עפענען א ישיבה אן זיך קלויבן דווקא גוטע בחורים

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Yoely
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

עפענען א ישיבה אן זיך קלויבן דווקא גוטע בחורים

תגובהדורך Yoely » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:11 pm

א עסקן וויל עפענען א ישיבה אן זיך קלויבן דווקא גוטע בחורים.
נאכן הערן אסאך מאל אז עוועריטש גוטע בחורים (אין אויך שוואכע וואס ווילן זיין גוט)
האבן נישט קיין ישיבה.

סוועט זיין בערך ווי א ישיבה פון א קרייז וואס נעמט אריין אלע זייערע בחורים (חוץ פארדארבענע)

וואס האלט דער עולם דא?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:42 pm

וואס איז די שאלה?

אויב נעמט ער א גוטע סטעף, ס'איז דא א פלאץ, א בילדונג וכו', וועט עס געווענליך מצליח זיין, מעגליך אז א ישיבה גדולה וועט ענדערש מצליח זיין ווי א ישיבה קטנה
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

דריידל
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 3:22 pm

א ישיבה קען זיין אדער גאר גוט אדער שוואך. דהיינו טאמער בחורים זענען ערענסט און זייער קאפ ליגט נישט אין סעלפאונס, קארס דאן איז עס גאר גוט. טאמער אבער דארף מען נאכלויפן בחורים און טרייבן צו לערנען איז דא שוואכע שאנסן אז ס'זאל מצליח זיין, ווייל א טאטע פון א פיינע בחור וועט נישט אהינשיקן זיין בחור און אוטאמאטיש וועלן זיי בלייבן בלויז מיט שוואכע סחורה.
א פארטייאישע ישיבה האט די מעלה אז ס'זענען דא פיינע בחורים אויכעט ווייל זיי באלאנגן צו די חסידות זענען זיי דארט ביי דעפאולט אדער צוליב ביליגע שכר לימוד וואס די ישיבה גיט פאר איינגעשטעלטע. אבער ביי פריוואטע ישיבות אעז דא שוואכע שאנסן אז גוטע בחורים זאלן זיין דארט צוזאמען מיט שוואכע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18674
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 3:38 pm

פרעגסט?

וועט ער מיינען לשם שמים, וועט ער מצליח זיין, אויב עפעס אנדערש, כולם ישא הרוח.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 3:57 pm

עס קען נאר ארבעטן אז מען וועט זיין אויף די וואך אז א טאטע וואס שיקט איין בחור זיינער אין א גוטע ישיבה קען מען נישט אריינעמן די אנדערע (מכאן ולהבא פארשטייט זיך), אז נישט וועט דאס זיין די מיסט וואס ווען איך האב נישט ווי צו שיקן שיק איך דארט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 4:08 pm

הגה"צ ר' אהרן קרויס שליט"א אבד באר שמואל פלעגט האבן אזא ישיבה

Yoely
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 4:54 pm

מחזור האט געשריבן:הגה"צ ר' אהרן קרויס שליט"א אבד באר שמואל פלעגט האבן אזא ישיבה


פארוואס האט זיך עס ציגעמאכט?

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 4:56 pm

Yoely האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:הגה"צ ר' אהרן קרויס שליט"א אבד באר שמואל פלעגט האבן אזא ישיבה


פארוואס האט זיך עס ציגעמאכט?

1. ווען זיינע בחורים האבן געדארפט גיין ישיבה גדולה, האבן זיי געהאט א הארד טיים

2. געלט

Yoely
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:00 pm

El Rushbo האט געשריבן:
Yoely האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:הגה"צ ר' אהרן קרויס שליט"א אבד באר שמואל פלעגט האבן אזא ישיבה


פארוואס האט זיך עס ציגעמאכט?

1. ווען זיינע בחורים האבן געדארפט גיין ישיבה גדולה, האבן זיי געהאט א הארד טיים

2. געלט


איז בס׳׳ד דארף מען אויך האבן א ישיבה גדולה. אין בס׳׳ד אסאך געלט.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אזא ישיבה דארף בעיקר דריי זאכן

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:04 pm

געלט
און געלט
און אסאך געלט
ביודעי ומכירי קאמינא, וואס זענען נאך יעצט פאר'חובות'ט
בחורים איז דא גענוג, אויך טויגליכע איינגעשטעלטע קען מען טרעפן פאר גוט געלט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

און פארלאז דיך נישט אויף הבטחות

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:06 pm

אז יעדער וועט דיר העלפן וכדו' ליידער ווען ס'קומט למעשה ווען מ'דארף באמת קריגן צענדליגע טויזענטער וועלן מענטשן ענדערש געבן פאר די עסטעבלישט גוטע נעמען
און טאקע די זעלבע מויל מאכער וואס זאגן מ'דארף ווען מאכן וכו' דאס איז דער מציאות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:12 pm

Yoely האט געשריבן:סוועט זיין בערך ווי א ישיבה פון א קרייז וואס נעמט אריין אלע זייערע בחורים (חוץ פארדארבענע)

וואס מיינט ס'וועט זיין אזוי ווי א קרייז
איז ער א קרייז אדער נישט
האט ער א תלמוד תורה האט ער פאטענטשאלס צו ווערן אנגערופן קרייז ...אז נישט איז נישטא אזא זאך
כן נראה לי

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:20 pm

עס איז כמעט נישטא קיין פריוואטע ישיבות וואס האבן זיך געהאלטן לאנג

און אפילו פון קהלות און מוסדות האבן זיך רובא דרובא פארשלאסן

Yoely
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:31 pm

וועגן וואס? וועגן געלט?

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:33 pm

קודם וויל איך זאגן אז ס'איז א מורא'דיגע וויכטיגע און הייליגע זאך מ'מוז עס טון, און מוז עס מחזק וויאזוי מ'קען נאר

אבער דער מציאות איז אז אנדערע וואס האבן דאס פראבירט צו טון, מיט דעם עמטליכן ניגון פאר די גאס (נישט דוקא מצוינים) האבן זיך דערזעהן פארמאכט נאך איינס צוויי יאר,

ווייל 99% ישיבות וואס הייסן דוקא פאר מצוינים נעמען למעשה אויך אן בינונים, נאר זיי מוזן זיך רופן למצוינים כדי זיי זאלן נישט ווערן באפאלן מיט פארפוילטע עפל, און בכדי צו האלטן די הויכע ניווא ביי די בחורים אליינס און ביי די עלטערן אז דא מוז מען זיך געהעריג צושטעלן אויב נישט פליהט מען, ווייל ס'דאך א ישיבה למצוינים, און דער בינוני בחור שטרענגט זיך מער אן מיט שמירת הזמנים און מיט די לימודים כדי ער זאל נישט האבן קיין צרות, אבער די פאקטישע מציאות איז אז ס'ניטאמאל דא אזויפיל עכטע מצוינים, און אלע נעמען אן בינונים אויך

אבער אויב זאגסטו לכתחילה אז ס'נישט דוקא פאר מצוינים וועסטו אטאמאטיש ווערן באפאלן מיט כל מיני שוואכערע סארט און ס'נעמט איבער די קאנטראל, אזוי אז די הנהלה האט גאר א שווערן פעלד צו האלטן אן ערענסטע מצב, סיי די אוויר און סיי דער נאמען ווערט אז ס'איז א שוואכע ישבה און דערנאך וויל די טאטע פון א וואוילע בינוני בחור ניטאמאל אהין שיקן ווייל ס'הייסט דאך א שוואכע ישיבה

במילא 3 נקודות
1) ס'טאר נישט האבן א עמטליכע נאמען "נישט דוקא מצוינים"
2) אזא ישיבה פעלט זיך אויס צו האבן דוקא מער א געלונגענע און גרעסערע שטאב איינגעשטעלטע
3) מ'דארף זיכער מאכן ביים אננעמען די בחורים אז ס'זאל זיין גענוג א שטארקע טייל פון וואוילע ערליכע בינונים וואס זוכן און ווילן ערענסטקייט, כדי אז די אטמאספערע זאל נישט ווערן פארוואנדלט אין א "פרי-כיתה-א' בחורים עידש" (קרעדיט: מיין קליינער פרי כיתה א' יונגעלע)
אדער ח"ו נאך ערגערס דערפון
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:57 pm

קודם דארף מען וויסן וואס ס'מיינט א בחור מצויין? א מתמיד? א גוטע קאפ? ער פאלגט די תקנות הישיבה?

די שאלה איז וואס דיין מטרה איז? אויב איז דיין מטרה אויפצושטעלן א דור פון ערליכע בעלי בתים (די מצויינים איז דאך אויפצושטעלן א דור פון רבנים, זיי זענען נאך פשוט נישט נתגלה געווארן....), די ערשטע זאך שטעל אויס א סדר היום, אנצופילן דעם קאפ פון דעם בחור מיט ידיעות התורה, און השקפה און מוסר, צו וויסן וואס מיינט א איד, און ווי אזוי א איד דארף זיך פירן און טראכטן.
רובא דרובא פון אונזערע היינטיגע בחורים (וואס אסאך פון זיי האבן זיך פארהערט מסכתות נאך מסכתות) האבן חתונה אן קענען די פלעינע א' ב' פון זיין א איד, סיי ביי לאו, מ'קען נישט קיין הלכות דבר יום ביומו, און סיי מיט השקפה, מיט וואס בין איך אנדערש פונעם גוי? אז ער קען ארבעטן 24/7 און איך בין נעבעך געבינדן נאר צו 24/6?
מאכן א סדר מ'זאל דורכלערנען בעסיק הלכות פון אורח חיים, מ'דארף נישט קענען יעדע פארשטופטע הלכה, אבער פלעין צו וויסן וואו ס'איז אפילו דא א שאלת חכם.
אויסלערנען ווי אזוי מ'לערנט אפ א בלאט גמרא רש"י תוס', אז מ'וועט לערנען נאר 50 בלאט א זמן אנשטאט 100 איז אויך נישט עק וועלט, אין הקב"ה מונה את הדפים, די מצוה פון והגית איז נישט 1000 בלאט גמרא, מ'דארף פשוט וויסן ווי אזוי מ'לערנט גמרא.

אז דיין ציל וועט זיין דער באשעפער, ווערט דער באשעפער דיר העלפן צו דערגרייכן דיין ציל בעז"ה

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:26 pm

El Rushbo האט געשריבן:
Yoely האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:הגה"צ ר' אהרן קרויס שליט"א אבד בית שמואל פלעגט האבן אזא ישיבה


פארוואס האט זיך עס ציגעמאכט?

1. ווען זיינע בחורים האבן געדארפט גיין ישיבה גדולה, האבן זיי געהאט א הארד טיים

2. געלט

כ'האב געהערט בשעתו אביסל אנדערש, והיינו סיבה נומער 1 איז ווייט נישט געווען דער פראבלעם, מ'האט אפשר אמאל געדארפט השתדלות אריינצושטעלן עמיצן אין א ישיב"ג (בעיקר אויב ס'האט זיך טאקע גערעדט פין א שוואכערע בחור) אבער נישט דאס האט געברענגט צו פארמאכן, אלע זיינע תלמידים זענען אנגעקומען אין פיינע ישיבה גדולות (א שיינער צאל תלמידים זענען עקטשועלי אנגעקומען אין בעסערע מקומות ווי ווען זיי וואלטן נישט דארטן געלערנט).

ווידער די 2'טע סיבה פין געלט איז דארט געווען אלעמאל (ער פלעגט בשיטה גארנישט נעמען פין די גאווערנמענט), און אויב עפעס אפשר פארקערט, גראדע אין די תקופה פאר'ן פארמאכן, האט ער שוין געהאט אסאך מער הילף מבית ומבחוץ אויף דעם תחום און ס'וואלט זיך וועגן דעם אליינס נישט פארמאכט.

דער עיקר סיבה צו שליסן די טויערן איז געווען א דריטע, נעמליך ווי געוויסע האבן שוין אויפגעברענגט, די פראבלעם פין ארבעטן מיט "נאר" שוואכע בחורים.

דהיינו, במשך די יארן האט ער אלעמאל געהאט גענוג באמת פיינע גוטע בחורים, וואס מחמת זיין שטארקע תוכן און איבערגעגעבנקייט האבן עלטערן אריינגעלייגט אהין אנשטאט צו שיקן אין די גרויסע קאמערציאלע "קרייז" ישיבות (רובא דרובא בחורים זענען געווען פין די סאטמארע קרייזן), אבער אין די לעצטערע יארן האבן זיך די גרעסערע קרייזן גענומען אין די הענט אריין און אנגעהויבן אריינלייגן כוחות אין די אייגענע ישיבות, און עלטערן האבן מער נישט געזען אזא שטארקע נחיצות ארויסצונעמען די קינדער פין די מוסד (וואס האט געמיינט דארפן נאכדעם זיך פארען צוריקצולייגן אין ישיבה גדולה וכדו'), און צוביסלעך האט ער אנגעהויבן בלייבן נאר מיט די שוואכערע עולם, אזעלכע וואס די עלטערן האבן טאקע נישט געהאט קיין בעסערע אפציע וואו צו שטעלן.

דער פראבלעם איז אבער געווארן אז מיט "בלויז" די סארט בחורים קען א ישיבה נישט האבן קיין קיום מחמת פשוט'ע סיבות (א אינסטיטושען סטייל יא, אבער דאס איז דאך נישט די מדובר דא), און דערום האט ער ליידער געמוזט שפארן.

וחבל, ס'איז געווען א ישיבה מיט א ר"י מיוחד במינו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אחת ואחת און 11 געסט