הילף: פיילן טעקס ריטוירן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 08, 2009 10:45 pm

א דורכפאל.

איך זיץ שוין איבער א האלבע שעה ביי TURBOTAX וואו איך בין צוגעוואוינט צו פיילן מיין טעקס ריטוירן, ענדע בעטן זיי מיר א קרעדיט קארטל, דערמאן איך מיך אז סאכדעס האט דא ארויפגעשטעלט דעם פרייען לינק.

גיימיר אלעס אנהייבן פון פריש -- ויהי רצון שיהא העגמ"נ כפרה על כל עונותינו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 08, 2009 10:52 pm

נע, עס איז ווידער באשערט עגמ"נ. ער בעט געלט אפילו ביי סאכדעס'ס לינק.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:08 am

כ'פארשטיי נישט...

אלע לינקס פון דא קאסט געלט נו אז ס'קאסט וואס טויג צו מאכן אליינס?

פאוואס זאל עמיציר שטיצן עפעס א אנליין סייט ווען מען קען שטיצן א אידן (עי' שאץ'ס ארטיקל)??
און אין די זעלבע צייט שפארט מען זיך איבריגע ארבעט.

חוץ אויב ס'דא ערגעץ אומזינס אדער אויב איז דא שוין מיט א זעקסטעל ביליגער דעמאלט וויליך אויך וויסן...

נו ווער האט א לינק?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:38 am

וויפל געלט בעטן זיי קרעמער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:42 am

איך זע יעצט ביי HR BLOCK אז מען קען יא פיילן אומזיסט
https://taxes.hrblock.com/hrblock/login ... &FV=F&HT=F
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:01 pm

זיי האבן מיר נעכטן נאכט געבעטן ארום 49 דאלער!

כמובן האב איך זיך אויסגעפיפן, פארמאכט דעם בראוזער און זיי געשיקט לופטערן.

ב"ה היינט צופרי האט מיר שוין אפגעווארט אן אישית פון א חשוב'ער מיטגליד וואס באפאסט זיך מיט די נושאים, און האט מיר לשם מצוה געשיקט א לינק צו א פרייע פלאץ.

דאס באלאנגט שוין אינעם אשכול "גוטהארציגקייט פון חברי הקרעטשמע".

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:38 pm

נו זייט אונז אויך מהנה כ'מעג אויך האבן די לינק? אדער ס'איז פריוואט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 2:23 pm

יענער האט מיר געשריבן אז ער וויל עס נישט לייגן ברבים צוליב א סיבה, און איך קען נישט זיין קיין כפוי טובה.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:33 pm

חלילה פאדעם האב איך צוגעלייגט נאר אויב ס'איניש פריוואט.

באט אויב אין אישית לאט ער יא קען איך עס נעמען פון דארט אויך...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:34 pm

דאס קען ער אליין טוהן, אויב ער וויל.

אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

תגובהדורך דאס בין איך » זונטאג פאברואר 15, 2009 4:19 pm

נא... למעשה, קען איינער געבן א פרייע זייטל אדער יא???
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 22, 2009 4:52 pm

turbatax.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 20, 2010 10:38 pm

פאר ווער עס איז אינטערסירט:

עס איז דא בתוכינו א היימישע אינגערמאן מיטן ניק "טייפיסט" וואס איז עוסק אין דעם פאר פרנסה, ער בעט גראדע זייער ביליג צו פיילן אייערע טעקסעס.

וחי אחיך עמך!

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

פיילען טעקס ריטארנ'ס "בחנם"

תגובהדורך ליינער » מיטוואך ינואר 20, 2010 11:00 pm

יא איר הערט גוט

ווי?

אזוי ווי פאריאר האבן מיר צוגעשטעלט פאר צענדליגע קלייענטען

וועלן מיר היי יאר אויכעט צושטעלען אי"ה צו פיילען טעקס ריטארנס בחנם אין כסף

מער פרטים וועט נאכפאלגען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

שאינו יודע לשאול
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2009 11:51 am

תגובהדורך שאינו יודע לשאול » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 9:37 am

קען מיר איינער אנצייגען וואו איך קען מיך לערנען אלעס ארום דעי נושא פון טעקס ריטורין פלאס א סאפוויער וואס וועט מיר זיין בייהילפיג
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה

שאינו יודע לשאול
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2009 11:51 am

תגובהדורך שאינו יודע לשאול » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 7:06 pm

איך ווייס אז דאס איז א גוטע פראגרעם http://turbotax.intuit.com/personal-tax ... siness.jsp אבער איך וויל וויסען צו איינער האט עס אין אויב איך קען אויך הנאה פון דעם?
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » זונטאג ינואר 24, 2010 1:08 pm

איך נוץ שוין יארן http://www.taxslayer.com אין איך בין זייער צופרידן עס קאסט א קארגע $10 אין פיילט סיי סטעיט אין פעדעראל ריטורנס, זיי האלטן מיין אינפארמאציע פון יאר צו יאר, איך דארף נאר אריינלייגן דעם W2 אין בענק אקאונט פאר דירעקט דעפאזיט אין זה הא!
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2010 11:41 pm

תגובהדורך הער שליוואוויץ » זונטאג ינואר 24, 2010 6:48 pm

אז מ'גייט דורך די נ"י סטעיט וועבסייט קען מען פיילן סיי פעדעראל אין סיי סטעיט פאר פרי

אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2010 11:41 pm

תגובהדורך הער שליוואוויץ » זונטאג ינואר 24, 2010 6:49 pm


אוועטאר
עפל קוגעל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 7:23 am

תגובהדורך עפל קוגעל » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 7:37 am

איך האב די לעצטע צוויי יאר אליינס אויסגרעכנט מיין ריטורען וויפל געלט איך גיי מאכען,
למעשה האב איך מיך נישט געטראסט אין כ'בין געגאנגען צי א פארפעשענעל, אין ביידע מאל האב איך באקומען סך מער פון וויפל איך האב גערעכנט.
לכאורה ווייל איך בין סתם א בטלן, ממילא פאר איינער וואס קען זיך נישט אויס דערמיט איז בעסער צי צאלן דעי 50 צי 100 דאלער ווען למעשה גייט מען ארויס מיט מער געלט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 8:28 am

איך בין זייער צומישט אין די גאנצע נושא.

לויט ווי איך פארשטיי איז ביי פיילן טעקסעס דארף מען זיי אריינגעבען וויפיל מ'האט פארדינט איבער'ן יאר, וויפיל שטייער איר האט געצאלט, אנדערע הוצאות וכו'.

אויב אזוי, וואס איז שייך אז איין אקאונטענט זאל מאכן מער ווי דעם צווייטען (אהן מאכן דריידלעך פארשטייט זיך)?

און שנית, וואס איז אזוי שווער צו מאכן אליינס?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
עפל קוגעל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 7:23 am

תגובהדורך עפל קוגעל » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 8:44 am

משיח האט געשריבן:איך בין זייער צומישט אין די גאנצע נושא.

לויט ווי איך פארשטיי איז ביי פיילן טעקסעס דארף מען זיי אריינגעבען וויפיל מ'האט פארדינט איבער'ן יאר, וויפיל שטייער איר האט געצאלט, אנדערע הוצאות וכו'.

יעדע מענטש קען פיילן דידאקשענס, מדארף וויסען וואספארע דידאקשענס מ'קען פיילן, דעי זאכן טוישן זיך יערליך, סיי וואס מ'קען דידאקטען אין סיי וויפעל מ'קען דידאקטען.
למשל student דידאקשענס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 10:33 am

ביז ווען קען מען פיילן א טעקסט רעטורן?
איז דא א דעדליין דערויף?

דאנקע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
חיים'קע
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2011 6:07 am
לאקאציע: אינעם שול הויף

תגובהדורך חיים'קע » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 10:49 am

אפריל 15 איז די דעדליין.

אויב דארפסטו צאלן, דאן איז בעסער זאלסט עס אויספילן און אריינשיקן נאך פארן דעדליין, ווייל דערנאך וועלן זיי שוין זיכער מאכן עס אפצונעמען פון דיר, און מיט סורטשארדשעס פארשטייצעך.
אבער אויב דארפסטו נאר צוריקבאקומען, דאן איז נישט דא קיין דעדליין, ווייל דאס געלט גייט אריין אין א ספעציעלע אקאוינט ביז די קומסט עס אפנעמען אפילו יארן שפעטער, די געלטער בלייבן אייביג ליגן דארט ווארטנדיג אויפן אייגנטומער.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 10:55 am

חיים'קע האט געשריבן:אפריל 15 איז די דעדליין.

אויב דארפסטו צאלן, דאן איז בעסער זאלסט עס אויספילן און אריינשיקן נאך פארן דעדליין, ווייל דערנאך וועלן זיי שוין זיכער מאכן עס אפצונעמען פון דיר, און מיט סורטשארדשעס פארשטייצעך.
אבער אויב דארפסטו נאר צוריקבאקומען, דאן איז נישט דא קיין דעדליין, ווייל דאס געלט גייט אריין אין א ספעציעלע אקאוינט ביז די קומסט עס אפנעמען אפילו יארן שפעטער, די געלטער בלייבן אייביג ליגן דארט ווארטנדיג אויפן אייגנטומער.

ס'איז יא דא א דעדליין ביז 3 יאר פון אפריל 15 נאכדעם קען מען שוין נישט באקומען דאס געלט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם און 12 געסט