מתנה פאר א ברודער וואס האט זיך פארהערט ש"ס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מתנה פאר א ברודער וואס האט זיך פארהערט ש"ס

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מאי 22, 2019 8:22 pm

נאך עטליכע יאר פון הארווען און זיך פארהערן האט ער ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין און זיך צו פארהערן גאנץ ש"ס.
ער איז נאך א כולל יינגערמאן. מוטשעט זיך נישט מורא'דיג מיט פרנסה אבער האט נישט קיין סך מער ווי די כולל טשעק.
וואס איז א שיינע מתנה וויאזוי איך קען ארויסווייזן שעצונג און ארויסברענגען ליבשאפט צו א ברודער?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מאי 22, 2019 8:39 pm

קודם כל מזל טוב פארן האבן אזא ברודער! און פאר אונז פארן האבן א חבר וואס האט אזא ברודער...
האט ער עפעס א האבי?
כ'האב אמאל געקויפט פאר א חבר א אנטיק ספר, לאות הכרת הטוב, וויסנדיג ווי שטארק ער ליבט עס.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

להודות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך מאי 22, 2019 10:26 pm

א ירושלמי :)

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 22, 2019 10:37 pm

א געזינטן שטויס ער זאל ארויספליען פון כולל און אריין פליען אין אפיס... נעהההה... ס'איז נאר א וויץ...

ערענסט גערעדט. פאר אן ערוואקסענע מענטש איז היבש שווער צו צופאסן א מתנה וואס ער זאל עס עכט קענען ענדזשויען, אפשר א פאר טאלער וואלט געווען א שיינע זאך.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מאי 22, 2019 10:38 pm

להודות האט געשריבן:א ירושלמי :)

זייער א שיינער געדאנק.
איך האב מברר געווען ער האט שוין א סעט :x
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 22, 2019 10:59 pm

מזל טוב, השי"ת זאל העלפן אונז אלע זאלמיר האבן די זכייה.

א שיינע מתנה קען זיין א "אוצר החכמה" (וואס איז בד"וו יעצט האלב פרייז) מיט א כלי צו קענען ארבייטן דערמיט.

פארשטייט זיך נאר אויב דאס וועט אים נישט קאליע מאכן, מעגליך אזא אינגערמאן איז בעסער אז ער זאל וואקסען א נאטורליכע תלמוד חכם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מאי 22, 2019 11:22 pm

נא_שכל האט געשריבן:מזל טוב, השי"ת זאל העלפן אונז אלע זאלמיר האבן די זכייה.

א שיינע מתנה קען זיין א "אוצר החכמה" (וואס איז בד"וו יעצט האלב פרייז) מיט א כלי צו קענען ארבייטן דערמיט.

פארשטייט זיך נאר אויב דאס וועט אים נישט קאליע מאכן, מעגליך אזא אינגערמאן איז בעסער אז ער זאל וואקסען א נאטורליכע תלמוד חכם.

וואלט ער פארמאגט א קאמפיוטער וואלט ער זיך ש"ס נישט פארהערט...
וואס האלט איר פון א סעט רמב"ם-פרענקל?
איך מיין אז עס איז עפעס צו פשוט, ניין?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 22, 2019 11:32 pm

פרעג זיין אידענע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:13 am

א אינגערמאן וואס האט דורכגעגאנגען גאנץ ש"ס, טאר נישט האבן קיין אוצר החכמה!
אוצר החכמה איז א (למשל) כשר'ע טוי, פאר ידענים. און א גוטע מקור פאר ריסערטש.
א תלמיד חכם וואס וויל עכט קענען, בדרך בקיאות (די קאטעגאריע אין וועלכע א ש"ס אינגערמאן פאלט אריין) איז דאס א שווערד אין הארץ.

א פרענקל רמב"ם קען זיין גאר א גוטע איינפאל, לענ"ד.

האלבע שיך
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:36 am

א יששכר זבלון געשעפט וואלט נישט געווען שלעכט
אויב איר זענט ביכולות איז גיט אז נישט שאפט איינעם

Maybe
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:09 am

נסיעה למקומות הקדושים

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:36 am

יעצט אז ער האט שוין גענדיגט ש''ס קען ער זיך זעצן לערנען.
קויפ אים א ברכות גמרא
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:24 am

Maybe to pay one of his monthly bills, rent or utilities, etc.
This can help him to learn with more "hurchuvas hadas",
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 23, 2019 8:27 am

סארקאזי האט געשריבן:יעצט אז ער האט שוין גענדיגט ש''ס קען ער זיך זעצן לערנען.
קויפ אים א ברכות גמרא


קויף איהם א סעט בבלי שוטנשטיין.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג מאי 23, 2019 8:31 am

מיין קרוב האט באקומען א זילבערנע שטייעדיגע זייגער מיט א זילבער בלעך דערויף, אויפגעקריצט "מזל טוב... לרגל הסיום הש"ס... וכו'.
מען האט עס געקויפט אין אינגרעווד ביי איסטערן וומ"ס. אלעס אינאיינעם בערך $500

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:09 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:מיין קרוב האט באקומען א זילבערנע שטייעדיגע זייגער מיט א זילבער בלעך דערויף, אויפגעקריצט "מזל טוב... לרגל הסיום הש"ס... וכו'.
מען האט עס געקויפט אין אינגרעווד ביי איסטערן וומ"ס. אלעס אינאיינעם בערך $500

לייק.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:26 pm

שווער צו זאגן דו שרייבסט נישט קיין בוזשעט.

איך וואלט געקויפט א קליינע שס וואס גייט אריין אין טאש/טאשקע (אויב ער האט נאכנישט)

אדער, א גוטע mp3 (לדוגמה Fiio) אנגעפילט מיט גוטע שיעורים.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:19 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:מיין קרוב האט באקומען א זילבערנע שטייעדיגע זייגער מיט א זילבער בלעך דערויף, אויפגעקריצט "מזל טוב... לרגל הסיום הש"ס... וכו'.
מען האט עס געקויפט אין אינגרעווד ביי איסטערן וומ"ס. אלעס אינאיינעם בערך $500

דעס איז נאר גוט פאר איינער וואס האט א ספרים שטוב. אין ווילי. ווי די דיינוג רום טיש איז די ספרים שטוב. לאנדרי רום. האום ווארק טעבל וכו. וכו. איז עס ווי א נזם זהב באף חזיר
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4924
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:41 pm

קויף איהם א ספר, אדער א מתנה, וואס עס שטייט ארויפגעקריצט, לרגל ענדיגן ש"ס. און ס'זאל זיין אזא מתנה וואס מענטשן וועלן זעהן. סאו זיי וועלן זיך אפלערנען. ווי מער מענטשן אלץ בעסער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:00 pm

איך האלט זייער פון א רמב'ם פרענקל מהאט עס לעצטענס איבער געמאכט און עס איז זייער א שיינע מתנה
און עס אויך נישט אזוי ביליג בערך 420
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:32 pm

נא_שכל האט געשריבן:מזל טוב, השי"ת זאל העלפן אונז אלע זאלמיר האבן די זכייה.

א שיינע מתנה קען זיין א "אוצר החכמה" (וואס איז בד"וו יעצט האלב פרייז) .


ווי קען מען עס יעצט באקומן פאר האלב די פרייז ?

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:34 pm

א טייערע שטענדער

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:35 pm

אז ער האט גענדיגט בבלי אפשר וויל ער יעצט גיין צו ירושלמי?

שוין דא עוז והדר און אפילו ארטסקרול האט שוין אויך אויף אסאך מסכתות
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:46 pm

א שיינע זילבער שטיק וואס איז נישט דו סטענדערט, למשל כוס של אליהו שיין אייגעקריצט לזכרון.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:47 pm

האלבע שיך האט געשריבן:א יששכר זבלון געשעפט וואלט נישט געווען שלעכט
אויב איר זענט ביכולות איז גיט אז נישט שאפט איינעם

איך שטים פאר דעם
דאס בעסטע מתנה איז אים צו געבן א שטופ ווייטער ער זאל קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת.

פארשטייט זיך אויב ער האט געענדיגט ש"ס בעיון נארמאל, נישט ווי די מענטשן וואס ענדיגן ש"ס צו קענען מארקן נאך עפעס אויפן טשעק ליסט, כ'האב דאס שוין אויך ערלעדיגט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mini van און 9 געסט