טייערע אידן: לאמיר נישט פארפאטשקענען די רוח טהרה.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

טייערע אידן: לאמיר נישט פארפאטשקענען די רוח טהרה.

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 2:55 pm

איך וועל אנהייבן מיט א שטיקל משל, איינער האט באשטעלט פון ערגעץ ווייט גאר א טייערע זאך, פארשטייט זיך אז עס גייט פארן אזא ווייטע וועג האט מען עס גוט איינגעפאקט אין א ספעציעיל געבויטע שטארקע באקס, נאכ'ן ווארטן א לאנגע צייט איז עס ענדליך אנגעקומען, די גאנצער עולם לויפט זיך צאם און מ'זעט ווי דער טראק ברענגט אראפ א מעכטיגע סעפאסטעקירטע באקס און דער עולם הייבט אן צי באוואונדערן די באקס,
ביז דער איד וואס האט דאס באשטעלט קומט צי און מאכט אויף די באקס און נעמט ארויס די גאר טייערע זאך וואס ער ווארט שוין אזוי לאנג. די נארמאלע מענטשן האבן זיך יעצט געשטעלט באטראכטן די טייערע זאך ווי וואונדערליך דאס איז, און די שוטים האבן נאר געגעבן א בליק אויף די טייערע זאך און געזאגט wow און צוריק געגאנגען באטראכטן די מעכטיגע באקס...

לענינינו מ'שטייט היינט און אזא שוואכע דור וואס צדיקים האבן געזאגט אז מ'וועט דארפן קריכן אויף די גראדע ווענט זיך צי קענען האלטן מיט די ריכטיגע אמונה, אידן שטייען און לעכטצען נאך א שטיקל 'באסט' נאך א שטיקל חיזוק זיך צי קענען האלטן מיט אמונה און בטחון וויסן אז אלעס אלעס ווערט געפירט נאר דורכן הייליגן באשעפער, און דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אזא חסד אז אין תשע"ח האט ער אראפ געשיקט א רוח טהרה א רוח פון אמונה ובטחון דורך טון אזא געוואלדיגע "נס" אז אין די לעצטע מינוטן פון זאת חנוכה איז ר' שלום מרדכי א איד וואס איז א שטיק אמונה ובטחון פלוצלינג באפרייט געווארן פון תפיסה,
און דער אייבערשטער האט עס אריינגעלייגט אין א ספעציעלע דרך הטבע'דיגע באקס וואס דאס מאל הייסט עס פרעזידענט טראמפ! וואס אוודאי דארפן מיר אידן טון הכרת הטוב און זיך באדאנקן פארן פרעזידענט, אבער נישט מער ווי דעם,

בלייבן נעבעך אידן שטיין ביי דעם באקס און מען דעבאטירט פונקטליך פארוואס דער פרעזידענט האט עס דוקא יעצט געטון און צי ער איז יא פון די חסידי און צי דער פארעדיגע פרעזידענט איז פון די שונאי אא"וו און וואס נאך ס'ליגט הונטער די קוליסן, מ'הערט אלע אינטערוויאס ווייל מ'וויל פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען און מ'ווארפט אוועק בידים אזא טייערע אוצר וואס דער גוטער באשעפער האט אונז געשיקט.

און אוי איז דאס אן אוצר.. ס'איז דא אזעלעכע געוואלדיגע מעשיות וואס ס'איז אלץ אדורך אויף דעם איד וואס מיר קענען שעפן דערפון אזויפיל חיזוק אין אמונה ובטחון,
דעריבער עפן איך דא טאקע ביי די חיזוק אפטיילונג א באזונדערע אשכול וואס דא זאל מען נאר אויסשמועסן די 'אוצר' חלקים און נישט פארבלענד ווערן פונעם באקס...
און ווער ס'ווייסט גוטע זאכן אדער גוטע ווערטער וואס מ'האט געהערט איבער דעם נושא זאל עס ביטע דא ברענגען און מיר וועלן זיך אינאיינעם מחזק זיין.
לעצט פאראכטן דורך כא כא כא אום פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

וואשינגטאן
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 3:03 pm

wow גוט געזאגט!!! אתה אלקים לבדך, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

Naftule
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 3:06 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:wow גוט געזאגט!!! אתה אלקים לבדך, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!

נאר איין זאך מ'קען רואיג זאגן אז דער גאנצער פרעזידענט טראמפ איז גארנישט אזא דרך הטבע'דיגע באקס

א נייער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 3:13 pm

דא רעדט מען פון בכלל נישט טראכטן פון די באקס נאר פונעם והוא לבדו
איך רעד עפעס לפני אש ומים?קרעדיט שמעלקא זאפטיגער

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 3:39 pm

איינע פון די גוטע מעשיות וואס איך האב געהערט אז עפעס א יונגערמאן וואס איז ליידער לעצטענס אריין דארטן זיצן פאר א יאר און זיין בני בית פלעגט אסאך מאל פארן צואמען מיט מרת רובאשקין באזוכן דארט, און די סיסטעם גייט אז יעדעס מאל מ'קומט באזוכן דארף מען אויספילן א שיינע פאר צעטליך, האט יענעמס בני בית גענומען איינמאל אלע צעטליך און אויסגעפילט אלעס חוץ די דעיט און זיך געמאכט צענדליגע קאפיס און ווען זי קומט דארף זי נאר אריין פילן די דעיט און פארטיג, אבער מרת רובאשקין האט זיך געפלאגט יעדעס מאל אויסציפילן אלעס, ביז איינמאל האט זי איר געפרעגט פארוואס פלאגסטיך אזוי יעדעס מאל? קוק וואס איך האב געטון. קוקט איר מרת רובאשקין אן און זאגט איר ביסט נאריש? פארוואס זאל איך עס טון? ווען מיין מאן גייט שוין אט אט ארויס.!
ווייל ער איז נישט געזיצן קיין אכט יאר, יעדן טאג איז געווען אן עקסטערע זאך, מ'איז אויפגעשטאנען צופרי און מ'האט געקוקט וואס וויל היינט דער אייבערשטער? איך זאל זיצן דא אדער אינדערהיים? היינט וויל ער דא זאל זיין דא!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 4:53 pm

זייער שיינע ארטיקעל,
אויב מעג מען מוסיף זיין מען זאל אויך נישט פארפאטשקענען די געפיל פון אחדות ביי כלל ישראל וואס הערשט יעצט, עס איז סאך בעסער ווען יעדער לעבט גוט צוזאמען !!

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 7:12 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זייער שיינע ארטיקעל,
אויב מעג מען מוסיף זיין מען זאל אויך נישט פארפאטשקענען די געפיל פון אחדות ביי כלל ישראל וואס הערשט יעצט, עס איז סאך בעסער ווען יעדער לעבט גוט צוזאמען !!

נישטא וואס צי פארפאטשקענען דא האט מען דאך געזען וויאזוי מחלוקת צווישן אידישע קינדער קוקן אויס, אלעס איז נאר אויבער פלעכליך, און ווען ס'קומט צי ראטעווען א צווייטן אדער אן אנדערע איד ווערט געהאלפן נישט קיין חילוק ווי ער געהער פרייד זיך מיט גאנץ כלל ישראל, און ווי מ'זעט ביי די אלע חסד ארגאנזעישאן'ס מ'קוקט נישט אויף גארנישט און מ'העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן, דאס ליגט אונטער די אלע מחלוקת'ן וואס ס'איז נאר ווייל מ'דארף דאך מיט עפעס לעבן אויף דער וועלט....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:16 pm

זייער זייער ריכטיג, ווי די רמב"ן זאגט אז פין צייט צי צייט ווייזט דער אייבערשטער ניסים )איך ווייס נישט צי דא איז געווען "ניסים" גילויים) אבער א גילוי אין דעם הסתר איז דא זיכער געווען

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג פאברואר 18, 2018 7:33 pm

שטארקע נקודה
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם און 9 געסט