TSA Precheck (TSA Pre✓), Global Entry און CLEAR

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

TSA Precheck (TSA Pre✓), Global Entry און CLEAR

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:29 pm

איך זעה אז ס'נישט דא קיין אשכול אויף דעם, הגם ס'איז שוין דערמאנט געווארן עטליכע מאל דא אויפן פארום, אבער איך מיין אז ס'איז מעגליך אז איינער וועט הנאה האבן דערפון לייג איך עס ארויס.

TSA precheck

וואס איז דאס:
דאס איז א פראגראם פון די TSA וואס איז אפיציעל געשטעלט געווארן אז פאסאנדזשירן וואס זענען נישט קיין געפאר זאלן קענען דורכגיין שנעלער און גרינגער די TSA סעקיורעטי און אזוי ארום זאלן די אפיצירן זיך בעסער קענען אפגעבן מיט די אנדערע פאסאנדזשירן וואס קענען מעגליך יא זיין א געפאר.

אפליייען\פרייז:
צו אפלייען פאר די בענעפיט דארף מען אריינגעבן אן אנליין אפליקאציע אויף די TSA וועבסייט, מיט די אפליקאציע דארף מען צאלן א $85 אפצאל וואס אויב ווערט מען אפראווד איז דעיס אויך די מעמעבערשיפ פי פאר 5 יאר. די געלט איז סיי-וויאזוי נאן-ריפאנדעבל.
נאכן אריינגעבן די אפליקאציע דארף מען מאכן אן אפוינטמענט זיך צו טרעפן מיט איינעם און דורכפירן א בעקגראונד טשעק, נאך די אינטערוויו דויערט עס פון עטליכע טעג ביז מערסטנס דריי וואכן ביז מען ערהאלט די ענטגילטיגע אפראוול.

פראצעדור:
כדי צו געניסן פון די TSA Precheck בענעפיט אין עירפארט דארף מען ביים בוקן די טיקעט אריינלייגן אין די בוקינג די Known Traveler Number (אין קורצן KTN), דאס איז די ID נומבער פון דעם פראגראם און ווען מען פרינט ארויס די Boarding Pass אין עירפארט וועט אויטאמאטיש שטיין דערויף TSA Precheck.
דאס איז א ביישפיל פון א בוקינג וואו מ'האט די אפציע אריינצושרייבן די KTN.
Capture5.JPG
Capture5.JPG (96.2 KiB) געזעהן 1081 מאל


אין עירפארט:
ביים אנקומען און עירפארט און פרינטן די Boarding Pass וועט - ווי געשריבן - אויטאמאטיש זיין אנגעצייכנט די בענעפיט, אבער ס'מוז נישט זיין, מעגליך אז די TSA וועט משום איזה סיבה באשליסן אייך נישט דורכצולאזן דאס מאל, אויב דאס פאסירט - און ס'פאסירט "נישט" אפט - קען מען אין רוב פעלער בעטן אז זיי זאלן יא דורכלאזן מיטן אנגעבן די KTN אבער זיי קענען אויך אפזאגן.
דאס איז א ביישפיל פון א Boarding Pass מיט די אנגעצייכנטע בענעפיט.
Capture6.JPG
Capture6.JPG (42.8 KiB) געזעהן 1081 מאל


מיט די אנגעצייכנטע Boarding Pass אין די האנט גייט מען צו די סעקיורעטי ליינס וואו ס'איז פארהאן א - געווענליך ליידיגערע - ליניע, ספעציעל פאר די גליקליכע (נישט אין אלע עירפארטס דא א עקסטערע ליין), און מ'קען דורכגיין די סעקיוריטי אויף א גרינגערן פארנעם ווי געווענליך, דהיינו, מ'דארף נישט אויסטוהן די שיך, פאסיק, דזשעקעט. אזוי אויך דארף מען נישט עקסטער אריינלייגן אין די בינס פארשידענע זאכן וואס אנדערע דארפן יא (לעפטאפ, ערלויבטע ליקווידס וכדו')

אין איין ווארט:
TSA Precheck איז א סערוויס וואס געט שנעלערע און גרינגערע סעקיורעטי סקרינינג אין עירפארט.

נאטיצן:
- אויב האט מען TSA Precheck קען מען אויך מיטנעמען אייגענע קינדער וואס זענען אונטער 12 יאר אלט פאר די שוואכערע (און שנעלערע) סעקיורעטי, און טיילמאל וועלן די TSA ערלויבן אויך פאר יעדעם וואס איז אין איין בוקינג מיט איינעם וואס האט TSA precheck צו געניסן פון דעם. ס'האט אבער נישט קיין כלל און מעג גענוצט ווערן נאר אויב ס'האט זיך אויטאמאטיש ארויפגעפרינט אויף יעדעמ'ס Boarding Pass די באשטימטע צייכן.
- מ'קען אויך אריינגעבן די אפליקאציע ביים In-Person אפפוינטמענט אבער די שנעלערע און גרינגערע וועג איז - שטייצעך - ווי געשריבן אויבן.
- די בענעפיט איז נישט אוועילעבל אין אלע עירפארטס אבער אין די "היימישע" איז עס יא דא, ממילא איז עס נישט אזא עיכוב. אבער די פראבלעם איז אז ס'איז נישט אוועילבל מיט אלע עירליינס אריינגערעכנט עטליכע רעלאטיוו-באנוצטע, א שטייגער ווי Ukraine, Aeroflot, Aer Lingus, El Al און נאך. אין דעם לינק קענט איר זעהן א ליסטע פון עירפארטס און עירליינס וואס ארבעטן מיט, ומכלל הן אתה שומע לאו.

וועט נאכפאלגן אין די סעריע:
- CLEAR
- Global Entry
- באקומען די פראגראמען ביליג\אומזינסט
לעצט פאראכטן דורך שטומפיג אום דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:01 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:51 pm

א אינטערסאנטע בעמערקונג. איך בין געפינגערפרינטעד ביי די FBI און עטליכע ארגאניזאציעס אין NYS.מיין TSA אפפראוועל איז געווען אין מיין אימעיל נאך פאר איך בין אנגעקומען אהיים נאכען זיך פינגערפרינטען, ארום 45 מינוט שפעטער
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:53 pm

צו געזונט האט געשריבן:א אינטערסאנטע בעמערקונג. איך בין געפינגערפרינטעד ביי די FBI און עטליכע ארגאניזאציעס אין NYS.מיין TSA אפפראוועל איז געווען אין מיין אימעיל נאך פאר איך בין אנגעקומען אהיים נאכען זיך פינגערפרינטען, ארום 45 מינוט שפעטער

דאס איז לאנג.. ס'נעמט געווענליך 3-5 מינוט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:57 pm

שטומפיג האט געשריבן:
TSA precheck

דאס איז א ביישפיל פון א בוקינג וואו מ'האט די אפציע אריינצושרייבן די KTN.

קליינע הערה, ס'איז איין שורה אונטער דעם.
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2019-12-02 at 2.55.40 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-12-02 at 2.55.40 PM.jpeg (67.58 KiB) געזעהן 959 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:00 pm

ווישוואש האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
TSA precheck

דאס איז א ביישפיל פון א בוקינג וואו מ'האט די אפציע אריינצושרייבן די KTN.

קליינע הערה, ס'איז איין שורה אונטער דעם.

גערעכט, פשוט א טעות.
שכח.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:05 pm

שטומפיג האט געשריבן:
אין עירפארט:
ביים אנקומען און עירפארט און פרינטן די Boarding Pass וועט - ווי געשריבן - אויטאמאטיש זיין אנגעצייכנט די בענעפיט, אבער ס'מוז נישט זיין, מעגליך אז די TSA וועט משום איזה סיבה באשליסן אייך נישט דורכצולאזן דאס מאל, אויב דאס פאסירט - און ס'פאסירט "נישט" אפט - קען מען אין רוב פעלער בעטן אז זיי זאלן יא דורכלאזן מיטן אנגעבן די KTN אבער זיי קענען אויך אפזאגן.

בעטן קען מען אייביג, ווי ווייט איך ווייס אבער, וועלן זיי קיינמאל נישט דורכלאזן אויב שטייט עס נישט אויפ'ן באורדינג פעס.

איינע פון די שכיח'דיגע סיבות פארוואס ס'קומט נישט ארויף איז ווען די דעיט-אוו-בירט וכדו' איז נישט גוט.

שטומפיג האט געשריבן:נאטיצן:
- אויב האט מען TSA Precheck קען מען אויך מיטנעמען אייגענע קינדער וואס זענען אונטער 12 יאר אלט פאר די שוואכערע (און שנעלערע) סעקיורעטי, און טיילמאל וועלן די TSA ערלויבן אויך פאר יעדעם וואס איז אין איין בוקינג מיט איינעם וואס האט TSA precheck צו געניסן פון דעם. ס'האט אבער נישט קיין כלל און מעג גענוצט ווערן נאר אויב ס'האט זיך אויטאמאטיש ארויפגעפרינט אויף יעדעמ'ס Boarding Pass די באשטימטע צייכן.
- מ'קען אויך אריינגעבן די אפליקאציע ביים In-Person אפפוינטמענט אבער די שנעלערע און גרינגערע וועג איז - שטייצעך - ווי געשריבן אויבן.

1 - ווי געשריבן וועלן זיי נאר אריינלאזן אויב ס'שטייט אויפן פעס, אבער בדר"כ וועט יעדער אויפ'ן רעזערוועישן עס באקומען אויטאמאטיש אויפ'ן באורדינג פעס.
2 - מ'קען אריינגעבן די אפליקאציע אין פערזאן, אבער וועסט דארפן צוריקקומען א וואך צוויי שפעטער פאר די פינגערפרינטס וואס זיי קענען נאר נעמען ווען די בעקגראונד טשעק איז אריבער.
3 - לאנגע רעקלעך וועלן זיי בדר"כ יא הייסן אויסטון.

---
גוטע אשכול געדאנק.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:44 pm

CLEAR

וואס איז דאס:
אנדערש ווי TSA Precheck און Global Entry איז CLEAR א פריוואטע קאמפאני וואס שטעלט צו א סערוויס צו סקיפן די ליין ביי סעקיורעטי, עס געט נישט קיין גרינגערע סעקיורעטי פראסעס פאר די מעמבערס נאר טוט בלויז צושטעלן די סערוויס אז ווען דו קומסט אן ביסטו "ערשט אין די ליין".
פאר מיר (און דיר, מסתמא) איז עס נאר נוגע אין עירפארט, אבער די מעמבערס קענען אויך געניסן פון "זיין ערשט" ביי ליינס אין סטעדיומס איבער אמעריקא וכדו'.

אפלייען\פרייז:
צו אפלייען דארף מען אריינלייגן א קליין ביסל אינפא אנליין און מאכן אן אנליין אקאונט, נאכדעם דארף מען אראפגיין צו א CLEAR לאקאציע אריינצוסקענען די פינגערפרינטס און ברענגען ID.
עס קאסט $179 א יאר (זעה שפעטער מער וועגן ביליגערע און פרייע פלענס).

אין עירפארט:
ווען מ'קומט אן צו די סעקיורעטי ליינס גייט מען צו ספעציעל-דעזיגנירטע ליניעס פאר CLEAR מעמבערס וואו מ'ווייזט די פינגערפרינטס און שווארץ-אפל און א רעפרעזענטעטיוו פון CLEAR וועט צופירן ביז די פארנט פון די ליניע. אויב האט מען TSA Pre וועט ער\זי צופירן צום פארנט פון די ספעציעלע ליניע, און אויב נישט וועט עס זיין צום שפיץ פון די געווענליכע שורה.

אין איין ווארט:
CLEAR איז א סערוויס אין עירפארט און סטאדיומס וואס לאזט דיך זיך "אריינכאפן" אין די ליין, אבער בדרך כבוד.

נאטיצן:
- מען דארף זיין 18 יאר צו באקומען CLEAR.
- אויב האט מען CLEAR קענען קינדער אונטער אכצן זיך מיטכאפן אינאיינעם, העכער אכצן דארפן האבן אייגענע, אבער מ'קען צולייגן אויף די אקאונט דריי ערוואקסענע משפחה-מיטגלידער פאר 50 א יאר יעדעס איינע.
- CLEAR איז נישט אוועילעבל איבעראל און אלעמעאל, אבער דעקט א שיין חלק פון די פארנומענע טערמינאלס און ביזי טרעוול שעות. אין JFK טערמינאל 4 (דעלטא און נאך) זענען זיי דארט 24/7
- פאר הערץ קאר רענטל מעמבערס אפפערן זיי א סערוויס אז ווען מ'קומט אן פון א פלייט ביי א נאמבער פון עירפארטס איבער אמעריקע און מ'דינגט א קאר דארט פון הערץ קען מען באקומען די קאר אין געציילטע מינוטן. די סערוויס איז פריי פון אפצאל פאר אלע הערץ מעמבערס. פאר מער זעה אין דעם לינק

וועט נאכפאלגן אין די סעריע:
- Global Entry
- באקומען די פראגראמען ביליג\אומזינסט
לעצט פאראכטן דורך שטומפיג אום דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 4:11 pm

ש'כח שטומפיג פאר די אינפארמאטיווע אשכול,

לויט ווי איך פארשטיי איז TSA Precheck בעיקר בענעפישל אז מ׳האט א קורצערע ליין,
ווייל למעשה דארף מען נאכאלץ דורכגיין די סעקיורעטי פראסעס, נאר אין א שוואכערע פארמאט,
(דעס אז מדארף נישט אויסטוען די שיך איז מער נוגע מיינע שכנים ווי מיר אליין).

איך בין נאר נייגעריג אויב מדארף נאכאלץ דורכגיין די שרעקעדיגע דרייעדיגע עקס רעי מאשין מיט די געלע פיסטריט, אדער ס׳דא די פשוטע מאשין?

אזוי אויך, אויב מקומט פון א צווייטע מדינה אריין קיין אמעריקא, איז דא עפעס בענעפיטס בנוגע די ארטיגע סעקיורעטי אדער די גרעניץ צוריק אריין קיין אמעריקע?

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 4:26 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:ש'כח שטומפיג פאר די אינפארמאטיווע אשכול,

לויט ווי איך פארשטיי איז TSA Precheck בעיקר בענעפישל אז מ׳האט א קורצערע ליין,
ווייל למעשה דארף מען נאכאלץ דורכגיין די סעקיורעטי פראסעס, נאר אין א שוואכערע פארמאט,
(דעס אז מדארף נישט אויסטוען די שיך איז מער נוגע מיינע שכנים ווי מיר אליין).

איך בין נאר נייגעריג אויב מדארף נאכאלץ דורכגיין די שרעקעדיגע דרייעדיגע עקס רעי מאשין מיט די געלע פיסטריט, אדער ס׳דא די פשוטע מאשין?

אזוי אויך, אויב מקומט פון א צווייטע מדינה אריין קיין אמעריקא, איז דא עפעס בענעפיטס בנוגע די ארטיגע סעקיורעטי אדער די גרעניץ צוריק אריין קיין אמעריקע?

די שרעקעדיגע מאשין ווענדט זיך וואו אין ווען, געווענליך וועט מען נישט דורכגיין די מאשין (Full body scan) נאר א פשוט'ע Metal detector (ווער געדענקט נאך? נישט אזוי לאנג צוריק)
בנוגע קומען פון א צווייטע מדינה איז די תירוץ ניין, מ'שפארט גארנישט איין, נישט דארט און נישט אנקומענדיג אהער. מיט Global Entry שפארט מען זיך ביים אנקומען קיין אמעריקא.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 7:09 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:ש'כח שטומפיג פאר די אינפארמאטיווע אשכול,

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 7:24 pm

@שטומפיג, שכוח פארן אשכול

אין וועלכע לענדער איז דא TSA PreCheck ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 7:37 pm

TSA פרי-טשעק איז אן אמעריקאנער גאווערמענט פראגראם, פאר אמעריקאנער עירפארטס.

די פליען עקספיריענס מיט פרי-טשעק איז א מחי', נישט לאנג צוריק האב איך שוין געהאלטן נאך סעקיוריטי 7 מינוט נאכ'ן אנקומען צום עירפארט. און איך האב נאך אריינגעטשעקט א רענצל אינצווישן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 7:51 pm

ווי אזוי ארבעט Global Entry?

yid
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:41 pm

שמחהלע האט געשריבן:ווי אזוי ארבעט Global Entry?


Create a Trusted Traveler Programs (TTP) account. Regardless of your age, you must have your own TTP account.
Log in to your TTP account and complete the application. A $100 non-refundable fee is required with each completed application.
After accepting your completed application and fee, CBP will review your application. If your application is conditionally approved, then your TTP account will instruct you to schedule an interview at a Global Entry Enrollment Center. Each applicant must schedule a separate interview.
You will need to bring your valid passport(s) and one other form of identification, such as a driver’s license or ID card to the interview. If you are a lawful permanent resident, you must present your machine readable permanent resident card.

https://secure.login.gov/?request_id=84 ... 0fa3225510

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:47 pm

אביסל געדולד, כ'בין זיכער אז שטומפיג קומט בקרוב אריין מיט א גוטע קלארע הסבר דערויף.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

תהילים זאגער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm

תגובהדורך תהילים זאגער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:02 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:ש'כח שטומפיג פאר די אינפארמאטיווע אשכול,

לויט ווי איך פארשטיי איז TSA Precheck בעיקר בענעפישל אז מ׳האט א קורצערע ליין,
ווייל למעשה דארף מען נאכאלץ דורכגיין די סעקיורעטי פראסעס, נאר אין א שוואכערע פארמאט,
(דעס אז מדארף נישט אויסטוען די שיך איז מער נוגע מיינע שכנים ווי מיר אליין).


אויך דארף מען נישט אויסטוען די רעקל קאויט נאר זיכער מאכן אז די טאשן זענען ליידיג

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:13 pm

ווישוואש האט געשריבן:3 - לאנגע רעקלעך וועלן זיי בדר"כ יא הייסן אויסטון.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:39 pm

א גרויסן יישר כח פאר "שטומפיג" פארן עפענען די זייער אינפארמאטיווע אשכול. ווארטן מיר אויפן פארזעצונג איבער גלאבעל ענטרי
Liberalism is a mental disorder

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:50 pm

איז TSA Precheck עפעס וואס קאסט געלט? איך קען איינעם וואס האט דאס אלס אויף זיין boarding pass און זאגט ער געדענקט נישט פון ווען אם ווי אזוי ער האט דאס באקומען... כ'קלער אויב וואלט עס געקאסט, ואלט ער געוואוסט...

עניוועי, יישר כח פארן זיין אזוי שטומפיג און אזוי קלאר..!

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:00 am

טוט זיך...? האט געשריבן:איז TSA Precheck עפעס וואס קאסט געלט? איך קען איינעם וואס האט דאס אלס אויף זיין boarding pass און זאגט ער געדענקט נישט פון ווען אם ווי אזוי ער האט דאס באקומען... כ'קלער אויב וואלט עס געקאסט, ואלט ער געוואוסט...

עניוועי, יישר כח פארן זיין אזוי שטומפיג און אזוי קלאר..!


אויב מען איז אויף די זעלבע לאקעיטאר נומער (זעלבע טיקעט) פון איינעם וואס האט עס, באקומט מען עס געווענליך.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:03 am

מ'קען עס באקומען אומזיסט פון אסאך קרעדיט קארטלעך.

(פאר אלע וואס גלייכן אריינצושיסן רעפערעל לינקס וואו אימער, ביטע לאזט שטומפיג ענדיגן קודם.)
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובהדורך FedEx » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:32 am

טוט זיך...? האט געשריבן:איז TSA Precheck עפעס וואס קאסט געלט? איך קען איינעם וואס האט דאס אלס אויף זיין boarding pass און זאגט ער געדענקט נישט פון ווען אם ווי אזוי ער האט דאס באקומען... כ'קלער אויב וואלט עס געקאסט, ואלט ער געוואוסט...

עניוועי, יישר כח פארן זיין אזוי שטומפיג און אזוי קלאר..!

איך בין געפלויגן מיט מיינע קינדער און מיין בחור'ס באורדינג פעסס האט געהאט TSA Precheck. כ'האב זיי געפרעגט פשט, האבן זיי גענטפערט אז די קאמפיוטער קלויבט טיילמאל אויס random מענטשן אויף פריטשעק כאטש זיך האבן נישט אפלייט דערפאר.

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:37 am

FedEx האט געשריבן:
טוט זיך...? האט געשריבן:איז TSA Precheck עפעס וואס קאסט געלט? איך קען איינעם וואס האט דאס אלס אויף זיין boarding pass און זאגט ער געדענקט נישט פון ווען אם ווי אזוי ער האט דאס באקומען... כ'קלער אויב וואלט עס געקאסט, ואלט ער געוואוסט...

עניוועי, יישר כח פארן זיין אזוי שטומפיג און אזוי קלאר..!

איך בין געפלויגן מיט מיינע קינדער און מיין בחור'ס באורדינג פעסס האט געהאט TSA Precheck. כ'האב זיי געפרעגט פשט, האבן זיי גענטפערט אז די קאמפיוטער קלויבט טיילמאל אויס random מענטשן אויף פריטשעק כאטש זיך האבן נישט אפלייט דערפאר.

און דער בחור האט עס יעצט כסדר? אדער נאר געהאט איין מאל?
לעצט פאראכטן דורך טוט זיך...? אום דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:01 am

א גרויסן יישר כח פאר "שטומפיג" פארן עפענען די זייער אינפארמאטיווע אשכול. ווארטן מיר אויפן פארזעצונג איבער גלאבעל ענטרי

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:36 pm

Global Entry


וואס איז דאס:
דאס איז א פראגראם פון די אמעריקאנע קאסטומס און גרעניץ זיכערהייט דעפארטמענט (CBP) צו פארשנעלערן די פראצעס פון רייזנדע וואס שטעלן נישט קיין געפאר פאר די אמעריקאנע גרעניצן אריינצוקומען קיין אמעריקא.
צו זיין קלאר, די TSA איז אן אמעריקאנע אגענטור וואס פארזיכערט די סעיפטי פון עראפלאנען ביים "ארויספליען" פון אמעריקא (אינטערנעשענאל אדער דאמעסטיק) דאס מיינט אז די TSA Precheck מעמבערשיפ איז א ריוח ביים "ארויספארן" פון אן אמעריקאנע עירפארט, משא"כ די CBP איז די אגענטור וואס געט זיך אפ מיט זיכערהייט און געלט\ביזנעס ביים "אריינקומען" קיין אמעריקא, דאס מיינט אז די Global Entry מעמבערשיפ איז א ריוח ביים "אריינקומען" קיין אמעריקא פון "אויסלאנד".
די בעסטע פון אלעם איז אז מיט global entry געניסט מען אויך פון די פריער-דערמאנטע TSA Precheck בענעפיטן פאר די זעלבע פרייז!

אפלייען\פרייז:
כדי צו אפלייען דארף מען עפענען אן אנליין אקאונט אין וועלכע מ'קען נאכדעם אויספילן אן אפליקאציע פאר גלאובעל ענטרי.
ביים אויספילן די אפליקאציע דארף מען זיכער מאכן "נישט" צו דריקן אויף די "שיק מיר נישט קיין אימעילס" קנעפל (וואס מיר זענען געווענליך געוואוינט אייביג צו דריקן) וויבאלד די איינציגסטע וועג צו זעהן די סטאטוס פון די אפליקאציע איז אויף די אנליין אקאונט און די איינציגסטע וועג צו ווערן אינפארמירט אז ס'איז דא נייעס אין די אקאונט (אויסער אריינלאגן יעדע פאר שעה) איז דורך אימעיל נאטיפיקאציעס.
no email.JPG
no email.JPG (25.45 KiB) געזעהן 175 מאל


ביים אריינגעבן די אפליקאציע דארף מען אויך צאלן א $100 אפצאל וואס איז סיי-וויאזוי נאן-ריפאנדעבל אבער אויב ווערט מען אפראווד דינט דאס שוין אויך אלס די מעמבערשיפ פי פאר די קומענדיגע 5 יאר.
נאכן אריינגעבן די אפליקאציע וועט אויף די אנליין אקאונט שטיין אז די אקאונט גייט דורך א Review
review.JPG
review.JPG (41.83 KiB) געזעהן 175 מאל


דורכאויס די צייט וועט די CBP דורפירן א גרונטליכע בעקגראונד טשעק אויף די גאנצע לעגאלע היסטאריע בפרט ביים טרעוולען און וועלן באשליסן אויב זיי קענען עס אפראוון אלס איינער וואס איז נישט קיין געפאר.
ס'האט נישט קיין כלל ווילאנג די review וועט געדויערן, בעת וואס די רעגירונג אליין שרייבט אז ס'קען דויערן ביז זעקס חדשים, באריכטן די אנליין פארום'ס און טרעוול זייטלעך אז ס'געדויערט אין עוורידזש ארום צוויי-דריי חדשים. (אין מיין עקספעריענס האט עס געדויערט נישט מער ווי 6 טעג!) מסתבר איז אז ס'געווענדט זיך אין וויפיל אינפארמאציע זיי דארפן איבערקוקן פון די פארגאנגענהייט, ווי למשל, איינער וואס האט שוין געמאכט עטליכע עקסידענטן, געהאט אפאר קלאגעס, אדעד אנדערע - אפילו מינדערוויכטיגע פראבלעמען - מיטן געזעץ, וועט עס דויערן לענגער.
ווען די זאך איז פערטיג באקומט מען א סטאטוס וואס זיי רופן Conditionally approved, דאס מיינט, אז לויט זייער אינפא קענען זיי אפראוון דעם מענטש אבער ס'איז נישט קיין ענטגילטיגע אפראוול ביז נאך די לייוו אינטערוויו.
ווען מ'זעהט אנליין די סטאטוס Conditionally approved וועט מען האבן די מעגליכקייט צו באשטעלן אן אפוינטמענט פאר אן אינטערוויו, די נעקסטע אוועילעבל אפוינטמענט קען זיין צוויי חדשים שפעטער (און אפילו מער) אבער ס'לוינט זיך כסדר צו טשעקן אויב ס'איז דא א קענסעלעישן. (אין מיין עקספעריענס: איך האב תיכף ביים ווערן קאנדישענעלי אפראווד געטראפן אן אינטערוויו אויף יענעם טאג, אבער מעגליך אז ס'איז געווען א קענסעלעישן ווייל ס'איז געווען א שלעכטע וועטער יענעם טאג). פארשטייט זיך אליין אז די אוועלעביליטי געווענדט זיך לויט די לאקאל פון די אינטערוויו.
ביי די אינטערוויו זעלבסט וועלן זיי געווענליך פרעגן נישט מער ווי עטליכע פראגעס, ווי למשל די באשעפטיגונג, קאנפירמען די אדרעס\אימעיל, פרעגן צו מ'איז אמאל ארעסטירט\אנגעקלאגט געווארן, צו מ'האט אמאל געהאט פראבלעמען מיט די קאסטומס וכדו'. זיי קענען אויך פרעגן שאלות איבער זאכן וואס זיי האבן אפירגעקראצט דורכאויס די בעקגראונד טשעק, ווי למשל: וואס איז געווען די אישו ביי די קאורט קעיס יענע און יענע יאר וכדו', אסאך באריכטן אפילו אז זיי האבן געפרעגט וועגן נארישקייטן פון יארן פריער, ווי למשל איבער אן אלטן אינצידענט ווען מ'האט געהאט ליקווידס אין די קערי-אן, פארקינג טיקעטס וואס מ'האט קיינמאל נישט באצאלט און ענליכס. די תירוצים ווייסן זיי שוין געווענליך בעסער פון דיר אליין אבער מ'דארף קאאפערירן מיט די שאלות ווייל די אפראוואל איז נאכנישט פארטיג! (אין מיין עקספעריענס: איך האב געהאט אן אומערפארענעם פרישן אגענט ביי די אינטערוויו וואס האט מורא געהאט פון מיר מער ווי איך פון אים און ער האט מיך ניטאמאל געפרעגט די ליסטע פון געווענליכע פראגעס).
ביי די אינטערוויו וועלן זיי אויך נעמען די פינגערפרינטס, א פיקטשער פאר די איידי קארטל און געבן די KTN וואס מ'נוצט פאר TSA Precheck.
די אגענט וועט נישט אייביג זאגן אויב מ'איז ענטגילטיג אפראוואד אדער נישט נאר די ענטגילטיגע אפראוול דארף מען טשעקן אויף די אנליין אקאונט. געווענליך וועט די סטאטוס ווערן אפדעיטעד אין די 2 שעה נאך די אינטערוויו.
approved.JPG
approved.JPG (44.48 KiB) געזעהן 175 מאל


ארום צוויי וואכן נאך די אפראוול וועט אנקומען א איידי קארטל אין די פאסט וואו די KTN איז אנגעצייכנט. ווי אויך איז די קארטל פארעכנט אלס א פעדעראלע איידי קארטל.
די איידי קארטל דארף מען נישט ווען מ'פארט מיט א פליגער, אבער יא ווען מ'פארט אדורך די גרעניץ קיין מעקסיקא און קאנאדא (ס'איז פארהאן ספעציעלע לעינס פאר גלאובעל ענטרי מעמבערס איך האב אבער נישט קיין אייגענע עקספעריענס מיט דעם, אדרבה אויב איינער ווייסט מער זאל ער ביטע שרייבן לתועלת הציבור).

אין עירפארט:
ביים אנקומען צוריק פון אן אונטערנאציאנאלע דעסטינאציע דארפן פשוט'ע מענטשן אויספילן א קאסטומ'ס דעקלעראציע צעטל און ביים אנקומען דארף מען ווארטן אין א ליין און רעדן צו א CBP אפיציר איידערן גיין צו Baggage claim.
מיט Global entry שפארט מען זיך איין אויספילן די צעטל אויפן פליגער, ווי אויך, ביים אנקומען קען מען נוצן א ספעציעלע global entry קיאסק וואס האט געווענליך קורצערע ליינס און מען דארף נישט רעדן צו א לייוו מענטש נאר מען נוצט די קאמפיוטער קיאסקס וואס כאפט אויף די פינגערפרינטס און געט א צעטל מיט וואס מ'קען גרינגערהייט גיין ווייטער.
פארהאן אמאל וואס די צעטל וואס די מאשין געט וועט האבן א גרויסע "עקס" אויף זיך, אין אזא פאל דארף מען יא גיין צו א CBP אפיציר, אבער געווענליך ווערט די אישו געלעזט אין ווינציגער ווי א מינוט.

אין איין ווארט:
Global Entry שפארט איין צייט ביים אנקומען קיין אמעריקא פון אן אינטערנאציאנאלע פלייט דורכן נוצן א קיאסק אנשטאט ווארטן אויף ליין פאר א מענטש.
ווי אויך האט מען ביים ארויספארן פון אמעריקא די TSA Precheck בענעפיטן וואס זענען שוין אויבן געשריבן.

פארוואס TSA Precheck:
השתא דאתית להכא איז זיכער שווער פאר אסאך ליינער, אויב גלאובעל ענטרי געט אויך TSA Precheck טא וועלכער נאר וועט נעמען TSA Prechek אנשטאט גלאובעל ענטרי פאר א נישטיגע חילוק פון 15 דאללער?
ס'קען זיין עטליכע מצבים וואו ס'איז א שאד די 15 דאללער:
1) איינער וואס קומט אלס קיין אמעריקא צו אן עירפארט וואו די קאסטומ'ס דויערט זייער שנעל, א ביישפיל קען זיין אן עלטערער אינטערנאציאנאלע איד וואס קומט על פי רוב נאר קיין צו די פאלם ביעטש עירפארט וואו קאסטומ'ס דויערט אין עוורידזש 5 מינוט דורכצוגיין.
2) איינער וואס פארט נאר דאמעסטיק, א ביישפיל קען זיין איינער וואס טוט אסאך ביזנעס אין אנדערע סטעיטס.
3) איינער וואס נוצט עירפארטס וואס האבן APC קיאסקס פאר אלע רייזנדע, פארהאן געוויסע טערמינאלס אין געוויסע עירפארטס וואס האבן קיאסקס ענליך צו גלאובעל ענטרי פאר אלע רייזענדע און סיי ווער קען האבן פונקט אזא שנעלע עקספעריענס וואו גלאובעל ענטרי באנוצער.
און נאך.......
(דאס איז אלץ נוגע ווען מ'צאלט דערפאר, אויב האט מען עס אבער פאר אומזינסט - ווי שפעטער ערווענט - לוינט זיכער איינצוהאנדלן גלאובעל ענטרי)

נאטיצן:
- גלאובעל ענטרי איז גילטיג נאר פאר דעם מעמבער אליין, מ'קען נישט מיטנעמען קיין ווייב, קינדער, חברים אדער מיטפארערס. יעדער דארף באזונדער אויספילן אן אפליקאציע און דורכגיין די פראסעס עקסטער (פרעג מיך נישט וויאזוי א 1 יעריג קינד האט אן אינטערוויו און וויאזוי מ'מאכט פיגערפרינטס פון א צוויי חדשים'דיגס).
- אין אסאך קאנאדישע עירפארט'ס, ווי אויך די דריי אנדערע אינטערנאציאנאלע עירפארטס (צוויי אין איירלאנד און איינס אין די עמיראטן) וואו מ'גייט דורך די קאסטומס נאך פארן ארויספארן קיין אמעריקא (Preclearance) קען מען אויך נוצן גלאובעל ענטרי, אבער טייל פון די עירפארטס איז עס נישט קיין גרויסע רבותא ווייל זיי האבן די APC קיאסקס לכל הקהל הקודש.
- די CBP וועט על פי רוב נישט לאזן אריינגעבן קיין אפליקאציע אדער ארויסהעלפן מיט אנליין הילף ביי איינע פון די אינטערוויו צענטערן (פון מיין עקספעריענס: ווען איך בין געגאנגען אויף מיין אינטערוויו האב איך מיטגעהאלטן ווי אן אגענט פארשיקט אן עלטערע קאפל וואס איז געקומען בעטן הילף מיטן אויספילן אן אפליקאציע זאגנדיג אז ער קען אלעס טרעפן אין די FAQ אנליין).
- ווען מ'איז שוין קאנדישענעלי אפראווד קען מען אויך האבן אן אינטערוויו דורכן אריינקומען אן קיין אפוינטמענט צו א צענטער וואס איז דא אין יעדע אינטערנאציאנאלע עירפארט ווען מ'קומט אן פון אן International flight, איך ווייס נישט צופיל וועגן דעם, אויב איז עס איינעם נוגע קען מען טרעפן מער אינפא. אנליין.
גלאובעל ענטרי איז אוועילעבל אין אסאך - אבער נישט אלע - עירפארטס, די פונקטליכע ליסטע קען מען אטע דא ליינען.
- ווי דערמאנט זענען אויך דא נאך בענעפיטן און ענליכע פראגראמען ביים דורכגיין די גרעניץ פון אמעריקא קיין קאנאדא\מעקסיקא מיט א קאר אדער שיף, איך האב אבער געווידמעט מיין שרייבעריי פאר Air travel און אויך האב איך נישט קיין עקספעריענס מיט דעם, אדרבה, זאלן אנדערע מוסיף זיין.

וועט נאכפאלגן אין די סעריע:
- באקומען די פראגראמען ביליג\אומזינסט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, קליינקעפיק און 11 געסט