וואס האב איך פון מיין לעבן ?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הרחיבי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 9:20 am

וואס האב איך פון מיין לעבן ?

תגובהדורך הרחיבי » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:13 pm

מיין ניק איז טאקע ניי אבער איך בין א אלטער תושב דא נאר צוליב פארשטענדליכע סיבות האב איך געפענט א נייע ניק פאר דעם בריוו


טייערע חבירים
איך שרייב די ווערטער יעצט פרייטאג פארטאגס 4:00 מיט בלוט און טרערן. איך וויל נישט ח״ו מקטרג זיין נאר איך וויל זיך ענדערש אויסשמועסן און זיך אויסגיסן מיין הארץ און לאזן מיינע טרערן רינען אן קיין בושה.

איך גיי נישט מאכן די מעשה לאנג נאר צוקומען צום פוינט.

מיר איז באשערט די לעצטע שטיק צייט דורכצוגיין א שווערע חלק און לעבן ווען נאכן טוען עטליכע טעותים בין איך אריינגעפאלן און שווערע חובות אן קענען ברענגן ברויט צום טיש פשוטו כמשמעו. צוזאם געבארגט געלט פון חבירים און משפחה און למעשה קען איך עס אפילו נישט באצאלן. שולדיג רענט גראסערי שכר לימוד אא״וו. אפהאקן לעקטער איז ביי מיר א חודישליכע ערשיינונג סטראשענען אהיימצושיקן מיינע קינדער פון חדר און סקול איז שוין נישט קיין סטראשע. אבער צו וואס איך וויל צוקומען איז די חלק פון סופארט און הילף פון ארימיגע און משפחה.

איך האב פארלוירן אלע מיינע חבירים ממש.
מיין משפחה האלט מיר פאר א גנב
מיין ווייב וויפיל זי וויל קען זי מיר נישט פארשטיין
מיין אייגענע נפש וויל פון מיר אנטלויפן.

איך בין ארומגעגאנגען צו מענטשן פאר הילף האט יעדער געטראפן אנדערע תירוצים פארוואס ער קען נישט אדער מוז מיר נישט העלפן. איך האב מיר געוואנדען צו ארגענעזאציעס וואס זאגן אז זיי טוהן און דעם אבער געווארן אפגעווארפן מיט פארשידינע תירוצים.

מענשטן ווילן דיר נאר קענען ווען עס גייט דיר גוט אויב אבער עפעס טויג נישט דעמאלטס גיי לעזעאל.

יעצט איז ערב ראש השנה און איך קען נישט שלאפן סאיז מיר פשוט נמאס דאס לעבן.

וואס האב איך פון א לעבן אן א דאווענען ווייל איך קען נישט גיין און שול טרעפן מיינע בעלי חובות וואס דרוקן??

וואס האב איך פון א לעבן אן א לערנען א אידיש ווארט ווייל איך קען מיר ניטאמאל מצמצם זיין די מוח פאר עפעס??

וואס האב איך פון א לעבן וואס איך קען נישט זיין אינדערהיים ווייל יעדע מינוט דארט איז א גיהנום ווען די מוסד קאלט יעדן טאג. ווען די לענלארד סטראשעט אז אוי ביז א וואך איז נישט דא חאטש האלב פון די חוב וואס דעיס איז פיר חדשים רענט גייט ער נעמן שריט און איך האב אפילו נישט פון ווי צו בארגן ??

וואס האב איך פון א לעבן וואס איך קען נישט שפייזן מיינע קינדער ??

וואס האב איך פון א לעבן אן קיין חבירים ווייל האלב קום איך געלט און די אנדערע האלב זענען די עריבים ??

וועט נישט זיין בעסער פאר מיינע קינדער אן מיר ?
וועט נישט זיין בעסער פאר מיר אליינס ?

א רחמנות זענען מיינע קינדער יעצט!! דעמאלטס וועלן שוין זיין גוטע אידן וואס וועלן העלפן מאכן א קרן און זעהן זיי זאלן האבן וואס צו עסן

איך דארף אבער געדענקן אז הרבני הנגיד ...... בשעתן אריינזעצן און זיין צוויי הינדרעט טויזענט דאלערדיגע קאר האט מיר מחזק געווען אז אלע סוקסעספול מענטשן זענען דאס דורכגעגאנגען

אדער ווען די אנדערע הרבני הנגיד ..... ווען איך בין געזיצען און זיין הינדרעט טויזענט דאלערדיגע ספרים שטוב בעטענדיג פאר הילף ענטפערט גיי טרעף א דזשאב וועלן אלע פראבלעמן אוועקפאלן

טייערע חבירים אויב האט איר א ברידער אדער חבר וואס גייט דורך שווערע צייטן לויפט נישט אוועק פון אים. שטיי אים ביי די האנט זעה מיט וואס די קענסט אים העלפן. באשולדיג אים נישט אלץ א גנב אפילו ער קומט דיר געלט. גלייב מיר ער שלאפט נישט וועגן דעם חוב. אויב האסטע אפאר עקסטער דאלער אדער מעשר גיב עס ענדערש פאר אים.

און צו דיר טייערע נגיד וואס דער אייבערשטער האט דיר באשאנקן מיט געלט. ווען איינער קומט בעטן הילף דארף ער לכאורה נישט קיין עצות און מעשות וואס די ביזט אלץ אריבער.

מקען אסאך מאל מיט קלייניקייטן אויפרעכטן אנדערע און מיט קלייניקייטן יענעם לאזן חרוב גיין לעולמי עד.

טראכט גוט אריין און מיינע ווערטער און איך האף אז דעיס וועט דינען אלץ א כפרה פאר מיין צובראכענע נשמה...

איד_איד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2014 2:05 am

תגובהדורך איד_איד » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:22 pm

איך בין דורעכגאגאנגען אקוראט די זעלבע ווי דיר געב א קוק איבער די איינציגסטע אשכול וואס איך האב אמאל געעפענט ושם תמצא חיזוק.

לגבי הילף אפשר קען מען דא מאכען א קאמפיין ווי מען קען דיר ארויס העלפען.

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:42 pm

נו געגאנגען עפען אויף א גא פאנד מי.לאמיר בעטן דא פון אלע תושבים זאלן אוועקגעבן יעצט ער"ה כאטש $10 מ'האלט פאר א יום הדין מ'קען זיך איינהאנדלן א לויער פאר בלויז אפאר דאלער. צדקה תציל ממות. ווען מ'קומט ווען צו צו ר' ראובן בוימאן לעצטעס יאר ער"ה און מ'זאגט אים אז פאר $100 קען מען אים ארויסראטעווען לעבעדיג פון ים, וואלט ער עס דען נישט געגעבן, אדער די אלע אנדערע טראגעדיעס וואס איז ל"ע געווען דעם זומער. רבותי צדקה תציל ממות!! אפילו א דאלער און אפילו 5 דאלער. חוץ מזה וואס מ'באקומט צוריק דאס געלט.
ביטע עפן א גא פאנד מי איך וועל זיין דער ערשטער צו געבן $10 (הלואי ווען איך קען געבן מער) אבער אפילו הונדערט מענטשן געבן נאר א צענער איז עס אויך עפעס! כאטש עפעס אריינצוברענגן דעם יו"ט
אונז ווארטן דיר צו העלפן

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:48 pm

איך פיל באמת מיט מיט דיר. ב"ה איך ווייס נישט וואס דאס מיינט. דער אויבערשטער זאל דיך אויפרעכטן בקרוב.

אבער איין זאך, דו האלטסט אז אויב דו האסט שוין נישט וואס צו אויפטון אויף די וועלט וואלטסטו נאך דא געווען?! בעל כרחך אתה חי, ווייל נאר ער ווייסט וואס דו דארפסט דא אויפטון. אונזער ארבעט איז צו זוכן דעם אויבערשטן אין דעם מצב וואס מ'איז, און גלייבן אז אלעס איז פון אים.

קראו לפני מלכיות כדי שתמליכונו עליכם, א קעניג פאלגט מען נישט נאר ווען ס'איז גרינג, ער בלייבט קעניג סיי ווען ס'איז גרינג און סיי ווען ס'שווער. זיי אים ממליך און ווייס אז יעדע טריט און שריט, חוב און שלעכטע געפיל, איז פונקטליך קאנטראלד און דאקומענטירט דורכן אויבערשטן אליינס.

כ'האב געהערט א גוט ווארט פון ר' אלימלך בידערמאן שליט"א:
פארוואס אין די הייליגע טעג ווען די בעל תפילה הייבט אן שחרית, שרייט ער "המלך" ביי זיין פלאץ און הערשט נאכדעם גייט ער צו צום עמוד צו ווייטער זאגן "יושב"?

נאר ראש השנה איז מען ממליך דעם אויבערשטן, שרייט מען המלך אויף די אייגענע פלאץ, אז אין די אייגענע מצב, וויאזוי ס'גייט דיר, נעמסטו אן השי"ת אלס קעניג.

חזק ואמץ!

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:51 pm

ממה נפשך גייט מען זיך משתתף זיין אינעם קאמפיין?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:54 pm

ישראל חיים האט געשריבן:ממה נפשך גייט מען זיך משתתף זיין אינעם קאמפיין?


בעז"ה

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:04 pm

זיכער אז יא, מער ווי א $10

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:12 pm

שטומפיג האט געשריבן:זיכער אז יא, מער ווי א $10

גא"מ

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:14 pm

זעט אויס אז הרחיבי איז שוין נישט ביים קאמפיוטער ערב שבת שוין וועט עס זיין נאך שבת. אפילו א האלבע שעה פאר'ן זמן ערב ראש השנה וועט מען זיצן ביים קאמפיוטער און ארויסהעלפן א יוד (וואס מ'ווייסט נישט אפילו ווער ער איז. נישטא קיין גרעסערע זכות ווי דעם ערב ראש השנה!!

הרחיבי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 9:20 am

תגובהדורך הרחיבי » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:23 pm

Wow
שכוח פאר יעדן פארן קאמענטן.

וועל איך טאייען צו עפענען א פאונד מי. בלית בריריה. הלואי ווען איך דארף נישט ווען צוקומען צו נעמען. ענדערש וואלט איך געבארגט אבער שכוח יעדן

Zeltzer
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

תגובהדורך Zeltzer » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:32 pm

ריף אן ר' טובי' מאיר.

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:35 pm

הרחיבי האט געשריבן:Wow
שכוח פאר יעדן פארן קאמענטן.

וועל איך טאייען צו עפענען א פאונד מי. בלית בריריה. הלואי ווען איך דארף נישט ווען צוקומען צו נעמען. ענדערש וואלט איך געבארגט אבער שכוח יעדן

אז דער באשעעפר האט דיר געלייגט אין דעם מצב וויל ער זאלסט יעצט נעמען, זיי עס מקבל באהבה און נעם, עפן א גאו פאנד מי איך וועל מיך בל"נ משתתף זיין

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:43 pm

איך ווייס נישט מיט וואס גענוי איך קען דיך דא העלפן, אפשר א נדבה א קליינע, אבער איין זאך הערזשע גוט:
אסאך זענען אדורך שווערע זמנים וואס מען זעט נישט קיין וועג ארויס, וגם אנכי (גראדע נישט מיט געלט, נאר עפעס אנדערש). מען זעט פאר זיך נישט קיין שום האפענונג, נאר בלויז די תהום.
אבער צום סוף ווערט שיין ליכטיג. עס נעמט טיילמאל צייט, האב געדולד. אקצעפטיר אז דו האסט יעצט א שווערע דורגאנג, און טראכט די מערסט פאזיטיווע עצות און מיטלען עס דורכצושטופן.
און געדענק, דיינע קינדער אקצעפטירן דיר און האבן דיך ליעב סיי וויאזוי דו בוזט!

------

נ.ב. דו שרייבסט אז דו גייסט צו עשירים נאך עצות, אין מיין מיינונג איז דאס זייער נישט געראטן. ענדערש א מיטל קלאס איד וואס איז סוקסעספול מיט זיין פערזענליכע בודזשעטינג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:57 pm

די האסט פון דיין לעבען.
אז די קענסט זאגען מודה אני יעדען טאג.
די זאגאסט שלא עשנו גו די ביסט א יוד מיט א צלם אלקים דער בעשעפער האט נישט פארגעסען פין דיר.
סוועט נאך קיומען די צייט פאר דיר איוך אין די וועסט קענען דינען דעם באשפער מתוך שמחה.
אין די מין טייים שטארק דיך מיט תפילה גיי צי א ציון פין א צדיק וואס דע האסט געהאט א שייכות ביים לעבען אין בעט עם ער זאל ארייסען פאר דיר ....
רעד די זעלבע וועג ווי דיין קינד רעדט צי דיר ווען ער דארף א קענדי אין די זאגאסט אז סקיומט עם נישט ווייל ער האט נישט איופגעגעסן אבער ער לאזט זיך אין ער ווייזט אז ער האט יא אראפ געציופט אביסעל ער קאפעט מיט די פיס ער ווארפט א טענדרעם.
די זעלבע טי די גיי אין א ווינקעל אין רייס איין כבן המתחנן לאבא אין דער אייבישטער וועט דיר זיכער העלפאן.
Sorry for my misspellings

הרחיבי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 9:20 am

תגובהדורך הרחיבי » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:00 pm

שכוח פאר יעדן וואס וויל מיר העלפן דעיס אליינס גיט מיר א חיזוק

איך טריי צו עפענען א פאונד אבער עס גייט נישט.

גא פאונד מי איז געבלאקט דא ביי משומר און חסד פאונד האלט און איין ארויפקומען ערארס

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:07 pm

ר שלום מרא"ש שרייבט אז פאר א דאנק קיומט א דאנק...
חייב אדם לברך וכו'.
זאג טענק יא השם אין בעט אים הראנו ה חסדך.

נעם די בוך פין ר שלום אמונה גארטען סאיז דא אין אלע שפראכען ושם תמצא חזויק...
Sorry for my misspellings

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:20 pm

טייערע חבר,

איך ווייס נישט צו איך זאל אייך שרייבן צו נישט. ווייל לויט ווי איהר שרייבט, האט איהר עצות גענוג... און איהר זוכט נישט עצות.

אבער אויב איך מעג אביסעלע חיזוק... און איך קום נאר צו העלפען, און נישט אויף צו פארדארבן. ממילא, וויל איך איהר זאלט וויסן אז לתקוני אני מתכוון. און אויב שרייב איך עפעס נישט ריכטיג, דאן בעט איך אייך איבער.

1) אויב פיהלט איהר suicidal, אפילו נאר למחצה, לשליש ולרביע, דאן הייבט שוין אויף די טעלעפאון און רופט שוין הצלה. זאפארט. איהר דארפט אייך נישט שעמען. איהר קענט זאגן אז איהר פיהלט שטארקע anxiety and/or depression און איהר שפיהרט אז איהר קענט אפשר מאכן א טעות... זיי האבן וואלענטורן וואס קענען אראפקומען זאפארט, אהן סיירינס און לעקטער, מיט סענסיטיוויקייט און אייך געבן די הילף וואס איהר דארפט. איך מוז דאס שרייבן, ווייל אז איהר טראכט אז אייערע קינדער וועלען זיין בעסער אהן אייך, דאס איז א סכנה פון טראכטן. איך קען "פערזענליך" טאטע מיט מאמעס, "נארמאלע" מענטשען, וואס מען האט זיי געהאלפן.

2) איך שפיהר אייך! איך וויין ווען איך ליין וואס איהר שרייבט!!! לאז מיך אייך זאגן וואס איך האב אליינס מיטגעמאכט. איך בין געוועהן אן אייגן בעל הבית, אן אייגן ביזנעס, און פארדינט גאר שיין! געהאלפן איעדן אין די משפחה, געהאלפען חתונה מאכן אינגערע געשוויסטער, וכו'. ניין, איך בין קיינמאהל נישט געוועהן "שטארק פארמעגליך" (עשירות), אבער יא געהאט בריווח. געפארן אויף וואקאציע, געקויפט תכשיטין פאר די ווייב לכבוד יום טוב, ארויסגענומען די ווייב אין א שיינער רעסטוראנט כאטש איינמאהל א וואך, געהאט א געהילף איעדע נאכט (די ווייב האט אויך געארבייט אין די ביזנעס) וכו'. למעשה איז געקומען די גרויסע קראך אין 2008 למספרם, און איך בין געגאנגן ממש אין פיהר וואכן, פון שיינער פארדינסט, ביז ממש נישט וויסן פון ווי צו גיין אין גראסערי. איך קען נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט די anxiety וואס איך האב געהאט. יא אפשפארן, נישט אפשפארן. איך בין אויך נישט געשלאפן. איך האב נישט געקענט עסן, איך האב פארלוירן אסאך וואג. איך בין נישט געשלפאן פאר פיהר וואכן און א צו, ממש גארנישט! שווער צו גלויבן, אבער איך בין נישט געשלאפן! אהן אריינגיין אין פרטים, השי"ת האט אסאך געהאלפן. איך האב געארבייט פארט טיים פאר א גרויסע קאמפאני, און זיי האבן מיך גענומען פול טיים. יא, עס איז שווער געוועהן צו ווערן צירוק אן ארבייטער, אבער ב"ה פאר דעהם.

3) פונקט דריי יאהר צירוק, ערב שבת קודש פאר ראש השנה (אויך געוועהן א פרייטאג ווי דאס יארה און ערב ראש השנה א זונטאג), האט מיין בעה"ב מיך געהייסן רופן אלע ארבייטערס אז מען שפארט אפ די ביזנעס. מיהר האבן געארבייט א מנין אינגעלייט (מיט נאך געהילפן), און גאר א גיטע סביבה, חברים, מען האט זיך אייביג געהאלפן, און איך מיט נאך א manager האבן געדארפט באקומען profit sharing. און דא, ממש פאר יום טוב, דארף איך אפזאגן אלע ארבייטערס... עס האט מיך גאר שלעכט געטראפן. איך האב געדארפט רופן אינגעלייט, אינמיטן די יום טוב סיזען, אז מיהר שפארן צו... איך בין אהיימגעקומען זייער שפעט פרייטאג נאכמיטאג (די וועג דויערט בערך א שעה), און געגאנגען גלייך צום ציום פון רימניצער רבי זצ"ל און איך האב מיך פשוט ציוויינט גאר שטארק. איז געוועהן דארט א בן תורה (מלמד, מגיד שיעור אדער סתם א בנש"ק), איך האב מיך אזוי געשעמט. איז ער אריינגעקומען אין מיין קאר, מיך געבעטן א רייד צירוק, איך מיך געזאגט איך ווייס נישט וואס איהר מאכט מיט, אבער ער האט מיך גאר שטארק מחזק געוועהן. עס איז מיהר אדורך אפאר זייער שווערע וואכן. אבער... איך בין נישט קיין גרויסע תנא קמא... אבער אין די וואכן האב איך גאר שטארק געדאווענט, און איך שעהם זיך צו זאגן, אבער איך האב געפיהלט גאר א גרויסע נאנקייט צום רבוש"ע. מיינע חברים האבן געמיינט אז איך בין גערירט געווארן. ניין, איך האב נישט גאמאכט קולות ביים דאווענען, אבער איך האב געדאווענט. נישט גערעדט קיין ווארט. איך האב אויסגעזאגט גאנץ תהילים איעדע שבת צופרי. איך האב פראבירט נישט רעדן לשון הרע. איך האב אויך אכטוג געגעבן אויף יראת שמים. און ב"ה, עס איז אדורך דריי יאהר פון דאן, און איך טראכט צירוק, פארוואס איז מיין דאווענען געפאלן. אבער איך קען זאגן אז ב"ה, יא עס איז געווען שווערע צייטן, אבער השי"ת האט געהאלפן אויף טריט און שריט. מען האט געגעסן. איעדע מאהל וואס מען האט געדארפט באצאלן א ביל, איז מען געגאנגן צום ציון און מתפלל געוועהן. מען האט געהאט עסן, מען האט געהאט אלעס וואס מען האט געדארפט. הלוואי זאל איך נאכאמאהל זיין אזוי נאנט צום טאטען אין הימל, ווי דאן... עס איז באמת גאר א נאנטע פילינג, ממש אן עונג, ווען מען שפיהרט נאנט צום באשעפער.

4) איהר דארף האבן א רב זיך אדורכרעדן. מיין רב שליט"א האט מיך זייער מחזק געוועהן די גאנצע צייט.

5) איך האב געליינט די ספר Garden of Emunah ווי אויך Garden of Gratitude און איך האב אויף איעדע זאך געדאנקט השי"ת. יא, אפילו אויף די shut of notice פון די עלקטריק קאמפאני. הייליגע באשעפער, אז די טוסט אזוי, איז דאס זיכער גוט פאר מיהר, אפילו איך פארשטיי נישט. ישר כח הייליגע באשעפער און מיין טאטע פאר די shut off notice. איך האב אויך געלערנט אפאר מאהל שער הביטחון און חובת הלבבות.

מיין טייערע חבר... די לעבן גייט אהן. ווי די אנדערע חברים האבן געשריבן, "על כרכח אתה חי'". איך דאווען פאר אייך. איך האף אז איהר וועט קענען צירוק קוקן מיט פריידט.

זאלט איהר האבן א כתיבה וחתימה טוב, א שנת גאולה וישועה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:39 pm

א גוטן ערב שבת
עס שרייט ארויס ווייטאג און פיין פון יעדעס ווארט פון דיינע שורות, אלזא, לאמיר פראבירן דיר צו געבן עפעס טעכנישע עצות אויף למעשה, און מעגליך וועט דאס דיר העלפן זיך צו עטוואס צוזאמנעמען. די חלק החיזוק וועט אי"ה זיין אין א קומענדיגע געלעגנהייט.

הרחיבי האט געשריבן:מיין ניק איז טאקע ניי אבער איך בין א אלטער תושב דא נאר צוליב פארשטענדליכע סיבות האב איך געפענט א נייע ניק פאר דעם בריוו

טייערע חבירים
איך שרייב די ווערטער יעצט פרייטאג פארטאגס 4:00 מיט בלוט און טרערן. איך וויל נישט ח״ו מקטרג זיין נאר איך וויל זיך ענדערש אויסשמועסן און זיך אויסגיסן מיין הארץ און לאזן מיינע טרערן רינען אן קיין בושה.
איך גיי נישט מאכן די מעשה לאנג נאר צוקומען צום פוינט.
מיר איז באשערט די לעצטע שטיק צייט דורכצוגיין א שווערע חלק און לעבן ווען נאכן טוען עטליכע טעותים בין איך אריינגעפאלן און שווערע חובות אן קענען ברענגן ברויט צום טיש פשוטו כמשמעו. צוזאם געבארגט געלט פון חבירים און משפחה און למעשה קען איך עס אפילו נישט באצאלן. שולדיג רענט גראסערי שכר לימוד אא״וו. אפהאקן לעקטער איז ביי מיר א חודישליכע ערשיינונג סטראשענען אהיימצושיקן מיינע קינדער פון חדר און סקול איז שוין נישט קיין סטראשע. אבער צו וואס איך וויל צוקומען איז די חלק פון סופארט און הילף פון ארימיגע און משפחה.
איך האב פארלוירן אלע מיינע חבירים ממש.
מיין משפחה האלט מיר פאר א גנב
מיין ווייב וויפיל זי וויל קען זי מיר נישט פארשטיין
מיין אייגענע נפש וויל פון מיר אנטלויפן.
איך בין ארומגעגאנגען צו מענטשן פאר הילף האט יעדער געטראפן אנדערע תירוצים פארוואס ער קען נישט אדער מוז מיר נישט העלפן. איך האב מיר געוואנדען צו ארגענעזאציעס וואס זאגן אז זיי טוהן און דעם אבער געווארן אפגעווארפן מיט פארשידינע תירוצים.
מענשטן ווילן דיר נאר קענען ווען עס גייט דיר גוט אויב אבער עפעס טויג נישט דעמאלטס גיי לעזעאל.


יעצט איז ערב ראש השנה און איך קען נישט שלאפן סאיז מיר פשוט נמאס דאס לעבן.
פארוואס זאל זיין נמאס דאס לעבן ווען אין א טאג צוויי קען דיר ליכטיג ווערן ווי קיינמאל בעפאר אפילו יעצט קוקט נישט אויס ווי עס וועט נאך ליכטיג ווערן?

וואס האב איך פון א לעבן אן א דאווענען ווייל איך קען נישט גיין און שול טרעפן מיינע בעלי חובות וואס דרוקן??
דערויף איז פארהאן אן עצה, גיין דאווענען במקום שאין מכירין אותך, א בית המדרש פון אקליין חסידות'ל וכדומה, דארט וועסטו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און נאך קובע זיין עתים לתורה פאר א וויילע איידער אדער נאכ'ן דאווענען.

וואס האב איך פון א לעבן אן א לערנען א אידיש ווארט ווייל איך קען מיר ניטאמאל מצמצם זיין די מוח פאר עפעס?
מאן יימר אז מען מוז זיך מצמצם זיין צו קענען לערנען? צום ערשט עפן אפילו א לייכטער לימוד, צ.ב.ש א משניות אדער לייכטע גמרא וואס דו האסט שוין אמאל געלערנט, און פראביר צוצולייגן קאפ בלויז וויפיל עס איז מעגליך, ויערב לך. דאס איז דער עצה פון תלמידי הבעש"ט הק' זי"ע און תלמידיהם אחריהם. און די זעלבע מיט'ן דאווענען און אלע אנדערע עניני עבודת ה'. רחמנא אמר תקעו וכך ציוה חכמתו יתברך.

וואס האב איך פון א לעבן וואס איך קען נישט זיין אינדערהיים ווייל יעדע מינוט דארט איז א גיהנום ווען די מוסד קאלט יעדן טאג. ווען די לענלארד סטראשעט אז אוי ביז א וואך איז נישט דא חאטש האלב פון די חוב וואס דעיס איז פיר חדשים רענט גייט ער נעמן שריט און איך האב אפילו נישט פון ווי צו בארגן ??
דערפאר דארפט איר טרעפן און אנהייבן ארבעטן א קביעות'דיגע דזשאב צו וואס איר האט א געפיל און איר שפירט אז איר וועט דערפון הנאה האבן, און אזוי ארום כאטש עטוואס אנהייבן פארדינען און איין איינוועגס אנהייבן דעקן אלטע חובות. עס איז נישט צו שווער צו טרעפן אן ארבעט, אפילו א מלאכה קלה ונקי'. קוק אין די טעגליכע בלעטלעך אדער דא אויף איי וועלט וואס @הרב שלום ברענגט כמעט טעגליך.

וואס האב איך פון א לעבן וואס איך קען נישט שפייזן מיינע קינדער ??
ווי דערמאנט, נאכ'ן טרעפן א קביעות'דיגע ארבעט וועסטו אי"ה קענען אנהייבן שפייזן דיינע קינדער.

וואס האב איך פון א לעבן אן קיין חבירים ווייל האלב קום איך געלט און די אנדערע האלב זענען די עריבים ??
נישט געזארגט, דאס עיקר לעבן איז נישט חברים, און ווי דו זעלבסט דערמאנסט, א גרויסע פראצענט חברים זענען נאר צו שמועסן און פארבענגען ווי לאנג עס קאסט נישט קיין געלט, וואונטשן ווי לאנג עס קאסט זיי נישט.

וועט נישט זיין בעסער פאר מיינע קינדער אן מיר ?
זיכער אז נישט. וואס עפעס?

וועט נישט זיין בעסער פאר מיר אליינס ?
אומפארשטענדליך

א רחמנות זענען מיינע קינדער יעצט!! דעמאלטס וועלן שוין זיין גוטע אידן וואס וועלן העלפן מאכן א קרן און זעהן זיי זאלן האבן וואס צו עסן
איך דארף אבער געדענקן אז הרבני הנגיד ...... בשעתן אריינזעצן און זיין צוויי הינדרעט טויזענט דאלערדיגע קאר האט מיר מחזק געווען אז אלע סוקסעספול מענטשן זענען דאס דורכגעגאנגען
אדער ווען די אנדערע הרבני הנגיד ..... ווען איך בין געזיצען און זיין הינדרעט טויזענט דאלערדיגע ספרים שטוב בעטענדיג פאר הילף ענטפערט גיי טרעף א דזשאב וועלן אלע פראבלעמן אוועקפאלן
טייערע חבירים אויב האט איר א ברידער אדער חבר וואס גייט דורך שווערע צייטן לויפט נישט אוועק פון אים. שטיי אים ביי די האנט זעה מיט וואס די קענסט אים העלפן. באשולדיג אים נישט אלץ א גנב אפילו ער קומט דיר געלט. גלייב מיר ער שלאפט נישט וועגן דעם חוב. אויב האסטע אפאר עקסטער דאלער אדער מעשר גיב עס ענדערש פאר אים.
און צו דיר טייערע נגיד וואס דער אייבערשטער האט דיר באשאנקן מיט געלט. ווען איינער קומט בעטן הילף דארף ער לכאורה נישט קיין עצות און מעשות וואס די ביזט אלץ אריבער.
מקען אסאך מאל מיט קלייניקייטן אויפרעכטן אנדערע און מיט קלייניקייטן יענעם לאזן חרוב גיין לעולמי עד.
טראכט גוט אריין און מיינע ווערטער און איך האף אז דעיס וועט דינען אלץ א כפרה פאר מיין צובראכענע נשמה...

דאס אלעס איז ריכטיג, פיין און וואויל, אבער א שאד זיך צו עסן אויף ענינים וואס וועלן דיר כעת גארנישט ברענגען. קענסט לכאורה נישט טוישן די פערזענליכקייט און נאטורן פון די נגידים מיט וועמען דו ביסט באקאנט און ווילן דיר נישט העלפן.

און דער עיקר איז טאקע תפלה מיט אמונה פשוטה צום טאטן אין הימל. קיינער האט נאכנישט דערלייגט דערפון.


געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:13 pm

העמיר שרייבן נאך שבת אי"ה א גוטע משל וואס איז שטארקע חיזוק לבעלי חובות וואס אסאך האבן שוין חיזוק געהאט דערפון

שנעלקע
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 8:05 pm

תגובהדורך שנעלקע » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:29 pm

יישר כח

האסט אויפגעטרייסעלט מיין נשמה אין די בעסטע צייט.

די זכות פון מיין התעוררת געב איך דיר אוועק פאר א מתנה אז עס זאל דיר זיין פאר א זכות.

איך וויל זיל משתתף זיין מיט $100.

א גוט געבענטשטע יאר.

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 9:53 pm

מהעמיר זיך משתתף זיין אי"ה
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:01 pm

געוואלטיג האט געשריבן:העמיר שרייבן נאך שבת אי"ה א גוטע משל וואס איז שטארקע חיזוק לבעלי חובות וואס אסאך האבן שוין חיזוק געהאט דערפון

?

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:08 pm

עפן אן אנליין פאנד, און איך וועל אי"ה געבן. דער אויבערשטער זאל דיך אויפרעכטן, האסט מיך אויפגעשאקעלט.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:13 pm

איך קום נישט דא אריין אפט, עס האט זיך אזוי געמאכט אז איך האב באגעגנט דעם אשכול. איז אויב מאכט מען א פאנד זאל מען מיך ביטע אימעילן
Optimistativelt@gmail.com

הרחיבי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 9:20 am

תגובהדורך הרחיבי » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:28 pm

איך בין ממש איבערגענומען פון די חיזוק וואס איך באקום דא און און אישי. אנטשולדיגט פארן נישט ענפערן יעדן. איך זעה מענטשן ווילן זיך משתתף זיין אפילו מ׳ווייסט נישט ווער איך בין.

איך קען אבער נישט עפענען קיין פאונד. וויפיל איך טריי גייט עס נישט. אויב איינער קען מיר העלפן מיט דעם וואלט עס געווען א עקסטער זכות


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט