נייע מקוה מאשין/טורנסטייל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פרייליכען
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

נייע מקוה מאשין/טורנסטייל

תגובהדורך פרייליכען » מאנטאג ינואר 01, 2018 5:08 pm

איך בין אריין געפאלן צו די מקוה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, און איך דערזעה אז פנים חדשות באו לכאן. א שיינע נייע קאמפיוטער וואס זאגט א גוט מארגן פאר א יעדעם וכו'.

וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז די מעלות פון די נייע קאמפיוטער אויסער אז עס נעמט פינגערס?

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 01, 2018 6:22 pm

עס איז שוין אין באנוץ עטליכע חדשים, עס איז א קלוגע סיסטעם. עס דערמאנט עטליכע טעג בעפאר ראש חודש אנצופילן, און עס לאזט אריין אנפאנג חודש מיט א בליציגע רויטע דערמאנונג עס אנצופילן.

עס שרייבט זיך אויף די נאמען מיט בן רעב פון יעדעם בשעת'ן סכענען די פינגער, אזוי ארום אז איך בין ענדליך געוואר געווארן ווער דער שלאנקער אינגערמאן אריינצוגיין בעפאר מיר איז.

עס קען אויך לאזן סיי וועלכע מעסעדזש מיט אן עדוועטייזמענט.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

אוועטאר
קראך א גוטס
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנטריאל, קאנאדע

תגובהדורך קראך א גוטס » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:39 pm

עס האט אן אפשען צו באצאלען מעמבערשיפ אויפן מאשין אדער א נדבה
(עס ווענד זיך אין די ביהמ"ד)

מען קען טוהן איעדע מין זאך דערמיט
קראך א גוטס

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:46 pm

די אפיציעלע סיבה פארן דראסטיש העכערן די מקוה געלט
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג ינואר 02, 2018 8:30 am

עס האט געקאסט 20 דאלער א חודש, עס איז ארויף צו 25,
אין ארץ ישראל זענען די מקוה פרייזן בערך 70 שקל א חודש, וואס דאס קומט אויס בערך 20 דאלער,
אהן האנטוכער און אהן זייף,

אין ניו יארק זענען אין די פרייזן אינקלאדעט האנטוכער און זייף,

אין ארץ ישראל קאסטן די מקואות צווישן 3 און 6 שקל פער ענטרי,
ןוייניגער ווי צוויי דאלער וואס עס קאסט אין ניו יארק

signout
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:10 pm

וועלכע מקוה קאסט 3 שקל? אפשר אין מאה שערים קאסט אינטער 10 שקל אלע אנדערע ווי שומרי החומות, סאטמאר יואל, סאטמאר יונה, דשינסקיא אא''וו קאסטן איבער 10 שקל

אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 11:32 am

תגובהדורך הארסי(פערד) » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:22 pm

אין ארץ־ישׂראל א נארמאלע מקוה קאסט איבער 120 שקל א חודש אדער מער.
אין די באקימסט סנו זייפ בטעם תות בננה.....
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:24 pm

signout האט געשריבן:וועלכע מקוה קאסט 3 שקל? אפשר אין מאה שערים קאסט אינטער 10 שקל אלע אנדערע ווי שומרי החומות, סאטמאר יואל, סאטמאר יונה, דשינסקיא אא''וו קאסטן איבער 10 שקל

אויב איך געדענק גיט לעצטענס געניצט
בית שמש,
רמ"א 7 שקל פלוס 2 שקל האנטעך
וויזניץ 15 שקל

ירושלים יונה 15 שקל אינקלאדעט האנטעך

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:10 pm

פרייליכען האט געשריבן:איך בין אריין געפאלן צו די מקוה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, און איך דערזעה אז פנים חדשות באו לכאן. א שיינע נייע קאמפיוטער וואס זאגט א גוט מארגן פאר א יעדעם וכו'.

וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז די מעלות פון די נייע קאמפיוטער אויסער אז עס נעמט פינגערס?

אז עס כאפט א בילד ווען מען לייגט די פינגער (אדער די קארטל)

פרייליכען
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:18 pm

היינט האב איך אוועקגעלייגט די בושה, און געפרעגט מיין שכן אין מקוה וואס איז פשט פון די פענסיע קאמפיוטער, זאגט ער מיר אז ער מיינט אז אלע מקוואות וואס זענען אינטערעסירט קיט"ל קר"י ארבעטן צוזאמען, און אויב מען באצאלט ביי איינס קען מען גיין און סיי וואסערע מען וויל. דאס איז א חידוש!
(ניין די האסט מיר נישט דערקענט אלס פרייליכן פון די וועלט, איך בץהאב ספעציעל געהאט א זויערע פנים כדי נישט צו זיין פרייליכן)

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » דינסטאג ינואר 02, 2018 2:32 pm

פרייליכען האט געשריבן:היינט האב איך אוועקגעלייגט די בושה, און געפרעגט מיין שכן אין מקוה וואס איז פשט פון די פענסיע קאמפיוטער, זאגט ער מיר אז ער מיינט אז אלע מקוואות וואס זענען אינטערעסירט קיט"ל קר"י ארבעטן צוזאמען, און אויב מען באצאלט ביי איינס קען מען גיין און סיי וואסערע מען וויל. דאס איז א חידוש!
(ניין די האסט מיר נישט דערקענט אלס פרייליכן פון די וועלט, איך בץהאב ספעציעל געהאט א זויערע פנים כדי נישט צו זיין פרייליכן)

שוין געווען ביי די אלטע אויך

שלום הצינורות
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 1:26 pm

תגובהדורך שלום הצינורות » דינסטאג ינואר 02, 2018 3:13 pm

ביי אלטע האט מען נישט געקענט זעהן יעדענס באלאנס איבעראל ווייל עס איז נישט גיווען אינטערקאנעקטעד מיט די נייע סיסטם איז עס איין צענטראלע סיסטם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אחת ואחת, איש האשכולות, חברים און 10 געסט