נושא בעול עם חבירו

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

נושא בעול עם חבירו

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:00 pm

בס"ד
איך קלער אז עם וואלט געוועהן א גוטע זאך זיך צונויף שמועסען אינם ענין פון עסקנות, וואס מיינט עסקנות? וויאזוי ווערט מען אן עסקן" וואס פארלאנגט זיך דערפאר? איז דאס א פרנסה" ועוד,
איך טו שוין ברוך השם 20 יאר דערין, מיטגעלעבט פארשידענע זמנים, גרינגע -שווערע און גאר שווערע, איךפיל אז איך קען געבען פארשידענע עצות מתוך ניסיון,
פרעגט אייערע שאלות איך וועל פראבירען ענטפערען, אבער זייט גרייט אז וויפיל איך ווייס איז דא נאך מער וואס איך ווייס נישט,

אוועטאר
מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:04 pm

שלום עליכם, האמיר דעם רבי'ן אליין דא, וואסארא זכיה. עפעס אזעלכע אשכולות איז שוין דא, מ'דארף זיך נאר ארויפכאפן אויפן וואגן.

אזוינס

און דאס

און נאך.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:48 am

בס"ד
וויא עס קוקט אויס זעמיר אביסל אדער אסאך פארפארען מיט מיין אשכול, הגם איך האב געהאלטען אז עס איז א גוטע זאך זיך אויסצושמועסן אויף אן אפענע בימה, אבער אז די הנהלה האלט אנדערש מוז מען ארבעטען אויף זייער וועג,
למעשה איך זיך שותפים און גוטע עצות און אויך אויב ברויכט איר הילף פאר סייא וועמען טוט צו די זאך, שרייבט אריין אייער פראבלעם און מיר וועלען צוזאמען אלע מעמבערס פראבירן צו העלפען, איז את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, פארשטייט זיך אז איר קענט אויך רופען 929-900-1714

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 6:41 pm

בס"ד
א זיסע מעשה
א איד רופט מיך אן אז איך זאל אים אראפנעמען פון די ליסט און ער פרעגט פארוואס ער איז נאך נישט אראפ נאך איבערלאזען אפאר מעסעדזשעס, האב איך געזאגט אז איך בין יעצט געוואר געווארען אז איך ברויך פאררעכטען דעם פראגראם, דהיינו אויב שטייט אין ליסט 1718................. און איך נעם אראפ 718............... אן די 1 גייט ער נישט אראפ, און געוויסע נומבערס שטייט ביידע וועגען, הקיצור איך האב מיך אנטשולדיגט, זאגט ער מיר ווייסטו וואס לייג צו מיין היים נומבער עס איז נישט אויפן ליסט, איר פארשטייט, הכלל רבותי איך וויל מאכען א 72 שעהדיגע קאמפיין און געווענליך ארבעט עס מיט סאשעל מידיע, מי לד' אלי, ווער וויל מיר העלפען, בעסער געזאגט ווער וויל העלפען זיין קרוב - שכן - גוטער פריינט, וויפיל עס וועט אריינקומען וועט גראד פארטיילט ווערען,
אינו דומה מועטין העושין את המצוה למרובין העושין את המצוה

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:41 pm

מחשב האט געשריבן:שלום עליכם, האמיר דעם רבי'ן אליין דא, וואסארא זכיה. עפעס אזעלכע אשכולות איז שוין דא, מ'דארף זיך נאר ארויפכאפן אויפן וואגן.

אזוינס

און דאס

און נאך.

יישר כח השי"ת זאל דיר צאלען אלעס גוטס
איך האב ערשט יעצט באמערקט וואס דו האסט מיר געשיקט, עס איז נישט אזוי פשוט, אוודאי זענען דא גוטע פאנדרעיזערס אבער עסקנות מיינט זיך אוועקגעבען פאר א צווייטען, פאנדרעיזין איז נישט דאס, איך כשלעצמי בין איך א שוואכער פאנדרעיזער אבער ברוך השם אין עסקנות בין איך מצליח אבער איך שטעק מיט הונדעטער טויזענטער חובות, אבער איך בין מתפלל אז השי"ת זאל מיר העלפען בקרוב,

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:36 am

שלום כבוד הרב שיחי׳
די גרויסע קופת העיר ארגינעזאציע פון א״י מאכט היינט צוטאגס אלע זייערע קומפיינען אויף די באקאנטע ״חסד פונד״ וועבסייט וואו א יעדער קען תורם זיין לפי יכולתו

זיי זענען זייער מצליח
איין קומפיין האבן זיי פאר א פרישע אלמנה , א צווייטע פאר א קראנקע קינד וואס דארף פארן צו די מרחקים לצרכי רפואה א.א.וו.

לדעתי קענסטו מאכן ריזיגע סכומים אויף אזא פארנעם
די דארפסט נאר זעהן צו ברענגען אויף יעדער צוועק באזינדערע הסכמות פון ג רב וואס איז נאנט צום קעיס וויבאלד מענטשן פונעם גאנצע וועלט גייען זעהן דיין קומפיין
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:21 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:שלום כבוד הרב שיחי׳
די גרויסע קופת העיר ארגינעזאציע פון א״י מאכט היינט צוטאגס אלע זייערע קומפיינען אויף די באקאנטע ״חסד פונד״ וועבסייט וואו א יעדער קען תורם זיין לפי יכולתו

זיי זענען זייער מצליח
איין קומפיין האבן זיי פאר א פרישע אלמנה , א צווייטע פאר א קראנקע קינד וואס דארף פארן צו די מרחקים לצרכי רפואה א.א.וו.

לדעתי קענסטו מאכן ריזיגע סכומים אויף אזא פארנעם
די דארפסט נאר זעהן צו ברענגען אויף יעדער צוועק באזינדערע הסכמות פון ג רב וואס איז נאנט צום קעיס וויבאלד מענטשן פונעם גאנצע וועלט גייען זעהן דיין קומפיין

יישר כח פאר'ן מגיב זיין עס געט מיר גרויס חיזוק, ישלם ד' שכרך,
די מעשה איז אזוי, קופת העיר - זייערע נדבנים זענען מער פון די דערויסענדע וועלט וועלעכע ליגען סאך מער אין די סאשעל מידיע, מיינע נדבנים זענען מער די היימישע אידען יראים ושלימים וועלעכע רובא דרובא ווייסען נישט פון קיין אינטערנעט, והא ראי' ווען איך האב עס געטאן האב איך נישט מצליח געוועהן, און באמת פראביר איך נישט אפילו אנצוקומען צו די נישט היימישע, איך האב נישט קיין חשק, איך אדווערטייז נישט אין קיין ענגלישע מאגעזינען, איך שפיר אז די הצלחה און די סיעתא דשמיא איז ביי די היימישע אידען, זייער געלט ברענגט די ברכה,
למעשה האב איך זוכה געוועהן צו געוואלדיגע זאכען, אויף דעם קענען מעיד זיין גאר אסאך רבנים, אדרבה זאג מיר וואו דו דאווענסט און לכאורה קען מיך דיין רב פערזענליך,
נאך אמאל א יישר כח, שיק נאך תגובות עס געט מיר חיזוק,

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:34 pm

כדי צו פארשטיין וואס די זאלסט אז די האסט נישט מצליח געווען מיט די נישט היימישע מיזטו מער מסביר זיין אין ברענגן א ראיה

אויך האלט איך אז איר זענט זיך שטארק טועה, גאר אסאך היימישע געבן היינט נדבות אונליין און בפרט אויף די ״ חסד פונד״

ועל כולם ווען די גייסט אונליין הייסטו נישט חסדי טובים, די הייסט אלנה ושבעה בניה קומפיין אנגעפירט דורך חסדי טובים ובהסכמת הרב וכו

בקיצור לדעתי מיזטו דאס אויספריבירן , עס איז 2018....

דאס יא, אז שי מאכסט א טעסט מיז די טעסט ווערן דורכגעפירט אויף א ריכטיגע און פראפעסיאנאלע אופן וממיילא העסטו דארפן ווייזן פאר עטליכע מבינים בעפאר די גייסט לייוו
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:25 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:כדי צו פארשטיין וואס די זאלסט אז די האסט נישט מצליח געווען מיט די נישט היימישע מיזטו מער מסביר זיין אין ברענגן א ראיה

אויך האלט איך אז איר זענט זיך שטארק טועה, גאר אסאך היימישע געבן היינט נדבות אונליין און בפרט אויף די ״ חסד פונד״

ועל כולם ווען די גייסט אונליין הייסטו נישט חסדי טובים, די הייסט אלנה ושבעה בניה קומפיין אנגעפירט דורך חסדי טובים ובהסכמת הרב וכו

בקיצור לדעתי מיזטו דאס אויספריבירן , עס איז 2018....

דאס יא, אז שי מאכסט א טעסט מיז די טעסט ווערן דורכגעפירט אויף א ריכטיגע און פראפעסיאנאלע אופן וממיילא העסטו דארפן ווייזן פאר עטליכע מבינים בעפאר די גייסט לייוו

וויפיל איך וועל מסביר זיין וועסטו נישט פארשטיין ביז דו פראבירסט עס, על כן לאדען איך דיך איין, איך וועל דיר צושטעלען די גרעפיק די רבנים די קעיסעס אלעסת און דו לייג עס אויף חסד פאנד, אדרבה אפשר בין איך מיך טועה, וויא אויך וויל איך זאסט פארשטיין אז הגם עס קוקט אויס אז איך האב די וועלטס צייט והא ראי' איך זיץ אויף איי וועלט אבער למעשה בין איך זייער פאריאגט און פארפלאגט, אן א שיעור זאכען ווארטען עס זאל ערלעידיגט ווערען על כן קום נישט אן צו די חסד פאנד, איך בין גרייט צו צאלען פאר די ריכטיגע מענטש, נאך א זאך וויל איך דיר זאגען אז קופת העיר האט א מוראדיג געווער הרב ר' חיים שליט"א, און זיי האבען אריין געפאמאפט מיליאנען בלי גוזמא און אדווערטייזמענטס, וואס איך קען דאס נישט טון, יא דער נאמען ר' חיים איז א ברענד נעים מער וויא די גרעסטע רביס פון פרירדיגן דור, CHECK IT OUT, א קאמפיין וואס טראגט ר חיים אדארך קופת העיר מאכט געלט, טאמער איז עס סתם ר חיים נישט דארך קופת העיר איז שוואכע ריזאלט, קוקו עס נאך,
יישר כח

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:28 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:

U KNOW WHAT? איך וויל נישט זיין סטאבערן אז וואס מען זאגט מיר מאך איך אוועק, איך גיי מיך אריינלייגען דערין, זיי מתפלל, קענסט איינעם וואס פארשטייט דערצו?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:23 pm

שלו' עליך ר' טובי' מאיר שליט"א (כגעדענק אייך נאך פון פענן סטריט אין גראסעריי......)
עכ"פ איך בין שטארק מסכים און נוטה צו הנ"ל
זייער אסאך אידן האבן היינט כשר'ע צוטריט צו די צדקה קאסעס אויפען געוועב
בכלל איז די גערינגסטע וועג היינט צו צאלן אזוי, ווען מענטשן האלטען מיט די ציל און די גאנצע קאמפעין
בא וראה וואס אסאך מוסדות און ארגענעזעישאנס האבען אויפגעטון לעצטנס, פון א האלב מיליאן ביז א מיליאן + אין א קנאפע צוויי דריי טעג

דער עיקר פראבלעם נאר לדעתי איז די קאמפעין פאר די קאמפעין, דהיינו ווי אזוי ווייסט יעדער אז דו מאכסט יעצט א קאמפיין
פארדעם דארף מען האבען א אימעיל מארקעטינג (און אנדערע סאושעל מידיא ווי כקען זיך נישט אויס) ווי מענטשן קענען געבן איין קליק און מנדב זיין א סכום
אזוי האט מען אויך נישט קיין טענות אויף קיין טעלעפאן קאלל'ס ווייל א אימעיל לייען איך ווען "מיר" איז באקוועהם, נישט ערב שבת און הושענה רבה וכדומה,

אוועטאר
מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:31 pm

איך מיין אז די כלל אז "די קאסטומער'ס זענען אלעמאל גערעכט" גייט אן אויך ביי עסקנות, מ'דארף אסאך הערן דעת הקהל, וואס מאכט זיי גיבן געלט, און וואס פארקערט.

אני הקטן מיין אז עס איז נישט יעצט די פאסיגסטע צייט צו מאכן א אנליין קאמפיין ביים היימישען עולם, קודם דארף מען אביסל פארבעסערן די רעפוטאציע ביים עולם, ווי אויך דארף זיין שטיל פאר א וויילע, נישט אז די מענטשן וואס הערן שוין 'א גאנצן טאג' פון חסדי טובים מאורות זאל נאכמער הערן דערפון צוליב די קאמפיין.

אויך וואלט איך געראטן, אז כטאש אין אלגעמיין קוקט אויס ווי איר פירט אלעס אליין ממסד ועד הטפחות, זאלט איר ביי א קאמפיין נעמען נאך מענטשן צו פירן דאס גאנצע קאמפיין, צו א פירמע וואב זאל נעמען דאס גאנצע אויף זיך וכדומה.

הצלחה רבה בכל מעשיכם.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:56 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:שלו' עליך ר' טובי' מאיר שליט"א (כגעדענק אייך נאך פון פענן סטריט אין גראסעריי......)
עכ"פ איך בין שטארק מסכים און נוטה צו הנ"ל
זייער אסאך אידן האבן היינט כשר'ע צוטריט צו די צדקה קאסעס אויפען געוועב
בכלל איז די גערינגסטע וועג היינט צו צאלן אזוי, ווען מענטשן האלטען מיט די ציל און די גאנצע קאמפעין
בא וראה וואס אסאך מוסדות און ארגענעזעישאנס האבען אויפגעטון לעצטנס, פון א האלב מיליאן ביז א מיליאן + אין א קנאפע צוויי דריי טעג

דער עיקר פראבלעם נאר לדעתי איז די קאמפעין פאר די קאמפעין, דהיינו ווי אזוי ווייסט יעדער אז דו מאכסט יעצט א קאמפיין
פארדעם דארף מען האבען א אימעיל מארקעטינג (און אנדערע סאושעל מידיא ווי כקען זיך נישט אויס) ווי מענטשן קענען געבן איין קליק און מנדב זיין א סכום
אזוי האט מען אויך נישט קיין טענות אויף קיין טעלעפאן קאלל'ס ווייל א אימעיל לייען איך ווען "מיר" איז באקוועהם, נישט ערב שבת און הושענה רבה וכדומה,

קודם א יישר כח, איך רעד פון עקספיריענס, אי מעילס און חסד פאנד האט נישט געברענגט פאר מיר קיין ערנסטע געלט, די ריזיגע קאמפיינס - איך פארשטיי נישט צו דעם איך בין נאך נישט דערגאגען וויאזוי עס ארבעט, וואס יא, ווען איך רוף א מארקעטינג פירמע בעטען זיי אזוינע געלטער וואס איך קען נישט צאלען, ביי די וועי איך האלט אסאך מיט, רובא דרובא קאמפיינס (איך רעד נישט פון באמבע מוסדות וויא בוני עולם וכו') ארבעט עס זיך נישט אויס, טראסט מי, איך האלט עס מיט פון דער נאנט, טובים מאורות האלט שוין אן צו גוטען 20 יאר, אריבער אלע מיני זמנים, דאס בעסטע לענ"ד איז אויב איי וועלט איז מסכים און איך קען דא ארבעטען האפ איך אז מען וועט מיר העלפען אויפקומען מיט א גוטע וועג,
יישר כח איך קוק ארויס צו שמועסן ווייטער,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:06 pm

מחשב האט געשריבן:איך מיין אז די כלל אז "די קאסטומער'ס זענען אלעמאל גערעכט" גייט אן אויך ביי עסקנות, מ'דארף אסאך הערן דעת הקהל, וואס מאכט זיי גיבן געלט, און וואס פארקערט.

אני הקטן מיין אז עס איז נישט יעצט די פאסיגסטע צייט צו מאכן א אנליין קאמפיין ביים היימישען עולם, קודם דארף מען אביסל פארבעסערן די רעפוטאציע ביים עולם, ווי אויך דארף זיין שטיל פאר א וויילע, נישט אז די מענטשן וואס הערן שוין 'א גאנצן טאג' פון חסדי טובים מאורות זאל נאכמער הערן דערפון צוליב די קאמפיין.

אויך וואלט איך געראטן, אז כטאש אין אלגעמיין קוקט אויס ווי איר פירט אלעס אליין ממסד ועד הטפחות, זאלט איר ביי א קאמפיין נעמען נאך מענטשן צו פירן דאס גאנצע קאמפיין, צו א פירמע וואב זאל נעמען דאס גאנצע אויף זיך וכדומה.

הצלחה רבה בכל מעשיכם.

דו זאגסט זיין שטיל פאר א וויילע, קוק אהער, איך ברויך די וואך דעקען טשעקס פאר 75,000$, אויך ברויך איך צאלען שכר לימוד בערך 9500.00$, 1 איז א בחור פון א צושמעטערטע שטוב וואס די ישיבה איז זיין ערשטע היים נישט צווייטע היים, דאס אנדערע איז פאר א מיידיל א יתומה אין א סעם וואס דאס איז איר היים, דאס דריטע איז פאר משפחה וואס איז אויף מיינע פלייצעס שוין אפאר יאר, וכדומה, יעדע קעיס פאר זיך איז א עכט הצלת נפשות, ריכטיג איך בין נישט מחויב אבער לעומת זה איך בין צורודערט און משוגע צוקוקענדיג וויא נאך א קינד גייט אראפ פון וועג, נאך א משפחה ווערט דער טאטע אדער מאמע משוגע און גייט אראפ פון וועג, וויא נאך א איד שטארבט נעבעך ווייל מען גלייבט אים נישט (די רבנים גלייבען יא און זיי הייסען טאן) וכו', איך האב היבש משפחות וואס איך האב זיי "נישט" געהאלפען און עס איז גרויסע צרות היינט, איינע פון די משפחות זענען היינט די גרעסטע טראבעל מעיקערס פאר חינוך הטהור, אולי ווען מען העלפט ווען צייטליך וואלטען זיי נישט געוועהן אזוי דערביטערט און וואלטען נישט אראפ פון וועג, אולי, נו קען איך זיין שטיל,

אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

תגובהדורך יאקאן דינעלי » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:15 pm

ס'טוט טאקע זייער שטארק וויי צו הערן די פרייזן פון די היינטיגע מארקעטיג פירמעס אבער אין תש18 איז דאס די וועג. אהן דעם מיין איך זאלט איר אפילו נישט פרובירן.

יעצט איז אזוי אויב האט איהר עטליכע פארמעגליכע אידן וואס זענען גרייט אראפצוסווייפן גאר הויכע ציפערן לדוגמא הונדערט אלפים פאר חסדי טובים מאורות פאר א מעטשינג פאנג קאמפיין וואלט געווען די בעסטע אין איר קענט זיך ארויסלאזן אויף א מאסיווער מיליאן דאללער קאמפיין האלב צאלן די מעטשערס אין האלב כלל ישראל אבער נישט פארגעסן אז ס'מוז ווערן אנגעפירט דורך א פראפעסיענאלער מארקעטינג פירמע, די שאלה איז נאר צו חסדי טובים מאורות האט אזעלכע נדבנים. (לויט די טרענזעקשענס וואס איר האט געברענגט פון הושענא רבה קווקט אויס אז יא)

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

איך גיי אראפ פון זינען

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:59 pm

בס"ד
מען האט געטוישט די וואויס מעיל באקס צו אן אנדערע עקסטענשאן און איך וואונדער מיך אז שוין אפאר טעג קומט נישט געהעריג מעסעדזשעס, יעצט ווער איך געוואויר אז איין סעטינג איז נישט געווען גוט און אלע מעסעדזשעס זענען אריין ערגעץ אנדערש, למעשה האב איך יעצט 295 מעסעדזשעס, ווער ווייס וואסערע קללות איז דא דארט, רבותי I AM GOING OFF MY MIND' די גוטע נייעס איז אז א איד פון ארץ ישראל רופט מיך אריין ער איז גרייט מיר צו העלפען מיט חסד פאנד, אוי רבש"ע העלף, והסר שטן מלפנינו ומאחרינו, עס איז איום ונורא וויפיל שטערינגען עס קומען אריין, איר מוזט פארשטיין עולם חסד יבנה און דער שטן וויל דאס נישט, ר' משה ראטמאן נ"י האט מיר אמאל געזאגט, טובי' מאיר דו מיינסט דו האסט רדיפות?, רבינו הק זי"ע האט געהאט רדיפות, די חילוק איז ביי דיר איז עס מיט קליין געלט און ביים רבין מיט מיליאנען, יא יא ער האט נישט אויפגעגעבען, (ריכטיג ער האט נישט מצער געוועהן מענטשען- אבער פאר דעם זוך איך הילף, ואתכם הסליחה
אידען ראטעוועטס מיך איך טרענק מיך אין חובות און איך פארנעם נישט יודישע צרות

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 5:13 pm

וואס פאר א הילף זיכט איר דא אויף אייוועלט?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 5:15 pm

ולאחיו יאמר "חזק"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 5:30 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:קודם א יישר כח, איך רעד פון עקספיריענס, אי מעילס און חסד פאנד האט נישט געברענגט פאר מיר קיין ערנסטע געלט, די ריזיגע קאמפיינס - איך פארשטיי נישט צו דעם איך בין נאך נישט דערגאגען וויאזוי עס ארבעט, וואס יא, ווען איך רוף א מארקעטינג פירמע בעטען זיי אזוינע געלטער וואס איך קען נישט צאלען, ביי די וועי איך האלט אסאך מיט, רובא דרובא קאמפיינס (איך רעד נישט פון באמבע מוסדות וויא בוני עולם וכו') ארבעט עס זיך נישט אויס, טראסט מי

ווען איך באקום אן אימעיל פון אן ארגאניזאציע סיין איך מיך אראפ און איך מעק אויס דעם אימעיל אויב אבער א חבר שיקט מיר א צדקה אימעיל נעם איך עס מער ערנסט. די געלונגענע אימעיל קאמפעינס זענען אין קהילות וואו דער עולם האלט זיך נאנט און ווילן מנדב זיין אין עהרע פון פלוני או אלמוני, ממילא אזוי ווי איר זאגט אז איר זענט פארבינדן מיט כמעט יעדן רב וואלט איך געראטן אז איר זאלט מאכן קלענערע קאמפעינס אין יעדע קהילה עקסטער וואו איר האט א נצרך אנגעפירט דורך א מארקעטינג קאמפאני און דורכגעפירט by the kehilah for the kehilah מיט די שטיצע פון זייער רב.

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:13 pm

פארשער האט געשריבן:

ערשטענס א יישר כח, איך וואלט אזוי שטארק געוואלט זאגען "ריכטיג אזוי וועל איך פראבירען טאן" PROBLEM BEING עס איז א דרך ארוכה וקצרה, אנצוקומען צו די רבנים און זיי זאלען רעדען צו אנדערע וכו' אז א גרויסע ארבעט, און פארגעס נישט איך ברויך "יעדען טאג 4 5 טויזענט דאלער, און צומאל ריזיגע נומבערס פאר פלוציםדיגע קעיסעס,
איך וויל נאך עפעס מסביר זיין, ווען איך ארבעט ווען אויף איין זאך למשל הכנסת כלה פאר יתומות רח"ל און איך געב פאר יעדע יתומה 1000.00 אדער 2000.00 דאלער, און איך קום מיט א רשימה פון טויזענטער כלות וואס איך האב געהאלפען איז עס אסאך מער עושה רושם וויא אז איך קום מיט א רשימה פון למשל 20 משפחות מיט וועם איך בין יעצט אינוואלווד און יעדע איינע קאסט אן ערך פון 2 3 טויזענט פער חודש, איי מען מוז דאך האבען אזאנס אויך, א טאטע פאר צוזעצטע משפחות, אבער פארפאלען אזוי זענען די הרגישים, יעצט נאך א זאך, אויב ארבעט איך למשל וויא פריער, איך קום אריין צו א גביר ווערט ער נתפעל און מען שמועסט און אסאך מאל קומט ארויס גרויסע זאכען, אבער אז איך העלף אלע מיני קעיסעס, ווען איך קום צום גביר זאגט ער מיר נו איך טו דאך אויך די זעלבע זאך, איי איך בין אים מסביר וואו איך קום אריין, אבער פארפאלען די ערשטע IMPRESSION איז די ריכטיגע, איך האף אז איר פארשטייט, איי וואס וויל איך יא, איך שלאג פאר אז איך קען ווען מאכען א 72 שעהדיגע מעכטיגע קאמפיין פאר א געוויסע סכום אולי וועל איך מצליח זיין אבער צו דעם מוז איך האבען די סאשעל מידיע,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:20 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:וואס פאר א הילף זיכט איר דא אויף אייוועלט?
.
איך האב יעצט א הגרלה וואס מען קען געווינען 100 מאל דעם סכום ביז 10,000$, אויב איר ווייסט פון א פעאיגען יונגערמאן וואס וויל מאכען געלט, איך צאל 35 פראצענט און איך מאך שטארקע מארקעטינג, ברוך השם דאס יאר אליינס איז געוועהן א גורל אויף א סדר טיהש ווערט $20,000 וואס דער געווינער האט עס אפגענומען ביי אינטערנעשאנעל, א הגרלה קיין מירון אין ווערט פון $10,000 וואס דער געווינער -שטיינמענץ- (קלויזענבורגער חסיד) האט עס געווינען, א גורל פאר א 5000.00 לייכטער ביי אינטערנעשאנעל כ"ץ אין קרית יואל האט עס געוואנען, א 5000 מנורה מיט היבש צוגעהער - פרענקעל פון לאס אנזשעלעס, 5000 לייכטער האגער פון לאנדאן, און נאך היבש קלענערע הגרלות,
על כל פנים איך זוך פארקויפערס אין אלע געגענטער, אבער מען מוז טויגען,

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:27 pm

ר׳ טובי מאיר
לדעתי זענט איר נישט איצט ready פאר א charidy style קומפיין מיט מעטשערס
אבער איר העט יא מצליח אויף חסד פונד אויב איר טוט עס ריכטיג וקופת העיר יוכיח

הייב אן מיט עטליכע קליינע קומפיינס פאר עקסטערע צוועקן וואו יעדער קען גיבן וויפיל און פאר וועמען ער וויל

עס קאסט גארנישט אזא קומפיין

אדרבה מען בעהט פון איינער דא אויף אייוועלט וואס האט עקספיריענס זאל אים פרובירן צוצובעלפן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:35 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:ר׳ טובי מאיר
לדעתי זענט איר נישט איצט ready פאר א charidy style קומפיין מיט מעטשערס
אבער איר העט יא מצליח אויף חסד פונד אויב איר טוט עס ריכטיג וקופת העיר יוכיח

הייב אן מיט עטליכע קליינע קומפיינס פאר עקסטערע צוועקן וואו יעדער קען גיבן וויפיל און פאר וועמען ער וויל

עס קאסט גארנישט אזא קומפיין

אדרבה מען בעהט פון איינער דא אויף אייוועלט וואס האט עקספיריענס זאל אים פרובירן צוצובעלפן

יישר כח און תזכה למצות דו רעדסט צו די זאך, וואס איך וואלט געקלעט אז די דאלער א וואך וואלט געוועהן א מעכטיגע אידייע אבער עס איז אויך נישט אזוי פשוט, פארוואס? ווייל יעדע הייליגע זאך איז שווער, איין זאך פארגעס נישט אז איך האב נישט א פראבלעם צו שאפען 15 און אפילו 20 טויזענט א וואך, די פראבלעם איז אז איך בין אזוי נתפרסם געווארען און מען רופט פון איבעראל ובתוכם אזוינע הארץ רייסענדע קעיסעס אז 20,000 א טאג איז נישט גענוג, און איך בעט דיך - זאג נישט אז איך בין נישט מחויב וכדומה, ווייל למעשה פיל איך אז מען וועט זיך צאם נעמען און ארבעטען צוזאמען קען מען יא אנקומען,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:37 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:ר׳ טובי מאיר
לדעתי זענט איר נישט איצט ready פאר א charidy style קומפיין מיט מעטשערס
אבער איר העט יא מצליח אויף חסד פונד אויב איר טוט עס ריכטיג וקופת העיר יוכיח

הייב אן מיט עטליכע קליינע קומפיינס פאר עקסטערע צוועקן וואו יעדער קען גיבן וויפיל און פאר וועמען ער וויל

עס קאסט גארנישט אזא קומפיין

אדרבה מען בעהט פון איינער דא אויף אייוועלט וואס האט עקספיריענס זאל אים פרובירן צוצובעלפן

קופת העיר יוכיח: פאר זייערע קרייזען, זיי קענען מיך נישט, והמציאות יוכיח, און איך האב נישט די מיליאנען פאר אדווערטייזמענט און איך האב נישט ר' חיים שליט"א אז איך זאל קענען שרייבען פסקים אין זיין נאמען, וד"ל,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:41 pm

בס"ד
איינס פון די זאכען וואס איך וויל מפרסם זיין, אויב וויל איינער טון עסקנות פאר א טאטע-זיידע-פעטער-שכן-וכו' געב איך מיינע הגרלות און וואס עס קומט אריין קען ער נעמען פאר דעם צוועק, בתנאי אז א רב וועם איך קען שטייט אונטער דעם, און דאס אליינס האט שוין אריינגעברענגט אסאך געלט פאר אידען, רופט 929-900-1714

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אשדוד און 14 געסט