וויפיל קאסט א זכר/וואכנאכט/ברית?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

וויפיל קאסט א זכר/וואכנאכט/ברית?

תגובהדורך ?אפשרטאקע » זונטאג יוני 18, 2017 12:55 pm

וויפיל קאסט א זכר/וואכנאכט/ברית?

ווער עס קען, זאל ביטע ענטפערן פון די אייגענע עקספיריענס. ביטע שרייבן אביסל דיטעילס פון וואספארא סטענדערט איר רעדט.
למשל;
וויפיל מענטשן וכו'
זכר; מיט/אן טשאקאלאט, ביהמ"ד/אינדערהיים וכדו'
וואכנאכט; געקעטערט/אליין צוגעשטעלט, האט פודס, וכו'
ברית; מילכיג/פליישיג וכו'
וכו' וכו'
יישר כח למפרע

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 18, 2017 1:12 pm

קודם מזל טוב!
ביזט גרעסער ווייל דו ביזט טאקע גרויס, אדער ביזטו דאס געווארען דורך אראפקוקן אויפן אנדערן?

להוסיף
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » זונטאג יוני 18, 2017 1:51 pm

האב איך הנאה אז איינער ברענגט ארויף אזא פראגע. בלויז צו קענען פארדאמען א רעקלאמע פון א קעיטערער וואס עדווערטייז די לעצטע וואכן אין די פעיפערס און אויף שטאנגען. אז ער שטעלט צי א ווכנאכט פאר 'בלויז' אכצן מאות!! איר זעט גוט. אזא בלינדע מציאה שטעלט ער צי....

ליצנות אינדערזייט. איך ווייס אז פערלמוטער פון וויליאמסבורג שטעלט צי פאר 5 מאות. אויך איינס פון די סאטמאר בוטשערס אין בארא פארק עדווערטייזד יעצט פאר אזא פרייז.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 18, 2017 1:53 pm

מיין עקספיריענס:
שלום זכר האט מיר געקאסט פיר הונדערט דאלער, געווען א שיינער עולם און געווען גענוג פון אלעם.

וואך נאכט 650, בריוח פאר א 150 אידן.

ברית 500 דרייסיג חברה.

אלעס אליינס באשטעלט אין גראסערי/טעיק אוט.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 18, 2017 1:54 pm

דער עיקר אז מען דארף קויפן מיט שכל, וויסן וואס מענטשן דארפן און וויפיל מען דארף.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

אוועטאר
טשעירמאן
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג יוני 18, 2017 2:14 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:דער עיקר אז מען דארף קויפן מיט שכל, וויסן וואס מענטשן דארפן און וויפיל מען דארף.

כווייס נישט צו סאיז שייך אויסרעכענען פון פאראויס

איך האב אליינס גשוויצט צוזאמששטעלן/קאכען של''ז/וואכנאכט ברית, און סאיז מיר אויס געקומען צו גאנצע זעקס הונדערט דאללער+ סאיז איבערגעבליבען שריים גענוג און נאך לעומת זה זאגט מיר מיין חבר אז ער האט אלעס באשטעלט סא די וואכנאכט (+ האט דיש) געעווען איבער ניין הונדערט די ברית סעודה 500 די שלו''ז נאך 200 !!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 18, 2017 2:29 pm


מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 18, 2017 2:49 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:מיין עקספיריענס:
שלום זכר האט מיר געקאסט פיר הונדערט דאלער, געווען א שיינער עולם און געווען גענוג פון אלעם.

וואך נאכט 650, בריוח פאר א 150 אידן.

ברית 500 דרייסיג חברה.

אלעס אליינס באשטעלט אין גראסערי/טעיק אוט.

איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין אנדערע אידישע שטעט, אבער ביי אונז אין קרית יואל איז דער מנהג אז ביי א זכר קומען מער ווייניגער די שכנים וואס וואוינען אויף די זעלבע גאס, און אמאל אמאל א גאר נאנטער חבר, ממילא מיינע לעצטע צוויי זכרים ואס איך האב געמאכט אינדערהיים האט מיר אפגעקאסט 3 באטלעך ביר מיט א האלבע טאץ קעיק, און יא שיעור פארגעסן, א האלבע קאנטעינער באנדלעך

א וואך נאכט, אז מ'מאכט אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געמאכט, קעיק, קוגל, פיש, קאסט עס טאקע נישט מער ווי 500 דאלער, וכן אני נוהג.
והמהדרין מן המהדרין וואס שטעלן צו א מיני שבע ברכות איז טאקע 1800 ביליג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 18, 2017 2:51 pm

מי יודע האט געשריבן:והמהדרין מן המהדרין וואס שטעלן צו א מיני שבע ברכות איז טאקע 1800 ביליג

איך האב צוגעשטעלט למהדרין מן המהדרין פאר 650.
אז מען נעמט עס דורך א קעטערער, וואס ער באקומט נאך אלעס פאר ביליגער... ער גרייט עס צו ווי א פרויען באווארפען קידוש, און דריי גוים פול טיים קאסט עס צוויי אלפים, ווען דער קעטערער פאקט זיך איין אין קעשענע פופצן מאות דערפון. אים קאסט אים ארום פיר פינף הונדערט דאלער.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

אידישע מוח
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג יוני 18, 2017 3:13 pm

א זכר ווענט זיך אז די גייסט אין א שוהל קאסט עס נישט מער פון 200 אריינגערעכענט אלע גוטע זאכען פרוכט טשאקלאד נאש

אוועטאר
טשעירמאן
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג יוני 18, 2017 5:11 pm

סאיז קלאר אז יעדע דעטאל מאכט א חילוק: די ערשטע שמחה צו די צווייטע? גרויס משפחות צו קליינע? ביסט מער אדער ווייניגער פאפולער? אבער אין עווריזש קען מען שאצען אז אין וומס''ב ב''פ דארף א של''ז אין ביהמ''ד קאסטען 200 א קעיטערט וואכנאכט אין געגענט פון 800- 1000 די ברית סעודה 500 פארשטייט זיך פאר מער מענטשען וועט עס קאסטען טייערער וכו'

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג יוני 18, 2017 7:23 pm

די זכר - זומער האט מיר געקאסט בערך $300 אן קיין טשאקאלאד, ווינטער קען קאסטן אביסל טייערער.

וואכנאכט - בערך $500

ברית - 30 מענטשן פליישיג (קאטלעטס) בערך $300
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » זונטאג יוני 18, 2017 8:26 pm

האב איך ממש לעצטנס געמאכט א זכר/וואכנאכט/ברית..

די זכור האב איך געמאכט אין ביהמ"ד, פרייז איז $200 איך האב אפגרעטעד פאר נאך $75 נאך אביסל פרוכט מיט טשאקאלאד.

די וואכנאכט האט מיר געקאסט אן אלף'ל.

די ברית סעודה האט מיר געקאסט $355 אין שוהל אינקלאדעט קאטלעטס.

נישט פארגעסן א ישר כח פאר שאץ מאץ'ס נוצבארע ארטיקל.

יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג יוני 18, 2017 9:07 pm

וועלכע שול נעמט נאר $355 דאס איז זייער ביליג.

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » זונטאג יוני 18, 2017 9:41 pm

עס איז נאר געווען פופצן פארשענס (איבערגעבליבן דריי..)

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג יוני 18, 2017 9:45 pm

מיין פריערדיגע אינגל.
זכר 300
וואכנאכט 1200
ברית 1000 (200 פאר מוהל)

קימפעטארן היים 1080
בעביסיטערס.?
כ'געדענק די סך הכל איז געווען אביסל מער ווי פינף אלפים.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יוני 19, 2017 7:38 am

מיין פריעדיגע יונגעל
זכר, 0 [געמאכט ביים טאטען]
וואכנאכט $500 פון מעשר, [טיפס פאר שיינע אידען] די איבריגע הוצאות 0, געמאכט ביים שווער.
מוהל, $0 [האדמו"ר איז געווען מוהל]. 200$ פארן עומד על גביו].
ברית סעודה 0$ [ביים שווער]
קימפעט $0 [ביים שווער]
$300 לעבער קאוטש
300$ בערך טעקסי צום שפיטאל [יו"ט, + אהיים]
-----------------------------------------------
פארדינט קעש געלט [מתנות] בערך 1000$


געווען א עלסטע קינד.....
סאדאם בן באראק חוסעין

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 19, 2017 9:31 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:מיין פריעדיגע יונגעל
זכר, 0 [געמאכט ביים טאטען]
וואכנאכט $500 פון מעשר, [טיפס פאר שיינע אידען] די איבריגע הוצאות 0, געמאכט ביים שווער.
מוהל, $0 [האדמו"ר איז געווען מוהל]. 200$ פארן עומד על גביו].
ברית סעודה 0$ [ביים שווער]
קימפעט $0 [ביים שווער]
$300 לעבער קאוטש
300$ בערך טעקסי צום שפיטאל [יו"ט, + אהיים]
-----------------------------------------------
פארדינט קעש געלט [מתנות] בערך 1000$


געווען א עלסטע קינד.....

א ערנסטע שאלה צו טיפס פאר שיינע אידן מעג מען געבן פון מעשר, פרעג א מורה הוראה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג יוני 19, 2017 11:39 am

א יישר כח אייך אלע מגיבים

ווי האלט איך דא
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » מאנטאג יוני 19, 2017 12:11 pm

כ'האב געפרעגט דעם שמש די פרייזן זאגט ער אזוי
175 א זכר אן טשאקלאד
300 א סעודת ברית 25 מענטשען
75 לחיים נאכן ברית
465 קידוש


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט