נוי סוכה =איידיעס\אינפארמאציע=

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

נוי סוכה =איידיעס\אינפארמאציע=

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 20, 2009 7:49 pm

וואס ווילסטו יעצט אינמיטן די דריי וואכן מיט נוי סוכה?

איז אזוי די מעשה, אזוי ווי יעצט אינמיטן זומער האבן די נשים צדקניות וואס זיצן אינדרויסן אינעם האלבן ראד אונטער די ביימער נישט קיין סאך וואס צו טוהן, איז לעצטענס געווארן א נייע סטייל אז זומער אין קאנטרי מאכט מען שטערנס און נוי סוכה, עס יאווען זיך כסדר פרישע פעטטענס מינים ממינים שונים כדי דער עולם זאל האבן וואס צו טוהן און דער מחבר הפעטטענס זאל מאכן אפאר טאלער.

על כן אזוי ווי יעצט איז די נוי סוכה סעזאן, איז דאך נישט מער ווי יושר אז אין אונזער קרעטשמע זאל אויך זיין א געהענגל (נוי סוכה הענגט מען דאך) ווי מען וועט שמועסן אלעס איבער נוי סוכה, ווצב"ש איידיעס פאר נוי סוכה, ווי מען קען באקומען פארשידענע אינגרידיענטס.. איך מיין עקסעסעריס צו מאכן די נוי סוכה, וכו' וכו'.

---

איך וועל אנהייבן מיט שאלה, ווער ווייסט וואו עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון די סארט פאפיר וואס מען נוצט פאר די שטערנס (איך רעד נישט פון די היימישע לאקאלע, ווייל ביי זיי קען מען געווענליך נאר קויפן גאנצע פעקלעך, איך וויל וויסן וואו מען קויפן דייקא פון א געוויסע קאליר), און אויב איינער וועלכע קאמפאני מאכט דאס, ווייל איך האב פרובירט צו זוכן אויפן געוועבאכץ און נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי צו זוכן, ווייל איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי די סארט פאפיר הייסט, איך האב געזוכט קאליר פאפיר האט עס אבער נישט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן ווייל ער מיינט איך זוך פאפיר צו פרינטן בילדער, ע"כ ווער עס האט עפעס מער אינפארמאציע וויאזוי די שטערן פאפיר הייסט, אדער וועלכע געשעפט פארמאגט דאס זאל זיך ביטע מעלדן.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג יולי 20, 2009 8:13 pm

עס הייסט Metallic paper
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 20, 2009 9:17 pm

ר' בן הרחמן, איך בין שוין לאנג נישט געווען ביי זיי, אבער איך געדענק אז ר' ישראל משה האלענדער ע"ה ומשפחתו, אין קר"י שאפינג סענטער, פלעגן האבן אן אויסעגווענליכן אויסוואל פון קאלירן, עס איז אונז אסאך צוניצגעקומען.
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום דינסטאג יולי 21, 2009 7:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 20, 2009 10:38 pm

איך מיין אז דער געהענגל באלאנגט אין איש את ריעהו יעזורו וכו'
.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 20, 2009 11:17 pm

קודם א שכח פאר הרב שטרויזאק.

שאץ מאץ האט געשריבן:איך מיין אז דער געהענגל באלאנגט אין איש את ריעהו יעזורו וכו'
.

איך האב לכתחילה אויך געהאט געטראכט אז עס קומט ערגעץ אין יעזורו אפטיילונג, אבער דערנאך האב איך געטראכט עטליכע זאכען, קודם ווייס איך נישט ביי וועלכע פארום פון יעזורו עס איז נישט קאמפיוטערס און נישט נאר ביזנעס (וואס איך למשל קוק דארט נאר אמאל אמאל), והשנית האב איך דאך געשריבן אויפן קעפל אז דא גייט זיין איידיעס און אינפארמאציע נישט נאר שאלות און הילף, און אויך צו באקומען אינפארמאציע דארפן עס מער מענטשן זעהן, ממילא האב איך באשלאסן עס צו עפענען דא אינעם הויפט קרעטשמע, אויב אבער דא וועט עס צו שנעל אראפפאלען אונטן וועל איך אפשר יא בעטן צו טוישען.

יעצט אינמיטן שרייבן ווען איך האב עפעס געוואלט נאכקוקען זעה איך אז מען האט עס שוין אריבער געריקט, זאל זיין אזוי לטובה.

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » דינסטאג יולי 21, 2009 5:11 pm

כאפ א שפציר אין די נייע סטאר creative elements אין וומ"ס אויף וואלעבאהט סט, אנטקעגן קראלע ביהמ"ד

זיי האבן אלע מיני גראז ביימער שטיינער מיניטשערס אדג איך מיין אויך א גרויסע אויסוואל פון שטערן פעפערס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:08 pm

לעצטנס איז פארהאנען א גרויסער אויסוואל פון הערליכע שטערנס און פעטרנס סעטס פון עטליכע פירמעס, טייל גאר שיינע און טייל אויך ווייט פון ביליג, חשבתי צו קויפן עטליכע פאר די קינדער צו מאכן, די פראבלעם איז נאר אז איך וועל דארפן צו שטיין צו הילף בשעת'ן קנייטשן און שניידן וכו', אלזא ידידים טייערע צו האט ווער דאהי עקספיריענס וועלכע פירמעס אינסטרוקציעס און סיסטעם זענען דאס מערסטע געאייגענט און די גרינגסטע צו אויספאלגן שטאפל ביי שטאפל?

איידערן אינוועסטירן א חצי מנה אין איין סעט וואלט זיך געוואלט וויסן אין ווטס שפרינגט מען אריין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:35 pm

א שיינע גרינגע איידיע,
א לעקטריק סיין, זיך איינצוהאנדלען א פייגל נעסט, וואס הייסט אויף ענגליש bird feeder עס זענען דא האלצענע קליינע באקסלעך פון זעקס זייטן, כזה,
(צו באקומען ביי וואל-מארט)

אין די זעקס לעכער מאכט מען אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף, און די פלאר איז דוד,
מ'קען זיך איינהאנדלען אזעלכע ביליגע געדריקטע פלעסטיק וואס קען ווערן די בילד פארן לעקטריק סיין מיט א קליינע באלב אינעווייניג, ווערט עס א שלימות, שיין און גרינג,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:40 pm

ריזיג ר' שאץ מאץ, קיינמאל אזאנס בייגעפאלן, ישר כחכם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:05 pm

איך האב אזאנס געמאכט מיט א ענדליכע נעסט וואס זעהט אויס ווי אן עקסזיבאו, ס'איז הערליך אויסגעקומען,

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:19 pm

דאס איז איין שײַנער איינפאַל הער שאץ
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:35 am

מאנ-יימער האט געשריבן:דאס איז איין שײַנער איינפאַל הער שאץ

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:22 pm

וואס דעם שאץ פאלט נישט ביי...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:06 pm

ביי וואלמארט האב איך געקויפט דעם נעסט,
אטע דאס
http://www.walmart.com/ip/Pennington-Ul ... r/20746379

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:32 pm

די יאר סוכות וועט מען קענען פינקטלעך זעהן ווער עס איז א איי-וועלט מעמבער.....

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:32 am

בילדער האט געשריבן:די יאר סוכות וועט מען קענען פינקטלעך זעהן ווער עס איז א איי-וועלט מעמבער.....

;l;p- :lol:
איך לאז שוין קיינעם נישט אריין אין מיין סוכה
Impossible is just an opinion

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:21 pm

גליון האט געשריבן:
בילדער האט געשריבן:די יאר סוכות וועט מען קענען פינקטלעך זעהן ווער עס איז א איי-וועלט מעמבער.....

;l;p- :lol:
איך לאז שוין קיינעם נישט אריין אין מיין סוכה

גראדע איז עס ארום געפארן אויף אי-מעיל.

(דאס איז די תירוץ וואס איך האב אנגעגרייט!!!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:05 am

ביי מייקעלס האב איך געזעהן א גאנצע שאנק פון די זאכן
עס איז זייער גיט פאר א פראיעקט באקס
אויב מען מאכט אזאנע סוכהלעך אדער ר' יהודה בן תימה

עס איז א פולע קיט און עס קומט אלעס דארט
דארפסט נאר צולייגן א בעקגראונד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:30 pm

wow!! ווי לאנג און ווי ברייט איז עס?
הנותן לשכוי בינה...

פעטרעזאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 19, 2009 11:10 am

תגובהדורך פעטרעזאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:10 pm

איך וויל שוין לאנג מאכן אויף די ל"ט מלאכות א שיינע אויסשטעלונג פון מיניטשערס, למשל: א מניטשער פון א שעפעלע, וואל - שערל, קעמל, וואשן צוגעהערן, א אלט מאדיש נייען שטיל, ווייסט איינער ווי מען קען באקומען די סארט זאכן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:15 pm

צים פינטעל האט געשריבן:ביי מייקעלס האב איך געזעהן א גאנצע שאנק פון די זאכן
עס איז זייער גיט פאר א פראיעקט באקס
אויב מען מאכט אזאנע סוכהלעך אדער ר' יהודה בן תימה

עס איז א פולע קיט און עס קומט אלעס דארט
דארפסט נאר צולייגן א בעקגראונד

פונקטליכע נאמען ביטע.

גיי מיר זוכן ביי זיי אנליין.

אגב, אויף מוירטל עוו. נעבן די פאסט האט זיך לעצטנס געעפנט אן ענליכע געשעפט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:18 pm

farshlufen האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:ביי מייקעלס האב איך געזעהן א גאנצע שאנק פון די זאכן
עס איז זייער גיט פאר א פראיעקט באקס
אויב מען מאכט אזאנע סוכהלעך אדער ר' יהודה בן תימה

עס איז א פולע קיט און עס קומט אלעס דארט
דארפסט נאר צולייגן א בעקגראונד

פונקטליכע נאמען ביטע.

גיי מיר זוכן ביי זיי אנליין.

קענסט עס קויפן דירעקט פון די מעניופעקטשור
http://scenearama.woodlandscenics.com/

זיי האבן אסאך גוטע איידיעס אויף זייער סייט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:42 pm

מיין יונגל וויל מאכן א זייגער מיט בילדער פון די י"ב שבטים, ער זיכט א רינדעכיגע פאום וואס זאלן זיין גענוג גרויס צו קענען האלטן אלע 12 בילדער וואס ער האט, אין די לאקאלע געשעפטן אין וומס"ב איז די גרעסטע סייז 16 אינטש, ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען עטוואס א גרעסערע רינדעכיגע פאום???

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:49 pm

איך ווייס נישט אוואו מ'קען באקומען א רינדעכיגע, אבער כ'האב אן עצה, מ'נעמט א ביקסל'דיגע ריזן פאום, און מ'שניידט דאס רינדעכיג ווי גרויס מ'וויל.

צו שניידן רינדעכיג איז דא אן אלטע עצה היעוצה, מ'נעמט א נאגל מ'האקט דאס אריין פינקט אינדערמיט (דארט ווי מען וויל סייווי האבן דעם לאך פארן ווייזערל פונעם זייגער), מ'בינדט צו בענדל וואס איז לאנג האלב פונעם סייז וואס מ'וויל האבן די זייגער'ל, ביים אדערען שפיץ לייגט מען א פעדער אדער א מעסערל און מ'ציעט דאס אויס, און מ'שניידט ארום הערליך רינדעכיג.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:53 pm

שמן למאור האט געשריבן:
צו שניידן רינדעכיג איז דא אן אלטע עצה היעוצה, מ'נעמט א נאגל מ'האקט דאס אריין פינקט אינדערמיט (דארט ווי מען וויל סייווי האבן דעם לאך פארן ווייזערל פונעם זייגער), מ'בינדט צו בענדל וואס איז לאנג האלב פונעם סייז וואס מ'וויל האבן די זייגער'ל, ביים אדערען שפיץ לייגט מען א פעדער אדער א מעסערל און מ'ציעט דאס אויס, און מ'שניידט ארום הערליך רינדעכיג.


ווי תורה דארט איז חכמה!
הנותן לשכוי בינה...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט