הריני מקבל עלי… את עצמי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

הריני מקבל עלי… את עצמי

תגובהדורך קנקן מלא » דאנארשטאג יוני 14, 2018 1:53 pm

שלום עליכם טייערע חברים,
היינט לעבן מיר דאך אינעם ׳טויש׳ עפאכע, ס׳איז א וועלט פון שיעורים און מעטאדן ווי אזוי זיך צו ׳טוישן׳ צו האבן א בעסערע לעבן, וכידוע אמאל ארבעט עס יא און אמאל נישט.
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

זיך אנעמען אזוי-ווי מען איז - סעלף עקסעפטענס

תגובהדורך קנקן מלא » דאנארשטאג יוני 14, 2018 2:02 pm

אין דעם אשכול וואלט איך געוואלט עפענען א נושא און דיסקאסירן א ענין וואס איך שפיר איז א וויכטיגע אינגרידיענט וואס פארלאנגט זיך איידער מ׳זיכט זיך צו טוישן - און דאס איז טאקע דער היפך דערפון, עס איז דער מדרגה פון ״זיך אנעמען אזוי ווי מ׳איז - סעלף עקסעפטענס״.

איז קודם א קורצע הקדמה, וואס איז דאס ׳סעלף-עקסעפטענס׳?

פאר לערך 15 יאר צוריק ווען ס׳איז צוריק געקומען צו מיר אז די שידוך איז געווארן ׳אויס׳, און ווי איך האב דערווישט, איז עס געווען ווייל ס׳איז פאר זיי נישט געפאלן מיין… האבן זיך גענומען פליסן מאמרים און פתגמים פון אלע זייטן:
א שידוך איז באשערט…, אלעס איז פון אויבן…, די ריכטיגע זיווג איז נאכנישט גרייט…, ׳אויב זיי דארפן דיר נישט, דעמאלס דארפן אונז ׳זיי׳ נישט… וכו׳, וכו׳
ווי פארשטענדליך האבן אלע מיינע ארומיגע געוואלט מאכן זיכער אז איך ווער נישט עפעקטעד פונעם דורכפאל און האבן מיר באמת מחזק געווען און איך בין געווען זיכער ביי מיר אז דעם באשערטן און ריכטיגן זיווג וועט אנקומען בעתו ובזמנו - וכך הווה.
כ׳האב טאקע חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת מיט מיין זיווג הגון כליל המעלות אז ס׳האט זיך גלוינט צו ווארטן…!
אלעס פארט ווי א באן אויפ׳ן שענסטן און בעסטען, שלום בית, פרנסה א.א.וו. - וואלט איך ערווארטעט אז איך זאל זיין העכסט צופרידן….
למעשה אבער; בין איך אינערליך כסדר אנגעצויגן און נערוועיז, ממש איך קען זיך נישט טרעפן דאס ארט, עפעס א אומצופרידנקייט לויפט מיר נאך… וואס איז דאס??
ס׳איז עפעס וואס איך קען זייער נישט פארנעמען, און אין די זעלבע צייט איז עס עפעס וואס איך קען זיך דערפון נישט באהאלטן, ס׳איז כסדר מיט מיר און כ׳קען נישט פטור ווערן דערפון…
לאמיר טראכטן: וואס קען דאס זיין…?
אהה, כ׳האב געכאפט, סאיז: ״דעם חסרון״ וואס איך האב… וואס יענע האבן מיר נישט געוואלט דערוועגן.
איי, פאר וואס באדערט עס מיר, כ׳האב דאך שוין לאנג פארגעסן פון ׳יענע׳ שידוך און איך האב זייער פיין חתונה געהאט…? ניין, נישט דער אפגעזאגטן שידוך באדערט מיר (יענס האב איך שוין ׳לאאאנג׳ מוחל געווען און פארגעסן…).
וואס ס׳שטערט מיר זייער און לאזט מיר נישט קיין מנוחה איז דער פאקט אז איך האב; ״דעם חסרון״.
——————
אט דאס רבותי, הייסט ׳נישט׳ זיך אנגענומען אזוי-ווי מ׳איז!

מיין מיינונג - וואס צוליב דעם האב איך געעפענט דעם אשכול איז - אז די ערשטע שטאפל אין עבודה (סיי בגשמיות און סיי ברוחניות) איז אנציקומען צו ׳סעלף-עקספטענס׳, און קענען ׳זיך׳ מקבל זיין באהבה, אזוי-ווי איך בין יעצט, בכל מקום ומצב שהוא.
איך בין גרייט צו ׳אננעמען׳ הערות והארות ׳באהבה׳… איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, ישר כח!
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » זונטאג יוני 17, 2018 11:11 am

אריבער 100 אידן האבן שוין געזען דעם אשכול ואין גם אחד וואס זאל שפירן פאר וויכטיג צו קאמענטארן...?

(א חוץ איינער אין אישי וואס האט מיר זייער באדאנקט זאגענדיג אז די נושא איז זייער וויכטיג און אקטועל ביי אים)

איך האב זייער געהאפט אז ס׳וועט ווערן א דין ודברים איבער דעם נושא און ס׳איז באמת דא אזוי פיל ארומצורעדן איבער דעם נושא, אבער אז ס׳ווייזט זיך אויס אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט טוט מיר עס זייער וויי... נו, ווייסן מיר דאך אבער וואס צו טון, איך גיי שוין פראבירן און מסדר זיין אז איך נעם זיך אן (עקסעפט) ׳באהבה׳..! אפילו ס׳שטעלט זיך ארויס אז כ׳בין נישט דער ׳שרייבער׳ וואס כ׳האב זיך איינגערעדט אז איך בין...

האט׳ס מיר אלע א לעכטיגן תמיד... הצלחה רבה!
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » זונטאג יוני 17, 2018 11:24 am

קנקן מלא האט געשריבן:אריבער 100 אידן האבן שוין געזען דעם אשכול ואין גם אחד וואס זאל שפירן פאר וויכטיג צו קאמענטארן...?

(א חוץ איינער אין אישי וואס האט מיר זייער באדאנקט זאגענדיג אז די נושא איז זייער וויכטיג און אקטועל ביי אים)

איך האב זייער געהאפט אז ס׳וועט ווערן א דין ודברים איבער דעם נושא און ס׳איז באמת דא אזוי פיל ארומצורעדן איבער דעם נושא, אבער אז ס׳ווייזט זיך אויס אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט טוט מיר עס זייער וויי... נו, ווייסן מיר דאך אבער וואס צו טון, איך גיי שוין פראבירן און מסדר זיין אז איך נעם זיך אן (עקסעפט) ׳באהבה׳..! אפילו ס׳שטעלט זיך ארויס אז כ׳בין נישט דער ׳שרייבער׳ וואס כ׳האב זיך איינגערעדט אז איך בין...

האט׳ס מיר אלע א לעכטיגן תמיד... הצלחה רבה!

יישר כח פארן עפענען אזיין אונטרעסאנטע אשכול

וויא עס זעט אויס וועסט נישט דארפן ניצן דא די "סעלפ עקסעפטענס" טאאל, ווייל דו ביסט א גוטע שריבער מיט א גוטן פענע...

אונז ווארטן צוהערן מיט דורשט "וויאזוי" מען קען זיך עקסעפטן אפילו מען ווייסט אז יענער ווייסט חסרונות אויף מיר, און פארדעם וויל ער זיך נישט משדך זיין מיט מיר

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 17, 2018 11:39 am

איך זעה יעצט דאס ערשטע מאל דיין אשכול, און ממילא ענטפער איך יעצט דאס ערשטע מאל...

האסט זייער גוט געשריבן. עס איז פשוט אז דער פראבלעם פון סעלף עקספטענס, למשל ביי דעם פאל וואס דו ברענגסט ארויס אז מען האט אמאל געהאט א שטארקע רידזשעקשן פון א צווייטן וועגן דעם חסרון, איז פשוט אז עס לויפט נישט נאך דעם מענטש וועגן יענע שידוך וואס מען האט אפגעלאזט, נאר ווייל דער מענטש האט סובקאנטשעסלי א פחד אז ער וועט האבן נאך רידזשעקשנ'ס, צו ביי ביזנעס, צו אין שידוכים ביי די קינדער וכדו'. ממילא, מוז מען ארבעטן אויף א מהלך פון עס עקסעפטן אויף א וועג אז "דאס גייט מיר נישט שטערן", נישט אז איך קעיר נישט וואס יענער זאגט.

מער אפשר שפעטער אי"ה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יוני 17, 2018 12:15 pm

יעצט באמערקט די אשכול

לדעתי אז די וועסט טוישן די אשכול נאמען צו א מער פאסיגע, און עס אריינלייגן אין קרעטשמע וועלן עס מער מענטשן זעהן און מגיב זיין

ייש״כ פארן ארויפברענגען די וויכטיגע נושא
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » זונטאג יוני 17, 2018 12:35 pm

כ'בין מיט דיר הונדערט פראצענט.
ס'איז די שליסל צו א נארמאלן לעבן.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

תגובהדורך שמאלציג » זונטאג יוני 17, 2018 12:39 pm

קנקן מלא האט געשריבן:וואס ס׳שטערט מיר זייער און לאזט מיר נישט קיין מנוחה איז דער פאקט אז איך האב; ״דעם חסרון״.
——————
אט דאס רבותי, הייסט ׳נישט׳ זיך אנגענומען אזוי-ווי מ׳איז!

מיין מיינונג - וואס צוליב דעם האב איך געעפענט דעם אשכול איז - אז די ערשטע שטאפל אין עבודה (סיי בגשמיות און סיי ברוחניות) איז אנציקומען צו ׳סעלף-עקספטענס׳, און קענען ׳זיך׳ מקבל זיין באהבה, אזוי-ווי איך בין יעצט, בכל מקום ומצב שהוא.
איך בין גרייט צו ׳אננעמען׳ הערות והארות ׳באהבה׳… איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, ישר כח!


דער שורש הדברים איז אז איר האט נאר 'בדיעבד' מסכים געווען צו אייער חסרון, און נישט עוקר געוען מן השורש דער 'עצם' געדאנקענגאנג אז דא איז דא א חסרון

דער ריכטיגער מהלך המחשבה איז אזוי

    איך האב מיך נישט אליין באשאפען
    דער באשעפער אויף דער וועלט וואס באשאפט מקרני ראם עד ביצי כנים האט מיך באשאפן אויף דער וועלט
    ער האט מיך באשאפען אזוי ווי איך בין נישט ביי מיסטעיק, נאר וווייל ער דארף מיין עבודה אויף דעם אויפן ווי איך בין
    דער באשעפער האט מיך דיזיינט דוקא אויף דעם אויפן כדי איך זאל אין מיין לעבן טוען דוקא וואס איז שייך לויט דעם
    ער האט מיך דוקא אזוי באשאפען איך זאל נישט אריינפאלן און יענע נישט געווארענע שידוך
    איך האב די 200 מעלות און 10 חסרונות, און מיין חבר האט זיינע 200 מעלות און זיינע 10 חסרונות ווייל זיין תפקיד אויך דעם עולם איז אנדערט ווי מיינע
    דוקא אזוי און דארט ווי איך בין כדי מיין נשמה זאל מתוקן ווערן לויט מיינע מעשים און מעגליכקייטן אויף דעם עולם און נישט אנדערע זאכן וואס איך קען נישט טוען און צוקומען דערצו.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג יוני 17, 2018 12:41 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:יעצט באמערקט די אשכול

לדעתי אז די וועסט טוישן די אשכול נאמען צו א מער פאסיגע, און עס אריינלייגן אין קרעטשמע וועלן עס מער מענטשן זעהן און מגיב זיין

ייש״כ פארן ארויפברענגען די וויכטיגע נושא


גראדע נאכן ליינען וואס ער שרייבט איז מיר זייער געפאָלן די געדאנק פונעם קעפל אויפן אשכול, עס ברענגט זייער גוט ארויס די טיפקייט פונעם נושא, אז איך בין מקבל אויף זיך וואס? וועמען? מיך אליינס! וויאזוי איך איך בין כמות שהוא אקצעפטיר איך מיין עקזיסטענץ בלא כחל ולא שרק, און איך בין פולקאם צופרידן מיט מיר אליינס!

די יסוד פון דעם איז זייער א טיפע געדאנק, וואס האט א שטארקע שורש בספרי קודש, און ווען א מענטש נעמט זיך עס באמת אריין אין מחשבה אז נישט קיין חילוק וויאזוי איך זעה אויס און וואספארא טייפ מענטש דער אייבערשטער האט מיך באשאפן בין אין 100% איינשטימיג מיט דעם, און איך מאך באמת שלום מיטן מצב הן מיט מיינע מעלות און אויך מיט די חסרונות, לעבט מען באמת אסאך א רואיגערע און צופרידענע לעבן.

(עס מיינט אוודאי נישט אז מ'דארף זיין צופרידן אויף אזא וועג פון שלום עלי נפשי און לאמיך בלייבן אויפן זעלבן שטאפל ווי איך בין בלי התעלות כלל, נאר צו קענען מבחין זיין בין זה לזה, והדברים ארוכים).

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יוני 17, 2018 2:11 pm

אויך הערשט יעצט געזען דעם אשכול,

די נושא איז זייער א וויכטיגע אין א טיעפע, די שליסל מצליח זיין ברוחניות אין בגשמיות.
דעס נישט אננעמען זיך ברענגט אומצופרידנקייט אין מאכט דעם מענטש זאל נישט קענען שטייגן

הלוואי וואלט מען ווען גערעדט מער פין דעם כד הוינא טליא וואלט איך מיך געשפארט עגמת נפש

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » זונטאג יוני 17, 2018 2:17 pm

ישר כח טייערע חברים ס׳איז אייער זכות א מגיימיר בס״ד ממשיך זיין...

צום ערשט לאמיר קודם אויסקלארן און אפטיילן ׳סעלף׳ עקסעפטענס פון עקסעפטן ׳ריאליטי׳

עקסעפטן ריאליטי מיינט גאנץ פשוט ׳שלום מאכן מיטן מצב׳, לאמיר אבער אריינגיין ביסעלע טיפער אין ׳סעלף עקסעפטענס׳:

דער ׳בעל חסרון׳ האלט אט אט ביים גומר זיין א מעכטיגן ביזנעס דיעל ווען פלוצלינג איז ארויפגעברענגט געווארן איין פוינט וואס האט דעם ׳בעל חסרון׳ ארויסגענומען פון די כלים, והמקח בטל!

ס׳נישט קיין סוד אז דער יעניגער ליידט אויף ׳כעס׳, און ס׳באדערט אים טאקע, אבער דאס איז וואס פאסירט... יעצט איז אזוי; דער ביזנעס דיעל קען ריפלעיסט ווערן און אפילו מיט א בעסערן... און אויב נישט מאכט מען שלום מיטן מצב.

אבער דער ׳פאקט׳ אז איך בין א כעס׳ן, און איך קען אויף מיר נישט שולט זיין דאס איז ׳מיין׳ חסרון און ס׳גיבט מיר א נידריגע ״רעיטינג״ * .

נו, אז כ׳בין א בעל חסרון בין איך נישט ווערט. ס׳מאכט נישט צופיהל אויס אויב מ׳ניצט מיר אויס (אביוז), ס׳מאכט נישט אויס אויב כ׳בין נישט מצליח (כ׳מעג זיך מתרשל זיין), א.א.וו.

אדער פארלירט ער נישט זיין נאטירליכער זעלבסט ווירדע נאר ס׳ווערט א אינערליכע מלחמה און קאנפליקט מיט דעם געפיל אז כ׳בין ׳ווערט׳ מיטן השקפה אז א בעל חסרון איז ׳נישט׳ ווערט.

׳סעלף עקסעפנענס׳ מיינט:

״מיט סיי וועלכע חסרונות איך דריי זיך ארום, סיי חסרונות וואס כ׳בין ׳נישט׳ שולדיג דערויף, סיי חסרונות וואס איך בין ׳יא׳ שולדיג דערויף, איז נישט קיין סיבה אז כ׳זאל זיך וועלן לייגן אין גארבידזש, און אויך גיב איך זיך נישט קיין נידריגער ׳רעיטינג׳, איך גיב זיך ׳בכלל נישט׳ קיין רעיטינג, איך גיי קיינמאל נישט ארויף אויף קיין ליסט בכלל; ביי מיר בין איך דער ׳איינציגסטער מענטש אויפן ליסט׳ און אלעמאל געדענק איך ״חייך קודמין״ און אין סיי וועלכע מצב איך געפון זיך ווייס איך אז ״בשבילי נברא העולם״!

למעשה איז דא אסאאאאאך מכשולות מיט פאלשע שיטות און השקפת וואס לאזט נישט צוקומען צו ׳סעלף עקסעפטענס׳, בעז״ה האף איך אז אין דעם אשכול וועלן מיר צונעמען איינס ביי איינס און פריי מאכן דעם וועג צו קענען ׳זיך׳ אנעמען כמו שהוא...



---------

* וואסידאס רעיטינג?

איז אזוי; אריינקומענדיג צווישן עולם וועט דער מוח (סוב-קאנטשעסלי) ליסטן און רעיטן דעם עולם, לויט א געוויסע גיידליין, דער איז זייער א חשוב׳ער איד, נומער איינס, דער צווי א.א.וו., זיך אליינס אבער (וויבאלד ס׳איז דאך ״לב יודע מרת נפשו״, משא״כ ביי אנדערע גלאנצטעס פונדערויסן) וועט ער זיך לייגן ערגעץ צום סוף...
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג יוני 17, 2018 2:20 pm

קנקן מלא האט געשריבן:אריבער 100 אידן האבן שוין געזען דעם אשכול ואין גם אחד וואס זאל שפירן פאר וויכטיג צו קאמענטארן...?

(א חוץ איינער אין אישי וואס האט מיר זייער באדאנקט זאגענדיג אז די נושא איז זייער וויכטיג און אקטועל ביי אים)

איך האב זייער געהאפט אז ס׳וועט ווערן א דין ודברים איבער דעם נושא און ס׳איז באמת דא אזוי פיל ארומצורעדן איבער דעם נושא, אבער אז ס׳ווייזט זיך אויס אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט טוט מיר עס זייער וויי... נו, ווייסן מיר דאך אבער וואס צו טון, איך גיי שוין פראבירן און מסדר זיין אז איך נעם זיך אן (עקסעפט) ׳באהבה׳..! אפילו ס׳שטעלט זיך ארויס אז כ׳בין נישט דער ׳שרייבער׳ וואס כ׳האב זיך איינגערעדט אז איך בין...

האט׳ס מיר אלע א לעכטיגן תמיד... הצלחה רבה!



איר שרייבט זייער שיין אין געשמאק.
ביטע שרייבט מעטאדען און עצות ווי אזוי איר האט עס דורך געמאכט, וואס אנדערע וועלן קענען ניצן ווען זיי זענען און אזא מצב.
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג יוני 17, 2018 5:18 pm

קנקן מלא האט געשריבן:אריבער 100 אידן האבן שוין געזען דעם אשכול ואין גם אחד וואס זאל שפירן פאר וויכטיג צו קאמענטארן...?

(א חוץ איינער אין אישי וואס האט מיר זייער באדאנקט זאגענדיג אז די נושא איז זייער וויכטיג און אקטועל ביי אים)

איך האב זייער געהאפט אז ס׳וועט ווערן א דין ודברים איבער דעם נושא און ס׳איז באמת דא אזוי פיל ארומצורעדן איבער דעם נושא, אבער אז ס׳ווייזט זיך אויס אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט טוט מיר עס זייער וויי... נו, ווייסן מיר דאך אבער וואס צו טון, איך גיי שוין פראבירן און מסדר זיין אז איך נעם זיך אן (עקסעפט) ׳באהבה׳..! אפילו ס׳שטעלט זיך ארויס אז כ׳בין נישט דער ׳שרייבער׳ וואס כ׳האב זיך איינגערעדט אז איך בין...

האט׳ס מיר אלע א לעכטיגן תמיד... הצלחה רבה!

ווערט נישט אזוי שנעל באליידיגט... ס'בכלל דא ווייניג מגיבים אפילו אויף לייכטערע נושאים, כש"כ אן אשכול איבער טיפע נושאים אין תורת הנפש, אז איר פרעגט מיר שרייבט ווי לייכטער, גענוג ברייט אויסגעשמועסט יעדע זאך, וועט איר מער קאנעקטן מיטן עולם, און וועט אויטאמאטיש באקומען מער רעספאנסעס.

אני הק' האב עס נאכנישט געליינט...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יוני 24, 2018 10:52 pm

קנקן מלא האט געשריבן:ישר כח טייערע חברים ס׳איז אייער זכות א מגיימיר בס״ד ממשיך זיין...

צום ערשט לאמיר קודם אויסקלארן און אפטיילן ׳סעלף׳ עקסעפטענס פון עקסעפטן ׳ריאליטי׳

עקסעפטן ריאליטי מיינט גאנץ פשוט ׳שלום מאכן מיטן מצב׳, לאמיר אבער אריינגיין ביסעלע טיפער אין ׳סעלף עקסעפטענס׳:

דער ׳בעל חסרון׳ האלט אט אט ביים גומר זיין א מעכטיגן ביזנעס דיעל ווען פלוצלינג איז ארויפגעברענגט געווארן איין פוינט וואס האט דעם ׳בעל חסרון׳ ארויסגענומען פון די כלים, והמקח בטל!

ס׳נישט קיין סוד אז דער יעניגער ליידט אויף ׳כעס׳, און ס׳באדערט אים טאקע, אבער דאס איז וואס פאסירט... יעצט איז אזוי; דער ביזנעס דיעל קען ריפלעיסט ווערן און אפילו מיט א בעסערן... און אויב נישט מאכט מען שלום מיטן מצב.

אבער דער ׳פאקט׳ אז איך בין א כעס׳ן, און איך קען אויף מיר נישט שולט זיין דאס איז ׳מיין׳ חסרון און ס׳גיבט מיר א נידריגע ״רעיטינג״ * .

נו, אז כ׳בין א בעל חסרון בין איך נישט ווערט. ס׳מאכט נישט צופיהל אויס אויב מ׳ניצט מיר אויס (אביוז), ס׳מאכט נישט אויס אויב כ׳בין נישט מצליח (כ׳מעג זיך מתרשל זיין), א.א.וו.

אדער פארלירט ער נישט זיין נאטירליכער זעלבסט ווירדע נאר ס׳ווערט א אינערליכע מלחמה און קאנפליקט מיט דעם געפיל אז כ׳בין ׳ווערט׳ מיטן השקפה אז א בעל חסרון איז ׳נישט׳ ווערט.

׳סעלף עקסעפנענס׳ מיינט:

״מיט סיי וועלכע חסרונות איך דריי זיך ארום, סיי חסרונות וואס כ׳בין ׳נישט׳ שולדיג דערויף, סיי חסרונות וואס איך בין ׳יא׳ שולדיג דערויף, איז נישט קיין סיבה אז כ׳זאל זיך וועלן לייגן אין גארבידזש, און אויך גיב איך זיך נישט קיין נידריגער ׳רעיטינג׳, איך גיב זיך ׳בכלל נישט׳ קיין רעיטינג, איך גיי קיינמאל נישט ארויף אויף קיין ליסט בכלל; ביי מיר בין איך דער ׳איינציגסטער מענטש אויפן ליסט׳ און אלעמאל געדענק איך ״חייך קודמין״ און אין סיי וועלכע מצב איך געפון זיך ווייס איך אז ״בשבילי נברא העולם״!

למעשה איז דא אסאאאאאך מכשולות מיט פאלשע שיטות און השקפת וואס לאזט נישט צוקומען צו ׳סעלף עקסעפטענס׳, בעז״ה האף איך אז אין דעם אשכול וועלן מיר צונעמען איינס ביי איינס און פריי מאכן דעם וועג צו קענען ׳זיך׳ אנעמען כמו שהוא...



---------

* וואסידאס רעיטינג?

איז אזוי; אריינקומענדיג צווישן עולם וועט דער מוח (סוב-קאנטשעסלי) ליסטן און רעיטן דעם עולם, לויט א געוויסע גיידליין, דער איז זייער א חשוב׳ער איד, נומער איינס, דער צווי א.א.וו., זיך אליינס אבער (וויבאלד ס׳איז דאך ״לב יודע מרת נפשו״, משא״כ ביי אנדערע גלאנצטעס פונדערויסן) וועט ער זיך לייגן ערגעץ צום סוף...


רב קנקן עס איז מלא חידושים אין איר ברענגט עס געוואלדיג גיט ארויס וואס עס געשעט ביי עקסעפטן ריאליטי ווס. סעלף עקסעפטענס ווי ער רעט זיך בכלל נישט אזוי אויך באופן כללי די סוב קאנדשוס רעיטינג וואס א מענטש גיט זיך

איך מיין מען קען שוין גיין ווייטער צי די נעקסטע שטאפל.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יוני 25, 2018 11:17 am

האמיר יעצט געזען דעם אשכול.

כ'האב הנאה ווי איר לייגט עס אראפ מיט א צוגעלאזענע שפראך, נישט מיט הויכע ווערטער וואס כ'וואלט קיינמאל פארשטאנען...

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג יוני 25, 2018 2:14 pm

איך מיין אז עס גייט זיין זייער א שוואכע טורנאוט צו דעם אשכול, ווייל...

רוב מענטשן האבן נישט ליב צו רעדן פון געפילן, ובפרט פון אומאיינגענעמע, מען דערשטיקט דאס אונטערן דראנג. מען איז מעלים עין דערפון כאילו עס איז נישטא.

למשל, ווען דו האסט געשריבן אז עס טוט דיר וויי אז דו האסט געמיינט אז עס גייט זיין א שטארקע דעבאטע, און דערווייל שלאפט עס. האט עס דיר טאקע וויי געטוהן, ווייל דו האסט געשריבן איבער א נושא וואס איז באמת א שטארקע נושא, האסט אריינגעלייגט קאפ און טיפע מחשבה, און גארנישט... אריבער 100 קליקס און קיינער זאגט נישט קיין ווארט, עס אינטערעסירט קיינעם. דאס האט דיר וויי געטוהן, דו האסט שוין 50 מאל געקליקט ריפרעש צו זעהן די רעזולטאטן פון דיין באמבע. ועתה אהה... אין גם אחד וואס זאל זיך מרחם זיין.

און דו האסט דאס טאקע עקסעפטעד, שוין דו נעמסט אן דעם מציאות, אבער עס איז דיר נישט געווען גרינג, האסטו עס ארויסגעזאגט ברבים בדרך ליצנות, און מיט דעם וויץ האסטו כאילו דערשטיקט דיין שווערע געפיהל.

און רובא דרובא פון די מענטשהייט וועלן גרייט זיין צו רעדן פון סיי וועלכע טעכנישע פראבלעם, געזונט פראבלעם, און אלעס וואס דו ווילסט, אבי נישט אריינצוקריכן אין די אייגענע געפיהל, נאר דאס פארשווייגן, מאכן א וויץ, איגנארירן, און דערשטיקן אנשטאט צו שפירן און אקצעפטירן.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יוני 25, 2018 2:30 pm

שמאלציג האט געשריבן:
קנקן מלא האט געשריבן:וואס ס׳שטערט מיר זייער און לאזט מיר נישט קיין מנוחה איז דער פאקט אז איך האב; ״דעם חסרון״.
——————
אט דאס רבותי, הייסט ׳נישט׳ זיך אנגענומען אזוי-ווי מ׳איז!

מיין מיינונג - וואס צוליב דעם האב איך געעפענט דעם אשכול איז - אז די ערשטע שטאפל אין עבודה (סיי בגשמיות און סיי ברוחניות) איז אנציקומען צו ׳סעלף-עקספטענס׳, און קענען ׳זיך׳ מקבל זיין באהבה, אזוי-ווי איך בין יעצט, בכל מקום ומצב שהוא.
איך בין גרייט צו ׳אננעמען׳ הערות והארות ׳באהבה׳… איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, ישר כח!


דער שורש הדברים איז אז איר האט נאר 'בדיעבד' מסכים געווען צו אייער חסרון, און נישט עוקר געוען מן השורש דער 'עצם' געדאנקענגאנג אז דא איז דא א חסרון

דער ריכטיגער מהלך המחשבה איז אזוי

    איך האב מיך נישט אליין באשאפען
    דער באשעפער אויף דער וועלט וואס באשאפט מקרני ראם עד ביצי כנים האט מיך באשאפן אויף דער וועלט
    ער האט מיך באשאפען אזוי ווי איך בין נישט ביי מיסטעיק, נאר וווייל ער דארף מיין עבודה אויף דעם אויפן ווי איך בין
    דער באשעפער האט מיך דיזיינט דוקא אויף דעם אויפן כדי איך זאל אין מיין לעבן טוען דוקא וואס איז שייך לויט דעם
    ער האט מיך דוקא אזוי באשאפען איך זאל נישט אריינפאלן און יענע נישט געווארענע שידוך
    איך האב די 200 מעלות און 10 חסרונות, און מיין חבר האט זיינע 200 מעלות און זיינע 10 חסרונות ווייל זיין תפקיד אויך דעם עולם איז אנדערט ווי מיינע
    דוקא אזוי און דארט ווי איך בין כדי מיין נשמה זאל מתוקן ווערן לויט מיינע מעשים און מעגליכקייטן אויף דעם עולם און נישט אנדערע זאכן וואס איך קען נישט טוען און צוקומען דערצו.

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן אז פאר א מענטש קומט אראפ ווייזט מען אים אלעס וואס וועט ארובערגיין אויף אים און אלעס ארום שטוב משפחה וכדו', און די מענטש זעהט דעמאלטץ ווי עס קען גאר בעסער נישט זיין פאר זיין טובה

ילד הפלא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:21 pm

תגובהדורך ילד הפלא » מאנטאג יוני 25, 2018 2:31 pm

בס"ד
יא ריכטיג, מקורו ברבינו בחיי פ' כי תצא, עיי''ש ויונעם לך.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יוני 25, 2018 2:33 pm

ייש"כ פלאי!!

קנקן מלא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

תגובהדורך קנקן מלא » מאנטאג יוני 25, 2018 5:15 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:איך מיין אז עס גייט זיין זייער א שוואכע טורנאוט צו דעם אשכול, ווייל...

רוב מענטשן האבן נישט ליב צו רעדן פון געפילן, ובפרט פון אומאיינגענעמע, מען דערשטיקט דאס אונטערן דראנג. מען איז מעלים עין דערפון כאילו עס איז נישטא.

למשל, ווען דו האסט געשריבן אז עס טוט דיר וויי אז דו האסט געמיינט אז עס גייט זיין א שטארקע דעבאטע, און דערווייל שלאפט עס. האט עס דיר טאקע וויי געטוהן, ווייל דו האסט געשריבן איבער א נושא וואס איז באמת א שטארקע נושא, האסט אריינגעלייגט קאפ און טיפע מחשבה, און גארנישט... אריבער 100 קליקס און קיינער זאגט נישט קיין ווארט, עס אינטערעסירט קיינעם. דאס האט דיר וויי געטוהן, דו האסט שוין 50 מאל געקליקט ריפרעש צו זעהן די רעזולטאטן פון דיין באמבע. ועתה אהה... אין גם אחד וואס זאל זיך מרחם זיין.

און דו האסט דאס טאקע עקסעפטעד, שוין דו נעמסט אן דעם מציאות, אבער עס איז דיר נישט געווען גרינג, האסטו עס ארויסגעזאגט ברבים בדרך ליצנות, און מיט דעם וויץ האסטו כאילו דערשטיקט דיין שווערע געפיהל.

און רובא דרובא פון די מענטשהייט וועלן גרייט זיין צו רעדן פון סיי וועלכע טעכנישע פראבלעם, געזונט פראבלעם, און אלעס וואס דו ווילסט, אבי נישט אריינצוקריכן אין די אייגענע געפיהל, נאר דאס פארשווייגן, מאכן א וויץ, איגנארירן, און דערשטיקן אנשטאט צו שפירן און אקצעפטירן.

אוי ווי גוט דו זאגסט... ביסט אייזן! מיט אזאנע ווי דו וועט בעז״ה ווערן א פיינע אשכול און דערוויילע איז האט זיך טאקע אנגעהויבן א שטיקל געטועכטץ... האבעך באקומען חשק ממשיך צו זיין...

איז אזוי; כ׳האב באקומען היבש פידבעק פונעם עולם, סיי ברבים אין סיי אין אישי... ס׳דא אן עולם וואס וויל יא הערן מער איבער דעם טעמע... למעשה קען איך איצער נישט צונעמען דעם נושא מיט א לאנגס און א ברייטס, אויב יא, וואלט איך ארויסגעגעבן א ׳בוך׳ איבער דעם נושא...

וואס כ׳האב יא געוואלט דא אויף אונזער וועלטעל איז א אפענע שמועס מיט אונזערע חברה, און ביינזאמען העמיר שפירן ווי דער הונט ליגט באגראבן... און מיט א כח הרבים טרעפן דעם לעיזונג בע״ה!

ווייל...

אין דער גוי׳שע וועלט להבדיל איז דער נושא ברייט באקאנט און זייער שיין צונומען... אלס ׳איד׳ אבער קומט צו נאך אן ׳עצת היצר׳ זיך אליינס אראפצופליקן און זיך אריינצושמייסן... אויפן חשבון פון אידישקייט:

ביסטאך (איך בין) אזא שגץ... ווייל דאס און יענץ... דא פאלסטו דורך מיט דעם... דא מיט יענץ... אנטקעגן ׳יענעם׳ ביסטו א גארנישט מיט גארנישט...

----------

נו, אזאנע און ענליך סטעיטמענטס קען סאכמאל זיין זייער אמת... איז וואס זאל איך טון, זאל איך עס ׳עקסעפטן׳?
שלום מאכן מיטן פאקט אז כ׳בין נישט א ריכטיגן ערליכן איד? ביז ס׳גייט מיר אפילו נישט באדערן וויאזוי כ׳קוק נעבעך אויס?

זאל איך אויסשרייען ״הריני מקבל עלי... את עצמי״? אזוי-ווי איך בין?

ס׳וועט דאך דעמאלס קיינמאל גארנישט ווערן פון מיר...?

נאר אויב כ׳וועל מיר אראפרייסן און זיך געבן גוטע פעטש! דעמאלס איז נאך דא האפענונג אז ס׳וועט עפעס ווערן...

----------

המשך יבוא אי״ה
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 25, 2018 6:10 pm

קנקן מלא האט געשריבן:אלס ׳איד׳ אבער קומט צו נאך אן ׳עצת היצר׳ זיך אליינס אראפצופליקן און זיך אריינצושמייסן... אויפן חשבון פון אידישקייט

אָאָאָאָה. דו האסטעס אזוי גוט און קורץ געזאגט

די חסיד'ישע ספרים רעדן אסאך פון דעם במישרין און בעקיפין
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 25, 2018 6:13 pm

ווארט מיר צו הערן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יוני 25, 2018 6:21 pm

שמאלציג האט געשריבן:
    איך האב מיך נישט אליין באשאפען
    דער באשעפער אויף דער וועלט וואס באשאפט מקרני ראם עד ביצי כנים האט מיך באשאפן אויף דער וועלט
    ער האט מיך באשאפען אזוי ווי איך בין נישט ביי מיסטעיק, נאר וווייל ער דארף מיין עבודה אויף דעם אויפן ווי איך בין
    דער באשעפער האט מיך דיזיינט דוקא אויף דעם אויפן כדי איך זאל אין מיין לעבן טוען דוקא וואס איז שייך לויט דעם
    ער האט מיך דוקא אזוי באשאפען איך זאל נישט אריינפאלן און יענע נישט געווארענע שידוך
    איך האב די 200 מעלות און 10 חסרונות, און מיין חבר האט זיינע 200 מעלות און זיינע 10 חסרונות ווייל זיין תפקיד אויך דעם עולם איז אנדערט ווי מיינע
    דוקא אזוי און דארט ווי איך בין כדי מיין נשמה זאל מתוקן ווערן לויט מיינע מעשים און מעגליכקייטן אויף דעם עולם און נישט אנדערע זאכן וואס איך קען נישט טוען און צוקומען דערצו.


איר שרייבט שטארק!

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג יוני 25, 2018 6:41 pm

איך זעה שוין דעם אשכול זיין א טאפ אשכול

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יוני 25, 2018 7:22 pm

מיר ווארטן אויף אייך ר' קנקן.

אזוי ווי אנדערע האבן יעצט דא מגיב געווען כדי די נושא זאל בלייבן אויפן אויבער פלאך וואלט געווען ראטזאם צי שרייבן עטליכע תגובות פון אפאר נושאים און נאכדעם וועט זיך שוין טוהן אויף טישן און בענק.


לדעתי האלט צום נושא אויף א אידישליכע וועג אבער נישט אריין ברענגען די שניי ייצרים ווי ספעלט נישט אויס, ווייל עס וועט נאר שטארק פארפארן
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט