Notary public

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

הערה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2013 5:33 pm

Notary public

תגובהדורך הערה » מיטוואך ינואר 22, 2014 10:29 pm

איך וואלט זייער געוואלט הילף אין די זאך. איך האב געוואלט זיך אריינלייגען דערין
אויב איינער קען ארויסהעלפן
וואס מען דארף אדורכגיין
וואס מען דארך אדורכליינען
Any advice?
(אויב מען האט העס שוין אדורכגעארבעט דא
ביטע מיך לינקן אהין)
ישר כח

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך ינואר 22, 2014 11:11 pm

טאקע שוין לאנג געוואלט וויסען.
עס קומט מיר אפט אויס אונטער צושרייבען פאר א נאטערי, איז שייך אז איך זאל מיר אליין נאטערייזען? און אויב נישט מעג א ביזנעס קאלעגע נאטערייזען פאר מיר?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 22, 2014 11:18 pm

מ'קען זיך נישט אליין נאטערייזן אבער סיי וועלכע אנדערע מענטש קען דיר נאטערייזן.

דערמאן מיר מארגן ווען איך בין אין אפיס וועל איך דיר שיקן א לינק וואס מען דארף דורכליינען, דערנאך דארף מען דורכגיין א קורס און אויב פעסט מען די טעסט ווערט מען אפראווד.

ס'דארף צו זיין ערגעץ א אשכול ווי מ'רעדט פון נאטערי פאבליק, ביטע צוזאמשטעלן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 3:07 pm

יימי: ס'איז שוין מארגן?!
ביסטו יעצט אין אפיס?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 3:25 pm

איך האב געהאט א יוזערנעים/פעססווארד ביי דעם וועבזייטל.

http://notarytrainer.coursewebs.com/

זעה איך אז ס'האט שוין עקספייערט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 3:30 pm

מען דארף נישט קיין קאורס און אויב קענסטו גוט ענגליש איז דיר א שאד יעדע פרוטה
פיק אויף א בוקלעט פון הלכות נאטערי ליין עס גוט דורך און נעם דעם טעסט
booklets can be picked up by the county clerk 360 Adams Street room 189 at the supreme court building. (window no. 6 I think)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 4:29 pm

וואס עס זענען די היינטיגע REQUIREMENTS זעה דא
אבער אלס "אין חכם כבעל נסיון" ראט איך דיר אויב די האסט ניט געניק שטראקייט אפזאגען א איד וואס בעט דיר א טובה אינטערשרייבען
א שטיקעלע אשר יצר פאפיר קלאף דיר ארויס די מחשבה פון קאפ
נושא: איך געדענק נאך ווען...

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:איינע פון די פרנסות וואס איך האב געפריווט איז געווען בוקקיפינג פאר קליענטען וואס האבען ניט געדארפט א FULL TIME...
און זיך געמאכט לייסענס אלס NOTARY PUBLIC, כאטש מיין פריוו צי זיין זעלבסטשטענדיג איז ניט געלונגען האב איך עס באנייט יעדע
2 יאר בעיקר אלס גמ"ח
ביז איך האב באקומען א הזמנה עדות זאגען ביי א GRAND JURY נאך דעם איינשווערען (affirmation) און אויספרעגען
מיינע פערזענליכע פרטים האט מען מיר געוויזען א דאקומענט מיט מיין חותם און געפרעגט צי עס איז מיין אינטערשריפט איך גיב א קוק און זעה
אז עס איז בכלל ניט אינטערגעשריבען, און מען האט מיר אהיימגעשיקט
דער פלוני האט זיך גענימען מיין RUBBER STAMP פון מיין שרייב טיש (אין א ביורא מיט א גרויס פארקער) ווען איך בין ארויס לצורך
=
בערך דאמאלט איז ג'קומען א באקאנטער פון הורי ע"ה און ג'בעטען חתמנ'ן דאקאמענטען בענין די נכסים פון זיינס א קאזינע וואס האט ניט קיין
אנדערע קרובים , האט דער רבש"ע מיר חונן דעת ג'ווען אין איך האב אים ג'זאגט אז איך האב ניט דעם חותם ביי זיך אין דערווייל דערציילט פאר אמי מורתי ע"ה
און זי האט מיר ג'הייסען אפזאגען וויל עס זענען יא דא קרובים
יענע מינוט איז מיין license אפגעלאפען

נושא: איך געדענק נאך ווען...

מאנ-יימער האט געשריבן:מען דארף זייער אכט געבן מיט אזעלכע זאכן.

א אינגערמאן וואס פירט א גמ"ח האט מיר געזאגט אז ער מאכט ספעציעל "נישט" קיין נאטערי פאבליק ווייל ער האט מורא אז ער וועט נישט קענען אפזאגן קיין מענטשן.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 5:42 pm

מיט א נאטערי זיגל קען מען אסאך מאל א טובה טון פאר א איד והגם אין חכם כבעל נסיון של קקיון איז בכלל נישט קיין פראבלעם אויב מען האט אייגענע גיידליינס. איך אליין נאטעריזיר צענדליגע דאקומענטן א וואך. א דיעד בשום אופן שבעולם נישט אין ליען וועיווערס נאר אויב עס איז טאקע יענער אליין ווי דער געזעץ פארלאנגט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג ינואר 23, 2014 11:52 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:מיט א נאטערי זיגל קען מען אסאך מאל א טובה טון פאר א איד והגם אין חכם כבעל נסיון של קקיון איז בכלל נישט קיין פראבלעם אויב מען האט אייגענע גיידליינס. איך אליין נאטעריזיר צענדליגע דאקומענטן א וואך. א דיעד בשום אופן שבעולם נישט אין ליען וועיווערס נאר אויב עס איז טאקע יענער אליין ווי דער געזעץ פארלאנגט.

דאס האב איך דאך געשריבען
קיקיון האט געשריבן: אבער אלס "אין חכם כבעל נסיון" ראט איך דיר אויב די האסט ניט געניק שטארקייט אפזאגען א איד וואס בעט דיר א טובה אינטערשרייבען
א שטיקעלע אשר יצר פאפיר קלאף דיר ארויס די מחשבה פון קאפ

איך מיין אז דאס ווייניגסטע עגמת נפש איז ווען מען האלט זיך ניט צי אייגענע גיידליינס נור פון די STATE

אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

תגובהדורך פרישער » פרייטאג ינואר 24, 2014 8:49 am

איך וואלט געזאגט אז מען זאל א נדר טיען נישט צי טיען קעיגן די געזעץ, ווייל איך בין באקאנט מיט עטליכע פעלער ווי דער נאטאר האט געליטן פילע צרות פון די אלע טובות, על כן ווען איינער בעיט מיט ביטערע טרערעלעך אז טי מיר די טובה געב מיר א זיגל דא און דארט, סיז נאר א נעריש צעטל, גיב א טראכט אז ווען מען גייט זיכען בעיל וועט קיינער נישט צי שטייער געיבן, זיי וועלן פינקט דאן דאווענען שמענעסרע, טראכט פון די קינדערלעך דיינע, עלטערן ווייב, געשוויסטער אלע בזיונות וואס מען ברויך דורך גיין, און אויך פון די ביטערע געלטער וואס עס קאסט אפ לויערס, קיינער וועט דיר דאן נישט רחמנות האבן.

די גרעסטע פראבלעים איז אז דער עולם איז נישט באקאנט מיטן געזעץ, מען טאר נישט נאטערייזן א צעטעל נאר אויב דער צעטעל איז פאלקאם פארענדיגט, דער נאטאר ברויך פרעיגן דעים אינטעשרייבער צי אלעס וואס עס שטייט און צעטעל איז וואר, דער אינטערשרייבער מיז זיין באקאנט פארן נאטאר צי ווייל ער קען אים פערזעינלעך, אדער דורך אינדעטיפיקאציא, מען קען נישט ברעינגען צים נאטאר א שוין אינטערגעשרעבענע צעטעל, און אים בעיטן אז ער זאל קאשערן דעים צעטעל ווייל עס פארלאנגט פשוט א נאטאר, די נאטאר נעמט אחריות, אז דער צעטעל איז בפניו נחתם, ער קען דערנאך נישט טענה'ן, אז ער האט אים ציגעזאגט אז ער האט אליינס אינטערגעשריבן, עס וועט אים נישט העלפען, אויב איז דער צעטעל א דאקומענט וואס איז נישט רעקארדירט, און באווייזט זיך אלס פאלש, ערווארט דעים נאטאר פיר יאר אין קארצער, אויב איז עס א רעקארדירטער דאקומענט דאן איז די שטראף זיבן מאגערע יארן ל"ע, פער אינטערשריפט, אלזא ווען איר רייט אויף נאטאר מיט א דאקומענט זאלט איר וויסן אז דער אחריות איז גרויס.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג ינואר 24, 2014 11:42 am

יי"כ פרישער!
זייער קלאר ארויסגעברענגט דעם חומר הענין
עס איז גאר וויכטיג אז דער עולם וויסען

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג ינואר 24, 2014 11:59 am

איך ווייס א איד האט רח"ל געהאלפען גאנבענען א זאך וואס איז ווערט שווערע געלטער דורך נאטירייזען
אויב איז עס געווען א טעות איז נאר ווייל ער געמיינט אז מען קען טראסטען יעדע איד מיט בארד און פיאות

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 27, 2014 2:40 pm

א נאטערי איז אן אחריות און מען דארף אכטונג געבן. איך אליינס נאטעריזיר אסאך און מיין כלל איז אז ווען עס קומט צו א דיד אדער א דאקומענט וואס ווערט ריקארדעד העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו. איך האב געהאט פאריאר מיט א מחותן וואס האט געוואלט איך אל חתמענען פאר די דייטשע געלטער האב איך איהם געמוזט אפזאגן ווייל ער האט מיר נישט געברענגט זיין מאמע׳ס פאספארט.
בדרך אגב מוז מען נישט חתמענען פאר א נאטערי. מען מעג ברענגן א געסיינטע צעטל און באשטעטיגן אז די האסט עס געסיינט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 27, 2014 2:52 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:א נאטערי איז אן אחריות און מען דארף אכטונג געבן. איך אליינס נאטעריזיר אסאך און מיין כלל איז אז ווען עס קומט צו א דיד אדער א דאקומענט וואס ווערט ריקארדעד העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו. איך האב געהאט פאריאר מיט א מחותן וואס האט געוואלט איך אל חתמענען פאר די דייטשע געלטער האב איך איהם געמוזט אפזאגן ווייל ער האט מיר נישט געברענגט זיין מאמע׳ס פאספארט.
בדרך אגב מוז מען נישט חתמענען פאר א נאטערי. מען מעג ברענגן א געסיינטע צעטל און באשטעטיגן אז די האסט עס געסיינט


אבער מען דארף טאקע וויסען אז דאס איז דער אינטערשרייבער
personally appeared ......... (name of individual), known to me to be the person who executed the above, and acknowledged to me that .......... (he/she) executed the same

עס איז דא דייטשע דאקומענטען וואס דארפען האבען בפני נחתם

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג ינואר 27, 2014 4:15 pm

ווענדט זיך צו ס'איז אן "אפירמעישאן" דאן דארף זיין בפני נחתם, און ביי אן "אפידיוועיד" דארף נישט זיין, אזוי געדענק איך ווען איך האב געלערנט דעם טעסט צו באקומען דעם התמנות.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 27, 2014 4:38 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:ווענדט זיך צו ס'איז אן "אפירמעישאן" דאן דארף זיין בפני נחתם, און ביי אן "אפידיוועיד" דארף נישט זיין, אזוי געדענק איך ווען איך האב געלערנט דעם טעסט צו באקומען דעם התמנות.

ונהפוך הוא !!
אן AFFIDAVIT דארף זיין בפני נכתב ונחתם זעה http://www.wikihow.com/Sample/Affidavit
אן AFFIRMATION איז געניג זה כתב ידי זעה דעם דוגמא אויבען

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג ינואר 27, 2014 5:03 pm

כאטש עפעס האב איך נאך געדענקט, אז נישט אויפן סדר כאטש פארקערט :smile: .
אבער כ'בין במילא זייער זהיר ב"ה, הוי מכבד את כל האדם כר"ג וחושדו כלסטים (ערגעץ א מימרא).
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

תגובהדורך פרישער » מאנטאג ינואר 27, 2014 6:49 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן: בדרך אגב מוז מען נישט חתמענען פאר א נאטערי. מען מעג ברענגן א געסיינטע צעטל און באשטעטיגן אז די האסט עס געסיינט

נישט אמת, דעיס איז נאר א נאכלעיסיקייט און איינס פון די זאכן וואס מיר האבן פארגעסן וואס גראד און קרים איז, ווייל ווער וועט דען געוואויער ווערן, אה ביזט א גרויסער פרימאק אויף יענעמענס חשבון, זאג די ביזט אליינס אזוי גראד ווי די מאכסטעך פאר יענעם, אט אזעלכע און אנדערע געמיינע טענות לייגן אריין דעים נאטאר אין צרות, מען ברויך זיך האלטן שטארק מיט א נדר שבועה קבלה בלב, אז קיין שום תירוץ זאל נישט העלפען גיין קרים,
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג ינואר 27, 2014 7:27 pm

געוואלד און געשריגן (נד"נ), (יד"נ) זאגט דאך אז ער איז א אוטערייזד נאטאר און ער ווייסט די געזעצן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג ינואר 27, 2014 7:53 pm

פרישער האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן: בדרך אגב מוז מען נישט חתמענען פאר א נאטערי. מען מעג ברענגן א געסיינטע צעטל און באשטעטיגן אז די האסט עס געסיינט

נישט אמת, דעיס איז נאר א נאכלעיסיקייט און איינס פון די זאכן וואס מיר האבן פארגעסן וואס גראד און קרים איז, ווייל ווער וועט דען געוואויער ווערן, אה ביזט א גרויסער פרימאק אויף יענעמענס חשבון, זאג די ביזט אליינס אזוי גראד ווי די מאכסטעך פאר יענעם, אט אזעלכע און אנדערע געמיינע טענות לייגן אריין דעים נאטאר אין צרות, מען ברויך זיך האלטן שטארק מיט א נדר שבועה קבלה בלב, אז קיין שום תירוץ זאל נישט העלפען גיין קרים,

האסט נישט פארשטאנען מ'האט דא פשוט גערעדט אז ס'איז דא געוויסע סארט דאקומענטן וואס מ'מוז נישט מאכן די חתימה אין פארענט פונעם נאטאר, נאר דער מענטש ברענגט עס שוין אונטערגעשריבן און ער אליין איז מעיד "אויף זיך" אז ער האט דא סאונטער געשריבן, במילא איז דיין גאנצע "גראדע" דרשה נישט אויפן פלאץ.

און בדרך אגב ווען ס'איז ליכטיג רעדט מען נישט די שפראך אפילו לעורר.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג ינואר 28, 2014 10:46 am

עקבי הצאן האט געשריבן:
און בדרך אגב ווען ס'איז ליכטיג רעדט מען נישט די שפראך אפילו לעורר.


לא זכיתי להבין, פון וואסערע שפראך רעדט איר?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג ינואר 28, 2014 10:48 am

פון בארעדן די קרומקייט וואס מכלומרשט הערשט ביי היימישע יודן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג ינואר 28, 2014 10:51 am

איך זעה דאס נישט אין זיינע ווערטער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג ינואר 28, 2014 3:20 pm

איך בין א נאטאר יא און עס איז אלץ גענוג מצד הנאטארי געזעץ צו זאגן זה כתב ידי וגומר. עס איז דא דאקומענטן וואס עס שטייט טאקע ארויסגעשריבן sign only before a notary אבער דאס איז נישט מצד נאטערי לאו כשלעצמו. איך נאטעריזיר אסאך און איך זאג אפף אסאך אויך. בדרך אגב בין איך שוין אפילו געווען ביי די לייסענסיג דיוויזשאן וועגן א קעיס. כלל גדול נקוט בידך אז ווען עס קומט צו א ריעל עסטעיט טרענזעקשן אדער עני געלט טרענזעקשן אויב האסטו נישט די גאטס אפצוזאגן דיין שוואגער אדער דיין פעטער forget about it and don't even start . אפילו דיין שוויגער מיט איר שוועסטער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג ינואר 28, 2014 3:22 pm

ווען עס קומט צו א סעקשן 8 צעטל אז עס וואוינען אין די משפחה אכט קינדער איז נישט די זעלבע וואו א דיד אדער א וועיווער אף ליען


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: A Yidish Boy און 6 געסט