הילף: פיילן טעקס ריטוירן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

הילף: פיילן טעקס ריטוירן

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג יוני 30, 2011 5:50 pm

איך האב ענדליך באקומען מיין W2 אין דער וואס פלעגט מיר עס מאכן יעדע יאר איז ארויס געפארען צי די בערג אנען קאמפיטער (פאר וואס זאל אים איינפאלען אז איינער וועט זיך דערמאנען יעצט צי פיילען)
ווייסט איינער וועים מען קען עס געבען צי פיילען אן שלעפעניש
א דאנק פין פאראויס
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג יולי 01, 2011 10:22 am

אין קרית יואל קענסטו געבן פאר ר' משה אליעזר ניימאן ער מאכט א גוטן דזשאב שנעל און גיך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » פרייטאג יולי 01, 2011 10:29 am

אדער פאר ר' יוסף חיים קויפמאן ער מאכט א גוטן דזשאב שנעל און גיך.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » פרייטאג יולי 01, 2011 3:18 pm

or make it urself with turbo tax online, its free

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

הילף: פיילן טעקס ריטוירן אנליין EFILE

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך ינואר 25, 2012 2:26 pm

איך וויל אליינס פיילן מיינע טעקס ריטוירן אויף די אונטערנעט איך זיך הילף וויאזוי מען טוט דאס
ביטע זיך אנרופן ווארעם אין ארויס העלפן דעם ציבור
ולמצוה גדולה יחשב
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך ינואר 25, 2012 2:46 pm

הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » מיטוואך ינואר 25, 2012 2:56 pm

איך האב גענוצט www.taxact.com/ מען קען מאכן פעדעראל און סטעיט

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 6:08 pm

תגובהדורך נישט קיין פראבלעם » מיטוואך ינואר 25, 2012 11:48 pm

[quote="חיים'קע"]אפריל 15 איז די דעדליין.

דיע יאר איז די דעדליין Apr 17. מען קען אבער פיילן פאר אן עקסטענשען. אבער פארשטייט זיך אז די טעקס (אויב מען דארף צאלן) מוז מען צאלן ביז Apr 17
נ.ב. פאר סיי וועלכע טעקס קשיא קענט איר פרעגן פריוואט און אישי. און אפילו איך וועל נישט וויסן האב איך אבער אפאר אקקאנטענטס וועם איך קען פרעגן.
איך טראכט אפשר צו שרייבן א לענגערע ארטיקל (אויב די צייט וועט ערלויבן) איבער טעקס ריטארנס און אלעס ארום

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 12:51 am

פאר די אלע וואס מאכן געלט אויף W-2 איז לכוראה נישטא קיין גרויסע חילוק צווישן גיין צו א פראפעשענאל און פיילן אליין אנליין, אבער איינער וואס פיילט 1099'ס מיט K-1, K-2 וכד' זאל בעסער נעמען א פראפעשנאל אקאונטענט!

איך בין פאריגע וואך געזיצן מיט א גרויסן עקספערט, איך האב געהערט אזויפיהל איידיעס ספעציעל פאר איינעם וואס האט א טשעריטי פאונדעישן, אדער סתם איינער וואס האט א גרויסע ביזנעס, וויזוי צו שפארן טעקס. דעמאלטס האב איך איינגעזעהן אז מ'דארף האבן א גוטן אקאונטענס צו פיילן טעקס. (הגם רוב זאכן וואס איך האב געהערט זענען זאכן וואס רוב אקאונטענטס ווייסן נישט, אבער די אקאונטענטס ווייסן זייער אסאך, און ס'לוינצעך צו צאלן די פאר דאללער)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:15 am

איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 6:08 pm

תגובהדורך נישט קיין פראבלעם » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:23 am

עס איז נאר געווען די לעצטע צוויי יאר דאכט זיך, עס איז פון די 2% payroll deduction בילל

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 10:37 pm

די Making Work Pay וואס איז געווען די לעצטע 4 יאר - 800 פער משפחה - צו שטיפן די עקאנעמי האט מען דאס יאר געסטאפט. די מערסטע שפירן עס די שנה ראשונה יונגעלייט...

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 10:46 pm

נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:עס איז נאר געווען די לעצטע צוויי יאר דאכט זיך, עס איז פון די 2% payroll deduction בילל


די 2% payroll deduction איז נאר געווען פארן קאלענדער יאר 2011 אין בלייבט פאר די ערשטע צוויי מאנאטן פאר דעם יאר (2012), אבער דאס שפירט מען אויפן פעיראל טשעק נישט אויפן Tax Return (חוץ א סעלף עמפלויט).

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 10:53 pm

הרב הורוויץ איר זענט א סערטיפייט אקאנטענט פון פאך אויס?

יישר כח פארן מיטיילן אייערע אינפארמציע בנושא.

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:18 pm

זייער גערן. אויב איר דארפט סיי וואספארא הילף קענט איר מיר פרעגן אין אישי אין כ'וועל פרובירן צו ענטפרן ווי אמשנעלסטן.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:40 pm

הורוויץ האט געשריבן:די Making Work Pay וואס איז געווען די לעצטע 4 יאר - 800 פער משפחה - צו שטיפן די עקאנעמי האט מען דאס יאר געסטאפט. די מערסטע שפירן עס די שנה ראשונה יונגעלייט...


די making work pay קרעדיט איז געווען נאר די לעצטע צוויי יאר, 2009 און 2010. דער קרעדיט האט געארבייט אז מען האט באקומען 6.2 פראצענט פון וויפיל מען האט פארדינט, ביז א מאקסימום פון 400 דאלער פאר א סינגל און 800 דאלער פאר א קאפל.

צוויי יאר פאר דעם איז געווען די סטימולעס פעקעדזש וואס האט געגעבן 300 דאלער פער קאפ, לכתחילה איז דאס געווען 2007, אבער מען האט עס עקסטענדעד אז 2008 האט מען עס אויך געקענט קלעימען, אויב מען האט עס נישט גענומען 2007, ממילא די אידן וואס די משפחה האט זיך פארמערט יענע יאר האבן צובאקומען נאך א קרעדיט אין 2008.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:49 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:די Making Work Pay וואס איז געווען די לעצטע 4 יאר - 800 פער משפחה - צו שטיפן די עקאנעמי האט מען דאס יאר געסטאפט. די מערסטע שפירן עס די שנה ראשונה יונגעלייט...


די making work pay קרעדיט איז געווען נאר די לעצטע צוויי יאר, 2009 און 2010. דער קרעדיט האט געארבייט אז מען האט באקומען 6.2 פראצענט פון וויפיל מען האט פארדינט, ביז א מאקסימום פון 400 דאלער פאר א סינגל און 800 דאלער פאר א קאפל.

צוויי יאר פאר דעם איז געווען די סטימולעס פעקעדזש וואס האט געגעבן 300 דאלער פער קאפ, לכתחילה איז דאס געווען 2007, אבער מען האט עס עקסטענדעד אז 2008 האט מען עס אויך געקענט קלעימען, אויב מען האט עס נישט גענומען 2007, ממילא די אידן וואס די משפחה האט זיך פארמערט יענע יאר האבן צובאקומען נאך א קרעדיט אין 2008.


גערעכט הרב סאדע.. כ'בין נישט געווען אין די גיסטע אזוי מאריך צו זיין האב איך געשריבן בקיצור וויפיל ס'איז כדאי יעדער אינדיווידועל זאל וויסן אז ער זאל נישט שפירן אז זיין אקאונטענט/טעקס פריפערער בא'עוולט עם דאס יאר..

אזוי אויך ווען אייער פעיראלל טשעק וועט ווערן אביסל ווייניגער אין 5 וואכן ארום איז אייער בעה"ב נישט שולדיג!!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:00 pm

א גוט מארגן.

איך האב היינט געענדיגט פיילן מיינע טעקסעס ב"ה, און איך וויל דא מיטטיילן מיין ערפארונג כדי שלא תמות כדרך שמת פלוני.

זייענדיג אן ארימער פארדינער, האב איך געוואוסט אז איך קען געניסן פון די אומזיסטע פיילן ביי פארשידענע פירמעס, כמבואר באשכול זה. געגאנגען בין איך צו TURBOTAX, זייענדיג צוגעוואוינט זיי צו נוצן די לעצטע ווייסעך-וויפיל יאר.

איך האב אריינגעלייגט אלע אינפארמאציע, און דער פעדעראלער טעקס ריטוירן איז אפגעשיקט געווארן ברוב פאר והדר ב"ה.

ווען עס איז געקומען צו די סטעיט ריטוירן, האבן זיי מיר אנגעהויבן מרמז זיין אז דאס גייט קאסטן $27.99. וויסנדיג אז איך בין ערלויבט צו פיילן אומזינסט, האב איך מיך אנגעהויבן אומקוקן אויף אלע זייטן אפשר בין איך נישט אויפן ריכטיגן ארט, איך האב פרובירט אריינגיין דורך די ניו יארק סטעיט לינק וואס געפונט זיך אויף די רעגירונגס וועבזייטל [געפונט זיך אויפן פריערדיגן בלעטל פונעם אשכול], אבער זיי האבן נישט נאכגעלאזט פון די זיבן און צוואנציג ניין און ניינציג.

היות איך האלט נישט ביים געבן קימחא דפסחא פאר א גוי'אישע פירמע, האב איך זיי געלאזט לופטערן דערווייל, פרובירט אויסצומעקן מיין סטעיט טעקס ריטוירן פון זייער סיסטעם [מער ווי איינמאל גראדע האב איך דאס אויסגעפילט און אויסגעמעקט, עס האט מיר געדויערט א היבשע וויילע נעכטן אויפדערנאכט, אנדערע וואלטן שוין געפלאצט און נאכגעגעבן דאס ביסל געלט, אבער איך האב מיך געהאלטן ביי דאס מייניגע, אז אויב איך בין בארעכטיגט צו פיילן בחנם, באקומען זיי כינים]. שפעטער האב איך געקלערט א כפרה אויף טורבא-טעקס, איך גיי פרובירן ביי איינע פון די אנדערע פירמעס וואס ניו יארק סטעיט זאגט אז זיי שטעלן צו אומזיסט. למעשה האב איך אבער נישט געקענט פיילן ביי די יעניגע חברה, וויבאלד מיינע פעדעראלע שטייערן זענען געפיילט געווארן ביי טורבא-טעקס, און די אנדערע פארלאנגן קלאר מען זאל אנהייבן מיט די פעדעראלע, און געבן נישט קיין אפציע צו פיילן בלויז די ניו יארק סטעיט שטייערן.

פרובירט אהער און אהין, ביז איך האב באמערקט אז איך בין נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם. אויפן וועבזייטל האבן זיי אפט געפרעגטע פראגעס פון מענטשן, און איך האב זיך דארט געשפירט גאנץ גוט אין פלאץ, זעהנדיג ווי מענטשן שימפן און שעלטן זיי פאר דעם חטא פון פארלאנגן געלט פאר זאכן וואס ברויכן כלומר'שט צו זיין פריי פון אפצאל. מאנכע האבן דארט ערווענט עפעס וועגן א סערוויס קאוד וואס נעמט אוועק די קאסטן, אבער עס איז געווען צו שפעט אין די נאכט צו רעדן מיט א פארשטייער פון די פירמע.

יעצט אינדערפרי האב איך זיך תיכף פארבינדן מיט זיי דורך טשעט, עס האט ב"ה נישט געדויערט לאנג [אנדערע קאסטומערס האבן דארט געשריבן אז זיי האבן געווארט צווישן 2 און 4 שעה פאר א פארשטייער אדער פאר א סערוויס קאוד, קען זיין אז דאס איז געווען אום יאנואר, ווען דער עולם פיילט אין די מאסן, יעצט מערץ איז שוין רואיגער], און ביז א צען פופצן מינוט איז עס געווארן בחנם.

איך האף אז עס קומט א מאסן קלאגע אקעגן די פירמע פארן פארטושן די מוחות און מיר אוועקנעמען אפאר וויכטיגע שעה פון די ערב פסח טעג.

הק' לכאורה
פה אייוועלט
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 6:08 pm

תגובהדורך נישט קיין פראבלעם » מאנטאג מארטש 11, 2013 1:45 pm


אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 4:06 pm

כ'האב שוין יארן זייער גוטע עקספירענס מיט taxhawk.com מער קענט איר זען דא

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 4:36 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???


גראדע האב איך היי יאר באקומען מער ווי פאראיאר, קען זיין דער פאראיעריגער האט נישט געטויגט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 4:41 pm

שנאפס האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???


גראדע האב איך היי יאר באקומען מער ווי פאראיאר, קען זיין דער פאראיעריגער האט נישט געטויגט?


אדער האסטע היי יאר צובאקומען א קינד.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 4:46 pm

דאס מאכט מער סענס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 5:03 pm

מזל טוב.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 5:06 pm

@לכוארה מיר האבן מיטלייד מיט אייער פראסטערעשאן. אבער מיר האבן געפיילט מיט טארבא און גלייך באקומען סטעיט בחנם. כ'האב אבער געפיילט שוין לאאנג צוריק (די געלט איז שוין כמעט אויסגענוצט :-( ) זעהט אויס ס'איז שפעטער צובראכן געווארן איבערס יאר זאלסטו דענקן צו פיילן צייטליך (נד"נ)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט