שבת שלהבת

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך מאי 10, 2017 11:15 pm

גראדע איז דאסמאל די פלאן אז די סעודות זאלן אויך זיין אפגעטיילט עקסטער די מענער און עקסטער די פרויען, ס'קען זיי שפארן א היבשע פאר אלפים
און גראדע איז עס בעסער פאר שמירת עינים
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:02 am

נו פארוואס דען נישט. עס איז בעצם א פירצה נוראה אז אין די האטעלס עסט מען בתערובות ( חוץ אויב מען "בעט" באקומט מען א כמו פארהאנג). פארוואס זאל דאס נישט זיין ווי א שבע ברכות ווי עס עסן עקסטער די מענער און עקסטער די פרויען?

עס מיז זיין פונקט די זעלבע סטייל ווי ביי די גוים? עס וועט קיינעם נישט שטערן ווען עס וועט זיין אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע פארברענגען
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:55 am

כא כא כא האט געשריבן:גראדע איז דאסמאל די פלאן אז די סעודות זאלן אויך זיין אפגעטיילט עקסטער די מענער און עקסטער די פרויען, ס'קען זיי שפארן א היבשע פאר אלפים
און גראדע איז עס בעסער פאר שמירת עינים


ביזט גערעכט וועגן שמירת עיניים. מיר איז אבער בא'טעם'טער צו עסן מיט מיין אשת חיל, ביי די סעודות איז מער ווייניגער די איינציגסטע געלעגנהייט צו שמועס.

סידיראם האט געשריבן:נו פארוואס דען נישט. עס איז בעצם א פירצה נוראה אז אין די האטעלס עסט מען בתערובות ( חוץ אויב מען "בעט" באקומט מען א כמו פארהאנג). פארוואס זאל דאס נישט זיין ווי א שבע ברכות ווי עס עסן עקסטער די מענער און עקסטער די פרויען?

עס מיז זיין פונקט די זעלבע סטייל ווי ביי די גוים? עס וועט קיינעם נישט שטערן ווען עס וועט זיין אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע פארברענגען


שלהבת איז נישט סתם א hotel getaway . און ווען מ'עסט איש ואישתו, איז עס אייביג אפגעטיילט מיט פארהאנגען צוגעמאכט פון אלע פיר זיייטן, אפי' פאר ווער עס בעט נישט.

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג מאי 11, 2017 11:41 am

ביסט גערעכט אבער פרעג איך דיר וועגן מיין און דיין באטעמטקייט זאלן מיר אוועק געבען אונזער און אנדערענס שמירת עינים?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג מאי 11, 2017 11:52 am

און איך ארבעט זייער שטארק פאר יעדע שבת שלהבת צי שלעפן ווי מער מלמדים און מרביצי תורה אזויווי ר' עזריאל בעט זיך אלעמאל, אבער אזויווי די מרביצי תורה זענען געווענליך מער פרומערע אידן זאגן זיי אז ס'איז זיי שווער צי קומען וועגן שמירת עינים, משא''כ די קומענדיגע שבת גייט עס גרינגער ווען זיי הערן אז ס'גייט זיין א פארבעסערונג
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:02 pm

און וואס וועט זיין אין די קארידארן אינדערויסן פונעם חדר האוכל און ביי נטילת ידים... בעסער מען רעדט נישט
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 11, 2017 1:28 pm

געוועזן מער ווי איינמאל ביי א שבת שלהבת, ברוך השם נישט געווען קיין פראבלעמען מיט שמירת עינים, מ'האט געגעסן עקסטער, און שוין.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:15 pm

אלע גרעסערע שבתים פון היימישן ציבור גייט שוין אזוי אז מ'עסט עקסטער די מענער און עקסטער די עזרת נשים, המספיק רעים וכו' וכו'
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

שבת שלהבת

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך מאי 17, 2017 12:56 am

אי"ה גייט די קומענדיגע שבת פ'במדבר פארקומען נאך א שבת שלהבת,
און אלץ איש את רעהו יעזורו אז ס'איז דא היינט אזויפיל יונגעלייט וואס דרייען זיך ארום אויף דעם עולם נישט האבענדיג קיין אאאאנונג פארוואס דער באשעפער האט זיי דא אראפ געשיקט, און אז ער האט מיך שוין יא דא אראפ געשיקט וואס האט אויסגעפעלט מיט צו שיקן מיט מיר אזויפיל צרות מיט נסיונות, וויל איך דא אביסל אראפ לייגן וואס דאס מיינט א שלהבת שבת און הגם דא אין דארט אויף אייוועלט האבן שוין מאנכע געשריבן מורא'דיגע פוינטס, וויל איך עס דא ברייטער אויסשמועסן און אדרבה ווער ס'האט ציצילייגן פון עקספיריענס זאל ארויסהעלפן, אפשר וועט דיין פוינט מעורר זיין איינעם צי קומען וועט עס זיין דיין זכות.

שבת שלהבת גייט שוין אן ארום 30 יאר נאך מיט ר' שמשון פינקוס ז"ל און להבח"ל מיט ר' עזריאל טויבער לאורך ימים ושנים.
רוב יארן איז עס געווען פאר עכטע פרייע וואס האבן שוין אראפ געווארפן אלעס פון זיך און בסייעתא דשמיא האט מען אויפגעטון גדולות ונצורות מאכענדיג נאך יעדע אזא שבת צענדליגע אמת'דיגע בעלי תשובות,
ביז איינמאל איז געקומען א היימישער יונגערמאן צי ר'עזריאל מיט א טענה למה נגרע? ביים היימישן עולם דארף מען די זעלבע מאכן בעלי תשובות?, די וועלט ווערט שוואכער און שוואכער און אונז האבן נישט קיין מושג פארוואס מיר זענען דא און וואס מען וויל דא פון אונז,
האט מען אנגעהויבן צי מאכן אזעלעכע שבתים פארן היימישן עולם און ב"ה נאך יעדע אזא שבת קומען אהיים צענדליגע היימישע בעלי תשובות..

מ'פארט און א שיינעם האטעל צוזאמען מיטן בני בית -ווייל אויב וויל מען טאקע אנהייבן צי לעבן א נארמאל לעבן, מוז עס זיין אז סיי די מאן און סיי די פרוי זאלן הערן אלע דרשות, און זיין גרייט פאר א טשעינטש.
דארט האט מען בעיקר ר'עזריאל טויבער, און ר' בערל טויבער העלפט צי, נאכדעם איז דא אפאר עקסטערע שיעורים פאר די פרויען דורך מרת ניישטאדט פון א''י און מרת געלבמאן
די שבת איז פיל מיט דרשות וואס מ'דעקט אונז אויף ווער אונז זעמער, און פארוואס דער באשעפער האט פונקט אונז די שוואכסטע מענטשן פון אלע דורות אראפ געשיקט דא אין די שווערסטע נסיונות.
וואס מיינט ענדשויען לייוו, וואס מיינט א רוהיגע לעבן, וואס מיינט שלום בית, וואס טייטש שמחה וטוב לבב, וואס מיינט מקבל זיין יסורים באהבה, וואס מיינט אני מאמין בתחית המתים,
און האטס נישט מורא קיינער קומט נישט אהיים פון אזא שבת און טוישט זיך גראד צי שווארצע גלעזער, איך מיין צי זאגען ס'איז נישט קיין שבת התוועדת ווי מ'קריכט ארויס אביסל פון די וועלט, נאר אדרבה מ'לערנט דיך אויס וויאזוי צי לעבן דא אויף דער וועלט מיט דיינע שוועריקייטן און מיט דיינע גרויסע און קליינע נסיונות.

בקיצור אזא שבת איז מלא תוכן, מ'קומט אהיים מיט אזא אנדערע בליק אויף אלעם,
די גשמיות איז אויך נישט אוועק צי מאכען פון אזא שבת, מ'שטעלט צי אלעס זייער באקוועם און געשמאק,
און גראדע אין רוחניות גייט עס דאסמאל אויך זיין היבש בעסער, אז ביז יעצט איז כמעט אלעמאל געווען אויסגעשטעלט אז די סעודות האט מען געגעסן בין איש לאשתו, ווייל ר' עזריאל האט געוואלט אז בשעת די סעודות זאל מען איבער'חזר'ן וואס מ'האט שוין געהערט, אבער למעשה האט עס געמאכט שווערער די נסיון פון שמירת עינים, אבער דאס מאל גייט די סעודות זיין געהעריג ציטיילט.

ס'קאסט טאקע היבש אביסל געלט אבער איך זאג ענק אידן ס'צאלט זיך אויס יעדע דאללער אזוי קענען מעיד זיין אלע אידן וואס האבן דאס שוין טועם געווען, און מיינט נישט אז די טויבער'ס מאכן עפעס פון אזא שבת אדרבה ר' עזריאל צאלט אפ די דיפרענט וואס בלייבט יעדעס מאל פון א איינס צי צוויי טויזענט דאללער.
אבער ווער ס'שרייבט זיך איין נאך די וואך איז עס מיט בערך הונדערט דאללער ביליגער.
די פרייז איז $895 פער קאפל, פון זונטאג במדבר וועט זיין די פרייז $975
קומטס און האטס הנאה, אזויווי ר'עזריאל זאגט געווענליך אז ווער ס'האט נישט קיין הנאה פונעם שבת קען צוריק בעטן דאס געלט.

די נאמבער זיך איין צי שרייבן איז 845-239-9700
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך מאי 17, 2017 1:20 am

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי שבת שלהבת, אבער איך בין יא געווען ביי שבת קרבתנו און זייער שטארק הנאה געהאט.

ווייסט איינער די חילוק פון די צוויי שבתים? חוץ וואס דאס איז א וואך אפגעריקט?

ס'איז, די זעלבע האטעל
די זעלבע עסן
די זעלבע אפגעטיילט ביי די סעודות

פארוואס זאל איינער גיין צו דעיע שבת ענדערשער ווי שבת קרבתנו?

שבת קרבתנו האט דאך קרוב צו 20 בעל דרשנים וואס מען קען אויסוועלן.

איך מאך עס ח"ו נישט אוועק איך האב געהערט פון חברים וואס האבען זייער שטארק הנאה געהאט ביי שבת שלהבת, איך בין סתם נייגעריג אויב זיי ביידע טארגעטן די זעלבע עולם.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך מאי 17, 2017 1:31 am

דאס איז א טויבער שבת. כידוע זיי האבן אן אייגנארטיגקייט.

בכלל נישט קיין סתירה צו שבת קרבתנו.

עס איז 2 מהלכים.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך מאי 17, 2017 8:52 am

זינגער האט געשריבן:איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי שבת שלהבת, אבער איך בין יא געווען ביי שבת קרבתנו און זייער שטארק הנאה געהאט.

ווייסט איינער די חילוק פון די צוויי שבתים? חוץ וואס דאס איז א וואך אפגעריקט?

ס'איז, די זעלבע האטעל
די זעלבע עסן
די זעלבע אפגעטיילט ביי די סעודות

פארוואס זאל איינער גיין צו דעיע שבת ענדערשער ווי שבת קרבתנו?

שבת קרבתנו האט דאך קרוב צו 20 בעל דרשנים וואס מען קען אויסוועלן.

איך מאך עס ח"ו נישט אוועק איך האב געהערט פון חברים וואס האבען זייער שטארק הנאה געהאט ביי שבת שלהבת, איך בין סתם נייגעריג אויב זיי ביידע טארגעטן די זעלבע עולם.


שלהבת איז מער א יסודות'דיגע זאך. אמאל קען מען הערן א inspirational דרשה, למשל אויף לשון הרע, אדער צניעות, אדער קביעות עתים לתורה, און מ'ווערט נתעורר אויף די ספעסיפיק זאך און מ'פארבעסערט זיך. שלהבת לערנט די יסודות, יעדע שיעור איז א המשך געבויט אויף וואס מ'האט גערעדט אין די פריערדיגע שיעור. און איינמאל מ'איז קלאר אין די יסוד, קען מען עס שוין אליינס עפפלייען צו ספעציפישע זאכן. דאס איז בקיצור די חילוק.

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך מאי 17, 2017 11:49 am

זייער גוט גענטפערט,
איך בין נאך נישט געווען ביי א וקרבתנו שבת אבער פון דעם אז דארט איז דא 20 בעלי דרשנים פארשטיי איך אז ס'האט אן אנדערע ציל, אזא שבת איז לכאורה מער א חיזוק שבת אנציגיין מיט אידישקייט, משא''כ א שלהבת שבת רעדט איין מענטש וואס ער בויט דיך אויף מיט יעדע דרשה נאך א שטיין צום פאדאמענט פון דאס ווארט איד, ביי אונז רופט מען עס א השקפה שבת
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך מאי 17, 2017 12:03 pm

כא כא כא האט געשריבן:זייער גוט גענטפערט,
איך בין נאך נישט געווען ביי א וקרבתנו שבת אבער פון דעם אז דארט איז דא 20 בעלי דרשנים פארשטיי איך אז ס'האט אן אנדערע ציל, אזא שבת איז לכאורה מער א חיזוק שבת אנציגיין מיט אידישקייט, משא''כ א שלהבת שבת רעדט איין מענטש וואס ער בויט דיך אויף מיט יעדע דרשה נאך א שטיין צום פאדאמענט פון דאס ווארט איד, ביי אונז רופט מען עס א השקפה שבת

איך וועל עס אביסל פרטיות'דיג מגדיר זיין.
קרבתנו איז אן ''אווערנעס קול'' עס עפענט דיר א וועלט אז עס טיטזיך עס איז נישט פלעין, אביסל וועגען אמונה אביסל שלום בית און אביסל חינוך און אביסל וועגען זיך צו אנאליז.
עס עפענט דיר טויער'ן אז אין יעדע נושא קען מען און מען דארף עוסק זיין.
און ווען דו קומסט אהיים האסטו א געוואלד מיט האום ווארק צו טון.

פון איין זייט האט עס א מעלה עס איז זייער קאלארפול און זייער געשמאק האסט אן אויסוואל פון צענדליגע רעדנער מער לייכטערע און מער פארלאנגענדיגע,
אז אביחי כהן איז צו עקסטרעים גייסטו צו יוסף מזרחי אדער יום טוב גלאזער. דו נאשט אביסל פון ר' שמואל ניימאן און דו הערסט אויס מרדכי וויינבערגער'ס. דערנאך אינטשויט מען זיך ביי ר' אברהם מרדכי מלאך בנוסף מען כאפט אריין גוטע טיפס אין חינוך.
בקיצור א קאלארפול שבת פון פיל זייטן, וואס מען קען ארויסנעמן פארשידענע טיפס און מהלכים אויפן לעבן.
אפגערעדט אויב טרעפסטו איין רעדנער וואס כאפט דיר קענסטו ממשיך זיין מיט יענעם, רוב דרשנים דארט האבן אייגענע פראגראמען פאר געלד פארשטייט זיך.

די חסרון איז אז דו קענסט אהייםקומען צומישט און צומישט.

שלהבת פירט אן די טויבער'ס עס איז איין שניד און מען בויעט אויף א גאנצע מהלך חובת האדם בעולמו, און פיל קומען אהיים אינגאנצן געטוישט.

די חסרון איז אז אויב די טויבער שפראך רעדט נישט צו דיר ביסטו אין פעקל.
איך גלייב שווער אז איינער זאל אינגאנצן נישט הנאה האבן פון משפחת טויבער.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 17, 2017 4:25 pm

ר'עזריאל האט א געשמאקע שפראך?

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך מאי 17, 2017 5:19 pm

fiena nieas האט געשריבן:ר'עזריאל האט א געשמאקע שפראך?


זייער שווער צו ענטפערן אזא שאלה. איר גלייכט צו הערן ר' אפרים וואקסמאן, ר' יוסף חיים גרינוואלד, ר' ישעי' ווייס, אדער ר' פישל שעכטער?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 17, 2017 7:17 pm

איך פרעג ווייל איך האב עים שוין געהערט אביסל און ער איז מיר נישט אזוי געפאלן מיט זיין שפראך אביסל צו טיף מיין איך . אז דו פרעגסט מיר ווער פון דיין ליסט וואס דו האסט אויסגערעכענט גלייך איך צו הערן וואלט ר'אפרים וואקסמאן.

אגב מיין בעסטע רעדנער איז הרב זעיקאבסאן

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך מאי 17, 2017 7:48 pm

ר' עזריאל טויבער איז נישט עפעס א מוירא'דיגע רעדנער, ס'איז מער 'וואס' ער זאגט און וויאזוי ער לערנט אפ פארשידענע זאכן, מ'דארף אבער גלייכן זיין שניט, בעיקר יסודות'דיג און השקפה'דיג.

זיין זון ר' בערל, איז שוין יא מער א געשמאקע רעדנער, און זייער א ענליכע מהלך, אבער נישט אויף אזא הויכע/טיפע לעוועל.

_____

ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסען און ר' אפרים וואקסמאן זענען אויסגערופענע גאר גוטע רעדנער, דער עולם איז צוגעשמידט ביי זייער'ס א דרשה. לעומת זה, קענען זיי רעדן א שעה צוויי, און ס'איז בעיסיקלי נישטא וואס אנצוכאפן (נישט אז זיי טוען דאס, נאר אזוי ארבעט דער סארט 'גוטע רעדנער'), דהיינו קענסט זיך אויפשטען פינעם דרשה און טראכטן; סאו מיט וואס בלייב איך פין די גאנצע זאך? ואס נעם איך פין דא אהיים? ודו"ק
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 17, 2017 8:02 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
_____

ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסען און ר' אפרים וואקסמאן זענען אויסגערופענע גאר גוטע רעדנער, דער עולם איז צוגעשמידט ביי זייער'ס א דרשה. לעומת זה, קענען זיי רעדן א שעה צוויי, און ס'איז בעיסיקלי נישטא וואס אנצוכאפן (נישט אז זיי טוען דאס, נאר אזוי ארבעט דער סארט 'גוטע רעדנער'), דהיינו קענסט זיך אויפשטען פינעם דרשה און טראכטן; סאו מיט וואס בלייב איך פין די גאנצע זאך? ואס נעם איך פין דא אהיים? ודו"ק


נישט ממש דו זאגסט אזוי ווייל למשל ר'יוסף יצחק קען נעמען איין קליינע נקודה און עס אויפבלאזן און רעדן דערפון צוויי שעה . אבער איך גלייב ער קען מצמצם זיין זיין דרשה אויך

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך מאי 17, 2017 8:24 pm

ר' זעיקאבסאן און הרב וואקסמאן (וועם איך פלעג אמאל הערן וועכנטליך), זענען לעניות דעתי צוויי אנדערע וועלטן. און ר' עזריאל איז א דריטע וועלט אינגאנצן. לויט דיין טעיסט וועסטו לכאורה שטארק הנאה האבן פון ר' בערל. און ר' עזריאל'ס גדולה ליגט דירעקט נישט אין זיין שפראך (איך גלייך עס גראדע יא, אבער איך גיי לויט דיין געשמאק). אבער די חומר למחשבה וואס ס'ליגט אין זיינע שיעורים טרעפט מען ווייניג. איך וואלט צוגעשטעלט מער צו ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש, אדער להבחל''ח ר' אביגדור ז''ל. אנטשולדיגט פאר די קאטשקעריי, איך דארף לויפן

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך מאי 17, 2017 8:55 pm

ברויכסט זיך נישט אנטשולדיגן, איך פארשטיי דיר...
וואו איז דָוִי?

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג יולי 24, 2017 11:46 pm

שבת פ' כי תבוא אין ראלי איז די נעקסטע שבת שלהבת אי''ה
אגב. האט זיך געפענט א נייע טעלעפאון ליין מיטן נאמען קול שלהבת ווי מ'קען הערן אלע דרשות פון ר' עזריאל, און יעדע וואך דאנערשטיג גיט ער א לייוו שיעור, זייער קלאר. די נאמבער איז 929-222-9900 דריקט 1 פאר די לייוו שיעורים מ'קען עס נאכדעם איבערהערן,
די פארגאנגענעם דאנערשטיג פ' מטו''מ איז געווען א געוואלדיגע שיעור איבער די דריי וואכן, הערט און האט הנאה.
אזוי אויך האט אנגעהויבן ארויס צי קומען אין ארץ ישראל א שלהבת גליון וואס זייער א גוטער שרייבער געט עס ארויס דא האט איר די אימעיל צי באקומען דעם גליון
e.shalhevet@gmail.com
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יולי 25, 2017 10:40 am

*דער גליון איז אויף לשון הקודש צאם געמישט מיט די ארץ ישראל'דיגע ענגליש.......
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

משה כהן
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

חדש!!! באמבע!!

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אוקטובער 29, 2017 12:39 pm

גליון שלהבת באידיש ערשיינט לאור עולם וועכנטליך.

משה כהן
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אוקטובער 29, 2017 1:31 pm

הגליון
צוגעלייגטע
עלון שלהבת  1 אידיש-3.jpg
עלון שלהבת 1 אידיש-3.jpg (640.16 KiB) געזעהן 555 מאל
עלון שלהבת  1 אידיש-2.jpg
עלון שלהבת 1 אידיש-2.jpg (719.94 KiB) געזעהן 555 מאל
עלון שלהבת  1 אידיש-1.jpg
עלון שלהבת 1 אידיש-1.jpg (434.51 KiB) געזעהן 555 מאל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], מזי רעב און 7 געסט