ארויסנעמען אמעריקאנע בירגערשאפט אין אויסלאנד!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

ארויסנעמען אמעריקאנע בירגערשאפט אין אויסלאנד!

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג מאי 27, 2018 2:54 pm

ווילנדיג יעצט מאכן אמעריקאנע בירגערשאפט דורך מיינע עלטערן וואס זענען אמעריקאנע בירגער, וואס האט גאר אסאך מעלות, האט מיר איינער שטארק אפגערעדט פון דעם וועגן צאלן מס אפי מוואוינט נישט דארט, ווייסט איינער מער פרטים, האט עס איינער דא שוין געמאכט? וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות?

מיט דאנק
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג מאי 27, 2018 3:31 pm

אפשר זאגט איר וואספארא מעלות די אמעריקאנע בירגערשאפט האט אויסער דאס קענען אריינקומען קיין אמעריקע אנע וויזע?

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג מאי 27, 2018 3:35 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:אפשר זאגט איר וואספארא מעלות די אמעריקאנע בירגערשאפט האט אויסער דאס קענען אריינקומען קיין אמעריקע אנע וויזע?

1. די קינדער קענען וואוינען אין אמעריקע ווי סיטיזענס דורכ'ן ווערן אמעריקאנער דורך די עלטערן.

2. אויב פארדינט מען נישט צופיל, און מען פיילט טעקס (אזוי ווי דער פעטער פארלאנגט), קען מען באקומען טעקס קרעדיטס פאר קינדער וואס האבן סושיל סעקיוריטי נומערן (לעצטנס איז די געזעץ אז דאס קינד דארף באקומען דעם נומער איידער די פיילינג דעדליין).
עס זענען אבער דא וואס האבן מורא אז דעי מאדנע געזעץ גייט איין טאג בטל ווערן, און איינער וואס האט שוין אנגעהויבן צו פיילן איז מער עלול צו אריינפאלן אין פרעבעלמען אויב ער הערט אויף צו פיילן, וצריך עיון ובירור.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מאי 27, 2018 3:59 pm

איך קען אמעריקאנער אין אייראפע וואס פיילן נישט, און געבן אויף אויף די טעקס קרעדיטס כדי ס'זאל נישט עפעקטן די פראגראמען/בענעפיטס וואס זיי באקומען דארט.

אדערווייז, דאכצעך אז אונטער $100,000 אינקאם דארף מען נישט צאלן אין אויסלאנד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג מאי 28, 2018 12:42 am

איינער וואס וואוינט אין אמעריקע און האט א גרין קארד, צו האט ער עפעס בענעפיטס צו זיין א בירגער?
אויסער דאס דארפן באנייען די קארד א יעדע פאר יאר,

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובהדורך FedEx » מאנטאג מאי 28, 2018 9:15 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:איינער וואס וואוינט אין אמעריקע און האט א גרין קארד, צו האט ער עפעס בענעפיטס צו זיין א בירגער?
אויסער דאס דארפן באנייען די קארד א יעדע פאר יאר,

מען קען שטימען ביי די עלעקשאנס. מיט א גרין קארד איז מען נישט ערלויבט צו וואויטן.
אה, נאך א בענעפיט. מיט א גרין קארד קען מען נישט דינען אלס א דזשורער Jury Duty...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:40 am

אהרן הלוי האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:אפשר זאגט איר וואספארא מעלות די אמעריקאנע בירגערשאפט האט אויסער דאס קענען אריינקומען קיין אמעריקע אנע וויזע?

1. די קינדער קענען וואוינען אין אמעריקע ווי סיטיזענס דורכ'ן ווערן אמעריקאנער דורך די עלטערן.

2. אויב פארדינט מען נישט צופיל, און מען פיילט טעקס (אזוי ווי דער פעטער פארלאנגט), קען מען באקומען טעקס קרעדיטס פאר קינדער וואס האבן סושיל סעקיוריטי נומערן (לעצטנס איז די געזעץ אז דאס קינד דארף באקומען דעם נומער איידער די פיילינג דעדליין).
עס זענען אבער דא וואס האבן מורא אז דעי מאדנע געזעץ גייט איין טאג בטל ווערן, און איינער וואס האט שוין אנגעהויבן צו פיילן איז מער עלול צו אריינפאלן אין פרעבעלמען אויב ער הערט אויף צו פיילן, וצריך עיון ובירור.

מ'באקומט טאקע טעקס רעטארן, אבער ווייט נישט ווי מען באקומט אין אמעריקא.

איך קען אידן וואס צאלן נישט זייערע שטייערן, אין יעדער מאל זיי פארן אריין קיין אמעריקא ציטערן זיי ווי עס דארף צי זיין.

א אמת'דיגע רשעות פון א געזעץ, פארדינסט געלט אינדרויסן פון אמעריקא, ביסט בכלל נישט אין אמעריקא, און ביסט גארנישט נהנה פון זיי, אבער דארפסט זיי צאלן!

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:16 am

בירגערשאפט אן א social, דארף נאך אלץ צאלן טעקס?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט