ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:48 pm

יעצט איז מיין רייע..

מיין טייערע חבר איז געוואר געווארן (נאזי באדי) אז איך האב געשפארט פון די סחורה אונטערן מאטראץ..

ער מוטשעט מיך שוין לאנג אז "ער וויל מיר העלפן" אז מיין געלט זאל וואקסן און פארשטייט זיך אז ער וועט אויך פארדינען, א שטייגער פון זה נהנה וזה נהנה..

ער טענה'ט אז מ'קען קויפן און פענסלוועיניע אדער אין ניו זשערסי א.ד.ג. א הויז פאר צווישן 5,000 און 10,000 און מ'פיקסט עס אויף פאר נאך 5 און מ'נעמט אריין א טענעט איןי די געלט הייבט אן פליסן..

איז אזוי,
עס קוקט אויס אויבן אויף א גוטע פלאן, אבער מיין געוויסן ביסן (עפעס אזוי..) זאגט מיר אז עפעס איז נישט גלאטיג.. און ווען מטראכט אריין אביסל טיפער הייבן זיך אן שווערע שאלות
1) ווי אזוי ווייס איך וויפיל די רענט איז אין יענע געיגנט? למשל אויב ס'איז 500 דאלער לוינט זיך נישט די גאנצע געשעפט.. איך וועל דארפן ווארטן 3 יאר ביז איך מאך צוריק דאס געלט?

2) וואס טוט זיך מיט טעקס פארן הויז וואס קען לכאורה אויך זיין א גרויסע עקספענס.

3) די עיקר שאלה וואס איך וויל וויסן איז "וואס נאך דארף מען וויסן פאר מ'טוט אזא זאך? וואס נאך דארף מען נעמען אין אכט?

אויב איז דא איינער דא וואס טוט אין דעם, ביטע ארויסהעלפן.

יש"כ למפרע.
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:01 pm

א הויז פאר פינעף טויזענט? אפשר ווייזטו מיך אנ א לינק פון די געגענט די לויער צו קלאוזען קאסט באלד 40% פון די פרייז

רואיג!
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:21 pm

אויב איז דיין חבר דער וואס גייט עס טון (און דו גייסט נאר געבן די געלט). איז די ערשטע שאלה, קענסטו אים טראסטן? אויב יא, האט ער שוין גוטע עקספיערנס? און נאכדעם איז גוט אז דו זאלסט אויך אביסל פארשטיין פון וואס מ'רעדט. (נישט פארגעסן צו שרייבן א קלארע שטר שותפות)

אויב דו ווילסט עס אליין טון, דארפסטו גוט ריסערטשן פארן קויפן.

1) רעדט צו א בראקער וואס טוט אין יענע געגנט. ווי שווער איז צו טרעפן א טענענט? ווי סאך סאך רענט באקומט מען פאר אזא הויז? וכו'
2) טעקס נאמבערס קענסטו באקומען פון וועם דו קויפסט עס.
3) א שיינע סכום געלט גייט פאר מעינטענענס יעדע יאר (לפי המצב).
4)דארפסט אייביג אריין נעמען אין חשבון אז ס'קען זיך מאכן אסאך אומגעראכטענע הוצאות. (למשל, אויב א טענענט צאלט נישט, קענסטו דערלייגן אפּאר חדשים רענט, דארפסט צאלן א לאיער אים צוזען ארויס, און נאכדעם דארפסטו זוכן א נייע טענענט)

געדענק אויך, אז חוץ די פרייז קומט צו אפּאר אלפים ביים קויפן. (לאיער, טייטל, וכו')

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

תגובהדורך לייב ירק » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:32 pm

ווער גייט פירן די מעינטענענטס ? אויב איז עס איינער וואס איז נישט אויפן פלאץ האט מיר איינער געזאגט אז דאס איז געווען זיין גרעסטע טעות ער איז געווען און נ.י. די פראפערטי איז געווען אפאר שעה אוועק די טענענטס פלעגן קאמפלעינען האט ער געדארפט ריפן א בעל מלאכה געצאלט ביטער טייער ווייל ער האט זיך נישט אויסגעקענט און יענע געגענט אראפ פארן איז געווען א שלעפ בקיצור מען דארף אריין נעמען יעדע פרט פון פארדעם

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:39 pm

סנישטא אזא הויז פאר אזוי ביליג (חוץ א פעקעדזש פון די באנק ), וואס די רענטאל וועליו איז $500 א חודש
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:23 pm

דאס אז ס'איז ביליג מיינט אז קיינער וויל נישט קויפן אדער דינגען דארט. איר קענט קויפן גאסן אין דעטרויט פאר אפאר צענט...

אוודאי איז יתכן אז ס'פרייז וועט ארויפגיין און עס וועט ווערן די נעקסטע מענהעטען... אבער ס'ווענט זיך אויב די ווילסט זיין א לאנג-טירם אינוועסטער. אלאנפאלס וואלט איך אייך געראטן צו רעדן צו איינער מיט יארן עקספיריענס.

איך האב אמאל געהערט פון א איד וואס טוט אין ריעל עסטעיט אסאך יארן האט ער געזאגט, רוב מארקעטס בלייבן מער ווייניגער די זעלבע א גוטע בלייבט גוט און א שלעכטע בלייבט שלעכט, זאגט ער, די עושר ווייסט דאס קויפט ער עידית, די ארימאן ווייסט דאס נעבעך נישט קויפט ער זיבורות... אמאל געלונגט א נערישקייט....

היינו דאמרי אינשי, בתר עניא אזלא ענייתא...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:39 pm

איין זאך קען איך דיר זאגן אז מיט איינער וואס 'לויפט דיר נאך אז ער וויל דיר העלפן' לויף נישט מיט.. און בפרט בענין זה.
הק' איש ימיני

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:40 pm

דאס אז געלט זאל ליגן אונטערן מאטראץ איז א גרויסע שאד, נישט נאר פארדינסטו גארנישט נאר דו דערלייגסט יעדעס יאר עטליכע פראצענט צוליב אינפלאציע.

(פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב דו פלאנסט נישט צו ניצן די געלט די קומענדיגע עטליכע יאר)

דו קענסט לייגן דאס געלט אין us government bonds וואס ווערט פאררעכנט אלס די מערסטע פארזיכערטע אינוועסטמענט אין די וועלט און מאכן 2-4% א יאר.

אויב באשלוסטו צו גיין מיט ריעל עסטעיט, מאך זיכער אז דו האסט א פעטע עמערדשענסי פאנד אין די זייט אין פאל פון אומערווארטעטע עקספענסעס אדער די דירה שטייט ליידיג פאר עטליכע חדשים.

לדעתי השפלה פאר איינעם וואס האט נישט קיין ריזיגע קעש רעזערוון איז מיוטשעל פאנדס פיל א בעסערע דיל פון ריעל עסטעיט.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:55 pm

שטיי אוועק וד"ל

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 12:33 am

איז די מעשה אזוי...

איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן לאנג, אפאר געדאנקען נאר.

*דאס ערשטע זאך נעם אין באטראכט אז אויב איז דא מערערע הייזער פאר שפאט ביליג איז עס געווענדליך נישט ווערט מער (אלץ דא א יוצא מן הכלל).
*צווייטענס, וואס איז די קאנדישאן פון די הויז? איז עס אין א גוטע קאנדישאן? אויב נישט, וויפיל געלט דארף מען אריינלייגן אז מען זאל קענען וואוינען דארטן און די זאלסט עס קענען פארדינגען? (ער זאגט 5000 איז עס טאקע אזוי?)
*וויפיל לויפט דארטן די רענט אין די געגענט? וועלכע מיני מענטשען וואוינען דארט? מאך זיכער עס איז נישט קיין נידריגע קלאס געגענט וואס 6 חדשים פונעם יאר העסטו זיין ביזי מיט עוויקשאנס.
*דארפסט ארייננעמען אין דיין קאסט: מעינטענענס, טעקס, און אויב עס איז דא HOA fees א.ד.ג.

בכלל איז נישט ראטזאם צו אינוועסטן אזוי ווייט, נאכדערצו וואס די קענסט נישט געגענט, נאכדערצו נישט אן עקספיריענס אינוועסטער.

אין א זייטיגע נאטיץ, אין דריי יאר צוריק צי זעהן דיין געלט איז זייער זעלטען אין עני אינוועסטמענט.
לעצט פאראכטן דורך אינוועסטער אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 1:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 12:44 am

און ב.ד.וו. איז דא גענוג אין ניו יארק ווי צו אינוועסטען, סעט טאקע נישט זיין קיין מעכטיגע מציאה, אבער קענסט האבן דיסענט הייזער אין סטאבילע געגענטער און צוריק זעהן דיין געלט ביז א אפאהר יאר.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 8:15 am

Elmo האט געשריבן:א הויז פאר פינעף טויזענט? אפשר ווייזטו מיך אנ א לינק פון די געגענט די לויער צו קלאוזען קאסט באלד 40% פון די פרייז


http://www.hubzu.com/searchResult?searc ... ge=0-25000
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 10:18 am

וואס א חילוק האט געשריבן:יעצט איז מיין רייע..

מיין טייערע חבר איז געוואר געווארן (נאזי באדי) אז איך האב געשפארט פון די סחורה אונטערן מאטראץ..

ער מוטשעט מיך שוין לאנג אז "ער וויל מיר העלפן" אז מיין געלט זאל וואקסן און פארשטייט זיך אז ער וועט אויך פארדינען, א שטייגער פון זה נהנה וזה נהנה..

ער טענה'ט אז מ'קען קויפן און פענסלוועיניע אדער אין ניו זשערסי א.ד.ג. א הויז פאר צווישן 5,000 און 10,000 און מ'פיקסט עס אויף פאר נאך 5 און מ'נעמט אריין א טענעט איןי די געלט הייבט אן פליסן..

איז אזוי,
עס קוקט אויס אויבן אויף א גוטע פלאן, אבער מיין געוויסן ביסן (עפעס אזוי..) זאגט מיר אז עפעס איז נישט גלאטיג.. און ווען מטראכט אריין אביסל טיפער הייבן זיך אן שווערע שאלות
1) ווי אזוי ווייס איך וויפיל די רענט איז אין יענע געיגנט? למשל אויב ס'איז 500 דאלער לוינט זיך נישט די גאנצע געשעפט.. איך וועל דארפן ווארטן 3 יאר ביז איך מאך צוריק דאס געלט?

שטעל זיך אפ דא, א הויז פאר פינעף אלפים איז נישט מעגליך צו מאכן קיין געלט, קיינער גייט נישט רענטן פון די א הויז ווען ער קען זיך אליינס קויפן פאר פינעף טויזענט דאלאר, אז יא איז עס פאר ממש קליין געלט א חודש וואס די מעינטענענס פער חוש וועט זיין מער פון די רענט, און א טענענט וואס דו וואלסט נישט געוואלט האבן, ווער רעדט נאך ווען די הויז איז ווייט אוועק.
ס'איז שוין גרינגער צו לייגן די געלט אין דיין לאקאלע גארביטש קען ביי דיר אינדערהיים, וועסט האבן אסאך ווייניגער הארץ ווייטאג אזוי.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 11:42 am

וואס א חילוק האט געשריבן:מיין טייערע חבר איז געוואר געווארן (נאזי באדי) אז איך האב געשפארט פון די סחורה אונטערן מאטראץ..

ער מוטשעט מיך שוין לאנג אז "ער וויל מיר העלפן" אז מיין געלט זאל וואקסן און פארשטייט זיך אז ער וועט אויך פארדינען, א שטייגער פון זה נהנה וזה נהנה..



Never take advice from someone who doesn't have to live with the consequences. - Mark Cuban

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 5:36 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:יעצט איז מיין רייע..

מיין טייערע חבר איז געוואר געווארן (נאזי באדי) אז איך האב געשפארט פון די סחורה אונטערן מאטראץ..

ער מוטשעט מיך שוין לאנג אז "ער וויל מיר העלפן" אז מיין געלט זאל וואקסן און פארשטייט זיך אז ער וועט אויך פארדינען, א שטייגער פון זה נהנה וזה נהנה..

ער טענה'ט אז מ'קען קויפן און פענסלוועיניע אדער אין ניו זשערסי א.ד.ג. א הויז פאר צווישן 5,000 און 10,000 און מ'פיקסט עס אויף פאר נאך 5 און מ'נעמט אריין א טענעט איןי די געלט הייבט אן פליסן..

איז אזוי,
עס קוקט אויס אויבן אויף א גוטע פלאן, אבער מיין געוויסן ביסן (עפעס אזוי..) זאגט מיר אז עפעס איז נישט גלאטיג.. און ווען מטראכט אריין אביסל טיפער הייבן זיך אן שווערע שאלות
1) ווי אזוי ווייס איך וויפיל די רענט איז אין יענע געיגנט? למשל אויב ס'איז 500 דאלער לוינט זיך נישט די גאנצע געשעפט.. איך וועל דארפן ווארטן 3 יאר ביז איך מאך צוריק דאס געלט?

שטעל זיך אפ דא, א הויז פאר פינעף אלפים איז נישט מעגליך צו מאכן קיין געלט, קיינער גייט נישט רענטן פון די א הויז ווען ער קען זיך אליינס קויפן פאר פינעף טויזענט דאלאר, אז יא איז עס פאר ממש קליין געלט א חודש וואס די מעינטענענס פער חוש וועט זיין מער פון די רענט, און א טענענט וואס דו וואלסט נישט געוואלט האבן, ווער רעדט נאך ווען די הויז איז ווייט אוועק.
ס'איז שוין גרינגער צו לייגן די געלט אין דיין לאקאלע גארביטש קען ביי דיר אינדערהיים, וועסט האבן אסאך ווייניגער הארץ ווייטאג אזוי.

מ'רעדט דאך אז מ'וועט איבערפיקסן עס זאל אויסקוקן ניי.. וועט עס א מענטש ענדערש דינגען..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 5:49 pm

איבערגעפיקסטערהייט וויפיל מיינסטו קען די רענט זיין? אין א געגענט וואס קאסט צו קויפן א הויז פאר 5 אלפים איז די רענט נישט מער ווי ממש קליין געלט (אויב ס'איז בכלל דא דארט רענטעלס)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 10:46 pm

האמיר געמאכט א טראפקעלע ריסערטש, וואס איז די פלאן? די פלאץ איז זעקס און א האלב שעה מיט א קאר פון ברוקלין, אנדערטהאלבן שעה מיט א ערעפלאן פאר $271 א טיקעט, מאפע, ס'הייסט איין ראונדטריפ וועט אויפעסן 10% פון די אינוועסטמענט.
די פארברעכן ראטע איז זייער הויעך, און היבש אסאך הייזער שטייען צו פארקויפן אויף Zillow (כאטש פאר היבש טייערער ווי פינף אלפים)

ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז מ'קען בעטן צו הויעך רענט, דרך אגב Zillow און Aapartmentguide.com בעטן פאר די זעלבע הויז $9,900 און פון די בילדער קוקט אויס אז עס דארף דורכגיין א גרינטליכע רענאוואציע בעפאר מ'קען דארט וואינען.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 10:59 pm

די ביליגע געגנטער ווי סלוינט זיך צו אינוועסטירן דארף צו קאסטן ט הויז צווישן 40-60 טויזנט טאלער און רענט איז בערך 12-1300 טאלער,

אויב מווייסט ווי מ'קויפט, קען מען מאכן 15-20 פראצענט אויפן געלט,
נישקשה, נאר ס'איז -געווענליך - נישטא דארט די פאטענציעל וואס איז דא אין ברוקלין, און טאקע דערפאר צאלט דער עולם דא ארום 10-15 מאל די רענט, און מ'האפט אז די מארקעט וועט זיך נאכמאל טריפלען אין די נעקסטע 3-4 יאר,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:02 am

וואס א חילוק האט געשריבן:
Elmo האט געשריבן:א הויז פאר פינעף טויזענט? אפשר ווייזטו מיך אנ א לינק פון די געגענט די לויער צו קלאוזען קאסט באלד 40% פון די פרייז


http://www.hubzu.com/searchResult?searc ... ge=0-25000


$5000 איז נישט דער 'סעלינג פרייז' נאר א סטארטינג פרייז פאר א ביד.

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 10:16 pm

לעצטענס איז מיר אריין א זשוק אין קאפ זיך אביסל ארומצוקוקן אויף די ריעל עסטעיט מארקעט, דער פראבלעם איז אבער אז איך האב נישט קיין ערנסטע געלטער אין די זייט צו אינוועסטן אין איך בין גענצליך גרין אין די פעלד. האב איך זיך צוגעזעצט צו די כלי (מיט א שטארקע פילטער) און זיך גענומען נישטערן, די תוצאות האבן מיר געלאזט ענטוזיאסטיש פון איין זייט און א בארג מיט ספיקות פון די אנדערע זייט.

איך האב מיר באקענט אביסל מיט די קאנצעפט "קריעטיוו ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס" דאס מיינט בעסיקלי וויאזוי מען קען אינוועסטן, בשותפות, אין גוטע דיעלס אן דארפן אראפלייגן ערנסטע געלטער, אויב בכלל. איך ווייס אז עס הערט זיך זייער פאנטאסטיש און מאנכע וועלן שוין ציען מיט די אקסלען, אבער אין פאקט איז דא אסאך וואס האבן שטארק מצליח געווען אזוי. נאר וואס דען, מען דארף ארבעטען שעות ארוכות צו אפירזוכן די ריכטיגע דיעלס, זיך נאכפרעגן בייי די ריכטיגע מענטשן, און אסאך נוצן דעם של ראש, און אויך האבן האבן א היבשע מאס קאנפידענס. האב איך געטראכט צו ארויפקומען דא און בשילוב חברים זיך צו לאזן ארויסהעלפן און העלפן אנדערע.

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 10:27 pm

און איך וועל שוין גיין פתיחה.

די ערשטע ערנסט אויסזעענדע וועבסייט האב איך אנגעטראפן https://www.biggerpockets.com/ לויט ווי זיי שרייבן האבן זיי יעצט איבער 420,000 מעמבערס (מען ווערט א מעמבער דורך זיך איינשרייבן מיט א אימעיל אדרעס) און זיי העלפן ארויס מיט ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס.

זיי האבן שוין אויך ארויסגעגעבן ביכלעך צו העלפן מיט ריעל עסטעיט, איינס פון דעם מיטן נאמען "investing in real estate with no or low money down" צו טרעפן אויף עמעזאן פאר בערך 20$ http://www.amazon.com/gp/product/099071 ... GUNCN2M4SH

מיין בקשה צום ציבור, אויב איינער האט סיי וועלעכע אינפראמאציע אדער עקספירענס אין די פעלד, אדער מיט די אויבנדערמאנטע וועבסייט, און איז וויליג צו ארויסהעלפן אחב"י זאל זיך ביטע לאזן הערן.

א דאנק פון פאראויס

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:45 pm

וואו און אין וועלעכע געגנט קען איך אינוועסטן $125.000 דאון פאר א $500.000 ריעל עסטעיט אינוועסטמענט ?
מיט א %9 ריטורן ענד אפ
די רענט זאל האבן פאטענשעלס ארויפציגיין
נארמאלע טענעטס
נישט דארפן אריינלייגן קיין עקסטערע גרויסע געלטער און די דירה

ווער איז אין?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 12:04 am

Elmo האט געשריבן:וואו און אין וועלעכע געגנט קען איך אינוועסטן $125.000 דאון פאר א $500.000 ריעל עסטעיט אינוועסטמענט ?
מיט א %9 ריטורן ענד אפ
די רענט זאל האבן פאטענשעלס ארויפציגיין
נארמאלע טענעטס
נישט דארפן אריינלייגן קיין עקסטערע גרויסע געלטער און די דירה

ווער איז אין?

די האסט אזאנס אדער די זוכסט דאס?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 12:05 am

איך זוך

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 12:30 am

Elmo האט געשריבן:איך זוך

אה מיר אלע זיכן דאס
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט