אימפארט - אינטערנעשענל שיפינג & קאסטמוס קלערינג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

מוליך ומביא
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 10:29 pm

אימפארט - אינטערנעשענל שיפינג & קאסטמוס קלערינג

תגובהדורך מוליך ומביא » מיטוואך אפריל 13, 2016 9:51 pm

ברוכים הבאים - בעזר השי''ת ברענגן דא א סערוויס פארן ציבור צו געבן אינפאמעשין אלעס ארום אימפארט דהיינו אינטערנעשענל שיפינג און קאסטמוס קלערינג;
מיר לאדנען אן דער עולם צו אנפרעגען אלע ארליי שאלות אין די ענינים; ווי אויך איז אין פלאן צו ברענגן דא פרייע לעקציעס אויף די גאנצע פראסעס ווי מען רופט אין אידיש סטעפ ביי סטעפ אינפארמאציע.

דאס זענען די הויפט נושאים


אינטערנעשענל דרעיד (International Trade)
פעימענט & לעדער אוו קרעדיט (Payments & Letter of Credit)
סופּפּלי טשעין (Supply Chain)
דודי & טעקס (Duty & Tax)
אינטערנעשענל שיפינג (International Shipping)
קאסטמוס קלערינג (Customs Clearance)
לאקאל פארט & דעליווערי (Local Port & Delivery)


אז איר ווילט העלפ אויף א שיפמענט פליז אימעיל צו: Ocean Freight Customs Brokers @ clearance@oceanfreightcb.com


שיעור א'


די האסט שוין די סעמפל פון דיין פּראדוקט, ביסט הונדרעט פראצענט צופרידען פון די דיזיין, קוואַליטי, אין פרייז,די ווילסט גיין ווייטער יא?
יעצט וועט די מאנופאקטור דיר בעטן צו שיקן געלט צו אנהייבן פּראדוקציע, סטאפ! איידער איר גייט ווייַטער מוזסטו מאַכן אַ טשעקליסט, איז דיין סאפּלייער פארלעסליך, וועסטו קענען פארדינען פון דיין פּראדוקט.

צו טשעקן אויפן סופּלייער - אויב די קענסט נישט אליין אראפ פארן קענסטו צאלן פאַר אן עיגענסי אראפ צו גיין, אדער טוט אביסל ריסורטש אויף עם אויב ער עקספארט שוין פאר אנדערע גרויסע קאמפני'ס
וועסטו קענען פארדינען פון דיין פּראדוקט - מאך א חשבון פון אלע עקספּענסעס, דאס הייסט לענדעד קאסט (landed Cost) און לייג עס צו דיין פּראדוקט, דהיינו שיפינג קאסט דודי & טעקס, לאקאל דעליווערי
המשך יבוא אי''ה

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך אפריל 13, 2016 10:33 pm

זייער שיין
ווארטמיר אויפן קומענדיגן
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

תגובהדורך זיסקייט » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:19 pm

זייער א גוטע איידיע!!
קוק מיר ארויס דערויף..

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:48 pm

שכויח, קעמער בעז"ה זייער הנאה האבן

מ'קעמער פארנעמען אויך אביסעלע לענגערע שיעורים...

שכויח נאכאמאל
1 + 1 = חלה דעקל...

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 12:15 am

דאנקע שעהן.

פאקט ארויס אלס וואס איר פארמאגט, מיר וועלן עס גערן אננעמען

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 1:57 am

ווי אפט גייסטו געבן א שיעור ?

חזק
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 10:05 am
לאקאציע: וואו דער מחשבה איז

תגובהדורך חזק » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 3:15 pm

וואס מיינט lcl, און וואס מיינט fcl ?

און וואס איז די מעלות פון יעדער איינער פון זיי?

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 3:44 pm

חזק האט געשריבן:וואס מיינט lcl, און וואס מיינט fcl ?

און וואס איז די מעלות פון יעדער איינער פון זיי?

LCL less container load
FCL full container load

פאר LCL צאלט מען טייערע ווי FCL
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

מוליך ומביא
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 10:29 pm

תגובהדורך מוליך ומביא » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 11:30 pm

מיר האפן צושרייבן כאטשיג איינמאל א וואך (די אמתע סיבה איז פשוט ווייל א מאנגעל און צייט) אויך האבן מיר געווארט צו הערן פון די עולם די פורסט ריספאנדס פאר מיר זענען מיר ממשיך.

FCL (Full Container Load) Vs. LCL (Less Container load)
FCL - מיינט די האסט דיין private container, זאל עס זיין סייז 20' 40' אדער 45' די מעלות פון Full Container איז איינס, עס איז מער secured פון גניבה און פון transit damage
צוויי. ווען עס קומט אן צום פארט נעמסטו עס צו דיין פלאץ אראפצולאדען, אויך קען מען מער אנפילן פון די דאך ביזן פלאהר Floor load
LCL - אבער ווען מען האט נאר איינס צוויי פאלעט'ס וועט די freight forwarder צוזאמשטלען א container מיט נאך שיפערס אין צאלן סאך ווייניגער. ווען עס קומט אן צום פארט און עס ווערט צוטיילטן פאר יעדן זיין חלק און אויפגעפיקט מיט א טראק. - ווען מען האט שוין מער פון האלב Container גיי מיט Full Container

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » פרייטאג אפריל 15, 2016 9:42 am

מוליך ומביא האט געשריבן:מיר האפן צושרייבן כאטשיג איינמאל א וואך (די אמתע סיבה איז פשוט ווייל א מאנגעל און צייט) אויך האבן מיר געווארט צו הערן פון די עולם די פורסט ריספאנדס פאר מיר זענען מיר ממשיך.

FCL (Full Container Load) Vs. LCL (Less Container load)
FCL - מיינט די האסט דיין private container, זאל עס זיין סייז 20' 40' אדער 45' די מעלות פון Full Container איז איינס, עס איז מער secured פון גניבה און פון transit damage
צוויי. ווען עס קומט אן צום פארט נעמסטו עס צו דיין פלאץ אראפצולאדען, אויך קען מען מער אנפילן פון די דאך ביזן פלאהר Floor load
LCL - אבער ווען מען האט נאר איינס צוויי פאלעט'ס וועט די freight forwarder צוזאמשטלען א container מיט נאך שיפערס אין צאלן סאך ווייניגער. ווען עס קומט אן צום פארט און עס ווערט צוטיילטן פאר יעדן זיין חלק און אויפגעפיקט מיט א טראק. - ווען מען האט שוין מער פון האלב Container גיי מיט Full Container

אבער ווי די לייגסט צו די שיפפינג קאסט צו די אייטעס איז די LCL שיפפינג טייערער פער אייטעם ווי FCL
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » פרייטאג אפריל 15, 2016 11:20 am

מען ניצט כמעט נישט קיין 45 פיסיגע קאנטעינער, פארוואס איז עס אזוי? און אויב וויל איך יא ניצן וואס דארף איך טוהן/האבן? גייט עס נישט אויסקומען ביליגער?

מוליך ומביא
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 10:29 pm

תגובהדורך מוליך ומביא » מאנטאג אפריל 18, 2016 9:58 pm

FCL וועט זיין בילגער Price per lbs ווי LCL,דו קענסט אױסרעכענען דער זעלבע וועג איר קוקט אויף אַ UPS rate sheet וועט עס ווערען נידעריקער די Price per lbs ווען איר גייט אַרויף מיט די וואג (Weight), די זעלביקער דאָ,
אנדרעש פון Air Freight וואס די פרייז איז מער געבויט אויף וואג (Weight) (הגם מען רעכענט אויך פאר גרויסקייט), וועט Ocean Freight פרייז זיין מער געבויט אויף פלאץ (dimensions) וויפיל פלאץ עס נעמט אויף,

דאס איז לדוגמה א UPS rate sheet
1 - 5 $25.00
5 - 10 $10.00
20 - 50 $5.00
50 - 150 $4.00
150 - 300 $3.50
300 - 1000 $3.00

דאס איז לדוגמה פרייזן פון Ocean Freight
Size of Shipment /CBM (cubic metre) /Total Appro. Charges /Price Per CBM
LCL 3 $855.00 $285.00
LCL 6 $1,355.00 $225.83
LCL 12 $2,155.00 $179.58
LCL 24 $3,555.00 $148.13
20ft container 27 $2,955.00 $109.44
40ft container 56 $3,255.00 $58.13
40ft HQ container 65 $3,555.00 $54.69
45ft HQ container 78 $3,755.00 $48.14
Charges include: Ocean Freight, Fowarder fee, loading charges, delivery charge, Broker Fee, ISF fee Etc.

מוליך ומביא
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 10:29 pm

שיעור ב'

תגובהדורך מוליך ומביא » זונטאג מאי 08, 2016 7:18 pm

א געזונטען זומער פאר גאנץ כלל ישראל, היינט וועלן מיר גיין צי די נושא פון דאטי'ס און טעקס/הארמינייזעד טעריף סקעדזשול Duty & Tax / Harmonized Tariff Schedule

"הארמינייזעד טעריף סקעדזשול" א יעדע אייטעם וואס מען טוט אימפארטען אדער עקספארטען דארף מען קודם קענען "קלעסיפייען" מיט א HTS# נומבער, אדער ווי מען רופט עס א "טעריף נומבער" Tariff # וואס מיט די נומבער וועט מען האבן די "דאטי רעיט" Duty Rate וויפל מען וועט דארפן באצאלן פאר "קאסטמוס" פארן אימפארטן די אייטעם אין די לאנד,
די "הארמינייזעד טעריף סקעדזשול" Harmonized Tariff Schedule איז בעצם אן אינטערנעשענאל סטענדערט סיסטעם וואס טוט קאד'ן אלע סארט זאכן אנגעפאנגען פון רויע מאטריאל אזוי ווי פרוכט און וועדזשיטעבל'ס, פיש און פלייש, וואל און לעדער, ביז פארטיגע פראסעסדט עסן, אדער קליידער און שיך אדער עלעקטארנשע כלים און קאמפיוטערס,
צום ביישפיל (נישט עכטע סעמפעל) צו באקומען די טעריף נומבער פאר "קאטען העמדער פאר מענער", וועט די טעריף נומבערס גיין למשל אזוי די ערשטע פיר נומבערס וועט זיין פאר "העמדער", דערנאך די נעקסטע צוויי נומבערס געמאכט פאר "מענער און אינגליך",און דערנאך די נעקסטע פיר נומבערס פאר געמאכט פון "קאטען", די ערשטע זעקס נומבער'ס פון די טעריף נומבער וועט בדרך כלל אויך געניצט די זעלבע ביי אלע לענדער פון די וועלט פאר זייערע אימפארט און עקספארט, אבער די לעצטע פיר נומבער'ס וועט א יעדע לאנד צוטיילן ווי אזוי עס געפלט זיי צו קענען פרייזן די "דאטי רעיט" אזוי זיי ווילן,

פאר רוב אייטעמ'ס איז נישט צו שווער צו-צוטרעפן די ריכטיגע טעריף קאד, אבער ווען עס קומט צו זאכן וואס קענען גיין צוויי וועגן, צו ווייל די אייטעם קען ווערן געניצט פאר אפאר אנדערע געבראכן, צו ווייל עס ווערט אריינגעברענגט פאר א חלק פון אן אנדערע גרעסערע זאך צום ביישפיל א טעלעפאן מיט א בעטערי מיט די האלטער, דעמאלסט וועט מען מוזן ניצן די קאסטמוס געזעצן וואס טוט קלארשטעלן וואס צו טהון און אזעלעכע פעלער, און א "קאסטמוס בראקער" קען ארויס העלפן טרעפן די ריכטיגע נידריגסטע טעריף קאד פאר די אייטעמ'ס,

"וויכטיגע מעלדונג" קאסטמוס איז זייער זייער קליג צו וויסן צו מען ניצט נישט פאלשע קאד'ס צו זיך שפארן אפאר דאלער, און ווען מען ווערט געכאפט ל"ע, צום בעסטען פאל אפילו מען וועט זיך ארויסדרייען פון די גרויסע געלט שטראפן וועט מען אבער מוזין אלעס אפצאלן אויף צוריק,

Duty Rate
"דאטי רעיט" אויף רוב אייטעמ'ס ווערט די דאטי גערעכענט אלץ א פראצענט אויפן וועליו פון די אייטעמ'ס, למשל 5% צום ביישפיל אויף פונף הונדרעט דאלער פונף פראצענט וועט אויסקומען פונף אין צוואנציג דאלער, אבער עס קען אויך זיין וואס די דאטי איז נישט א פראצענט אויפן וועליו נאר א פרייז פער קילא, למשל 0.65¢/kg צום ביישפיל אויף אן שיפמענט פון הונדרעט קילא מיט א דאטי רעיט פון 0.65¢/kg וועט עס קאסטן פונף אין זעכציג דאלער,

Free Trade agreements
"פרי טרעיד עגרימענטס" די יונייטעד סטעט'ס האט אפמאכן מיט אסאך שכנותדיגע לענדער אזוי ווי קענעדע און מעקסיקא און ווי אויך פריינטליכע לענדער ווי מדינת ישראל און אוסטראליא אדער ארימע לענדער ווי פירוא און סאוט קאריע וואס אלע אייטעמ'ס וואס מען אימפארט וועט די דאטי זיין פריי אדער פאר נידריגע פרייזן פון אלע אנדערע לענדער, פארשטייט זיך אבער אז צו זיין בארעכטיגט ברויך עס צו זיין געמאכט אין די לענדער און נישט נאר געשיקט פון דארטן, ווי אויך איז דא געזעצן פאר זאכן וואס ווערט נאר צוזאמען געשטעלט אין די לענדער ווען עס קען זיין בארעכטיגט,

Quotas
"קוואטעס" די יונייטעד סטעט'ס קאסטמוס האט אויך געזעצן וואס שטעלט אראפ "קוואטעס" פאר פארשידענע זאכן וויפל איז די מעקסימום זי וועט לאזן אריינברענגן פארן קאלענדער יאר, עס איז דא צוויי ארליי "קוואטעס", "טעריף רעיט קוואטע" און "אבסולוט קוואטע", "טעריף רעיט קוואטע" וועט לאזן אריינברענגן מער פון די קוואטע נומער אבער פאר מער טייערער. מש"כ "אבסולוט קוואטע" וועט שליסן אלע אימפארטס ביז די קומעדיגע קאלענדער יאר
א גיטע ביישפיל איז אונזער באליבטע "קען טונא פיש", עס איז ערלויבט פאר די קאלענדער יאר 2016 צו אריינברעגן15,350,636 קילא פון קען טונא פיש פאר 6% פראצענט דאטי רעיט, ווען אבער די אימפארטס גייט איבער די אויבנדערמאנטע נומערן פאר די קאלענדער יאר וועט די דאטי רעיט זיין 12.5% פראצענט,

Merchandise Processing Fee - Harbor Maintenance Fee

עס איז אויך פארהאנען נאך קלענערע דאטי'ס וואס מען ברויך באצאלען ביים אימפארטען אפגעזעהין צו די אייטעמ'ס איז דאטי פריי צו נישט, דאס איז "מערטשענעט פראסעסינג פי" און "הארבער מעינטענענס פי"
"מערטשענעט פראסעסינג פי", איז 0.3464% אויפן וועליו פון אלע אייטעמ'ס מיט א מינעמום פון $25 דאלער פער ענטערי, אין מאקסימום פון $485 דאלער פער ענטערי,
"הארבער מעינטענענס פי" דאס איז נאר אויף שיפמענטס אנגעקומען מיט א שיף דורכן וואסער, דארף מען צאלן 0.125% דאלער פער ענטערי
לעצט פאראכטן דורך מוליך ומביא אום זונטאג מאי 15, 2016 1:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חזק
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 10:05 am
לאקאציע: וואו דער מחשבה איז

תגובהדורך חזק » זונטאג מאי 08, 2016 10:20 pm

thanks for the info

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:00 pm

ליינט דא לעצטע נייעס וואס קען האבען א שטארקע אימפאקט אויף די שיפינג ליין
viewtopic.php?f=6&t=5245&start=8625
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

פרייליךמאכער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 23, 2013 6:06 pm

shipping and clearing from canada to usa

תגובהדורך פרייליךמאכער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 8:26 am

איינער האט אינפורמאציע פון א גוטע קוסטעם קלירינג עידזענט אין אמעריקא? כדארף שיפען סחורה פון קענעדע צו אמעריקא, די לוקאלע קלירענס איז סם טייער

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:28 pm

פיטום האט געשריבן:זייער שיין
ווארטמיר אויפן קומענדיגן

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 5:42 pm

כ'וואלט הנאה געהאט (ווער נאך) צו הערן וועגן אימפארטן צו UK

שפע רב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:37 pm

איינער מיט א עצה, ווען איך ברענג אריין א שיפמענט דרך האוויר מיט פעדקעס אדער dhl
בעטן זיי דאטי'ס,לאמיר זאגן %8 אויך אויב איך ברענג עס דרך הים טשארדזשען זיי אויך דאטי'ס. אבער מיט ups האבן זיי מיך נאך קיינמאל נישט געבעטן קיין מכס, קען איך מיך פארלאזען אין דע עתיד אז זיי וועלן מיך נישט בעטן, אויב יא לוינט זיך מיר עס אייביג אריין צוברענגען דורך זיי.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:40 pm

UPS בעט אויך, מן הסתם איז יענע שיפמענט נישט געווען מחויב במעשר.

שפע רב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:48 pm

איך האב שוין געהאט דע עקספרינעס, אפאר מאל,וואס ביי פעדעקס האבן זיי געבעטן אין ביי י.פ.עס, נישט.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:58 pm

ביי מיר האט ups שוין עטליכע מאל אפגעבעטן די דיוטי.
די סחורה איז געווען מער פון 2500 אין ווערט?
אינטער דעם סכום האט אנדערע הלכות

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 7:29 pm

ביי DHL איז עס $800 און העכער שינדען זיי די הויט למען ה׳גאווערמענט
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:43 pm

HI dose someone know of a good are you a Freight Services company ?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט