מתנות פארן חתן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

מתנות פארן חתן

תגובהדורך cravenwalk » דינסטאג יולי 10, 2018 3:10 pm

נא מ'האט ב'ה א שידוך געטוען מיט א טאכטער(צווייטער קינד,
ערשטע מיידל) בשעטו'מ. נא ווי קויפט מען מתנות פארן חתן? טאשן זייגער, בעכער... סקען זיין ריפערבישד אויכט ווילאנג ס'שיין אין גיט.
מיין מחותן איז נישטא אויף אייוועלט

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דינסטאג יולי 10, 2018 3:12 pm

מזל טוב! אסאך אידיש נחת!
אין וועלכע שטאט?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

תגובהדורך cravenwalk » דינסטאג יולי 10, 2018 3:17 pm

משה ישר האט געשריבן:מזל טוב! אסאך אידיש נחת!
אין וועלכע שטאט?


BORO PARK BROOKLYN

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג יולי 10, 2018 3:19 pm

;1@ ;1@ ;1@ -:c:h -:c:h
מזל טוב אסאך נחת

דער מחותן האט דיר שוין געזאגט אז ער איז נישט אויף אייוועלט, אדער ביזט משער?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 10, 2018 3:22 pm

מזל טוב!
חתונה מאלל איז קיין אפציע?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג יולי 10, 2018 3:25 pm

מזל טוב קרעיוו! אלץ א זיידע פונעם חתן וויל איך מעך אריינמישן, וואס'ידאס קויפן א ריפערבישד בעכער? מומע ביילא פלעגט נאכזאגן פון באבי שטעקנווארצל אז פאר א חתן א ת''ח קויפט מען די שענסטע אין טייערסטע...

אגב פארוואס גייט איהר נישט צו קיין חתונה מאלל וואס שטעלט אלעס צו אונעטר איין דאך?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 10, 2018 3:50 pm

מן הסתמא ווייל זיי גיבן "מער" ווי איר דארפט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יולי 10, 2018 3:53 pm

מזל טוב ר' קרעיוון-וואלק, אסאך אידיש נחת

אלס מחותן (כ'נעם נאך אן...) וועל איך מיך ערלויבן צו ענטפערן. חתונה מאלל איז לאו דוקא ביליגער ווי געווענליכע געשעפטן, זיי געבן דיר פשוט א קלענערע אויסוואל (צייגן נישט די טייערערע סחורה) און דארפסט ווייניגער ארומלויפן, קענסט אריינגיין און ארויסגיין מיטן מנורה א.ד.ג. (מיר האבן געקוקט זאכן אין די מאללס, שפעטער צוגעשטעלט צו פרייזן אין געווענליכע געשעפטן, און באשלאסן אז מען קומט נישט אפ ביליגער)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג יולי 10, 2018 4:00 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:מזל טוב קרעיוו! אלץ א זיידע פונעם חתן וויל איך מעך אריינמישן, וואס'ידאס קויפן א ריפערבישד בעכער? מומע ביילא פלעגט נאכזאגן פון באבי שטעקנווארצל אז פאר א חתן א ת''ח קויפט מען די שענסטע אין טייערסטע...

אגב פארוואס גייט איהר נישט צו קיין חתונה מאלל וואס שטעלט אלעס צו אונעטר איין דאך?

ווייל ער וויל נוצן זיין דזשעלי

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג יולי 10, 2018 4:03 pm

מיטן זיין עפענען דעם אשכול האט מיר האט אויסגעקוקט אז ער וויל נוצן די דזשעליס פון די ניקס אויף אייוועלט..

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יולי 10, 2018 8:54 pm

פאר די קויפסט א טייערע הערליכע ריזיגע סעט ׳טור׳ מיט ׳שלחן ערוך׳ פרעג דיין חתן צו ער דארף עס בכלל...
א ש״ס מילא, מ׳דארף דאך פארהערן די קינדער יעדע וואך אבער א טור וואסעפעס??
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יולי 10, 2018 9:47 pm

כא כא כא האט געשריבן:פאר די קויפסט א טייערע הערליכע ריזיגע סעט ׳טור׳ מיט ׳שלחן ערוך׳ פרעג דיין חתן צו ער דארף עס בכלל...
א ש״ס מילא, מ׳דארף דאך פארהערן די קינדער יעדע וואך אבער א טור וואסעפעס??

כ' ווייטאג נאכאלץ פ"וו כ'האב נישט א סעט טוש"ע, א אידיש שטוב אן די ספרי הלכה שכל ישראל נשענים עליהם!?
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 10, 2018 10:12 pm

די בעסטע מתנה וואס מיין שווער האט מיר געגעבן איז געווען א טור [באקומען ביים זיך פארהערן הל' פסח].

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

וועלכע מתנות געבט מען פארן חתן ?

תגובהדורך cravenwalk » מיטוואך יולי 11, 2018 9:41 am

געטוישט קעפל
וועלכע מתנות געבט מען פארן חתן ?
דארף מען געבן א זייגער מיט א מגילה ?
זאגט מען מיר יעצט אז מ'דארף געבן אויכעט מחזורים פארן חתן! ג'הערט אזאנס? איך האב נישט באקומן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 11, 2018 9:49 am

א מגילה איז גאר פראקטיש, ווערט גענוצט געזונטערהייט ביז די 120, מחזורים איז אויסגעווארפן געלט, זע וויפיל דערפון בלייבט פערלאזט אין שול נאך די ימים טובים.

א טור ושו"ע איז א מוז אין א אידישע שטוב, אויב האלט ער טאקע אז ער האט זיך איינגעקויפט א תכשיט, טאמיר נישט איז א סובסקריפשען צום מאמענט גענוג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יולי 11, 2018 1:16 pm

farshlufen האט געשריבן:א מגילה איז גאר פראקטיש, ווערט גענוצט געזונטערהייט ביז די 120, מחזורים איז אויסגעווארפן געלט, זע וויפיל דערפון בלייבט פערלאזט אין שול נאך די ימים טובים.

א טור ושו"ע איז א מוז אין א אידישע שטוב, אויב האלט ער טאקע אז ער האט זיך איינגעקויפט א תכשיט, טאמיר נישט איז א סובסקריפשען צום מאמענט גענוג.


מחזורים איז אויסגעווארפן געלט און א שס אויכט אפילו די קליינע סעט אויב עפעס קויף אים א ברכות און ווען ער וועט דאס מסיים זיין וועט ער באקימען א מסכת שבת טור ושו"ע קענסטי אויכט ריפלעסן מיט א סעט אוצר הלכות עס איז בכלל נישט קיין מוז
די בעסטע מתנה וואס מיין שווער האט מיר געגעבן איז געווען א מגילה פון דעם האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון אלע מתנות
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יולי 11, 2018 1:23 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:טור ושו"ע קענסטי אויכט ריפלעסן מיט א סעט אוצר הלכות עס איז בכלל נישט קיין מוז

אוטש!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך יולי 11, 2018 1:24 pm

אדער יא האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:פאר די קויפסט א טייערע הערליכע ריזיגע סעט ׳טור׳ מיט ׳שלחן ערוך׳ פרעג דיין חתן צו ער דארף עס בכלל...
א ש״ס מילא, מ׳דארף דאך פארהערן די קינדער יעדע וואך אבער א טור וואסעפעס??

כ' ווייטאג נאכאלץ פ"וו כ'האב נישט א סעט טוש"ע, א אידיש שטוב אן די ספרי הלכה שכל ישראל נשענים עליהם!?

וויפיל יארן ווייטאגסטו שוין אזוי??? און נאך אלץ האסטו דיר נישט געקענט עפפארדען איינס אליינס?? נאר דיין מחותן וואס האט געגאסם 50 אלפים פאר'ן חתונה האט עס למען ד' געמיזט קויפען?? 8.)

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 11, 2018 1:26 pm

אין די היינטיג חבורה וועלט איז א ש"ס בכלל נישט קיין געלט אויסווארף
איך מיין אז די מערסט געניצטע ספר ביי מיר אינדערהיים איז די ש"ס!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יולי 11, 2018 1:34 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אין די היינטיג חבורה וועלט איז א ש"ס בכלל נישט קיין געלט אויסווארף
איך מיין אז די מערסט געניצטע ספר ביי מיר אינדערהיים איז די ש"ס!

אין די היינטיג חבורה וועלט שטעלט די חבורה צו גמרות ביי יעדע סיום
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 11, 2018 1:40 pm

איך האב באקומען א מגילה שטארק הנאה דערפון אבער איך האלט נישט אז ס'איז א מאסט פאר א אינגערמאן דאס צו האבן
אתרוג פישקע געלט אין מיסט


איך האב נאך קיין גמרא נישט באקומען פונ'ם חבורה אחוץ עפעס מיטצונעמען אויף א פליגער...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 11, 2018 1:40 pm

איך האלט אז א מגילה איז אויסגעווארפן געלט, עס קאסט טייער, און מען קען זיך באגיין זייער שיין אן דעם (א מנורה מוז יעדער האבן, אבער א מגילה קען מען אריינקוקן מיטן שכן ביז מען ערלויבט זיך אליינס צו קויפן, ווי איך האב געטוהן ב"ה)

א ש"ס און א טור שו"ע האב איך געקויפט, הגם איך אלס חתן האב בלויז באקומען א ש"ס, און געמוזט אליינס קויפן א טור ושו"ע (אור אלטע דרוק..)

מחזורים? איך האב נישט באקומען אלס חתן, נאר ארום צען יאר נאך די חתונה. אפשר וועל איך אבער יא קויפן פארן חתן, ווייל עס איז פשוט דא גאר אסאך ימים טובים און מען דארף שיקן מתנות..

אתרוג פושקע וועל איך אויך אי"ה קויפן, הגם איך קען אמאל נוצן בלויז דעם פאפירענעם גאנץ סוכות.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך יולי 11, 2018 2:25 pm

לכאורה האט געשריבן:מחזורים? איך האב נישט באקומען אלס חתן, נאר ארום צען יאר נאך די חתונה. אפשר וועל איך אבער יא קויפן פארן חתן, ווייל עס איז פשוט דא גאר אסאך ימים טובים און מען דארף שיקן מתנות..



איך נוץ נאך מיין אלטע פון אלץ בחור ווייל כ'האב נישט קיין נערווען צו שלעפן די גרוסע גראבע מחזור המפורש

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך יולי 11, 2018 2:33 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:א מגילה איז גאר פראקטיש, ווערט גענוצט געזונטערהייט ביז די 120, מחזורים איז אויסגעווארפן געלט, זע וויפיל דערפון בלייבט פערלאזט אין שול נאך די ימים טובים.

א טור ושו"ע איז א מוז אין א אידישע שטוב, אויב האלט ער טאקע אז ער האט זיך איינגעקויפט א תכשיט, טאמיר נישט איז א סובסקריפשען צום מאמענט גענוג.


מחזורים איז אויסגעווארפן געלט און א שס אויכט אפילו די קליינע סעט אויב עפעס קויף אים א ברכות און ווען ער וועט דאס מסיים זיין וועט ער באקימען א מסכת שבת טור ושו"ע קענסטי אויכט ריפלעסן מיט א סעט אוצר הלכות עס איז בכלל נישט קיין מוז
די בעסטע מתנה וואס מיין שווער האט מיר געגעבן איז געווען א מגילה פון דעם האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון אלע מתנות


וויסט פארוואס די האסט די מערסטע הנאה געהאט פון דיין מגילה? ווייל אזוי האט יעדער געזעהן אז די האסט געטון א בעל בתי'שע שידוך.

אבער ווען מען טראכט אריין איז דאס פון די ווייניגסטע וויכטיגע מתנות, און פון די זאכן וואס ווערט גאר ווייניג באנוצט

און קרעווינוואלק מזל טוב צו זיין שידוך, זאלסט זען אסאך שמחות און נחת ביז די 120, און חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מיטוואך יולי 11, 2018 3:16 pm

farshlufen האט געשריבן:א מגילה איז גאר פראקטיש, ווערט גענוצט געזונטערהייט ביז די 120, מחזורים איז אויסגעווארפן געלט, זע וויפיל דערפון בלייבט פערלאזט אין שול נאך די ימים טובים.

א טור ושו"ע איז א מוז אין א אידישע שטוב, אויב האלט ער טאקע אז ער האט זיך איינגעקויפט א תכשיט, טאמיר נישט איז א סובסקריפשען צום מאמענט גענוג.


פארוואס דארף מען א מגילה? איך בין א בעל קורא האב איך מיט די יארן זיך פארשאפט א מגילה, אבער ווער עס ליינט נישט, אמאי?
מחזורים (איך זאג נישט אז מען דארף עס קויפן) אבער טייל מענטשן וואס האבן א שטארקע געפיל צום דאווענען האבן אויך א שטארקע געפיל צו מחזור אין וואס זיי דאווענען, איך האב זייער ליעב מיין מחזור (יא עס איז דארכגעוויגט מיט טרערן וואס א אינגערמאן פארגיסט אויף זיך די משפחה אין די קינדער - טראכט א מינוט פון אהבה רבה אין שבועות, ווי דער חזן שרייט מי יחי' ומי ימות האט זיך נישט געגליטשט א טרער אויפן מחזור'ל,די יהי רצון נאך די סדר העבודה יוה"ק ביי מוסף די אמן וואס דו האסט געשריגן נאך שנת רפואה, שנה שלא יצתרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר, שנה שלא תפיל אשה פרי בטנה, אפססס, איך קען נישט מער, די גאלדענע טאשען זייגער וואס האט סימבאליש איינגעקריצט די דאטום פון מיין תנאים ליגט אין מיין לעדל ווייל די זייגער דערציילט מיר מיין טעלעפאן [אפשר א האנט זייגער וואלט איך כאטש גענוצט] עני וועי, איך עפרישיטעט זייער ווער עס האט מיר געקויפט דעם מחזור (גראדע נישט לעדער)
נאר וואס דען אז דו קויפסט עס פאר איינעם דארפסטו ווויסן וואס ער גלייכט ס'איז דא אן אויסוואל און צו יעדן רעדט עפעס אנדערש (אין צו טייל גארנישט)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט