אקאונטינג ביזנעס הילף און חיזוק

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

KitovNY
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 1:27 pm

אקאונטינג ביזנעס הילף און חיזוק

תגובהדורך KitovNY » פרייטאג יוני 21, 2019 12:39 pm

שוין א לאנגע צייט וואס איך ארבעט און די אקאונטינג פעלד, לעצטענס האב איך געפלאנט צו גיין אליין און די ביזנעס, בין איך געגאנגען זיך אדוירך רעדן מיט א גיטע איד אן איש ציברי (רב).
זאגט מיך דעם איד אז זאלסט וויסן אז ס'דא מענטשן אויף דער וועלט וואס טארגעטן (Target) אויף beginners און זיי קענען אריין שלעפען און אומלעגאלע ביזנעס בעיקר ווען מ'איז נייע אין אנגעוויזן אויפן דאלאר, און פאראורזאכן אן אומגליקליכען לעבן וד"ל,

דעריבער וואלט איך געוואלט פרעגן עקספיריענס מענטשן און דעם פעלד וכדו' צו ס'איז טאקע אזוי שווארץ ווי ער האט עס מיר אראפגעלייגט אדער מען קען זיך 100% פראטעקטען?

נ.ב. ביטע נאר עקספיריענס ענטפערס נישט פלעין וואס איר שטעלט זיך פאר.
ישר כח

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » פרייטאג יוני 21, 2019 2:03 pm

אויב "סאיז שוין א לאנגע צייט" וואס די ביזט אין די ליין - דארפסטו שוין קענען שמעקן די חברה ביים ערשטן שמועס...
אויסער דעם, אודאי זאלסטו דיך נישט צוריק האלטן פון טון א נארמאלע זאך (אריין גיין אין ביזנעס) ווייל עס דרייען זיך גנבים אויף די גאס. יעדע אינדיסטרי האט גנבים.
אויב די קענסט די געזעצן און די מציאות פון היינטיגע ביזנעס - האלט דיך שטרענג און גיי ביי די בוק. און טו גארנישט וואס שמעקט נישט גוט.

- בארג קיינמאל נישט דיין נאמען\ביזנעס נאמען.
- ניץ נישט דיין ביזנעס אקאונט נאר אויף 100% לעדזשיט זאכן
- פייל קיינמאל קיין ריטוירן וואס א צווייטער האט פריפערד
- אויב די האסט סיי וועלכע חשד, און די ווילסט דאך טון די פייל - בעט אלעס אויף אימעיל...

זיי מתפלל און זיי מצליח!

KitovNY
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 1:27 pm

תגובהדורך KitovNY » פרייטאג יוני 21, 2019 2:19 pm

א גרויסן ישר כח ר' חיים אלכסנדר,
איז אבער דא וואס צו מורא האבן מער ווי א אנדערע ביזנעס וויבאלד מען דיעלט מיט די גאווערמענט?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יוני 24, 2019 11:30 am

KitovNY האט געשריבן:א גרויסן ישר כח ר' חיים אלכסנדר,
איז אבער דא וואס צו מורא האבן מער ווי א אנדערע ביזנעס וויבאלד מען דיעלט מיט די גאווערמענט?

זייט נישט אזוי דערשראקען, די גאווערמענט איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי סתם א מענטש קוקט זיי אן, ווי איך פארשטיי זענט איר דאך שוין אין די ליין, מן הסתם ווייסט איר שוין אז מען קען זיי קאלן פרעגן פראגען איידער מען טוט עפעס, עס איז טאקע א ביוקראטישע סיסטעם, אבער זיי זענען דא צו ארבעטען מיט דיר נישט אקעגן דיר, עכ"פ און נארמאלע אומשטענדען
אז עס שטימט איז דאך גוט, אז נישט וועט מען עס מאכן שטימען

KitovNY
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 1:27 pm

תגובהדורך KitovNY » מאנטאג יוני 24, 2019 12:17 pm

א גרויסן ישר כח פאר די געוואלדיגע חיזוק!


(BTW איך האלט מ'זאל טוישן די נאמען פון אייוועלט צו "עולם חסד" יבנה (אויב ס'נאך אוועילעבל די DOMAIN...))


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט