יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:01 am

שפע רב האט געשריבן:
קודא''ס פאר באבוב'ער רבי שליט'א וואס האט לפי זכרוני מעורר געווען קעגן די ספענדעריי, און אליין אפגעהאקט די שפיצן זיינע....! (אויב איינער קען קאנפורמען)

ער האט נישט ליב די הויכע שטריימלעך (צאנז איז דאך קעגן רוזין מיט זייערע הויכע שטריימלעך...) ער האט עס נישט געטון אלס געלט.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:04 am

פרנס היום האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט
מיין שאלה איז נאר ווי אזוי דעס גייט צושטאנד קומען
א יוד מיט א כלה אין שטוב דערציילט מיר אז ער האט געפלאנט צו נעמען די זאל וואס חיים עקשטיין נעמט אבער די מחותן מיט זיין ווייב זענען בשום אופן נישט מסכים
פאר אפאר חדשים צירוק ווען איך האב געהאט מיין מיידל האב איך געטראכט פון געבן די נאמען דאנערשטאג ביים ליינען און נאכן דאווענען אראפ לייגען אביסל קעיק (וואס קאסט אינטער $50 און א קידוש אין מיין ביהמ"ד קאסט $700) אבער מיין ווייב האט זיך גאר שטארק געשטעלט דערויפ
מיין ברודער האט לעצטע וואך חתונה געמאכט איך האב בשום אופן נישט געלאזט מיין 15 יעריגע טאכטער מאכן די האר ביי א סטייליסט, זי האט זיך אזאנס גענומען פארפירען און מיין ווייב זאגט מיר וועגן א נארישע $30 מאכסטו א טראסק
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין


הרב שלום דא האסטו דעם ענטפער (פון די קרית יואל'ע אויסגאבע "בעל הבית'טע"; יוסי גאלדבערגער דארף זיך אויך קאנצעטרירן אויף דעם אויב ער וויל ערגעץ אנקומען:
שפארן.PNG


רעד קלארער. וואס דארף יעצט יאסי טון? קאמפיין קעגן טייערע קערידשעס? לענ''ד איז די כח היחיד קאמפיין געצילט פאר יעדן צו ספענדן לויטן בוזשעט. לא ללמד על עצמו יצא, אלא וכו'


אין רעאליטעט איז זייער שווער [ליין: אוממעגליך] צו טוישן דעם מהלך המחשבה ביי נארוואס געווארענע 18 יעריגע בחורים און מיידלעך, אויפצוגעבן אויף א טייערע שטריימל וכו' [אזוי ווי הרב שלום שרייבט צווישן די שורות], און לאמיר זאגן אז ער וועט אפנים איינגיין דערויף וועט דאס אים באנק טון אין מח ולב, מ'קען אנהייבן ביי די גדיים אזוי ווי די בריוו שרייבערן שרייבט און ולה' הישועה.

עס האבן חתונה איבער 500 אדער גאר טויזענט בחורים כעת אין אמעריקא וואס חתנים באקומען א 1400 דאלאר'דיגע שטריימעל


פיין, אבער זענען די 500 אדער טויזנט חתנים גרייט דאס נאכצוטון ביי זייערע קינדער? אין אנדערע ווערטער, דאס אז זיי האבן דאס געקויפט מיינט נאכנישט אז זייער מיינד-סעט האט זיך געביטן און זיי טראכטן נישט "מתי יבוא לידי..." מ'רעדט דאך דא פון אן אלטימעיט סעלושן.

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:13 am

איך האב באקומען א 1200 דוללער שטריימל, און -כ'קען מיך ב''ה ערלויבן א טייערע- אבער כ'פלאן נישט צו אפגרעד''ן און כ'פלאן אי''ה ווען מיין בחור'ל ווערט א חתן עם צו געבן די 1400 דוללער'דיגע.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:16 am

וויל וועלן האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
הרב שלום דא האסטו דעם ענטפער (פון די קרית יואל'ע אויסגאבע "בעל הבית'טע"; יוסי גאלדבערגער דארף זיך אויך קאנצעטרירן אויף דעם אויב ער וויל ערגעץ אנקומען:
שפארן.PNG


רעד קלארער. וואס דארף יעצט יאסי טון? קאמפיין קעגן טייערע קערידשעס? לענ''ד איז די כח היחיד קאמפיין געצילט פאר יעדן צו ספענדן לויטן בוזשעט. לא ללמד על עצמו יצא, אלא וכו'


אין רעאליטעט איז זייער שווער [ליין: אוממעגליך] צו טוישן דעם מהלך המחשבה ביי נארוואס געווארענע 18 יעריגע בחורים און מיידלעך, אויפצוגעבן אויף א טייערע שטריימל וכו' [אזוי ווי הרב שלום שרייבט צווישן די שורות], און לאמיר זאגן אז ער וועט אפנים איינגיין דערויף וועט דאס אים באנק טון אין מח ולב, מ'קען אנהייבן ביי די גדיים אזוי ווי די בריוו שרייבערן שרייבט און ולה' הישועה.

עס האבן חתונה איבער 500 אדער גאר טויזענט בחורים כעת אין אמעריקא וואס חתנים באקומען א 1400 דאלאר'דיגע שטריימעל


פיין, אבער זענען די 500 אדער טויזנט חתנים גרייט דאס נאכצוטון ביי זייערע קינדער? מ'רעדט דאך דא פון אן אלטימעיט סעלושן.

ביי חסידי סאטמאר מהר"א איז שוין דא שטריימעל תקנות באלד 12 יאר למחצה שליש ורביע

סאיז נישט נאר שטריימלעך ,סאיז די גאנצע חתונה מאכן וואס ברויך א תיקון

הארמאניע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:17 am

וויל וועלן האט געשריבן:פיין, אבער זענען די 500 אדער טויזנט חתנים גרייט דאס נאכצוטון ביי זייערע קינדער? אין אנדערע ווערטער, דאס אז זיי האבן דאס געקויפט מיינט נאכנישט אז זייער מיינד-סעט האט זיך געביטן און זיי טראכטן נישט "מתי יבוא לידי..." מ'רעדט דאך דא פון אן אלטימעיט סעלושן.

א רצון צו האבן מער איז נישט קיין פראבלעם, א רצון צו האבן וואס יענער האט איז דער פראבלעם

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:22 am

שפע רב האט געשריבן:איך האב באקומען א 1200 דוללער שטריימל, און -כ'קען מיך ב''ה ערלויבן א טייערע- אבער כ'פלאן נישט צו אפגרעד''ן און כ'פלאן אי''ה ווען מיין בחור'ל ווערט א חתן עם צו געבן די 1400 דוללער'דיגע.


יישר כח; אבער לאמיר אריינקלערן אביסל טיפער, די סיבה פארוואס דו ביסט צופרידן מיט דעם שטריימל און דו שעירסט דעם צופרידנקייט מיט דיין בחור'ל זז"ג, איז ווייל אין דיין סאבקאנטשעס ווייסטו אז פאר א נויט קענסטו זיך איינהאנדלען א טייערן שטיקל, א טייערע שטריימל איז אבער נישט אפגעפרעגט בשורשו, דער ציל פונעם קאמפיין דארף זיין אז ספענדן טייער אויף קליידונג, האר, פערניטשער איז אן אפגעפרעגטע זאך בשורשו, אפילו מען קען זיך עס ערלויבן.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:26 am

הארמאניע האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:פיין, אבער זענען די 500 אדער טויזנט חתנים גרייט דאס נאכצוטון ביי זייערע קינדער? אין אנדערע ווערטער, דאס אז זיי האבן דאס געקויפט מיינט נאכנישט אז זייער מיינד-סעט האט זיך געביטן און זיי טראכטן נישט "מתי יבוא לידי..." מ'רעדט דאך דא פון אן אלטימעיט סעלושן.

א רצון צו האבן מער איז נישט קיין פראבלעם, א רצון צו האבן וואס יענער האט איז דער פראבלעם


גערעכט, אבער צומאל קען דער רצון פון דעם שטריימל אויסקלאפן ערגעץ אנדערש; ווי דער וועלט זאגט: מ'רעדט צום שנור אבער מען מיינט דעם איידעם, אז די מיינד-סעט איבער ספענדיג איז נישט געבויט אויף געזונטע און שטארקע יסודות וועט זיך אלץ מאכן ליקס און טשידערייען, אז מען שפארט ביי איין פלאץ וועט מען ספענדן אויף דעם חשבון מער ביי א צווייטע פלאץ.

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:44 am

איין מנהג וואס איך האב איז אז ווען מיין ברוער אדער שוואגער מאכט שבת שבע ברכות גיי איך נישט
אויב דארף ער מנין איז דא אין יעדע שטאט א ישיבה ווי ער קען צאם קראצען צעהן בחורים, לאמיר האפען אז אנדערע וועלן מיר נאך טוהן אזוי וועט א שבת שבע ברכות קאסטען אסאך ביליגער
Diapers: Save $30 when you spend $100
https://amzn.to/2uLJKvF

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

געהאפט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

תגובהדורך געהאפט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:50 am

פרנס היום האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
ביי חסידי סאטמאר מהר"א איז שוין דא שטריימעל תקנות באלד 12 יאר למחצה שליש ורביע

סאיז נישט נאר שטריימלעך ,סאיז די גאנצע חתונה מאכן וואס ברויך א תיקון

100% פארוואס יעדעס מאל מען הייבט אן רעדען פון ביליגע חתונות איז די שטריימל # 1 טאפיק
עס איז דא גענוג און נאך זאכען צו רעדען
א gown למשל איז מיר נישט דו צעווישען 4000$ און 8000 ווי גארנישט נאר פאר 1 נאכט
קליידער פאר די כלה פאר יעדע נאכט שבע ברכות 500 minimum 600 יעדע נאכט דארף מען דאך א נייע קלייד
און פאר שבת שבע ברכות 3 קליידער 1)ביינאכט 2)שול פירען און 3)של"ש
תנאים קלייד כאטשיג 1000 1500
אבער יעדעס מאל הייבט מען גראד אן ביי די שטריימל וואס נאך אלעם גייט מען מיט דעם פאר יארן לאנג (נישט אז ס'איז גערעכט די הימל שרייעדיגע פרייזן נאר עס מאכט די מערסטע סענס צו צאלען פאר

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:30 am

געהאפט האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:

100% פארוואס יעדעס מאל מען הייבט אן רעדען פון ביליגע חתונות איז די שטריימל # 1 טאפיק
עס איז דא גענוג און נאך זאכען צו רעדען
א gown למשל איז מיר נישט דו צעווישען 4000$ און 8000 ווי גארנישט נאר פאר 1 נאכט
קליידער פאר די כלה פאר יעדע נאכט שבע ברכות 500 minimum 600 יעדע נאכט דארף מען דאך א נייע קלייד
און פאר שבת שבע ברכות 3 קליידער 1)ביינאכט 2)שול פירען און 3)של"ש
תנאים קלייד כאטשיג 1000 1500
אבער יעדעס מאל הייבט מען גראד אן ביי די שטריימל וואס נאך אלעם גייט מען מיט דעם פאר יארן לאנג (נישט אז ס'איז גערעכט די הימל שרייעדיגע פרייזן נאר עס מאכט די מערסטע סענס צו צאלען פאר

איז ווי אזוי קען די כח היחיד קאמפיין דאס קאמפיינען.?

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:32 am

די זעלבע מיט צירינגען.
אין פארוואס ביי די בעסערע ליטפיקעס קען מען זעך באגיין מיט 2 צירינגען

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:04 am

צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך האב נישט קיין געדולד צו ליינן דאס גאנצע אשכול ביז דא, לאמיר נאר דא שרייבען וואס אני הקטן האט געטראכט דעים שבת, וואס קען געטון ווערן באלד, און שוין זעהן פירות בעזהשי״ת, קאן זיין מען האט שוין געשריבן דערוועגן.

מ׳זאל צוזאמען נעמען א קול קורא פון די צעהן גרעסטע קהילות, מיט א תקנה (אדער ביז דערוויייל נאר רעקאמעדירן) פאר נייע קאפלס פון נאך דער חתונה ביז לכל הפחות דריי יאר צו אריינמופען אויסשליסלך און א ׳פוירנישד אפארטמענט׳, דאס מיינט אז מחותנים וועלן נישט דארפן ספענדן פאר פוירניטשער און נאך אסאך אנדערע דירה הוצאות.

נאך ווען די דריי יאר ענדיגט זיך, און ס׳איז צייט צו גיין און א גרעסערע דירה וועלן די עלטערן העלפן נאר מיט בעדרום פוירניטשער, פארשטייט זיך וויפיל זיי קענען עפארדן, און אויב דער אינגערמאן פארדינט, קען ער אפגרעידן און ספענדן פון זיין אייגען געלט וויפיל זיין הארץ באגערט.

אז עס וועט ווערן א דימענד, וועלן די בילדערס אינוועסטן און צושטעלן גענוג פורנישד איין בעדרום דירות.



נאר דאס נישט.

פאר די אידען וואס ווילען שוין יעצט באמת שפארן, און ווילען דוקא א פורנישד, וועט דיין תקנת הקהל פשוט ארויפשרויפן דאס פרייז, קודם כל ווייל עס וועט קוים זיין צו באקומען, שנית, קענעדיג אונזער פאלק, וועט עס ביז אפאר חודשים קאסטען טייערע ווי נישט פורנישד, ווער רעדט נאך פון וואס פאר א features מ'וועט נאך צו לייגן.

ספעציעל אויב בילדער'ס. וועלן נאך אינוועסטן דערין ווי איהר שרייבט גאר.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג דעצמבער 08, 2019 5:49 am

פרנס היום האט געשריבן:.

אן הוספה צום חילוק צווישן לבן וואס האט געמאכט א חתונה פאר'ן גאנצע שטאט, און בועז וואס איז געווען נאר 10מענשטן.
קוקט אין מדרש רבה (בר"ר ע, יח) אז די חתונה פארן גאנצע שטאט איז טאקע געווען פון גע'גנב'טע געלט..
וַיֶּאֱסֹף לָבָן אֶת כָּל אַנְשֵׁי הַמָּקוֹם וַיַּעַשׂ מִשְׁתֶּה (בראשית כט, כב), כִּנֵּס כָּל אַנְשֵׁי מְקוֹמוֹ, אָמַר לָהֶם יוֹדְעִים אַתֶּם שֶׁהָיִינוּ דְחוּקִים לְמַיִם וְכֵיוָן שֶׁבָּא הַצַּדִּיק הַזֶּה לְכָאן נִתְבָּרְכוּ הַמַּיִם, אֲמַרִין לֵיהּ וּמָה אַהֲנֵי לָךְ, אֲמַר לְהוֹן אִין בָּעֲיִין אַתּוּן אֲנָא מְרַמֵּי בֵיהּ, וְיָהֵב לֵיהּ לֵאָה דְּהוּא רְחִים לַהֲדָא רָחֵל סַגִּי, וְהוּא עָבֵד הָכָא גַּבְּכוֹן שִׁבְעָה שְׁנִין אוֹחֳרִין. אֲמַרִין לֵיהּ עֲבֵיד מַה דַּהֲנֵי לָךְ. אֲמַר לְהוֹן הָבוּ לִי מַשְׁכּוֹן דְּלֵית חַד מִנְּכוֹן מְפַרְסֵם, וְיַהֲבוּן לֵיהּ מַשְׁכּוֹנִין, וַאֲזַל וְאַיְתֵי עֲלֵיהוֹן חֲמַר מְשַׁח וְקוֹפָר, הֱוֵי לָמָּה נִקְרָא שְׁמוֹ לָבָן הָאֲרַמִּי שֶׁרִמָּה בְּאַנְשֵׁי מְקוֹמוֹ.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:58 am

yid האט געשריבן:
ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אינטערוויו: "דער כח היחיד",
מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדער : צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ :
https://www.yiddish24.com/4/12/10356


ווי קען מען עס הערן אויפן טעלעפאן?


2124441100 1-1-4

על זה נאמר
מילה בסלע דיחידאי בתרי.

שטארק קלאר און צום זאך!

איך האב באמערקט דא נאך א פוינט (וואס איך האב מיר שוין צו'הרג'עט אמאל אין א צווייטן אשכול)
דאסמאל ווערט די קאמפיין געפירט דורך צוויי וואס זענען אונזער סטעידזש, רעדן אונזער שפראך וכו'.
און דאס וועט לכאורה צוגעבן אסאך צום סוקסעס.

יוסי זאגט אז ער האט פורניטשער, ניין נישט פורניטשור (איך בין געווען זיכער אז דא גייט ער זאגן: א פריעקט פון פורניטשער...) וואס קאסט נאר $700.
איין גרינע, נאך א גרינע, און נאך א גרינע!

ווער ס'געדענקט די דרשו עד מיט די אינגערמאן וואס בעיביסיט,
אויב דענק איך גוט איז געשטאנען אין די מאמענט אז דאס איז יוסי גאלדבערגערס הויז.
סא נאך א גרינע פאר דיין גאנצע הויז וואס כאטש לכאורה קען ער זיך ערלויבן מער, זעהט מען ווי ער נוצט זיין געלד קלוג!

און וואס מיין איך קלוג? ער ספענדט אויף וואס ער פארשטייט אז ער וויל ספענדן.
ער האט דאס אביסל אנגערירט ביים איטערוויו, און מיר האט עס פארדעם געהאט געציפט אביסל, האב איך הנאה געהאט אז ער האט דאס אויסגעקלארט.
ווער ס'קען יוסי גאלבערגער, אדער בעסער געזאגט ווער ס'קען זיין שטריימל, וואלט זיך אביסל אפגעשטעלט ווען מהאט ארויף געלייגט די אלע עדס וואס רייסן אראפ די שטריימלעך, און נישט אלס טול קורה מבין עיניך, נאר אלטס קשוט עצמך ואחר קשוט אחרים, דו דרייסט דיר מיט א פענסי 5 6 טויזנט דאלערדיגע שטריימל און דו ביסט דער וואס קומט און רייסט דאס אראפ?!.
און ווי ער האט דאס שיין אויסגעקלארט, ניין מ'רייסט נישט אראפ קיין פענסי שטריימלעך און נישט קיין פענסי קארס, מ'רייסט אראפ קויפן א זאך נישט קלוג, און נישט קלוג מיינט אז דו קויפסט עס נישט ווייל דו ווילסט דאס נאר ווייל יענער האט ועל כולנה ווען דו האסט נישט די געלט.
אויב האסטו די געלט און די ביסט מחליט אז דו ווילט גיין א 20,000 דאלערדיגע שטריימל, דו האלטסט אז ס'איז דיר ווערד, טוה עס און מאך עס קיינער האט נישט קיין פראבלעם.
מאך זיך נאר די חשבון אויף יעדע זאך איז עס ווערד די געלט, מאכט דען סענס אזא פרייז פאר אזא אייטעם, דארף איך עס, און די וויכטיגסטע: קען איך צאלן די פרייז?

אויב די ענטשפער איז נאך אלעס: יא איך קען עס עפארדן און איך דארף עס, דעמאלטס געזונטערהייט קויף עס.

און אויף דעם איז טאקע ער א גוטע עקסעמפל, ער האט מחליט געווען ביי זיך אז איהם איז ווערד צו ספענדן אפאר אלפים אויף שיינע שטריימל, אפגעזעהן זיינע סיבות וואס ער איז צו אנגעקומען צו די החלטה, ער איז מחליט אליין מיט זיין כח היחיד אויף וואס יא אדער נישט צו ספענדן לויט זיין באדזשעט. אזא איינער קויפט א טייערע שטריימל נישט ווייל ער גייט נאך אנדערע נאר טאקע וויל ער נוצט זיין כח היחיד.

כה לחי יוסי גיי אן!
און אז מרעדט שוין: די האסט א קלארע כח הסברה ברענגסט ארויס א זאך קורץ און צום פינטל.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:04 am

הויעך האט געשריבן:א מין ראיה דאס
ביי בועז איז שוין געווען זיווג שני משא"כ ביי לבן

איך ווייס נישט ווי ערנסט דו האסט געשריבן דיין תגובה

אבער די ענטפער אויף דעם און אויך פאר דער וואס האט געשריבן אז לא יעשה כן במקומנו לערנט מען ארויס אז מדארף זיך טאקע אזוי פירן.

מדארף אפטיילן פשט פון דרש
פשט איז א זאך וואס מוז שטומען אלעס ארום, ווען סאיז א דרש אדער רמז, און לעניננו א געדאנק מוז נישט שטומען אלעס ארום, סאיז מער אריס צו ברענעגן די געדאנק און לאו דוקא אז אלעס ארום מוז שטימען.

בענין זה ידוע די מעשה מיט ר' נחום מטשערנאבל וואס האט געזאגט א ווארט אויף א האלבע פסוק האט זיך איינער אנגערופן ולא נחום אלקים, נחום'ס ווערטער קומען נישט פון באשעפער, ווייל סשטומט נישט אין פסוק, האט ער יענעם פאשריגן: דרך ארץ פלישתים!
און די חסידים האבן מסביר געווען זיין כונה אז אופן פסוק ולא נחום אלקים דרך ארץ פלישתים ברענגט רש"י די מדרש ולא נחם אלקים דרך ארץ, די אייבישטער האט זיי נישט געפירט כדרך העולם אויפן גלייכן וועג, איי לויט דעם דרש וואס פשט פון די ווארט פלישתים? נאר ווען מזאגט א ווארט און א דרש מוז עס נישט שטומען, דרש איז דאך א עקסטערע מהלך פון פשט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:06 am

א שטארקע נקודה וואס ער ברענגט ארויס. און איך מיין אז אסאך ווענד זיך אין דעם.
״אינגערמאן דו ביסט סוקסעספול, זייער סוקסעספול, אפילו אויב דו האסט נישט קיין אכציג אלפים פאר יעדע קינד״

יא דו ביסט זייער טויגלעך די מאכסט הונדערט פופציג, צוויי הונדערט אלפים, א יאר, דו קענסט לעבן זייער באקוועם, אבער דו קענסט נישט און דו דארפסט נישט האבן די 80 אלפים חתונה צו מאכן.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:13 am

שפע רב האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט
מיין שאלה איז נאר ווי אזוי דעס גייט צושטאנד קומען
א יוד מיט א כלה אין שטוב דערציילט מיר אז ער האט געפלאנט צו נעמען די זאל וואס חיים עקשטיין נעמט אבער די מחותן מיט זיין ווייב זענען בשום אופן נישט מסכים
פאר אפאר חדשים צירוק ווען איך האב געהאט מיין מיידל האב איך געטראכט פון געבן די נאמען דאנערשטאג ביים ליינען און נאכן דאווענען אראפ לייגען אביסל קעיק (וואס קאסט אינטער $50 און א קידוש אין מיין ביהמ"ד קאסט $700) אבער מיין ווייב האט זיך גאר שטארק געשטעלט דערויפ
מיין ברודער האט לעצטע וואך חתונה געמאכט איך האב בשום אופן נישט געלאזט מיין 15 יעריגע טאכטער מאכן די האר ביי א סטייליסט, זי האט זיך אזאנס גענומען פארפירען און מיין ווייב זאגט מיר וועגן א נארישע $30 מאכסטו א טראסק
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין

הרב שלום דא האסטו דעם ענטפער (פון די קרית יואל'ע אויסגאבע "בעל הבית'טע"; יוסי גאלדבערגער דארף זיך אויך קאנצעטרירן אויף דעם אויב ער וויל ערגעץ אנקומען:
שפארן.PNG

רעד קלארער. וואס דארף יעצט יאסי טון? קאמפיין קעגן טייערע קערידשעס? לענ''ד איז די כח היחיד קאמפיין געצילט פאר יעדן צו ספענדן לויטן בוזשעט. לא ללמד על עצמו יצא, אלא וכו'


אויפן איטערווייוו ברענגט יוסי זייער גוט ארויס די נקודה
ווען איינער ספענדט פאר זיך דארט איז בדרך כלל די מעשה אנדערש
ווען ער נעמט ארויס פון זיין טאש געלט וואס ער האט געארבעט ספענדט זיך עס אנדערש
ער קוקט דאס אן אנדערש און ער האט הנאה פון דעם אנדערש

ביי חתונה מאכן איז די פראבלעם אז ס'איז א סייקל,
א חלק חתנים זאגן איך דארף נישט די אלע שטותים, נאר די מחותן וויל,
ביי אנדערע זענען ביידע מחותנים איינשטומיג צו שפארן נאר די כלה(ס' פרענד) וויל.
ווידער דא וואס די מחותנתטע פארפירט,
און אסאך מאל איז דער חתן דער חכם.

הצד השוה אז רוב מאל ווערט דאס געספענט פאר א צווייטן, און יענער פילט נישט ווי ער נעמט ארויס די געלט פון זיין טאש און דאס מאכט אז סזאל נישט האבן קיין גרעניץ

פאר דעם דארף מען אויפוועקן דעם כח היחיד, אין מענער שול מיט שכל, און אין ווייבער שול מיט געפיל (איך וואלט גענוצט קברים, איך מיין בלוט איז נישט גענוג)
מענטשן זאל אנהייבן טראכטן, די קאמפיין צילט נישט אויף א געוויסע פוינט אז מזאל ספענדן אזוי פיל און אזויפיל
אויב באמערקסטו אלע עדס ענדיגן זיך מיט א שאלה
איז עס נאכאלטס ווערד?
דארף איך האבן?
מאכט עס סענס?
אויב דו ענטפער נאך די אלע שאלות איז יא, קויף עס!
אויב די ענפער איז ניין! נוץ דיין כח היחיד, צו שטיין שטארק קעגן די חתן, כלה, מחותן, מחותנים, פעטער, מומעס און חברים,

נוץ דיין כח היחיד דיין נארמאלקייט - זיך צו פרעגן די שאלה!
נוץ דיין כח היחיד דיין שכל - צו ענטפערן די אמתע און ריכטיגע ענטפער!
נוץ דיין כח היחיד דיין שטארקייט צו פראקטעצירן למעשה!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:24 am

איינס האט געשריבן:תכלית גערעדט ווי אזוי איז מעגליך צו אריינברענגען אזא טויש.
איך בין דאך נישט משוגע, קיינער גייט נישט אריינקומען אין בית מדרש מיט א נייע מין שטריימל, ווייל די בעסטע וואס מזאל עס קענען מאכן וועט מען נאכאלטס זעהן א חילוק.
האב איך א פלאן, אפשר ווי איך לייג דאס אראפ איז אביסל צו ווילד, אבער איך מיין מ׳קען דאס אויסהארבעטן.
א עושר וואס וויל טוהן פאר כלל ישראל זאל אינוועסטירן א איינמאליגע 100 אלפים (אדער אפשר ווייניגער), מאכן א גרויסן טראסק און צוזמקום וואו מוועט אראפ רייסן די פרייזן פון שטריימל און ארויס ברענגען ווי נארשי צו ספענדן א טויזנטער (אויפן בעסטן אופן) פאר א זאך וואס האלט נישט מער ווי א פאר יאהר ווען מקען צאלן נאר א 50.
דארט אויפן פלאץ זאל מען טיילן פאר פרי די נייע שטריימל, אבער נאר פאר ווער סגעבט זיין אלטע שטריימל.
וועט מען דאך מורא האבן אז סוועט זיך נישט אויסארבעטן און מענטשן וועלן מורא האבן צו איינשטעלן זייער טייערע שטריימל, קען מען מאכן אז אלע שטריימלעך וועלן ווערן געקאודט און געסטראעדזשט אז אויב די זאך ארבעט זיך נישט אויס וועט מען צוריק געבן.
די איידיע אזוי ווי איך לייג אראפ איז אפשר נישט ממש בכדי שיעשה אבער מקען עס ריכטיג דעוועלעפן.


איך זעה אז די תגובות אויף דעם זענען מער אויף די זייט, אז איך בין גערעכט און סאיז א פלאן אבער ווי זאל דאס למעשה געשעהן ? וועלכע חתן וועט דאס מסכים זיין צו טוען? ווי אזוי טוט מען אזא ריזן טויש.

איך מיין אז די מהלך וואס איך האב געשריבן דארף ארבעטן זייער שטארק.

נישט די חתנים און נישט די עשירים דארף מען צילן, מדארף ארויסצווינגען דעם שטריימל פון א אונטער טיר איהם פשוט אראפווישן אן מ'זאל באמערקן,

אויב טיילט מען פאר פרי א $50 שטריימל און משטעקט איין די פענסי שווערע חיה'לה וואס מטראגט אויפן קאפ.
שטעל זיך פאר 1000 מענטשן האבן גענוצט זייער כח היחיד און געטוהן די שריט
שבת און בית מדרש גייט זיך די בית מדרש איבערדרייען, דו וואס ווייסן וועגן וועלן צוגיין פרעגן וואו ספילט זיך
דו וואס גייען וועלן זיך פילן "גרויסע טאטעס" וואס נוצן אליין זייער שכל און החלטות, זיי וועלן אראפ לייגן פאר די אנדערע ווי גרינג די שטריימל איז און אזוי ווייטער
די וואס האבן נאכנישט געהערט פון דעם מאוו וועלן נתפעל ווערן
די פרויען וועלן קאמפלעמענטירן אז די שטריימל ליגט דיר גראד און דארפסט נישט שאקלען יעדע סעקנד די קאפ
דער שווער וועט זיך פרייען אז די איידעם זיצט א גאנצן סעודה מיט א שטריימל אויפן קאפ
די קינדער וועלן נישט פארשטיין ווי איז נעלם געווארן די רויטע ליין פון טאטיס קאפ

פאר נעקסטע שבת וועט זיין א אנלויפעניש ווי די עולם וועט וועלן איינטאשן די שטריימל

איך גלייב נישט אז סוועט זיין אפילו איינער וואס וועט נישט מסכים זיין מיטן טויש
די איינציגסטע פראבלעם איז ווי אזוי איז מען מצליח אריינצוברענגען אויפאיינמאל,
איך מיין ווי איך האב געשריבן איז א מהלך
פארשטייט זיך מדארף עס איבערגיין און זעהן מער פונקטליך ווי אזוי מפארקטעצירט עס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:37 am

געהאפט האט געשריבן:100% פארוואס יעדעס מאל מען הייבט אן רעדען פון ביליגע חתונות איז די שטריימל # 1 טאפיק
עס איז דא גענוג און נאך זאכען צו רעדען
א gown למשל איז מיר נישט דו צעווישען 4000$ און 8000 ווי גארנישט נאר פאר 1 נאכט
קליידער פאר די כלה פאר יעדע נאכט שבע ברכות 500 minimum 600 יעדע נאכט דארף מען דאך א נייע קלייד
און פאר שבת שבע ברכות 3 קליידער 1)ביינאכט 2)שול פירען און 3)של"ש
תנאים קלייד כאטשיג 1000 1500
אבער יעדעס מאל הייבט מען גראד אן ביי די שטריימל וואס נאך אלעם גייט מען מיט דעם פאר יארן לאנג (נישט אז ס'איז גערעכט די הימל שרייעדיגע פרייזן נאר עס מאכט די מערסטע סענס צו צאלען פאר

ביסט גערעכט מיט אלעם

פארוואס מ'רעדט אבער די ערשטע פונעם שטריימל, ווייל דארט איז די גרינסטע צו האקן.
די פרויען שול איז א שווערערע ליין ווי אין מענער שול, צו די מענער קען מען רעדן מיט שכל אז מ'דארף נישט קוקן אויך יענעם.
פרויען זענען אבער באשאפן געווארן צו געפעלן פאר יענעם (אך-און-וויי אויב נישט), דארט איז אביסל שווערער דארט דארף מען רעדן מער צום געפיל.

אבער ביותר ווייל א שטריימל איז איינע פון די אייטעמס וואס מאכט נישט קיין סענס,
קליידער קען זיין פעלט נישט אויס אבער למעשה צאלסטו פאר א אייטעם,
א כלה גאון איז א טייערע מאטריאל, קיינער האט נישט געזאגט אז ממוז גיין מיט א טייערע אבער לנמעשה צאלסטו פאר א טייערן שטיקל
א קידוש און שבע ברכות, צאלסטו און דו באקומסט עפעס פאר דעם,

אויף די אלע איז די מערכה צו אויפווייזן אז ספעלט נישט אויס

ביי א שטריימל, שבת זייגער, און נאך אפאר אייטעמס
איז סאך גרינגער צו רעדן צום שכל
יעדער פארשטייט אז סמאכט נישט קיין סענס, סאיז נישט ווערד די געלט, די ניצן דערפון קעגן די פרייז איז דאך נישט נארמאל
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:56 am

כ'טראכט אז אפשר בשעת די תנאים זאלן ביידע מחותנים אויספילן א טשעקליסט וואס זיי גייען קויפן און וואס זיך שפארן, דעמאלס איז נאך דא איין מיינונג, מען שעמט זיך נאך צו שרייבן אז מען גייט זיך אויפרייסן, די צעטיל זאל קומען מטעם די קהילה.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:26 am

איינס האט געשריבן:
געהאפט האט געשריבן:100% פארוואס יעדעס מאל מען הייבט אן רעדען פון ביליגע חתונות איז די שטריימל # 1 טאפיק
עס איז דא גענוג און נאך זאכען צו רעדען
א gown למשל איז מיר נישט דו צעווישען 4000$ און 8000 ווי גארנישט נאר פאר 1 נאכט
קליידער פאר די כלה פאר יעדע נאכט שבע ברכות 500 minimum 600 יעדע נאכט דארף מען דאך א נייע קלייד
און פאר שבת שבע ברכות 3 קליידער 1)ביינאכט 2)שול פירען און 3)של"ש
תנאים קלייד כאטשיג 1000 1500
אבער יעדעס מאל הייבט מען גראד אן ביי די שטריימל וואס נאך אלעם גייט מען מיט דעם פאר יארן לאנג (נישט אז ס'איז גערעכט די הימל שרייעדיגע פרייזן נאר עס מאכט די מערסטע סענס צו צאלען פאר

אבער ביותר ווייל א שטריימל איז איינע פון די אייטעמס וואס מאכט נישט קיין סענס,
קליידער קען זיין פעלט נישט אויס אבער למעשה צאלסטו פאר א אייטעם,
א כלה גאון איז א טייערע מאטריאל, קיינער האט נישט געזאגט אז ממוז גיין מיט א טייערע אבער לנמעשה צאלסטו פאר א טייערן שטיקל

כלה קליידער מאכן מער סענס ווי שטריימלעך? ווייסט אז מ'צאלט היינט צו דינגען אזא גאון מער וויפיל מ'צאלט צו קויפן א טייערע שטריימל? שטריימלעך מאכן מער סענס אין מיינע אויגן.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

הארמאניע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:31 am

וויל וועלן האט געשריבן:
הארמאניע האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:פיין, אבער זענען די 500 אדער טויזנט חתנים גרייט דאס נאכצוטון ביי זייערע קינדער? אין אנדערע ווערטער, דאס אז זיי האבן דאס געקויפט מיינט נאכנישט אז זייער מיינד-סעט האט זיך געביטן און זיי טראכטן נישט "מתי יבוא לידי..." מ'רעדט דאך דא פון אן אלטימעיט סעלושן.

א רצון צו האבן מער איז נישט קיין פראבלעם, א רצון צו האבן וואס יענער האט איז דער פראבלעם


גערעכט, אבער צומאל קען דער רצון פון דעם שטריימל אויסקלאפן ערגעץ אנדערש; ווי דער וועלט זאגט: מ'רעדט צום שנור אבער מען מיינט דעם איידעם, אז די מיינד-סעט איבער ספענדיג איז נישט געבויט אויף געזונטע און שטארקע יסודות וועט זיך אלץ מאכן ליקס און טשידערייען, אז מען שפארט ביי איין פלאץ וועט מען ספענדן אויף דעם חשבון מער ביי א צווייטע פלאץ.

די "אלטימעיט סעלושן" פין די קאמפיין איז אביסל אנדערש ווי רוב חתונה קאמפיינס ביז יעצט. איינע פון די יסודות פון חתונה תקנות איז אז היות "מאנקי סי מאנקי דא", און די סטאנדארט איז זייער הויעך, גייט מען איבערמאכן די סטאנדארט צו א נידריגערע לעוועל אז מזאלמער ווײטער קענען אנגיין מיטן מאנקי סי מאנקי דא.

די איצטיגע קאמפיין פרעגט פארוואס פירן מיר זיך אויף ווי מאנקיס?

ווי הרב איינס האט זייער שיין ארויסגעברענגט, (נישט ווי איר האט געזאגט פריער אז ספענדן פאר... דארף זיין אפגעפרעגט בשרשו, נאר) ווייל איינער וואס האט געלט האט געספענט פאר עפעס, מיינט נישט אז איך דארף דאס אויך האבן, נאכדערצו אויב כ'אב נישט קיין געלט. ווי יוסי ברענגט זייער גוט ארויס אין די אינטערוויו, די פראבלעם איז אז קיינער טראכט נישט, נאר אנשטאט פרעגט מען וואס קויפט יעדער. מ'דארף אנפאנגען טראכטן יעדעס מאל פאר מ'סווייפט דאס קארטל. האבעך גענוג געלט צו דזשאסטיפייען די פרייז וואס כ'גיי יעצט צאלן? אויב נישט, איז וויכטיג דאס צו קויפן? אויב יא, פארוואס האט יעדער חוץ מיר א ווארט אויף וויפיל כ'דארף ספענדען פאר דעם? אפשר קענעך קויפן נישט די זעלבע וואס יעדער האט פאר א פרייז וואס פיט אין מיין בודזשעט?

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:51 am

cdb43c5a34494607aee911adef23ac43.jpg
cdb43c5a34494607aee911adef23ac43.jpg (229.28 KiB) געזעהן 432 מאל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:53 am

f5f5443ebc6c40d98adeac6f2272dcf7.jpg
f5f5443ebc6c40d98adeac6f2272dcf7.jpg (224 KiB) געזעהן 426 מאל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:24 am

פיינע נייעס!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט