, און דאס אויסציען פאר א האלבע שעה...
          און יעצט לאמיר שרייען אלע צוזאמען "פעיק נוז"!!! און "הו קעירס"!!! ...

          ha ha
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 461
          זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

          תגובהדורך ha ha » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:18 pm

          ווי איז געוועהן געשמיסט איבער דער יעזורי ארטיקל?

          אוועטאר
          לאנדאן שטופער
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 322
          זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

          תגובהדורך לאנדאן שטופער » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:33 pm

          שוין גארנישט קיין שטופער...
          קרעדיט: משהזוךמיר

          ha ha
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 461
          זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

          תגובהדורך ha ha » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 1:16 pm

          לאנדאן שטופער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1505892#p1505892

          יישר כוח

          אוועטאר
          יאסעלע
          שר האלף
          תגובות: 1075
          זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

          תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 1:35 pm

          יישר כח ר' איתמר פארן זיך פארענטפערן, דאס ווייזט אז דו האלטסט אביסל ביי סיריעס ביזנעס. אבער לא זכיתי להבין פון די האלבע שעה רעדן און רעדן, וואס די פוינט איז... דאס וואס ער רעדט איבער שטאלצער איד'ס תגובה אז יעדער זאל ארויפגיין און אזוי וועט יעדער מאכן מער געלט, איז א פאלשער חשבון. ווייל איך פארדין מער און איך צאל מער. די פראפיט בלייבט די זעלבע, נישט אזוי?

          צווייטנ'ס, ווען ס'קומט לגבי א שיך געשעפט, איז א רשעות ארויפצוגיין מיט די פרייז ווייל יעדער מענטש מוז האבן שיך, וכן גראסערי וקלאודינג א.א.וו. א זאך וואס מענטשן זענען דערמיט אנגעוויזן פארן לעבן, איז אן עולה ארויפצוגיין מיטן פרייז און מאנאפאלירן, אזוי קוקט עס מיר אויס. אדרבא, קלער מיר אויף, (מוז נישט זיין א רעקארדינג, ס'קען זיין מיט א ניק וואס איז דיין שליח אויך...) אויב בין איך נישט גערעכט, וועל איך מקבל נזיפה זיין פון דיר...

          (איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.)
          כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
          יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

          צוריק צו “ביזנעס”

          ווער איז אונליין

          באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט