הילף: סעטלען קרעדיט, וויאזוי?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יוב
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2016 12:49 pm

הילף: סעטלען קרעדיט, וויאזוי?

תגובהדורך יוב » דינסטאג יוני 14, 2016 1:57 pm

איך בין ליידער אריינגעפאלען אין די בלאטע פון קרעדיט קארד'ס און איך בין אנגעמעקסט עד נפש, מיינע מעגליכקייטן כהיום צו צאלען די מינומום פעימענטס זענען אינטער זערא, און פארשטייט זיך אז אינטערעסט וואקסו ווי אויף הייוון און צוזאמען מיט דעם די לעיט פעימענטס פי, די מינימום פעימענטס ווערן העכער פון חודש צו חודש,

איז מיין שאלה דא צום חשובען ציבור:
איך האלט אין איין זען וועגן סעטלען קרעדיט, אבער דא עקא אז איך בין א גרויסער ע"ה אין די זאכען,
1) איז סעטלען קרעדיט אן אפשען פאר מיר?
2) אויב יא קען איך עס אליין ערלעדיגען ?
3) וויאזוי ?
4) אויב נישט ווער קען יא ?
5) איז עס א טייערע מעשה?

טייערע ברודער איך האב אייך געפערגט פינף קשיות (און איך האב נאך אבער קודם לאמיר עס לאזען ביי דעם) זייט מוחל אויב מעגליך ענטפערט מיר א תירוץ.

מיט דאנק פון פאראויס
יוב

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:41 pm

אינטערעסאנט קיינער האט נאכניט געענטפערט.

עס זענען דא מערערע אדווערטייזטע פירמעס וואס טוען דאס, זיי פארהאנדלן פאר דיר, נעמען איבער די קאלעקשאן טעלעפאן קאלס אא"וו, אויב דאס איז דיין ערשטע מאל, דארף דאס בע'ה צו גיין גאנץ גלייך און געשמירט.

בעהט ביי זיי רעפרענץ, און רוף אן די באטרעפענדע.

הצלחה!

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 3:04 am

שוין דא ערגעץ אן אנדערען אשכול דערװעגען ר׳ ...?? פינקוס פון ב.פ. טאהש העלפט מיט די זאכען חנם אין כסף לשם מצװה ער האט אויך אן אדװאקאט וכו׳

בכלל אויב איר קיין ערענסטע זאכען אויף אייער נאמען איז נישט דא קיין סך מורא צו האבען און סעטלען איז לאװ דװקא בעסער פאר אייער קרעדיט רעקארד װי אינגאנצען נישט צאלען.

אויב צאלט מען פעימענטס פארלענגערט עס נאר עס זאל בלייבען לענגער אויף אייער קרעדיט

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:23 am

קליק דא
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:36 pm

פטר'ן חובות דורך א סעטעלמענט האט שטארקע סייד עפעקטס. 1) עס בלייבט א נעגאטיוו רעקארד אויף דיין קרעדיט. 2) ס'איז מעגליך אז די וועסט מוזן באצאלן שטייער אויף די געסעטלטע געלט.

רעדט עס דורך מיט ר' יוסל פינקוס פון ב"פ. ער וועט דיך גיידן בעז"ה.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט