אינפארמעשאן וועגן מיוטשעל פאונדס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 10:41 pm

אברך האט געשריבן:שאלה #1

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
א
פיינע מענטש האט געשריבן:
מיין ערשטע שאלה איז ווי באקום איך אינפארמעשאן, אין וועלכע מיוטשל פאונדס עס איז די בעסטע צו אינוועסטן

Morningstar, is a good place to look, they keep track of the performance of each fund


זייער גוט געענטפערט דירעקט צו די שאלה, מיין עדווייס וואלט אבער געווען: אנלעס דו ווילסט מאכן ריסערטש פאר די פאן אוו איט איז א שאד די צייט, א דייווערסיפייד פארטפאליא גייט נישט אנדערפערפארמען און גיין שאפפינג פאר א בעסערע ווי די עס ענד פי וועסטו לכאורה נישט אווערפערפארמען.

ווי איך האב שוין געשריבן, פאר א בעגינער איז דאס בעסטע אז מען גייט צו א אנליין ראבא עדווייזער וואס זיי שטעלן דיר אויס א פארטפאליא פון 5/6 מיוטשעל פאנדס no decisions to make.

אז מיר האבן שוין יא אשכול מיוחד פאר מיוטשעל פאנדס, איז אין פלאץ אביסל טערמינאלאגי.

א מיוטשעל פאנד איז נישט לימיטעד צו סטאקס, עס זענען פארהאן מיוטשעל פאנדס וואס אינוועסטן אין ריעל עסטעיט, באנדס און נעטשרעל ריסורסעס.(גאלד, זילבער, אויל וכדו')

ווי אויך זענען דא אקטיוו מענעדשד מיוטשעל פאנדס,פאנדס מיט לאודס דאס מיינט אז ווען דו אינוועסט די ערשטע מאל דערין דארפסטו צאלן א לאוד, א קאמישן פאר דעם בראוקער וואס האט דיר עס פארקויפט.

גי אינוועסטמענט פון וואס יעדער רעדט דא איז טעקניקלי קאלד א ETF exchange traded fond, דאס איז א פאסיוו מענעדשד פאנד וואס טרעקט א אינדעקס, דאס איז וואס די פיינענשל עדווייזערס רעקאמענדירן צוליב די נידעריגע קאסטן ווי אויך ווייל היסטאריקלי קומט מען בעסער אן ווען מען טרעקד אן אינדעקס ווי ווען מען פרובירט יעדעס יאר נאכצולויפן די בעסטע סטאקס, די ראבא עדווייזערס אינוועסטן אויך נאר אין ETF's.

איך עגרי מיט אלעס, גוט גענטפערט, כוואלט נאר צוגעלייגט אז סאיז נישט כדאי צו האבן עקספאשער צו קאמאדעטיס, גאלד, זילבער, אויל, פאר די לאנג טערם ( מיין אפיניען )וועט א בלויז סטאקס פארטפאליא טוהן בעסער.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:27 pm

שאלה #3

א פיינע מענטש האט געשריבן:שאלה נומ. 3 מיט וויפיל געלט קען איך אנהייבן ?


יעדע פאנד האט אנדערע מינימום, אויף מארנינג סטאר אדער ביי די גרויסע אנליין בראוקערעדש פירמעס קענסטו טרעפן די דיטעילס, געווענליך איז דאס נישט מער פון 1000$.

מען קען אויך קויפן איין שער פון א ETF, די פרייז טוישט זיך יעדן טאג, SPY וואס טרעקט די ספ 500 האלט יעצט ארום 210$.

אויב ווילסטו וויסן א ראבא עדווייזער, וועלטהפראנט וואס איך נוץ האט א מינימום פון $500 ביי אנדערע איז עס נאך ווייניגער, איך מיין אז ביי בעטטערמענט איז נישטא קיין מינימום מען קען אנהייבן מיט 1$ !.

א געהעריגע פיינענשל עדווייזער/מאני מענעדשער האט שוין געווענליך א העכערע מינימום, עדעלמאן פיינענשל האט א מינימום פון $5000 רעלאטיוו נישט טייער.
לעצט פאראכטן דורך אברך אום מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:57 pm

און די פערדע קשיא איז...

א פיינע מענטש האט געשריבן:שאלה נומ. 4 אויב באשליס איך קען איך ארויסנעמען די גאצע געלט די ריוח מיטן קרן סיי ווען ?


דו קענסט ליקווידירן דיינע אינוועסטמענטס סיי ווען דו באשלוסט, פארשטייט זיך אז דו קענסט נאר ארויסנעמען וויפיל די אינוועסטמענטס אין דיין פארטפאליא זענען ווערט יענעם טאג, וועגן דעם דארף מען זיכער מאכן פארן אינוועסטן אז מען גייט טאקע נישט דארפן דאס געלט די קומענדיגע עטליכע יאר צו פארמיידן דאס פארקויפן מיט א לאסס.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:59 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:שאלה נומ. 4 אויב באשליס איך קען איך ארויסנעמען די גאצע געלט די ריוח מיטן קרן סיי ווען ?
you can't trade funds only on the end of the day, on the net worth of the fond of that day.


דוכט זיך אז א ETF איז אזוי ווי א סטאק און מען קען דאס קויפן / פארקויפן סיי ווען די מארקעט איז אפן.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 12:20 am

אברך האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:שאלה נומ. 4 אויב באשליס איך קען איך ארויסנעמען די גאצע געלט די ריוח מיטן קרן סיי ווען ?
you can't trade funds only on the end of the day, on the net worth of the fond of that day.


דוכט זיך אז א ETF איז אזוי ווי א סטאק און מען קען דאס קויפן / פארקויפן סיי ווען די מארקעט איז אפן.

Yes, a etf trade like a stock ,a mutual fund ,you can only sell on the end of the day.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 12:31 am

שאלה #5

א פיינע מענטש האט געשריבן:שאלה נומ. 5 וויאזוי טעשעק איך וויפיל פראצענט מיין חלק איז געוואקסן ?


יעדע גרעסערע בראוקער האט א וועבסייט ווי דו קענסט זעהן פונקטליך די פערפארמענס פון דיינע אינוועסטמענטס באגלייט מיט שיינע גרעף'ס פון דיין עססעט אלאקעישן, אויב גייט מען מיט א לעבעדיגן פיינענשל עדווייזער קען מען אויפהייבן דעם טעלעפאון(איך גלייב נישט אז יעדע קליינע עדווייזער האט א וועבסייט, אסאך האבן זיכער)

העמער קיין ווייטער ביי א קומענדיגע געלעגנהייט.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 8:32 am

א ריזן דאנק אברך פאר די אינפארמאציע וואס דו האסט דא מיטגעטיילט מיט אונז.

יישר כח

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 9:15 am

# 8 וויפיל פראצענט צאלט מען טעקס ווען מנעמט ארויס די געלט ?

דארף מען צאלן אויך אויפן קרן אדער נאר אויפן ריוח ?

איז א חילוק בנוגע די טעקס צו עס ליגט אין א טראסט אדער אין א פריוואטע אקואנט ?

איז די עוורישטש פון 10 פראצענט ריטורן נאך די טעקס אדער פאר די טעקס ?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 2:56 pm

שאלה #6

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
א
פיינע מענטש האט געשריבן:
שאלה נומ. 6 לויט ווי איך פארשטיי גייט די פראצענט ארויף, אויך אויף דאס וואס איז געוואקסן פאריאר, ממילא קומט אויס אז יעדעס יאר וואקסט די פראצענט מער.
וויאזוי קען איך רעכענען פון פאראויס וויפיל עס גייט זיין אין 15 יאר ארום, דהיינו פשוטו כמשמעו וואס לייג איך אריין אינעם קאלקיולעטער ער זאל מיר ארויסגעבן דעם חשבון, אדער איז דא א פראגרעם וואס וועט מיר דאס אויסרעכענען ?

גייט ארויף אויף אינוועסט.גאוו קענסט ניצן זייער קאלקיולעטער, אדער גיי צו גוגל טייפט אריין קאמפאנד קאלקיולעטער און קלויבט אויס.


דא האסטו א דיירעקט לינק צו רעכענען קאמפאונד אינטרעסט.

http://m.investor.gov/tools/calculators ... calculator
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 2:40 pm

שאלה #7

א פיינע מענטש האט געשריבן:# 7 לויט די היסטארי פון די לעצטע 100 יאר וויפיל יאר מינומום דארך איך האלטן דארט די געלט אז עס זאל וואקסן בערך 10 אדער 12 פראצענט ?


צו ענטפערן די שאלה קלאר וועט זיך פארלאנגען אביסל א לענגערע אפהאנדלונג, מעגליך צוטיילט אין עטליכע תגובות.

דיסקלעימער: אלעס וואס איך גיי שרייבן דא איז געבויט אויף די היסטאריע פון די לעצטע 100+ יאר, נישט קיין גאראנטיע.

לאמיר קודם כאפן א בליק אויף די טרוקענע ציפערן פון די 500 S & P, דערנאך העלמיר זעהן וואס דאס איז נוגע למעשה.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 3:07 pm

https://en.m.wikipedia.org/wiki/S%26P_500

דא האט איר וויקיפידיע'ס בלאט אויף די ספ 500, מיש אראפ צו מארקעט סטאטיסטיקס און שטודירט דעם טשארט.

ווי יעדער קען זעהן,
20 יאר:
ווארסט קעיס 7.81%,
דורכשניט 11.92%,
מאקסימום 17.88%.

15 יאר:
ווארסט קעיס 4.24%,
דורכשניט 12.22%
מאקסימום 18.93%.

10 יאר:
ווארסט קעיס −1.38% (דאס קומט אויס א לאסס פון 10/15 %)
דורכשניט 13.83%
מאקסימום 19.21%.

אין אנדערע ווערטער מיט א 20 יאר טיים הארייזאן איז ממש א מחיה, מאסט לייקלי וועט מען באקומען א 10 / 12 % און אפילו אין די ווארסט קעיס (וואס האט נאר פאסירט 2 מאל אין די לעצטע 100 יאר) האט מען נאך אלץ א 7.81 ענועל ריטוירן.

ביי 15 יאר איז נאך אלץ זייער סעיף, אפילו אין די ווארסט קעיס איז דא א ריטוירן פון 4.24 און לאמיר נישט פארגעסן, עס איז עקסטרימלי אנלייקלי צו באקומען די נומער, 98% אז נישט.

ביי 10 יאר איז נאכאלץ דא די עווערעדש פון איבער 10% אבער די ווארסט קעיס איז א פראבלעם, א לאסס פון 1.38 יערליך, אין אנדערע ווערטער איינער וואס האט א טיים הארייזאן פון אונטער 12 יאר און אינוועסט אין די ספ 500 האט א ריסק פון דערלייגן געלט, טאקע גאר א קליינע טשאנס און אויך נישט צו דערלייגן ס'גאנצע אבער דאך א ריסק.

מיינט דאס אז איינער מיט א טיים הארייזאן פון 10 יאר זאל האלטן דאס געלט אונטערן מאטראץ ?

ווארטס נאר אויף די קומענדיגע תגובה...
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 4:46 pm

ישר כח גדול. שיין געשריבן בטוב טעם ודעת. ווארטן מיר אויף מער.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 5:49 pm

ישר כח ביטע לאז אונז נישט ווארטן צולאנג

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 5:50 pm

אונטערן מאטראץ שפארט ער זיך די מכס

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג דעצמבער 04, 2015 12:16 am

אט אזוי האט געשריבן:אונטערן מאטראץ שפארט ער זיך די מכס


איך פארשטיי אז דו מיינסט איינקופט מכס, דו ביזט גערעכט דערמיט, און עס איז אויך ריכטיג אז געוויסע זענען שיין מצליח אונטערן ראדאר... אבער פאר 99% מענטשן איז אזא מהלך א דיזעסטער און עס בעקפייערט נאר.

וועגן מכס אויף די ריוח פון די אינוועסטמענט איז דא די קומענדיגע שאלה.

נ. ב. א דאנק פאר די קאמפלימענטן, אז מען זעהט אז ס'איז דא א רעספאנס שרייבט זיך געשמאקער.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מאנטאג דעצמבער 07, 2015 11:52 pm

עס איז דא דריי וועגן צו רעדוצירן ריסק.

1)דייווערסיפיקעישן.
2)דאללער קאסט עוורעדשינג.
3)האלטן אן אויג אויף די מארקעט ביים ארויסנעמען.

1)דייווערסיפיקעישן, ווען איך קויף א הויז פאר אינוועסטמענט איז דא א ריסק אז דער טענענט גייט נישט באצאלן, אויב אבער האב איך 10 הייזער האב איך שטארק געשניטן די ריסק, אפילו אויב איינער צאלט נישט איז נאך אלץ דא 9 וואס ברענגען ריוח און דעקן דעם פארלוסט, דאס איז דער געדאנק פון דייווערסיפיקעישן, ווי מענטשן זאגן 'לייג נישט אלע אייער אין איין קארב' אדער ווי להבדיל די גמרא זאגט אז מען זאל לייגן שליש בקרקע וכו'.

לענינינו די ספ 500 איז שטארק דייווערסיפייד, צוטיילט צווישן 500 גרויסע אמעריקאנער קאמפעניס, און וועגן דעם דארף מען נישט מורא האבן פון א לאסס (לאנג טערם) ווייל אפילו אויב א חלק קאמפעניס קראכן און ווערן ווערט זילטש איז נאך אלץ די ריוח פון די סוקסעספולע סטאקס גענוג צו דעקן דעם לאסס מיט א שמיץ אריבער.

יעצט אויב וויל מען רעדוצירן די ריסק, צי ווייל מען האט נישט גענוג א לאנגע טיים הארייזאן אדער ווייל מען האט נישט דעם מאגן פאר די וואלעטיליטי פון א 100% סטאק פארטפאליא, דארף מען נעמען דייווערסיפיקעישן צו די נעקסטע לעוועל און זיין צוטיילט צווישן אלע סארט אינוועסטמענטס אויף די וועלט אריינגערעכנט גרויסע, מיטעלע, קליינע, אויסלענדישע, דיווידענד סטאקס און אויך ריעל עסטעיט פאנדס, באנד פאנדס, און נעטשרעל ריסורסעס פאנדס,(כוונ"א,זיי נישט ברוגז...) דאס ווערט אנגערופן א גלאבעלי דייווערסיפייד פארטפאליא, עס זענען דא אנליין ראבא עדווייזערס וואס שטעלן דאס צו כמעט בחנם.

שטודיעס צייגן אז אזא פארטפאליא ברענגט די זעלבע 10% עוורעדש מיט 30% ווייניגער וואלעטיליטי(ריק עדעלמאן).

און אויב האט מען נאך ווייניגער צייט לאמיר זאגן נאר 7 יאר דארף א גרעסערע פראצענט זיין אין די מער סעיף אינוועסטמענטס ווי באנדס און ווייניגער אין די וואלעטייל אינוועסטמענטס, מיט דעם שניידט מען סיי די ריסק און סיי מען גיבט אויף אויף די רוחים וואס א 100% סטאק פארטפאליא וואלט געברענגט.

המשך יבוא.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 5:59 pm

אברך האט געשריבן:עס איז דא דריי וועגן צו רעדוצירן ריסק.

1)דייווערסיפיקעישן.
2)דאללער קאסט עוורעדשינג.
3)האלטן אן אויג אויף די מארקעט ביים ארויסנעמען.

1)דייווערסיפיקעישן, ווען איך קויף א הויז פאר אינוועסטמענט איז דא א ריסק אז דער טענענט גייט נישט באצאלן, אויב אבער האב איך 10 הייזער האב איך שטארק געשניטן די ריסק, אפילו אויב איינער צאלט נישט איז נאך אלץ דא 9 וואס ברענגען ריוח און דעקן דעם פארלוסט, דאס איז דער געדאנק פון דייווערסיפיקעישן, ווי מענטשן זאגן 'לייג נישט אלע אייער אין איין קארב' אדער ווי להבדיל די גמרא זאגט אז מען זאל לייגן שליש בקרקע וכו'.

לענינינו די ספ 500 איז שטארק דייווערסיפייד, צוטיילט צווישן 500 גרויסע אמעריקאנער קאמפעניס, און וועגן דעם דארף מען נישט מורא האבן פון א לאסס (לאנג טערם) ווייל אפילו אויב א חלק קאמפעניס קראכן און ווערן ווערט זילטש איז נאך אלץ די ריוח פון די סוקסעספולע סטאקס גענוג צו דעקן דעם לאסס מיט א שמיץ אריבער.

יעצט אויב וויל מען רעדוצירן די ריסק, צי ווייל מען האט נישט גענוג א לאנגע טיים הארייזאן אדער ווייל מען האט נישט דעם מאגן פאר די וואלעטיליטי פון א 100% סטאק פארטפאליא, דארף מען נעמען דייווערסיפיקעישן צו די נעקסטע לעוועל און זיין צוטיילט צווישן אלע סארט אינוועסטמענטס אויף די וועלט אריינגערעכנט גרויסע, מיטעלע, קליינע, אויסלענדישע, דיווידענד סטאקס און אויך ריעל עסטעיט פאנדס, באנד פאנדס, און נעטשרעל ריסורסעס פאנדס,(כוונ"א,זיי נישט ברוגז...) דאס ווערט אנגערופן א גלאבעלי דייווערסיפייד פארטפאליא, עס זענען דא אנליין ראבא עדווייזערס וואס שטעלן דאס צו כמעט בחנם.

שטודיעס צייגן אז אזא פארטפאליא ברענגט די זעלבע 10% עוורעדש מיט 30% ווייניגער וואלעטיליטי(ריק עדעלמאן).

און

המשך יבוא.
זייער גוט און שיין געשריבן ! יעצט א קליינע הערה קיינער פון די sp500 גייט נישט ווערן זילטש ווייל סווערט ריפלעיסט מיט אנדערע קאמפעניס ,יעצט לגבי דייווערסיפיקעישן כבין נישט אזוי קליג צו פערדיקטען די פיוטשער און כווייס נישט וועלכע סטראטעגיע וועט ריטערנען מער , באט כווייס אז בדרך הטבע וועט די אמעריקאנע עקאנעמי בלייבן די ליעדינג עקאנעמי און ביזנעס וועט ווייטער וואקסן, עימערדשינג מארקעטס וועלן אויך וואקסן און אויף א שנעלערע פארנעם אבער סאיז מער ריסק, קארענסי ריסק , וכ'ו איז איינער וואס גייט אינוועסטן נאר און אמעריקאנע אינדעקס פאנדס וועט טוהן פיין , און איינער וואס גייט אינוועסטן אויך און עימערדשינג מארקעטס פאנד וועט אויך טון פיין , ווער וועט בלייבן אויסגעשפילט ? דער וואס האט נישט קיין סטראטעגיע און וועט ארומשפרינגען און האלטן און איין נאכלויפן ווער סהאט ריטערענט די מערסטע די לעצטע פאר יאר ,קווארדער ,( רוב מענטשן ) ער וועט בלייבן אויסגעשפילט

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 6:02 pm

יעדער דארף אינוועסטן וויאזוי אים איז באקוועם און סטיקען צו עס אווער די לאנג טערם וועט ער טוהן פיין ,לענין באנדס בקיצור באנדס טרעיט די פארקערטע וועג ווי אינטרעסט רעיטס , דאס הייסט אז יעצט ווען מען גייט העכערען רעיטס וועט באנדס זיין זייער וואליטעל , כבין נישט איבערצייגט אז באנדס איז א סעיפער אינוועסטמענט ווי סטאקס, און די ריטערן איז נישט אזויא גוט ווי סטאקס ,על כן זעה איך נישט קיין סיבה אז איינער זאל בויען זיין פארטפאליא מיט באנדס. איינער וואס זיכט א סעיף אינוועסטמענט, מיט א גוטע יוילד איז דא די גרויסע סטאקס ( ביג קעפ בלא טשיפ ) וויא COLGATE , GE, APPL, AT&T, VERIZON, וואס צאלן שיינע דיווידענטס, + קעפיטאל אפרישיעשאן און בדרך כלל נישט אזוי וואליטעל ,

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 6:14 pm

.

לענינינו די ספ 500 איז שטארק דייווערסיפייד, צוטיילט צווישן 500 גרויסע אמעריקאנער קאמפעניס, און וועגן דעם דארף מען נישט מורא האבן פון א לאסס (לאנג טערם) ווייל אפילו אויב א חלק קאמפעניס קראכן און ווערן ווערט זילטש איז נאך אלץ די ריוח פון די סוקסעספולע סטאקס גענוג צו דעקן דעם לאסס מיט א שמיץ אריבער.

יעצט אויב וויל מען רעדוצירן די ריסק, צי ווייל מען האט נישט גענוג א לאנגע טיים הארייזאן אדער ווייל מען האט נישט דעם מאגן פאר די וואלעטיליטי פון א 100% סטאק פארטפאליא, דארף מען נעמען דייווערסיפיקעישן צו די נעקסטע לעוועל און זיין צוטיילט צווישן אלע סארט אינוועסטמענטס אויף די וועלט אריינגערעכנט גרויסע, מיטעלע, קליינע, אויסלענדישע, דיווידענד סטאקס און אויך ריעל עסטעיט פאנדס, באנד פאנדס, און נעטשרעל ריסורסעס פאנדס,(כוונ"א,זיי נישט ברוגז...) דאס ווערט אנגערופן א גלאבעלי דייווערסיפייד פארטפאליא, עס זענען דא אנליין ראבא עדווייזערס וואס שטעלן דאס צו כמעט בחנם.

שטודיעס צייגן אז אזא פארטפאליא ברענגט די זעלבע 10% עוורעדש מיט 30% ווייניגער וואלעטיליטי(ריק עדעלמאן).



המשך יבוא.[/quote]
נעטשרעל ריסורסעס און בכלל קאמעדיטיס איז נישט פאר די עווריטש מענטש, סאיז זייער ריסקי , יא כווייס אז קאמעדיטיס איז זייער ביליג יעצט די פראבלעם איז אז סקען בלייבן נידריג פאר נאך א לאנגע צייט און אפילו פאלן מער , און מען קען עס נישט פערדיקטען, די אפסייט איז אויך פארשטייט זיך זייער גרויס , כהאב נישט קיין פראבלעם פון עס לייגן א קליינע חלק פון א פארטפאליא אבער סאיז מער פאר טרעידערס מיינעדיג צו זאגן אז מען פארקויפט ווען סגייט ארויף , ביי די ראבאטס איז דוכט זיך נישט דא דעי פראבלעם ווייל סריבאלענסט זיך אויטאמאטיש.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 8:34 pm

כוונ'א, יעדעס ווארט גין גאלד, מען זעהט אז דו האסט אסאך געפילעוועט...

וועגן באנדס, דו אימפעקט פון העכערן אינטרעסט ראטעס איז גאר קליין ביי שארט טערם באנדס, סאו אויב זיכט מען סעיפטי איז שארט טערם באנדס דאס פלאץ, דאס איז זיכער אז סיי וועלכע באנד איז גוט פאר דייווערסיפיקעישן זינט דאס איז א צווייטע עססעט קלעסס.

וועגן נעטשרעל ריסורסעס ביזטו גערעכט, און אויב איז דא א מקום דאס צו האלטן אין א פארטפאליא איז דאס נאר פאר דייווערסיפיקעישן און אויך גאר א קליינע פראצענט, וועלטהפראנט גיבט פאר די מערסט אגרעסיוו פארטפאליא א 5% אין נעטשרעל ריסורסעס.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 9:12 pm

מה אני להכניס ראשי בין ההרים...הלואי שאזכה להבין קצת משיחת תלמודי חכמים.... לעת עתה עדיין אני בבעבי סטעפ 2.... ודי למבין
אבל רצוני להקשות מהו הפירוש של "וואלעטיליטי" ?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:22 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:מה אני להכניס ראשי בין ההרים...הלואי שאזכה להבין קצת משיחת תלמודי חכמים.... לעת עתה עדיין אני בבעבי סטעפ 2.... ודי למבין
אבל רצוני להקשות מהו הפירוש של "וואלעטיליטי" ?


ההרים אינם גבוהים כל כך...

המקום יעזור שתוכל להתקדם בהאסטעפ'ס בניקל.

א ריזן עולם איז סטאק אין בעיבי סטעפ 2 פאר יארן.

וואלעטיליטי נוצט מען צו באצייכענען ווי שטארק א אינוועסטמענט רוקט זיך ארויף אדער אראפ. צב"ש א באנק אקאונט האט 0 וואלעטיליטי ווייל די וועליו איז אייביג די זעלבע, די אנדערע עקסטרעם איז לאמיר זאגן גאלד וואס איז יעצט האלב די פרייז פון עטליכע יאר צוריק.

מען קען האבן צוויי אינוועסטמענטס וואס ביידע ריקן זיך פון פאוינט א צו פאוינט ב, איינער מאכט דאס אין א גראדע ליין מיט גאר ווייניג וואלעטיליטי און דער צווייטער קומט אן דאס זעלבע אבער אינצווישן איז די פרייז ארויף און אראפ דראמאטיש, אין אנדערע ווערטער ער איז הויעך אין וואלעטיליטי.
לעצט פאראכטן דורך אברך אום מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:35 pm

א פיינע מענטש, איך בין שוין געוועהן ביי בעבי סטעפ צוויי און איך האלט שוין נאכדעם ברוך השם.

חזק ואמץ, וועסט מצליח זיין בעזר השם!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:45 pm

אברך האט געשריבן:עס איז דא דריי וועגן צו רעדוצירן ריסק.

1)דייווערסיפיקעישן.
2)דאללער קאסט עוורעדשינג.
3)האלטן אן אויג אויף די מארקעט ביים ארויסנעמען.

המשך יבוא.


2)דאללער קאסט עוורעדשינג.

לאמיר זאגן אז איך האב 10 אלפים און איך וויל דאס אריינלייגן אין די ספ 500, איך האב אבער מורא אז א טאג נאכן אריינלייגן גייט קומען א קאררעקשן פון 10% נו איז דאך ממש א שאד איך זאל יעצט אינוועסטן פונקט פארן זעץ און דארפן ציווארטן ביז די מארקעט כאפט זיך צוריק בעסער איז אז איך זאל אינוועסטן מארגן הארט נאכן קראך אזוי באקום איך די אינוועסטמענט פאר א ביליגע פרייז וואס וועט אינקריסן די פראפיטן, סאו ווארט איך ביז מארגן, מארגן האב איך ווייטער די זעלבע דילעמא, אפשר איז 'היינט' די פרייז זייער הויעך.

צו סאלוון דעם פראבלעם נוצט מען דאללער קאסט עוורעדשינג, איך גיי נישט אינוועסטן די גאנצע 10k היינט, איך גיי עס צוטיילן, יעדן חודש אינוועסט איך א טויזענטער סאו איך האב באקומען די עוורעדש פרייז פון די 10 חדשים, איך האב צושפרייט די ריסק פון אינוועסטן ביים שפיץ אין 10 שטיקלעך, דאס איז דייווערסיפיקעישן אין טיים, איין חודש קויף איך טאקע פאר זייער טייער אבער קומענדיגע חודש (נאכן קראך) קויף איך פאר זייער ביליג, בלייב איך מיטן עוורעדש.

לאמיר צוריקצוגיין צו איינעם וואס וויל אינוועסטן אין די ספ 500, האט א טיים הארייזאן פון 10 יאר, און האט מורא פון די ווארסט קעיס סינעריא.

די נומבערס פון די ספ 500 וואס מיר האבן אויבן געברענגט רעדן פון איין פאוינט אוו טיים ביז צו די צווייטע פאוינט, און די ווארסט קעיס איז אויב מען לייגט אריין ביים פיק הארט פאר א קראך און מען נעמט ארויס ביים טאל הארט נאך א קראך.

אין פאקט אבער איז דאס נישט די וועג וויאזוי מענטשן לייגן אוועק און אינוועסטן געלט, געווענליך אינוועסטן מענטשן צוביסלעך יעדן חודש אדער וואך אביסעלע, במילא איז אומפאסעבל צו באקומען די ווארסט קעיס סינעריא.
לעצט פאראכטן דורך אברך אום מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:47 pm

וואס מיינט בעיבי סטעפ 2 ?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט