שבת שלהבת

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אונגארישע ווין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 1:50 pm

שבת שלהבת

תגובהדורך אונגארישע ווין » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:07 pm

איך האב לעצטנ'ס אנגעהויבן הערן דרשות פון משפחת טויבער איך מוז זאגן אז זיי זענען עפעס מוראדיג רעדן צום שכל און נשמה אינאיינעם האבנדיג חשק זיי צו קענען פון דער נאנט זיך אינפארמאציע איבער די שלהבת שבתים ווען עס וועט זיין די נעקסטע שבת ווי אויך אויב איינער איז שוין דארט געווען זיין מיינונג און צו איז עס געמאכט פאר א וויליאמסבורג סטייל סאטמארע אינגערמאן אדער מער פאר אנדערע סארט עולם

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2187
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:34 pm

דאס גייט ווארשיינליך גיין אין די רעלסן פון די פאר/אנטקעגן ברעסלאוו אשכול
בוי זיך זעלבסט

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:52 pm

Parshes Vayeitzei – Dec. 10

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:55 pm

איך בין געווען צוויי יאר צוריק, און יא, ס'איז געמאכט פאר היימישע אינגעלייט

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 3:43 pm

זעה וואס דער עולם שרייבט דא דערוועגן

viewtopic.php?f=3&t=21534&hilit=שלהבת

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 4:05 pm

מוראדיג...
איך ווער בעיקר משוגה (יא משוגה) פאר ר' בערל טויבער ער רעד צום זאך, מיט א געשמאק, א נחת צו הערן

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 6:39 pm

איינמאל מיטגעהאלטן. זייער שיין א תוכנ'פולער און היימישע שבת. אבער געדענק אזא שבת איז געווידמעט פאר דרשות ביי יעדע געלעגנהייט. אויב ווילסטע שלאפן און שפאצירן זוך דיר אנדערע גליקן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 10:31 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:איינמאל מיטגעהאלטן. זייער שיין א תוכנ'פולער און היימישע שבת. אבער געדענק אזא שבת איז געווידמעט פאר דרשות ביי יעדע געלעגנהייט. אויב ווילסטע שלאפן און שפאצירן זוך דיר אנדערע גליקן.

יאפס. דאס איז נישט קיין אוטינג אדער וועקעישן
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אונגארישע ווין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 1:50 pm

תגובהדורך אונגארישע ווין » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:36 pm

איך וואלט אפרישיעטעד פאר מער דיטעלס ווי אויך ווי אזוי איז די סעודות איש ואשתו מיט א מחיצה אדער עקסטער ווי ביי א שמחה

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:17 pm

ס'איז מיר אביסל שווער צו שרייבן אבער כ'וועל טרייען מיין בעסט.

ווען איך בין געווען ביי א שבת שלהבת איז עס געווען אין די ראלי האטעל און ס'איז געווען בימי הספירה (קען זיין אז ווינטער לויפט די סקעדזשועל אנדערש).

פרייטיג נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט ברייט טועמיה.(בכלל שטעלן זיי צו זייער ברייט במשך דעם גאנצן שבת. אפילו ביי די סעודות האט מען ביי שלהבת געגעבן בעסערע עסן ווי פאר די אנדערע האטעל געסט.)

מנחה האט מען געדאוונט בערך 20 מינוט פארן זמן הדלה''נ. פאר קבלת שבת איז געווען די ערשטע שיעור (די פרויען זענען אראפ געקומען אין שול) די סעודות האט מען געגעסן איש ואישתו יעדער מיט א עקסטערע מחיצה.

נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

צופרי האט מען געדאוונט זמן תפילה, נאכן דאווענען איז געווען א קידושה רבא מיט קוגלען און הערינג, נאכדעם איז געווען נאך א שיעור און נאכדעם די סעודה.

נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט א 'שבת פארטי', און נאכדעם איז געווען א שיעור עקסטער פאר די פרויען און עקסטער פאר די מענער. שלש סעודות איז אויך געווען עקסטער פאר די פרויען און עקסטער פאר די מערער.

נאך הבדלה איז געווען נאך א שיעור (מענער און פרויען צוזאמען). און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט א רייכע מלוה מלכה.

זונטאג נאך פרישטאג איז געווען נאך א שיעור, און נאך א קליינע הפסקה איז געווען די לעצטע שיעור פון ר' עזריאל. נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט א שיינע לאנטש און נאכדעם האט ר' בערל געזאגט א דרשה.און שוין.

איך בין נישט אזוי גוט אין באשרייבן א זאך, אויב דו ביזט מער ספעסיפיק מיט דיינע שאלות, קען איך אפשר בעסער ענטפערן.

איך האב היינט געזען זייער עד אין איינע פון די צעטלעך, מארגן וועל איך בלי נדר ארויפלייגן זייער נומבער, זיי ענטפערן גערן אלע שאלות.

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 1:58 pm

זעה עטטעטשד

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:06 pm

slhvs.jpg

אונגארישע ווין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 1:50 pm

תגובהדורך אונגארישע ווין » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 9:06 pm

זיי בעטן יעצט 895 דאס איז זייער געווענטליכע פרייז?

אוועטאר
יענקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 11:00 pm

רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 11:09 pm

יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

העסט גיין צום שבת העסטו געוואויר ווערן.! ס'איז מן הסתם עפעס א קאוד ווארט פאר יענע סחורה..... וד''ל.!

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » זונטאג נובעמבער 27, 2016 12:00 am

אונגארישע ווין האט געשריבן:זיי בעטן יעצט 895 דאס איז זייער געווענטליכע פרייז?


איך האב געצאלט מיט א הונדערטער ווייניגער. אינפלעישען?

יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?


איך האב געשריבן 'ביר', דער טעבלעט איז געווען זיכער אז איך מיין צוזאגן 'בירושלים'. נו ווילסט דיך טענה'ן מיט אים?... :wink:

אונגארישע ווין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 1:50 pm

תגובהדורך אונגארישע ווין » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:47 pm

איז איינער גייט דא אויף שבת?

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 2:03 pm

אונגארישע ווין האט געשריבן:איז איינער גייט דא אויף שבת?


גייט שוין אריין אין גילו :wink:

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 11:45 pm

איש החסד האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

העסט גיין צום שבת העסטו געוואויר ווערן.! ס'איז מן הסתם עפעס א קאוד ווארט פאר יענע סחורה..... וד''ל.!

:lol: :lol: :lol: בראוני'ס, געווארן לעגאל אין יוניידעט סטעיטס אף קאליפארניע
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 4:17 pm

סתם נייגעריג, פארוואס איז דער אשכול אין פארברענגען?

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 2:16 am

איש החסד האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

העסט גיין צום שבת העסטו געוואויר ווערן.! ס'איז מן הסתם עפעס א קאוד ווארט פאר יענע סחורה..... וד''ל.!

יוש האב איך געלאכט :lol: :roll: :oops:

קלמן הלוי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:46 pm

ני ביזט למעשה געווען אדער נישט ?
אויב יא האסטי הנאה געהאט ?

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:12 pm

ס'איז געווען א הערליכע עקספיריענס בגשמיות וברוחניות

אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:12 pm

תגובהדורך נער הייתי » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 9:36 pm

פרטים?

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג מאי 08, 2017 8:48 am

נער הייתי האט געשריבן:פרטים?


איך האב אנגעהויבן שרייבן, אבער נישט געהאט די געלעגנהייט צו ענדיגן. אי''ה קומענדיגע שבת פ' במדבר גייט זיין נאך א שבת שלהבת


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט