שיק א בריעף צו State Education Department and Board of Regents

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך יולי 10, 2019 9:57 am

האלט שוין איבער 8000 קינדער
רבותי רופטס ענק אן ווארים
האב שכל
גיב א שמייכל

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יולי 10, 2019 2:05 pm

איך טו עס נישט ווילאנג מיין מוסדות בעט עס נישט

דערווייל האב איך אפ' נישט געהערט דערפון חוץ פון אייוועלט
אז עס שטימט איז דאך גוט, אז נישט וועט מען עס מאכן שטימען

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מיטוואך יולי 10, 2019 2:31 pm

9000

gohen
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 1:20 pm

תגובהדורך gohen » מיטוואך יולי 10, 2019 2:46 pm

בס"ד
email from the scher limed department of yeshiva kehilath yakov pupa


לכבוד הורי התלמידים שיחיו,

אחרי דרך מבוא השלום – ווי איר האט זיכער געהערט, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס און אינספעקציעס אויף פריוואטע סקולס, וואס וועט ח"ו ענדיגן דעם ערליכן חינוך לויט די ערליכע מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען.

דער געזעץ וועט פארלאנגן, צווישן אנדערע, צו לערנען מער ווי פיר שעה פער טאג לימודי חול אין זיבעטע און אכטע קלאס, און דריי שעה אין היי-סקול (ישיבה קטנה). עס פארלאנגט אז מ'זאל לערנען 12 סאבדזשעקטס. עס וועט ברענגן כסדר'דיגע אינספעקציעס, און עס וועט געבן די אויטאריטעט פאר די לאקאלע סקול באורדס צו באשליסן ווער עס איז געאייגנט מחנך צו זיין אונזערע קינדער.

דאס איז א גזירה קעגן ערליכן חינוך, וואס מיר קענען נישט דערלאזן ח"ו.

די סטעיט נעמט איצט אן קאמענטארן איבער'ן געזעץ. עס איז וויכטיג צו לאזן הערן אונזער קעגנערשאפט און טענות דערויף.

די כלל ישראל ארגאניזאציע וואס שטייט אויפ'ן פראנט צו פארטיידיגן דעם ערליכן חינוך, פערל"ס, האט אונטערגענומען א בריוו קאמפיין, אז אלע עלטערן זאלן שיקן בריוון קעגן די גזירה, וואס וועט אריינגעגעבן צו די סטעיט.

צו שיקן א בריוו דארפט איר בלויז גיין צו voice.pearlsny.org

פולט אריין אייער נאמען, אדרעס, אי מעיל, און די צאל קינדער וואס גייען אין מוסדות התורה. אויב ווילט איר שיקן אן אויטאמאטישן בריוו אנגעגרייט דורך פערל"ס, דרוקט Send the Email,

איר קענט אויך דריקן Show Letter צו זען דעם בריוו. אויב איר ווילט עס ארומטוישן, אריינלייגן נאך קאמענטארן א.ד.ג., קענט איר דריקן אויבען, אויף די לינקע זייט, Edit Text. וועט איר זענט פערטיג, דריקט Send the Email.

געדענקט: ס'איז וויכטיג אז עס זאל קומען א גרויסע צאל קאמענטארן צו צייגן אונזער קעגנערשאפט, בעז"ה אפצושלאגן די גזירה. מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן, נאר אלע עלטערן זאלן שוין אריינשיקן זייערע בריוון דורך דעם וועב-סייט.

בזכות טאן וואס מיר קענען צו באשיצן דעם ערליכן חינוך, און בזכות וואס מיר וועלן מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה, זאל דער אייבירשטער העלפן מיר זאלן זען הצלחה אינעם ערליכן חינוך פון אונזערע קינדער, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זען זרעא חיי וקיימא בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות באמת, און לכל הברכות האמורות בתורה.

בכבוד רב,



ההנהלה

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך יולי 10, 2019 3:09 pm

אחת ואחת האט געשריבן:איך טו עס נישט ווילאנג מיין מוסדות בעט עס נישט

דערווייל האב איך אפ' נישט געהערט דערפון חוץ פון אייוועלט

אויף קול מבשר איז געווען א אינטערוויא אפאר טעג צוריק וועגן דעם
האב שכל
גיב א שמייכל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יולי 10, 2019 5:34 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:האלט שוין איבער 8000 קינדער
רבותי רופטס ענק אן ווארים

זייער שוואכע ציפער

סאטמאר האט אין די פיר גרויסע שטעט 5 מאל אזויפיל
די ציבור שלאפט א זיסער שלאף.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך יולי 10, 2019 6:02 pm

רצון טוב האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:האלט שוין איבער 8000 קינדער
רבותי רופטס ענק אן ווארים

זייער שוואכע ציפער

סאטמאר האט אין די פיר גרויסע שטעט 5 מאל אזויפיל
די ציבור שלאפט א זיסער שלאף.


איז דא א טארגעט סכום וואס מען ברויך דערגרייכן?
און בכלל וויזוי ארבייט דער סיסטעם זייערע בנוגע זיך רעכענען מיט די אימעיל׳ס?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 10, 2019 6:04 pm

רצון טוב האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:האלט שוין איבער 8000 קינדער
רבותי רופטס ענק אן ווארים

זייער שוואכע ציפער

סאטמאר האט אין די פיר גרויסע שטעט 5 מאל אזויפיל
די ציבור שלאפט א זיסער שלאף.


סאטמאר אין מיין שטאט (ביידע) האט נאך גארנישט פארלאנגט אדער גערעדט דערפון, פון ווי זאל מען וויסן?
(איך האב שוין געשיקט)

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך יולי 10, 2019 10:51 pm

רצון טוב האט געשריבן:ב"ה ערגעץ האלט מען, בערך די צאל ווי 1 האלב פון די סאטמאר פראקציע אין וומ"ס
1957submissions, representing 7182 children
די פראגע איז נאר האבן די שווערע צענדליגע טויזענטער אנדערע קינדער נישט קיין עלטערן? פארוואס ברענט עס נישט אזוי פאר יעדן צו ראטעווען די חינוך פון זייערע קינדער
עס הייבט אהן ווערן פארשטענדליך וויאזוי אידן איבער די וועלט האבן נישט משיג געווען בעת די ערד האט געברענט פאר 80 יאר צוריק דורך די נאציס
מענטשן ווילן נישט גלויבן אז עפעס שלעכט און שרעקעדיג קומט פאר.


אה שוין ב״ה די נאציס, גוט מארגן

איז נאך דא היינט עפעס וואס מען פארגלייכט נישט צו די נאציס

ווען מען דערמאנט די ווארט נאציס ברענגט מיך עס ארויף די גאל פארוואס דארף מען יעדע זאך פארגלייכן צו די נאציס?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך יולי 10, 2019 11:24 pm

רצון טוב האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:האלט שוין איבער 8000 קינדער

זייער שוואכע ציפער

די ציבור שלאפט א זיסער שלאף.

קיינער שלאפט נישט, איינער איז איבערמוטיג...

די רעגולאציעס זענען ארויס פאריגע וואך מיטוואך, קוים וואס די צייטונגען האבן געהאט צייט צו שרייבן דערוועגן, מארגן וועלן די צייטונגען זיכער שרייבן וועגן שיקן בריוון.

עס איז דא א 60 טעג פיריאדע צו אריינשיקן קאמענטס, מען האלט איצט ביי 7, און חוץ פון אייוועלט ווייסן רוב מענטשן נאך נישט דערפון.

די עסקנים וועלן זיכער ארומגיין אין אלע אידישע צענטערן און פארטיילן פאפירענע בריוון וואס דער עולם וואס האט נישט קיין ציטריט צו אינטערנעט זאל אריינשיקן, ווי אויך צעטלעך מיט אנווייזונגען פאר די וואס האבן יא אינטערנעט.

אבי איינער פארפירט שוין...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:36 am

האפענטליך וועט מען קענען שנעל פארריכטען
Untitled.jpg
Untitled.jpg (59.83 KiB) געזעהן 828 מאל
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:54 am

קיקיון האט געשריבן:האפענטליך וועט מען קענען שנעל פארריכטען
Untitled.jpg

ארבעט שוין
האלט שוין ביי קרוב צו 10,000 קינדער קע"ה
האב שכל
גיב א שמייכל

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:25 am

12,000 !!

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » פרייטאג יולי 12, 2019 4:13 pm

90c88916cc7745c595e51206dc83ebb2.jpg
90c88916cc7745c595e51206dc83ebb2.jpg (448.89 KiB) געזעהן 683 מאל

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » פרייטאג יולי 12, 2019 5:10 pm

.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 14, 2019 11:31 am

מען האלט שוין ביי 5000 חתימות
Untitled.jpg
Untitled.jpg (153.78 KiB) געזעהן 536 מאל

עס זענען דא וואס זענען נישט צופרידען מיט דעם נוסח וואס PEARLS האט ציזאמגעטעלט
ווער איז דאס?
פארוואס איז דאס אנע נעמען פון דיע עומדים בראש?
ווער נעמט די אחריות אויף דעם נוסח?
עז איז נישט קיין קינדער שפיעל!
איך האב בכוונה נישט ארויסגעשטעלט א קאפי מען ווייסט דאך נישט ווער עס ליינט דא
-------------------
הבהרה !
מיין קושיא איז אויף די BUSY BODIES און רודערערס וואס זענען קלוגער ווי די כלל ישראל ארגאניזאציע וואס שטייט אויפ'ן פראנט צו פארטיידיגן דעם ערליכן חינוך, פערל"ס
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום זונטאג יולי 14, 2019 2:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 14, 2019 11:52 am

וואס שרייבט יענער אזוי שלעכט?
כהאב עס געליינט שבת, עס קוקט אויס נישט א שלעכטע בריוו.

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » זונטאג יולי 14, 2019 2:12 pm

קיקיון האט געשריבן:מען האלט שוין ביי 5000 חתימות
Untitled.jpg

עס זענען דא וואס זענען נישט צופרידען מיט דעם נוסח וואס PEARLS האט צוזאמגעשטעלט
ווער איז דאס?
פארוואס איז דאס אנע נעמען פון דיע עומדים בראש?
ווער נעמט די אחריות אויף דעם נוסח?
עז איז נישט קיין קינדער שפיעל!
איך האב בכוונה נישט ארויסגעשטעלט א קאפי מען ווייסט דאך נישט ווער עס ליינט דא


דער מר./הרב אברהם גרינצווייג (אדער ענליכס..) פון פערלס איז דאך יעדע וואך אויף קול מבשר. קאל עם אן, און פרעג עם. נישט באשמיר אזא וויכטיגע ארגענעזאציע מיט 'קשיות' אין פובליק בעפארן וויסן.

אגב, די אלטע פאטישן פון הרב Rabbi Yosef Churba
https://www.change.org/p/500-000-studen ... department
האט א אפדעיט, און זיי שיקן צו א סייט צו חתמ'נען, א סייט וואס איז ממש די זעלבע ווי פערלס , זעהט אויס מ'ארבעט אינאיינם. כ'האף אז די חתימות קאמביינעו זיך אהער דא אויך...

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » זונטאג יולי 14, 2019 2:17 pm

ווער זענען די אידען?
who.jpg
who.jpg (149.84 KiB) געזעהן 455 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 14, 2019 2:29 pm

Tahares hakodesh האט געשריבן:

דער מר./הרב אברהם גרינצווייג (אדער ענליכס..) פון פערלס איז דאך יעדע וואך אויף קול מבשר. קאל עם אן, און פרעג עם. נישט באשמיר אזא וויכטיגע ארגענעזאציע מיט 'קשיות' אין פובליק בעפארן וויסן.
אגב, די אלטע פאטישן פון הרב Rabbi Yosef Churba
https://www.change.org/p/500-000-studen ... department
האט א אפדעיט, און זיי שיקן צו א סייט צו חתמ'נען, א סייט וואס איז ממש די זעלבע ווי פערלס , זעהט אויס מ'ארבעט אינאיינם. כ'האף אז די חתימות קאמביינעו זיך אהער דא אויך...

ליין וואס איך האב צוגעשריבען!
מיין קושיא איז געווען אויף די BUSY BODIES און רודערערס וואס זענען קלוגער ווי די כלל ישראל ארגאניזאציע וואס שטייט אויפ'ן פראנט צו פארטיידיגן דעם ערליכן חינוך, פערל"ס
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג יולי 15, 2019 7:32 am

.
לעצט פאראכטן דורך אץ קוצץ אום מאנטאג יולי 15, 2019 1:12 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 15, 2019 9:07 am

זיידע ומומחה האט געשריבן:ווער זענען די אידען?


הרה"ח ר' נפתלי אלימלך ווייס זז"ג פון חוש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יולי 15, 2019 2:35 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:האלט שוין איבער 8000 קינדער

זייער שוואכע ציפער

די ציבור שלאפט א זיסער שלאף.

קיינער שלאפט נישט, איינער איז איבערמוטיג...

די רעגולאציעס זענען ארויס פאריגע וואך מיטוואך, קוים וואס די צייטונגען האבן געהאט צייט צו שרייבן דערוועגן, מארגן וועלן די צייטונגען זיכער שרייבן וועגן שיקן בריוון.

עס איז דא א 60 טעג פיריאדע צו אריינשיקן קאמענטס, מען האלט איצט ביי 7, און חוץ פון אייוועלט ווייסן רוב מענטשן נאך נישט דערפון.

די עסקנים וועלן זיכער ארומגיין אין אלע אידישע צענטערן און פארטיילן פאפירענע בריוון וואס דער עולם וואס האט נישט קיין ציטריט צו אינטערנעט זאל אריינשיקן, ווי אויך צעטלעך מיט אנווייזונגען פאר די וואס האבן יא אינטערנעט.

אבי איינער פארפירט שוין...

אן אפיציעלער ווארטזאגער פון פערל"ס נעכטן אויף קו"מ זאגט די זעלבע
די ריספאנס דערווייך איז צו שוואך
אלע חרדישע מוסדות אינאיינעם פארמאגן כאטשיג 150 טויזענט בריוו בארעכטיגטע שרייבער.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יולי 15, 2019 3:16 pm

קענען ביידע עלטערן אריינשיקען עקסטער?
אז עס שטימט איז דאך גוט, אז נישט וועט מען עס מאכן שטימען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 15, 2019 3:18 pm

געוויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט