בלאט 1 פון 1

כשרע עסן ביי ים המלח

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 12:29 pm
דורך א קאנאדער
מיר פלאנען אי"ה צי זיין בקרוב און ארץ ישראל אויף אפאר טאג וואס צוויי טעג האבן מיר געבוקט א האטעל און ים המלח וואלט איך געוואלט פרעגען פון די טייערע יודן אויב איינער ווייסט אויב עס איז דא כשרע עסן צוקויפען און יענע געגענט,
ישר כוח
אויב שוין דא א אשכול איבער דעם ביטע צוזאם שמעלצען

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 1:13 pm
דורך your friend
סידא א קפה קפה מילכיג מיט די הכשר פון רבנות. פליישיג איז נישט דא.

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 1:14 pm
דורך כפר שמאי
די נאטסטע פלאץ ווי מען קען קויפן כשרס איז אין ערד, בערך א האלבע שעה מיטן אויטא

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 2:56 pm
דורך א קאנאדער
קען מען באשטעלען עסן פון ערד און זיי דעליווערין?

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 3:54 pm
דורך Jobless
איך האב גיגעסן בי קפה קפה.

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 4:34 pm
דורך כפר שמאי
ווער עס עסט ראבבאנוט זאל אים וואויל באקומען, ווער סאיז יא מקפיד אויף כשר׳ס איז נישטא נענטער פון ערד, די נענסטע היימישע יישוב

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 4:58 pm
דורך א קאנאדער
ר'שמאי איז ערד יא דא א געהעריגע פלאץ ווי צו עסן?

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 6:34 pm
דורך שויתי'ניק
און וועלכע הכשר איז דא אין ערד?

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 6:43 pm
דורך כפר שמאי
ערד איז פארהאן א גערער עולם, סופערמרקעטן מיט אלעם גוטן, פון עדה און אלע היימישע השגחות

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2016 6:44 pm
דורך שויתי'ניק
פארטיגע עסן אויך?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2016 6:42 am
דורך א קאנאדער
ווייסט איינער אויב עס איז דא א רעסטוראנט און ערד ווי איך קען גיין עסן?
און אויב יא א נאמען פליז,

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2016 9:42 am
דורך דוקטור
אין די האטעל קען מען עסן, רעסטוראנטען מיין איך זענען נישט דא

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2016 11:41 am
דורך חברים
איך בין שוין דארט געווען פאר אפאר וואכן,
די מיליכיגע רעסטעראנט האט רבנות מהדרין אסאך היימישע עסן דארט, פליישיג איז נישט דא נאר אין ערד אין די גער'ע גראסערי רויע אדער קאלט קאטס, נישט דא קיין היימישע רעסטעראנט אין ערד,
אין האטעל קען מען נישט עסן נאר געפעקעלטע עסן ווי יאגערט וכדו' זיי שטעלן צו פרישטאג פאר אימזיסט, די ברויט קומט פון א בעקעריי מיטן הכשר פון די עדה, פרוכט און וועטשטעבלס קען מען נישט עסן פון דארט, איך האב גערעדט צום משגיח דארט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:53 pm
דורך דוקטור
פין וועלכע האטעל רעדסטו? איך רעד פין די היימישע האטעל אין ערד, דארט קען מען אריינגיין עסן (פארשטייט זיך עס קאסט געלט) אפילו אויב מען שלאפט נישט דארט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:12 pm
דורך חברים
איך רעדט פון אל האטעלס ביים ים המלך,
לויט וויפיל איך ווייס איז מער נישט דא קיין היימישע האטעל אין ערד

געשריבן: מאנטאג פאברואר 22, 2016 2:22 pm
דורך א קאנאדער
נוף ערד איז שוין נישט דארט??

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 6:21 am
דורך verveist
don't know if is reliable info. but mr. google has it as "permanently closed"

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:55 am
דורך דוקטור
עס איז דא קעגן איבער א נייע האטעל "מרגוע ערד"

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 2:40 pm
דורך א קאנאדער
איז דעי מרגוע ערד האטעל גלאט כשר?
ווייסטו אפשר אויב זיי פארקויפן עסן?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 4:38 pm
דורך דוקטור
יא גלאט כשר, זיי פארקויפען נישט קיין עסן, אבער עס איז מעגליך צי עסן דארט מאלצייטן.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:10 pm
דורך א קאנאדער
ר' דוקטור עסן אפי אויב מען שטייט נישט איין ביי זיי?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:10 pm
דורך א קאנאדער
אויב מעגליך וואלט איר געהאט א אדרעס טלפון נאמבער?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:04 pm
דורך verveist
רב קאנאדער מר. גוגעל איז אייער פריינט אפילו אריין אין קאנאדע אריין!

דא האט איר.

מלון מרגוע  
WebsiteDirections
3-star hotel
Address: Moab St 87, Arad, Israel
Phone:+972 8-995-1212

געשריבן: דינסטאג פאברואר 23, 2016 11:56 pm
דורך א קאנאדער
א גרויסע ישר כוח