טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג יוני 16, 2020 8:28 am

אפאר יאר צוריק האב איך דעפאזיט א טשעק פון אַ פיצעלע לאקאלע באנק. ס'איז געווען כשר אויסגעשטעלט צו מיין ביזנעס

נאך וואס טשעיס האט נישט געקענט זיך פארשטענדיגן מיט זיי האבן זיי געפרוירן מיין אקאונט און דערנאך צוגעמאכט ווייל זיי האבן א פאליסי אז אויב איז אן אקאונט געפרוירן מער ווי א געוויסע צייט מאכן זיי עס צו

זיי האבן מיר געשיקט א טשעק מיט די געלט וואס איז געווען אין די אקאונט (מיט יענע טשעק שוין געקליערט) און איך האב עס גענוצט נאכאמאל צו עפענען אן אקאונט ביי זיי

אגב. איך האלט אין איין דעפאזיטן 3רד פארטי טשעקס און האב נישט קיין פראבלעם
לעצט פאראכטן דורך הענדימען אום זונטאג יוני 21, 2020 10:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג יוני 16, 2020 8:33 am

אויב זיי פארשטייען אז ביי דיין ביזנעס קומט ס׳זאל זיך דרייען 3׳ט פארטי טשעקס (א גראסערי וכדומה) איז נישט קיין שום פראבלעם
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג יוני 16, 2020 12:45 pm

איך האב אויך געהאט אז טשעיס האט פארמאכט מיין אקאונט וועגן עפעס א נערישע טרענספער וואס זיי האבן נישט ליב געהאט, יעצט בין איך מיט TD און איך בין זייער צופרידן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 16, 2020 8:35 pm

Chase האלט און איין פארמאכן customer accounts. א געוואלד. אסאך מאהל פאר סיבות, ווי למשל, אסאך 3rd party check deposits. אבער אסאך פאר קיין שום נארמאלע סיבה. עס איז זייער ווייטאגליך, און עס איז נישט דא צו וועהם צו רעדן!!!

איך קען א אינגערמאן וואס האט באקומען א payroll check. די check איז געוועהן פון א פארמאכטע באנק אקאונט. די קאמפאני האט געפענט א נייע אקאונט, און פארגעסן זאגן פאר זייער Payroll Processing Company. ער האט דיפאזיט די אקאונט, און Chase האט פארמאכט זיין אקאונט. זיי וועלען נאר אויפמאכן, אויב די issuer פון די טשעק וועט אראפקומען צי די לאקאל branch און עדות זאגן אז די טשעק איז נישט געוועהן פאלטש, און א טעות. אבער זיי האלטן נישט ביים אראפקומען. זיי זענען פארנומענע מענטשען און זאגן איך האב געמאכט א טעות, איך האב עס פאראכטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 16, 2020 8:54 pm

Kosher Travel האט געשריבן:Chase האלט און איין פארמאכן customer accounts. א געוואלד. אסאך מאהל פאר סיבות, ווי למשל, אסאך 3rd party check deposits. אבער אסאך פאר קיין שום נארמאלע סיבה. עס איז זייער ווייטאגליך, און עס איז נישט דא צו וועהם צו רעדן!!!

איך קען א אינגערמאן וואס האט באקומען א payroll check. די check איז געוועהן פון א פארמאכטע באנק אקאונט. די קאמפאני האט געפענט א נייע אקאונט, און פארגעסן זאגן פאר זייער Payroll Processing Company. ער האט דיפאזיט די אקאונט, און Chase האט פארמאכט זיין אקאונט. זיי וועלען נאר אויפמאכן, אויב די issuer פון די טשעק וועט אראפקומען צי די לאקאל branch און עדות זאגן אז די טשעק איז נישט געוועהן פאלטש, און א טעות. אבער זיי האלטן נישט ביים אראפקומען. זיי זענען פארנומענע מענטשען און זאגן איך האב געמאכט א טעות, איך האב עס פאראכטן.

ומכאן מודעה רבא! אז מ'זאל זיך אפהאלטן פון זיי צו נוצן פאר טשעקינג אקאונטס.

זיי זענען טאקע פון די מערסטע אהערגעשטעלטע בענק מיט גוטע באקוועמליכקייטן, ווי late deposit, אנליין בענקינג, ועוד. אבער ס'קען זיין יצא שכרו בהפסידו.

איך ווייס פון צענדליגע וואס האבן געהאט זייערע אקאונטס פארמאכט פון איין מינוט אויפן צווייטן, אן קיין שום סיבה, און זייער געלט איז געווען פארקנאקט דארט פאר א פאר חדשים (זיי האבן די רעכט צו האלטן דאס געלט פארזיגעלט ביז א געוויסע תקופה, עפעס אזוי).

נאכן ווערן פארמאכט קען מען ממש גיין קלאפן בארן און ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן, די לאקאלע ברענטש קענען גארנישט טוהן דערצו ווייל דער באפעל קומט פון די העכערע פענסטער, און ניטאמאל קענסטו געוואר ווערן די ריכטיגע סיבה פארוואס זיי האבן דיך פארמאכט (זיי קענען דיר אפשטופן מיטן גיבן עפעס אן אויבערפלעכליכן תירוץ, אבער ס'איז קיינמאל נישט די אמת'ע סיבה).

ס'איז באקאנט אז פאר עטליכע יאר צוריק האבן זיי אפגעזאגט אפילו ריזיגע ביזנעסער'ס אקאונטס, און פארשלאסן זיירע אקאונטס פלוצלינג אין איין שיינעם טאג, דאכט זיך מ'האט געשמועסט אז בי ענד עידזש איז אויך געווען איינע פון זיי.

הייסן הייסט עס אז די סיבה דערצו איז, ווייל די גאווערמענט האט זיך געהאט זייער שטארק פארלייגט אויף זיי במשך די לעצטע יארן, צוליב וואס זיי זענען פון די גרעסטע בענק אין אמעריקע, און האט זיי אויסגעפייניגט מיט שטארקע שטראפן פאר אלע מינע פארלעצונגען פארן נישט אכטונג געגעבן אז געלט וואס ליגט ביי זיי זאל זיין כשר וישר, און דאס האט זיי געקאסט שווערע ביליאנען אין קנסות, דערפאר האבן זיי איינגעשטעלט א סיסטעם פון דראפען אפילו די מערסטע פראפיטבארע קליענטן זייערע אויב זיי האבן די מינדעסטע חשד אז נישט אלעס איז בסדר, ווייל די פענעלטיס פון די בענקינג רעגולעישענס דערויף זענען אסאך מער ווי די גאנצע ריווח זייערע.
---

Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך Belz123 » דינסטאג יוני 16, 2020 11:12 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
Belz123 האט געשריבן:I closed all my accounts with chase

It’s a dangerous bank


למעשה זענען זיי די איינציגסטע באנק איז בפ און וויליאמסבורג, ווי מען קען מאכן א דיפאזעט ביז 11 אזייגער


If you use it to much they will close you

I am by BofA and it’s amazing

The online is much better then chase

Please anyone that has an account that’s important to him should close it ASAP b4 it’s to late

It’s a crazy bank

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך Jobless » דינסטאג יוני 16, 2020 11:42 pm

BoFa?

Lion
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:13 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך Lion » דינסטאג יוני 16, 2020 11:51 pm

Jobless האט געשריבן:BoFa?

He probably means Bank Of America

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך עם הארץ » דינסטאג יוני 16, 2020 11:57 pm

Of they close your account it dosent mean that you can't open a new one.
They already closed my account and I reopened a new one.

Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך Belz123 » מיטוואך יוני 17, 2020 12:19 am

עם הארץ האט געשריבן:Of they close your account it dosent mean that you can't open a new one.
They already closed my account and I reopened a new one.


If you have a biz account it’s not that easy to setup all Costumers payroll......

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך שמו » מיטוואך יוני 17, 2020 2:45 am

אויף אידיש זאגט מען 'וועלקאום טו די קלאו"ב'
דאס איז טשעיס

זייער גוט ביז...

איך האב אויך דארט א משכון פון אפאר אלפים, ווייל א גמ"ח טשעק, וואס האט פארמאכט זייער אקאונט איז דארט אריין

דערווייל קען איך גיין בארן קלאפן.
כשמ"ו כן הוא

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך קליינקעפיק » מיטוואך יוני 17, 2020 5:12 am

Sorry for my English but I just lost my whole tegiva in Yiddish and that's why I don't write much
But I want to help so here I go

I know a Gamach that had there almost 200,000 for a few months and they wanted all the checks issuers to come down which was probably impossible
BTW it's not the local branch they loose a lot from this and they want to help but their hands are tied
Anyway so they hired a heimish yingerman a lawyer he sent them a threatening letter that he is about to make a lawsuit because technically you're allowed to accept 3rd party checks it's just the banks who are afraid
They gave in right away and he got everything back
So all of you who have money there you need to know your rights and there is a way to get it out
Good luck
Btw they just closed my account for the 2nd time

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך יוני 17, 2020 10:58 am

#defund chase

Trending on ivelt
זה נהנה וזה לא חסר קומט אריין און טרעפט מציאות

האט איר אמאל געטראכט אז איר קענט אריין ווארפן אפאר וויכטיגע דאלאר פאר א צווייטען און אייך קאסט עס גארנישט?
קליקט דא ווען איר קויפט ממילא אויף אמעזאן

אוועטאר
לאנגווייליג
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 08, 2014 8:50 am

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך לאנגווייליג » דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:02 am

ישר כח פאר אלע מגיבים

ווי עס זעט אויס איז נישט דא קיין סאך וואס האבן מצליח געווען צוריק צו עפענען א אקאונט נאך וואס זיי האבן עס פארמאכט
חבל על דאבדין...

לויט אייער עקספיריענס וועלכע באנק איז די בעסטע / באקוועמסטע פאר אונליין בענקינג און דיפאזיטס
(פארשטייט זיך: און מאכט נישט קיין איבריגע פראבלעמען)

שלום הלוי
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 8:27 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך שלום הלוי » דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:20 am

מיר האבען זיי אויך פארהאקט מיין באנק אקאונט, נאך א שטיק צייט האב איך געפענעט א נייע אקאונט צוויי טעג נאכען עס עפענען האבען זיי פארמאכט אויך די נייע אקאונט. סאיז א ברכה לבטלה צו האבען אקאונט ביי זיי

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:47 am

מיר האבן אונזער טשעקינג אקאונט ביי טשעיס די לעצטע 15 יאר. קיינמאל געהאט קיינע פראבלעמען. עס איז גוט אז ס'איז א שטרענגע באנק, אזוי איז מען מער פארזיכערט אויף די געלט וואס ליגט אין אקאונט. איך מיין אז אויב גייט מען גראד און גלאטיג איז נישטא זיך צו זארגן. איך האב א קרוב וואס האט געהאט אזא פארמאכטע אקאונט עגמת נפש, אבער איך האב גראדע זייער גוט פארשטאנען די באנק........

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:57 am

געלט איז פארזיכערט ביי די FDIC פארדינסט נישט גארנישט מיט קיין שטרענגע באנק,

שלום הלוי
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 8:27 pm

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך שלום הלוי » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:07 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מיר האבן אונזער טשעקינג אקאונט ביי טשעיס די לעצטע 15 יאר. קיינמאל געהאט קיינע פראבלעמען. עס איז גוט אז ס'איז א שטרענגע באנק, אזוי איז מען מער פארזיכערט אויף די געלט וואס ליגט אין אקאונט. איך מיין אז אויב גייט מען גראד און גלאטיג איז נישטא זיך צו זארגן. איך האב א קרוב וואס האט געהאט אזא פארמאכטע אקאונט עגמת נפש, אבער איך האב גראדע זייער גוט פארשטאנען די באנק........

אפצושפארען אקאונטס רעכטס אין לינקס אן אפילו זאגען די סיבה איז נישט שטרענג, סתם שלעכט

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:22 pm

בינעך שוין עטליכע יאר ביי TD BANK זייער צופרידן
אנליין בענקינג קען מען גרינג דעפאזיטן סיי ווען
קיינמאל געהאט פראבלען טראץ וואס כ'האב אסאך דעפאזיט טירט פארטי טשעקס און גמח טשעקס און אפילו קעש
זיי פרעגן נישט קיין איבעריגע שאלות
אויך זעלל איז נאך אזוי גוט ווי קוויקפעי

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:37 pm

פייערקרעקערס האט געשריבן:בינעך שוין עטליכע יאר ביי TD BANK זייער צופרידן
אנליין בענקינג קען מען גרינג דעפאזיטן סיי ווען
קיינמאל געהאט פראבלען טראץ וואס כ'האב אסאך דעפאזיט טירט פארטי טשעקס און גמח טשעקס און אפילו קעש
זיי פרעגן נישט קיין איבעריגע שאלות
אויך זעלל איז נאך אזוי גוט ווי קוויקפעי

האט TD אויך אזא מאשין וואס מ'קען דיפאזיטן א טשעק פון אפיס דורכן סקענען? (נישט מיט א סמארט פאן, נאר ספעציעלע מאשין)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:38 pm

פייערקרעקערס האט געשריבן:
אויך זעלל איז נאך אזוי גוט ווי קוויקפעי

עס איז דאך איין זאך, ניין?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יוני 18, 2020 3:10 pm

מי יודע האט געשריבן:
פייערקרעקערס האט געשריבן:בינעך שוין עטליכע יאר ביי TD BANK זייער צופרידן
אנליין בענקינג קען מען גרינג דעפאזיטן סיי ווען
קיינמאל געהאט פראבלען טראץ וואס כ'האב אסאך דעפאזיט טירט פארטי טשעקס און גמח טשעקס און אפילו קעש
זיי פרעגן נישט קיין איבעריגע שאלות
אויך זעלל איז נאך אזוי גוט ווי קוויקפעי

האט TD אויך אזא מאשין וואס מ'קען דיפאזיטן א טשעק פון אפיס דורכן סקענען? (נישט מיט א סמארט פאן, נאר ספעציעלע מאשין)

אז די דערמאנסט שוין דעם סקענער איז כדאי צו וויסען, אז CHASE דורכען סקענער לאזן זיי אסאך מאל אריבער זאכן וואס זיי וואלטען נישט אריבערגעלאזט ביים טעללער. עס האט אבער איין חסרון, אז אויב גייט עס נישט דורך באקומט מען נישט קיין נאטיפיקאציע, נאר מען דארף האלטען חשבון אויב מען זעט עס טאקע אין באנק די נעקסטע טאג.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יוני 18, 2020 3:21 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מיר האבן אונזער טשעקינג אקאונט ביי טשעיס די לעצטע 15 יאר. קיינמאל געהאט קיינע פראבלעמען. עס איז גוט אז ס'איז א שטרענגע באנק, אזוי איז מען מער פארזיכערט אויף די געלט וואס ליגט אין אקאונט. איך מיין אז אויב גייט מען גראד און גלאטיג איז נישטא זיך צו זארגן. איך האב א קרוב וואס האט געהאט אזא פארמאכטע אקאונט עגמת נפש, אבער איך האב גראדע זייער גוט פארשטאנען די באנק........

העי. זייט נישט אזוי גרויס ביי זיך. איהר האט גאר אסאך זיך צו זארגן.
איך בין אויך ביי Chase היביש אסאך יארן. און איך בין א גראדער מיכל. גראדער ווי דער עירוב שטריק. און איך דאווען איעדען טאג אז זיי זאלן זיך נישט אהנהייבן מיט מיהר. פון אייערע געשרייבעריי ליינט זיך ארויס אז איהר זענט בכלל נישט באקאנט מיט די פראבלעם וואס אמעריקא האט וואס הייסט Chase Bank.

Chase איז באקאנט פארן פארמאכן אקאונטס ווען עפעס געשעהט, אפילו איהר זענט גארנישט שולדיג! למשל, איהר האט באקומען א payroll check וואס די אקאונט איז געווארן פארמאכט.
די סיבה פארוואס זיי טוען עס, איז ווייל בי די גרויס בענק בעילאוט אין 2008 האבן זיי באקומען קאלטס און ווארעמס פון קאנגרעס און די אווערסייט קאמיטי, אז פארוואס דארפן אמעריקאנער בירגער פוטען די ביל ארויסצובעילען א באנק וואס האט געגעבן צווייפעלהאפטיגע האום לאונס. ממילא, אלטס א חלק פונעם בעילאייט, האבן די פעדס אריינגעזעצט א פילע קאמפלייענס קאימיטי אווערסייט ביי זיי. און זיי טוען ווילדע שטיק צו נאכקומען די קוואטע פון אפהאלטן שלעכטע אקאונטס.

ר' יום טוב,
at the end of the day, Chase Bank does not give a dam about you. נישט דא קיין יושר. שטעל אייך פאר, א אינגערמאן וואס דארפן צאלן די רענט, און זיין געלט ווערט איצטער אפגעהאלטן פאר א חודש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יוני 18, 2020 4:07 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:מיר האבן אונזער טשעקינג אקאונט ביי טשעיס די לעצטע 15 יאר. קיינמאל געהאט קיינע פראבלעמען. עס איז גוט אז ס'איז א שטרענגע באנק, אזוי איז מען מער פארזיכערט אויף די געלט וואס ליגט אין אקאונט. איך מיין אז אויב גייט מען גראד און גלאטיג איז נישטא זיך צו זארגן. איך האב א קרוב וואס האט געהאט אזא פארמאכטע אקאונט עגמת נפש, אבער איך האב גראדע זייער גוט פארשטאנען די באנק........


די סיבה פארוואס זיי טוען עס, איז ווייל בי די גרויס בענק בעילאוט אין 2008 האבן זיי באקומען קאלטס און ווארעמס פון קאנגרעס און די אווערסייט קאמיטי, אז פארוואס דארפן אמעריקאנער בירגער פוטען די ביל ארויסצובעילען א באנק וואס האט געגעבן צווייפעלהאפטיגע האום לאונס. ממילא, אלטס א חלק פונעם בעילאייט, האבן די פעדס אריינגעזעצט א פילע קאמפלייענס קאימיטי אווערסייט ביי זיי. און זיי טוען ווילדע שטיק צו נאכקומען די קוואטע פון אפהאלטן שלעכטע אקאונטס.

זיי זענען עפעס געווען די איינציגסטע גרויסע באנק וואס האבן דאן געהאט פראבלעמען? וואס עפעס פונקט ביי זיי האבן זיך די פעדס אזוי מיאוס אריינגעזעצט?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: chase פארמאכט מיין אקאונט

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יוני 18, 2020 4:29 pm

לאנגווייליג האט געשריבן:ישר כח פאר אלע מגיבים

ווי עס זעט אויס איז נישט דא קיין סאך וואס האבן מצליח געווען צוריק צו עפענען א אקאונט נאך וואס זיי האבן עס פארמאכט
חבל על דאבדין...

לויט אייער עקספיריענס וועלכע באנק איז די בעסטע / באקוועמסטע פאר אונליין בענקינג און דיפאזיטס
(פארשטייט זיך: און מאכט נישט קיין איבריגע פראבלעמען)

איך בין ב"ה זייער צופרידן מיט באנק אוו אמעריקא. גוטע אנליין בענקינג, קליערט שנעל טשעקס און ווען מ'דארף רעדן צו איינעם קען מען גרינג צוקומען.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 2 געסט