קרעדיט קארד Comparison / אלעס ארום קרעדיט קארד ריווארדס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

קרעדיט קארד Comparison / אלעס ארום קרעדיט קארד ריווארדס

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג יוני 03, 2012 6:54 pm

איך וויל יעצט אפלייען פאר א קרעדיט קארד, איך האב א גוטע קרעדיט, איך זעה אז אנליין איז דא אסאך קאמפעריסאן סייטס צו פארגלייכן די מעלות און חסרונות פון אלע קרעדיט קארדס, איך זעה אז אלע אפפערן עפעס א בענעפיט אויב מ'ספענדט א געוויסע אמאונט אין די ערשטע פאר חדשים, ווי אויך איז דא כל מיני ריווארדס (קעש בעק, מיילעדזש, האטעלס, געז, שאפפינג און וואס נישט), וואלט איך געוואלט הערן פונעם עולם די מיינונגען אויב מ'קען שעירן די עקספיריענס וואס מ'האט געהאט מיט די אומצאליגע סארטן קרעדיט קארדס, דהיינו:

- איז באמת דא עפעס ערענסטע חילוקים צווישן די אלע מינע ריווארדס, באקומט מען ערגעץ מער וועליו ווי ביי א צווייטן ביים ספענדן דעם זעלבן אמאונט? אדער עט די ענד אף די געים איז אלעס באמת די זעלבע ווערד (אדער נישט ווערד...) אין קעש?
- די קרעדיט קארדס פון די גרויסע סטארס ווי למשל Staples, Walmart, Home Depot, Target, Best Buy, Macy's, Amazon מאכט מען ווערטפולע פוינטס ביים עס נוצן פאר אלגעמיינע שאפינג אויך אדער נאר ווען מ'קויפט ביי זיי אין געשעפט? ווי אויך צו קען מען נוצן זייערע ריווארדס ערגעץ אנדערש אויסער ביי זיי אליין?
- זענען די קרעדיט קארדס פון געז פירמעס Valero, Shell, Sunoco וכדו' די זעלבע ווי די גרויסע סטאר'ס אדער עפעס בעסער?
- אויב שוין יא מיילעדזש, איז א חילוק צו איך גיי צו אמעריקען עקספרעס (Amex Blue) וואו מ'באקומט דזשענערעל פוינטס און דערנאך עס קאנווערטן צו דעלטא/יונייטעד אדער ענדערש גיין גלייך צו די עירליין'ס אליין?

עני עקספיריענס אין די נושא איז וועלקאם ענד היילי אפפרישיעיטעד...
איך האב נישט געטראפן קיין געהענגל רעדן דערפון, אויב איז שוין דא איינס, ביטע צוזאמשמעלצן אדער צו-ווייזן אהין, יישר כח.
----------------------------------------------------------------

פליז נישט אוועקפירן דעם שמועס איבער וויאזוי מ'הייבט אן בויען די קרעדיט, אדישענעל, דזשוינט, סעקיורד קרעדיט וכו' וכו', פאר דעם איז דא א באזונדער געהענגל, נאר לאזן אויסשליסליך צו דיסקוסירן די בענעפיטס פון איין קרעדיט קארד איבערן צווייטן, ייש"כ.

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » מאנטאג יוני 04, 2012 12:43 pm

דער אינגערמאן איז א מומחה:

http://www.dansdeals.com/credit-cards

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג יוני 04, 2012 1:06 pm

ייש"כ פאר די לינק.
וואס איז זיין איידיע? ער נעמט פשוט צאם אלע דיעלס פון די אינטערנעט אויף איין פלאץ אדער פרובירט ער צושטיפן געוויסע קרעדיט קארדס (וואס ער מאכט געלט אויף זיי)?
מיט וואס איז ער בעסער ווי די אנדערע סייטס, ווי למשל: CompareCards, CreditCards.com, CreditCardGuide.com ???

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 05, 2012 4:32 am

דעת זקנים האט געשריבן:ייש"כ פאר די לינק.
וואס איז זיין איידיע? ער נעמט פשוט צאם אלע דיעלס פון די אינטערנעט אויף איין פלאץ אדער פרובירט ער צושטיפן געוויסע קרעדיט קארדס (וואס ער מאכט געלט אויף זיי)?
מיט וואס איז ער בעסער ווי די אנדערע סייטס, ווי למשל: CompareCards, CreditCards.com, CreditCardGuide.com ???


ער איז נישט אוועקצומאכן אזוי כלאחר יד, ער איז שוין איינמאל א עקספערט אויף דעם נושא פון פוינטס און מיילעדזש,
און אוודאי שטופט ער נישט סתם קארטלעך אין די וועלט אריין (אזוי ווי עס טוען רוב פון די סייט'ס וואס דו דערמאנסט דא).

ס'איז זייער אינפארמאטיוו צו ליינען זיינע ארטיקלען וויאזוי ער צולייגט יעדע זאך אויף קליין געלט מיט אלע פרטי פרטים, און נאכדערצו ווען רוב מאל איז עס פון זיין אייגענע עקספעריענס.
מ'דארף אבער צוריקגיין און ליינען אסאך פון די אלטע ארטיקלעך צו קענען ארויסהאבן דעם נושא אביסל בעסער.

אויך איז פארהאן דארט א אקטיווע פארום ווי מען קען זעהן גאר א רייכע שלל מיט אינפארמאציע פון אלעס און ארום

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 1:00 pm

יישר כח פאר די אינפארמאציע, הייסט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף זיינע רעקאמענדאציעס?

בכל אופן, ווייסט איינער צו ס'איז כדאי צו נעמען א קארטל וועלכע האט א יערליכע טשארדזש אויב ס'צאלט זיך אויס מיט'ן מאכן מער פוינטס?
לדוגמא spg פון אמעריקען עקספרעס (Starwood Rewards) וואס קומט מיט א יערליכע טשארדזש פון $65 נאך די ערשטע יאר, קומט דען מיט עפעס ספעציעלע בענעפיטס אז נאכדעם וואס ס'צאלט זיך אויס די עניועל פי זאל זיך עס נאך אלץ האבן געלוינט מער ווי די פלעינע Amex בחנם'דיגע קארטלעך?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג יוני 05, 2012 1:10 pm

אז דו ווערסט דארט עפעס געוואר, קום ביטע צוריק אהער עס איבערגעבן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 05, 2012 1:16 pm

דעת זקנים האט געשריבן:לדוגמא spg פון אמעריקען עקספרעס (Starwood Rewards) וואס קומט מיט א יערליכע טשארדזש פון $65 נאך די ערשטע יאר, קומט דען מיט עפעס ספעציעלע בענעפיטס אז נאכדעם וואס ס'צאלט זיך אויס די עניועל פי זאל זיך עס נאך אלץ האבן געלוינט מער ווי די פלעינע Amex בחנם'דיגע קארטלעך?

לדוגמא פוינטס פון SPG איז בדרך כלל מער ווערד ווי געווענדליכע אמעריקען עקספרעס פוינטס
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 1:52 pm

לייבי, אין פלאן בעז"ה.
מאן-יימער, מ'דארף דאך קודם מאכן עקסטערע 4000-5000 פוינטס נאר צירוקצומאכן די יערליכע אפצאל, סאו מיט וואס נאך איז עס מער ווערד אז מיט דעם אלעם זאל זיך עס נאכאלץ לוינען?
מ'צאלט דערפאר מער (וויפיל מער?) אדער מ'באקומט מער פוינטס פער דאלער אזוי אז מ'מאכט אסאך פוינטס סאך שנעלער אדער עפעס זייטיגע בענעפיטס?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 05, 2012 1:57 pm

דעת זקנים האט געשריבן:לייבי, אין פלאן בעז"ה.
מאן-יימער, מ'דארף דאך קודם מאכן עקסטערע 4000-5000 פוינטס נאר צירוקצומאכן די יערליכע אפצאל, סאו מיט וואס נאך איז עס מער ווערד אז מיט דעם אלעם זאל זיך עס נאכאלץ לוינען?
מ'צאלט דערפאר מער (וויפיל מער?) אדער מ'באקומט מער פוינטס פער דאלער אזוי אז מ'מאכט אסאך פוינטס סאך שנעלער אדער עפעס זייטיגע בענעפיטס?

מ'צאלט דערפאר מער, (וויפיל? כ'דענק נישט פונקטליך) און אויך איז דא די אפשען צו קאנווערטן די פוינטס צו מיילעדזש וואס דעמאלטס באקומט מען נאך פינעף טויזענט פוינטס פאר יעדע צוואנציג טויזענט וואס מ'טרענספערט

ארויסצונעמען די מערסטע פון סיי וועלכע פוינטס איז געווענדליך ווען מ'ניצט עס אליינס
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 2:25 pm

יישר כח פאר די קלארע הסבר.
מאנ-יימער האט געשריבן:ארויסצונעמען די מערסטע פון סיי וועלכע פוינטס איז געווענדליך ווען מ'ניצט עס אליינס

הייסט אז ווען איך נוץ אליינס מיינע פוינטס פאר מיילעדזש, האטעל'ס וכדו' וועל איך ארויסנעמען א וועליו פון מער ווי 1.5 צו 2% פער פוינט?
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל אנדערע טענה'ן פארקערט.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 3:16 pm

דא האב איך געטראפן די טשארט וועלכע מאכט א סך הכל וויפיל מ'נעמט ארויס פון די spg Amex קארטל, געבויעט אויף פארשידענע סטאטיסטיקס, זייער שיין און קלאר צולייגט.
בכלל זעהט עס אויס צו זיין א געוואליגע סייט (Plastic iQ) מיטן העלפן סעלעקטן א קרעדיט קארד.
צוגעלייגטע
spg Value Summary.JPG

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 05, 2012 3:25 pm

דעת זקנים האט געשריבן:טשארט וועלכע מאכט א סך הכל וויפיל מ'נעמט ארויס פון די spg Amex קארטל,

וויפיל ס'ווערד ווען מ'ניצט עס אליינס?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 3:33 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:וויפיל ס'ווערד ווען מ'ניצט עס אליינס?

אקוראט.
טאקע דערפאר וויל איך וויסן צו ביים פארקויפן די פוינטס מאכט מען מער דערויף.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 05, 2012 4:19 pm

דעת זקנים האט געשריבן:טאקע דערפאר וויל איך וויסן צו ביים פארקויפן די פוינטס מאכט מען מער דערויף.

ווענדט זיך פארוועם די פארקויפסט עס, א בראוקער וועט צאלן בערך 1.8 און נישט מער ווי 2.0, אפשר אויב פארקויפסטו עס פריוואט פאר איינעם קענסטו באקומען מער
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 4:28 pm

הייסט מיטן פארקויפן נעם איך ארויס די מערסטע ריוח (אויסער אויב נוץ איך האטעלס זייער אפט)?!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 05, 2012 4:34 pm

דעת זקנים האט געשריבן:הייסט מיטן פארקויפן נעם איך ארויס די מערסטע ריוח (אויסער אויב נוץ איך האטעלס זייער אפט)?!

נאר אויב די ניצט די קארטל זייער אפט ווייל אז נישט ניצט מען אויס די פוינטס מיט איינס אדער צוויי וואקאציעס

רעכן צו די פינעף טויזענט פוינטס וואסדו באקומסט ווען די קאנווערטס עס צו מיילידזש
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יוני 05, 2012 4:56 pm

גערעכט.
כ'זעה ביסט באהאווענט דערין, איז עס ספעסיפיקלי מיט spg אדער האסטו אויך א ידיעה אין אנדערע גוטע ריווארדינג קרעדיט קארדס (אן א עניועל פי)?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 07, 2012 11:46 am

דעת זקנים האט געשריבן:גערעכט.
כ'זעה ביסט באהאווענט דערין, איז עס ספעסיפיקלי מיט spg אדער האסטו אויך א ידיעה אין אנדערע גוטע ריווארדינג קרעדיט קארדס (אן א עניועל פי)?

די GM קארטל פון HSBC האט נישט קיין עניועל פי און דארט באקומט מען 5% קרעדיט פאר א קאר, ס'מיינט אז הונדערט טויזענט פוינטס איז ווערד פינעף טויזענט דאלער, מ'קען דאס נאר ניצן ביים קויפן/ליעסן א קאר
קענסט דאס פארקויפן פאר א דיעלער געווענליך מאכן זיי חצי חצי
https://www.gmcard.com/?cd=common
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

תגובהדורך AllAboutAccess » דאנארשטאג יוני 07, 2012 1:35 pm

אזאנס אויפצופראסקען, איך האב א גוטע קרעדיט סקאור (740-780), מאך א געהעריגע פולע וועידזש אויף די ביכער, האב שוין א טשעקינג און סעיווינגס אקאונט פאר באלד 4 יאר, איך בין שוין דזשוינט אויף א צווייטענס עמעקס קארטל איבער א יאר, יענעם'ס אקאונט איז שוין אפען איבער 5 יאר אין גוד סטענדינג מיט א קרעדיט לימיט פון איבער 10 אלפים, פעימענטס וואז נעווער לעיט... וכו' אן קיין שום פראבלעם לכאורה.

ואני בחלומי האבעך געקלערט שוין צייט צו בויען דאס אייגנס, האב איך אפפלייעד בתמימותי פאר א עמעקס בלו קעש עוורידעי (נישט קיין ספעציעלע טייערע קארטל), און... אזוי נישט מיר נישט דיר, גייט נישט דורך קיין 60 סעקונדן און זיי האבן מיר צירוקגעשליידערט דעם אפפליקעישן אין פנים, 'סארי, ווי קעננאט עפראוו יאר אפליקעישן עט דיס טיים'...
קען מיר איינער אפשר געבן א שטיקל הסבר דערויף בשל מי הרעה הזאת? וואס האבעך געקענט חוטא זיין אז זיי זאלן מיר נישט וועלן אקסעפטן? (זייער הסבר דארף אנצוקומען ביז 10 טאג, אבער ביזן קרעטשמע...)
און צווייטענס, לוינט זיך אפשר תיכף צו פרובירן ביי א צווייטן אזוי ווי טשעיס, סיטיבאנק וכדו' וועלכע זענען אפשר גרינגער מיטן אפראוון, אדער מיינט דאס אז איך דארף צווארטן אביסל?
און אויב יא יעצט, וועלכע קארטל וואלט געווען די בעסטע צו פרובירן מיין מזל?
יישר כחכם פון פראנאויס.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 07, 2012 1:59 pm

איך וואלט זיי אנגערופן פרעגן

ביי אמעריקען עקספרעס איז די שווערסטע צו ווערן אפראווד, אויב ווילסטו נישט דייקא עמעקס פרוביר א צווייטן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

תגובהדורך AllAboutAccess » דאנארשטאג יוני 07, 2012 3:13 pm

ייש"כ ווער זאגט, עשיתי ככל אשר צוויתני, איך האב זיי אנגערופן, זאגן זיי מיר אז זיי קענען מיר נישט זאגן קלאר, אן אויספירליכע באריכט וועל איך באקומען אויף די פאסט, אבער ברוב טובו האט ער מיר אנטפלעקט איינע פון די פאקטארן וועלכע האבן געשפילט א ראלע אינעם החלטה, אז זיי האבן פשוט נישט גענוג אינפארמאציע איבער מיר, ווייל איך האב נישט קיין שום אנדערע לאון (קאר, מארטגעדזש) נאר מיין גאנצע קרעדיט איז געבויעט נאר אויף די איינע עמעקס אקאונט צו וועלכע איך בין געווען דזשוינט, איי שוין 5 יאר וואס יענער צאלט אויס די גאנצע באלאנס מדי חודש בחדשו, און האט קיינמאל נישט געמעקסט זיין קרעדיט, אבער קענסט רעדן צום דופן...

אלענפאלס, איך האב לכתחלה געזוכט עמעקס ווייל כ'האב געוואלט האבן די מעגליכקייט צו לאזן א צווייטן דזשוינען מיין אקאונט אים צו העלפן בויען די קרעדיט, אבער נישט איז נישט.
וועלכע אנדערע וויזע/מעסטער וואלט געווען די בעסטע? Chase Freedom, Sapphire אדער עפעס אנדערש?
נאכן האבן א אייגענעם וויזע אדער מעסטער קארטל וועט מיר עס ענדערש העלפן ווערן אפראווד ביי אמעריקן עקספרעסס?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 07, 2012 3:20 pm

ווען איך האב דאס ערשטע מאל אפלייעט ביי עמעקס האב איך אויך גארנישט פארמאגט אויף מיין נאמען (מ'קען מיינען אז יעצט האב איך יא) חוץ א דזשוינט קארטל פון א צווייטן,
זיי האבן מיר געבעטן א קאפי פון מיין טעקס ריטוירן צו אויפווייזן אז איך פארדין טאקע גענוג געלט און זיי האבן מיר אפראווד

וואס הייסט די בעסטע? יעדע האט זיך זיינע מעלות און חסרונות
כ'קען מיך נישט אויס מיט אלע קארטלעך
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

תגובהדורך AllAboutAccess » דאנארשטאג יוני 07, 2012 3:28 pm

ווען האבן זיי דיר געבעטן די טעקס ריטורן, שוין נאכן צירוקווייזן די אפפליקעישן האסטו זיך איינגע'טענה'ט מיט זיי? מיט וועם דארט דארף מען רעדן? דער צו וועם איך האב גערעדט האט נישט אויסגעזעהן ווי ער האלט ביים העלפן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 07, 2012 3:30 pm

ביים אפלייען האב איך אריינגעלייגט מיין יערליכע אינקאם און א וואך דערנאך איז אנגעקומען זייער דיסישאן אויף די פאסט מיט א פארלאנג פאר מיין טעקס ריטוירן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

תגובהדורך AllAboutAccess » דאנארשטאג יוני 07, 2012 3:36 pm

גלייך נאכן אפלייען האבן זיי דיר קודם אפגעווארפן, און ביים שיקן די סיבה האבן זיי דיר געגעבן די מעגליכקייט צוריקצודרייען דורכ'ן טעקס ריטורן (אויב אזוי האב איך נאך אפשר א טשענס), אדער זיי האבן דיר נישט געענטפערט אויף די מינוט, נאר קודם געווארט אויפן טעקס ריטורן?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט