בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:22 pm

א גוטן טייערע חברים.

איך וויל אין די נייע אשכול, שרייבן ארטיקלען און ארויפלייגן קליפ'ס אדער אודיאו'ס איבער נושאים פון אונזערע עולם הנפש והרגש.
איך האף צו שרייבן אדער ארויפלייגן בערך צוויי דריי מאל א וואך. אמאל קורצערע און אמאל לענגערע שטיקלעך.

איך וועל ארויפלייגן און אפדעיטן דא בעזר ה' יעדעס מאל וואס עס וועט זיין נייע סחורה.



1. פארוואס קריטיקירן מיר זיך אליינס?

2. האט Low self-esttem שייכות צו ענווה, אדער גאר פארקערט?

3. וויאזוי דעוועלעפט זיך די עולם הרגש?

4. וויאזוי דעוועלעפט זיך די עולם הרגש? - (מאמר).

5. וויאזוי צו הענדלען Mood changes?

6. בויען די סעלף עסטיעם - (מאמר)

7. "צו קענען מיר באשולדיגן אונזער עלטערן?"

8. איז סענסעטיוועטי א פראבלעם?

איך האף אז איהר וועט טרעפן אין דעם א הנאה און תועלת.
איך וועל זיך פרייען צו הערן פידבע''ק און וואס עטס האלטס אויף די נושאים וואס וועט ווערן גערעדט.

ווילסטו אז איך זאל ענטפערן דיין שאלה אין די קומענדיגע ווידיאו? שרייב מיר די שאלה און איך וועל בעז''ה ענטפערן אין איינע פון די קומענדיגע ווידיאו'ס.
לעצט פאראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 4:59 am, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.
צו זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט קיין אהבה, איז פונקט ווי זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט די שיין פון די זון.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ששת אלפים
תגובות: 6204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:28 pm

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים.

איך וויל אין די נייע אשכול, שרייבן ארטיקלען און ארויפלייגן קליפ'ס אדער אודיאו'ס איבער נושאים פון אונזערע עולם הנפש והרגש.
איך האף צו שרייבן אדער ארויפלייגן בערך צוויי דריי מאל א וואך. אמאל קורצערע און אמאל לענגערע שטיקלעך.

איך האף אז איהר וועט טרעפן אין דעם א הנאה און תועלת.
איך וועל זיך פרייען צו הערן פידבע''ק און וואס עטס האלטס אויף די נושאים וואס וועט ווערן גערעדט.

בייגעלייגט איז לינק'ס צו צוויי קורצע 5 מינוט'יגע קליפ'ס.

פארוואס קריטיקירן מיר זיך אליינס?

האט low self-esteem שייכות צו ענווה?

דאס ביסטו?

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:35 pm

יא.
לעצט פאראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום פרייטאג אוגוסט 07, 2020 7:08 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
צו זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט קיין אהבה, איז פונקט ווי זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט די שיין פון די זון.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:38 pm

שיין די איידיע פון ארויפצוקומען מיט א לעבעדיגע מעסיטש אן פחד פון גילוי כדי צו העלפן אידישע ברודער
ישר כוח, וועלקאם
צוגעלייגטע
Screenshot_20200803-133651_Chrome.jpg
Screenshot_20200803-133651_Chrome.jpg (252.31 KiB) געזעהן 1327 מאל
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:39 pm

ווער איז דאס?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:45 pm

זייער שיין ר' פנחס,
א געוואלדיגע זאך וואס דו טיסט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:54 pm

קוקט אויס צו דער זאך

שלום עליכם און וועלקאם צו די קלאב
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:11 pm

ער זאגט זייער גוט!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך אהרן הלוי » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:46 pm

זייער שיין און געשמאק.
יש"כ פאר'ן ארויפשטעלן.
(ס'זייער גוט קורצע קליפס, ספעציעל אין די היינטיגע נערוונלאזע עפאכע...)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:51 pm

שיינע און ריכטיגע דיבורים!
איינס האט געשריבן:ווער איז דאס?

דער נאמען אויפן פייל איז פנחס ל(ע)רנ(ע)ר.
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע. אי"ה צום ווידערזען!

אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אויף gilyoinois@gmail.com און איך וועל העלפן כפי מסת הפנאי (אבער מיט רחמנות... און נישט קיין אישיס אדער לינקס צו אייוועלט)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:59 pm

ווי וואוינט א יוד

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re:

תגובהדורך חסידא ופרישא » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:01 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:שיינע און ריכטיגע דיבורים!
איינס האט געשריבן:ווער איז דאס?

דער נאמען אויפן פייל איז פנחס ל(ע)רנ(ע)ר.


סתם שאלה: סאיז נארמאל ארויסצוזאגן די נאמען אויף אייוועלט?
yaakovyosef22@gmail.com מיין אימייל איז
!שיק מיר א אימייל עני-טיים

MY PICTURES

כתיבה וחתימה טובה!

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך אהרן הלוי » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:11 pm

איינס האט געשריבן:ווער איז דאס?

כפה"נ הייסט ער פנחס, גייט מוצאי שבת א בעקישע,
רעדט מיט אן אייראפעישע ר', אריינגעמישט ענגליש,
לכאו' א חסידיש אפשטאמיגע אין די נידריגע דרייסיגער יארן :grin:
(אין אישי פארציילט ער אז מענטשן קומען שמועסן מיט אים אין זיין אפיס אינעם חסיד'ישע קווארטל אין מאנטריאל)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:12 pm

חסידא ופרישא האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:שיינע און ריכטיגע דיבורים!
איינס האט געשריבן:ווער איז דאס?

דער נאמען אויפן פייל איז פנחס ל(ע)רנ(ע)ר.


סתם שאלה: סאיז נארמאל ארויסצוזאגן די נאמען אויף אייוועלט?

פרעגסט לגבי מיר אדער לגבי הרב בִּשְׁבִילֵי הלב? ער לייגט קליפס פון זיך און עס זעט נישט אויס ווי ער מאכט אז סוד פון זיין נאמען...
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע. אי"ה צום ווידערזען!

אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אויף gilyoinois@gmail.com און איך וועל העלפן כפי מסת הפנאי (אבער מיט רחמנות... און נישט קיין אישיס אדער לינקס צו אייוועלט)

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: Re:

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:17 pm

חסידא ופרישא האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:שיינע און ריכטיגע דיבורים!
איינס האט געשריבן:ווער איז דאס?

דער נאמען אויפן פייל איז פנחס ל(ע)רנ(ע)ר.


סתם שאלה: סאיז נארמאל ארויסצוזאגן די נאמען אויף אייוועלט?

געווענליך נישט ווייל רוב עולם וויל קענען זאגן א מיינונג אנאנום, אבער אז איינער שטעלטסעך ארויס בגילו פ״וו דען נישט?

און צו דיר ר׳ פנחס קומטסעך א גרויס אפלאדירונג ;1@ ;1@ ;1@
ס׳דא אסאך גוטע סחורה דא אויפן וועלטל, אבער פאר אזא חידוש קומטסעך א ספעצעלן דאנק,

ישר כחכם!

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: Re:

תגובהדורך חסידא ופרישא » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:17 pm

Graphic24 האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:שיינע און ריכטיגע דיבורים!
איינס האט געשריבן:ווער איז דאס?

דער נאמען אויפן פייל איז פנחס ל(ע)רנ(ע)ר.


סתם שאלה: סאיז נארמאל ארויסצוזאגן די נאמען אויף אייוועלט?

געווענליך נישט ווייל רוב עולם וויל קענען זאגן א מיינונג אנאנום, אבער אז איינער שטעלטסעך ארויס בגילו פ״וו דען נישט?

און צו דיר ר׳ פנחס קומטסעך א גרויס אפלאדירונג ;1@ ;1@ ;1@
ס׳דא אסאך גוטע סחורה דא אויפן וועלטל, אבער פאר אזא חידוש קומטסעך א ספעצעלן דאנק,

ישר כחכם!


גא"מ
yaakovyosef22@gmail.com מיין אימייל איז
!שיק מיר א אימייל עני-טיים

MY PICTURES

כתיבה וחתימה טובה!

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:39 pm

fiena nieas האט געשריבן:ווי וואוינט א יוד

איך קען דעם אינגערמאן, ער וואוינט אין מאנטריאל, ער הייסט טאקע פנחס לערנער (אויב איז נאך דא א ספק דערין.. ער איז א קרוב מיט'ן בעלזער דיין רוו"ב לערנער, איך מיין אן אייניקל גאר), ער נעמט לעצטנס אויף אידן פון כל מיני עידזשעס און לויט ווי ס'הייסט פארשטייט ער אן עסק. איך קען אזעלכע וואס זענען שטארק געהאלפן געווארן ביי אים בע"ה.
איך פערזענליך האב געשמועסט מיט אים א שיינע פאר מאל בעניני תורת הנפש, ער איז קלאר און צו די זאך, און טאקע הארציג = געפיהליש.

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:42 pm

א גרויסן יישר כח ענק, טייערע חברים, כל אחד ואחד בשמו ובני''ק שלו יבורך.
א דאנק פון טיעפן הארצן פאר די ווארעמע אויפנאמע און די גוטע פידבע''ק.
עס גיבט מיר חיזוק צו גיין ווייטער, און ארויפברענגען נושאים וואס ווערן אפשר ווייניגער גערעדט, אבער קענען שטארק צונוץ קומען און לעכטיג מאכן.

נ.ב. היות מ'האט דא דן געווען וועגן מיין נאמען, וויל איך זאגן אז הגם מיין נאמען איז נישט דא די נושא, איז עס אבער ממש נישט קיין סוד.
מיין נאמען איז פנחס לערנער.
צו זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט קיין אהבה, איז פונקט ווי זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט די שיין פון די זון.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:23 am

אקיי ס'געווארן א גאנצע שמיעס ווער דו ביסט, איין זאך קוקט אויס קלאר אז דו עולם וועט הנאה האבן פון נאך סחורה, האלט דיר נישט אפ פון לייגן נאך,
מיר ווארטן!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך ארלאנדא » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 10:40 am

זייער שיין!
א גרויסען יישר כח!
איך ווער ממש מרוגש צו זען אז אפי׳ אין 2020 איז נאך דא אידן וואס געבן אוועק פון זייער צייט צו העלפן אנדערע.

כמוך ירבו
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 10:52 am

ארלאנדא האט געשריבן:זייער שיין!
א גרויסען יישר כח!
איך ווער ממש מרוגש צו זען אז אפי׳ אין 2020 איז נאך דא אידן וואס געבן אוועק פון זייער צייט צו העלפן אנדערע.

כמוך ירבו


יישר כח!
אגב, ערשט אין 2020 קען מען רעדן אזעלכע דיבורים...
מער און מער מענטשן זענען מסכים אביסל צו אראפשיילן די שיכטן ארום די הארץ.
צו זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט קיין אהבה, איז פונקט ווי זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט די שיין פון די זון.

להתחבר
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך להתחבר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 3:34 pm

לכבוד בשבילי הלב!
יישר כח פאר ארויסקומען אין די פאבליק.
זאלן ווי מער נהנה זיין !!!

איך האב זייער ליב דיינע קליפס

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 5:40 pm

האסט נאך?
איך האב זייער ליב דיין רוהיגקיט און געפיל

בד"וו וואס מאכסטו אזוי אוועק דעם בעל גאווה ער איז א רחמנות און פיל מיט פעין

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 6:24 pm

fiena nieas האט געשריבן:האסט נאך?
איך האב זייער ליב דיין רוהיגקיט און געפיל

בד"וו וואס מאכסטו אזוי אוועק דעם בעל גאווה ער איז א רחמנות און פיל מיט פעין


יישר כח. איך האף בעזר ה' ארויפצולייגן תוכן עטליכע מאל א וואך.

בנוגע די בעל גאווה, ביסט ממש גערעכט. עס איז ס''ה א דעפענ''ס סטראטעגיע.
צו זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט קיין אהבה, איז פונקט ווי זאגן אז עס קומט זיך דיר נישט די שיין פון די זון.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בשבילי הלב - שמועסן אויפן לעבן.

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 6:35 pm

דיין הסבר צווישן ענווה און סעלף עסטים איז גוטע נייעס. איך האב מיך אלעמאל געמוטשעט צו פארשטיין וויאזוי ס'קומט זיך צאם.

לויט וויאזוי איך טייטש אפ לאו סעלף עסטים איז אז דער מענטש מוז האלטן קאפ אויף זיין ווערד אז ס'איז נישט אזוי ווערדפול. און געהעריגע סעלף עסטים איז ווען דער מענטש ערלויבט זיך צו זיין ווערד וויאזוי ער איז ווערד באמת. אן עס דארפן אפשאצן

איך וואונדער מיך צו א מענטש דארף ארבעטן אויף סעלף עסטים, אדער ער דארף ענדערש ארבעטן אז ער זאל אויפהערן זיך צו שאצן ווייניגער ווערד. ער זאל זיך אויפהערן אריינצולייגן אין א געוויסע באקס. ער זאל זיך ערלויבן צו זיין וואס ער איז באמת. אן דארפן שאצן.

ווען דער מענטש ערלויבט אויפצוהערן צו שאצן און אנהאלטן זיין לאו סעלף עסטים, פעלט אים נישט אויס גאווה. פאר יעדעם איז די ווארט ווייזן שוואכקייט אביסל אנדערש. עס ווענד זיך וועלכע נומער אין די אניאגראם.

איך גיי פרובירן דיין עצה פאר אביסל, עמער זען צו ס'ארבעט. און וויאזוי ס'ארבעט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט