העתירו בעדי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » זונטאג פאברואר 28, 2016 9:25 pm

די תורה זאגט "לא טוב" היות אדם לבדו, און איך פיהל עס ליידער יעדן טאג אין די לעצטע עטליכע יאר מער און מער,

כדי די עולם זאל פיהלן אז מ'דארף דאווענען, רעפרעזענט מען זיך מיטן אמת

מסתבר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2015 10:36 am

תגובהדורך מסתבר » מאנטאג פאברואר 29, 2016 12:49 am

כ'מיין כ'קען זאגן אז כ'פיל מיט דיין צער ווייל כ'בין אויך נישט געווען אינג ביי די חתונה (שוין נאך די שלשים), אבער קץ שם לחושך, דער אייבירשטער העלפט אז ס'קומט אמאל א צייט ווען ס'ווערט גוט, און מ'פארגעסט פון די נישט גוטע צייטן.

ס'קומט פורים ס'איז שוין שלשים יום קודם החג, די זמן איז זייער מסוגל, ווי די מגילה ענדיגט זיך כי מרדכי היהודי וגו' דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו, ס'וועט אי"ה זיין דורש טוב לעמו (מצא טוב, פארקערט פון לא טוב וגו'), און דאן ודובר שלום (שלום בית), און דערויף לכל זרעו (ערליכע געזונטע קינדער), לאמיר האפן אויפן בעסטן, איך בין מתפלל פאר דיר, ויה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות!

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » פרייטאג מארטש 04, 2016 4:21 pm

מסתבר האט געשריבן:כ'מיין כ'קען זאגן אז כ'פיל מיט דיין צער ווייל כ'בין אויך נישט געווען אינג ביי די חתונה (שוין נאך די שלשים), אבער קץ שם לחושך, דער אייבירשטער העלפט אז ס'קומט אמאל א צייט ווען ס'ווערט גוט, און מ'פארגעסט פון די נישט גוטע צייטן.

ס'קומט פורים ס'איז שוין שלשים יום קודם החג, די זמן איז זייער מסוגל, ווי די מגילה ענדיגט זיך כי מרדכי היהודי וגו' דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו, ס'וועט אי"ה זיין דורש טוב לעמו (מצא טוב, פארקערט פון לא טוב וגו'), און דאן ודובר שלום (שלום בית), און דערויף לכל זרעו (ערליכע געזונטע קינדער), לאמיר האפן אויפן בעסטן, איך בין מתפלל פאר דיר, ויה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות!



אמן והמברך יתברך בכפל כפלים

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מיטוואך מארטש 23, 2016 5:59 am

אזויווי מיר האלטן שוין 6.5 חדשים פון ראש השנה,
ועדיין................

יום כיפור איז דאך נאר יום כ'פורים,
וויל איך בעטן דעם עולם מ'זאל איינרייסן סאך שטערקער ווי אין די ימים נוראים,
אין די טעג וואס מלכו של עולם זאגט "מה שאלתך וינתן לך",
בפרט דאס יאר וואס פורים איז צוזאמען מיט א שבת,
ו"בכן" (גימטרי"א ע"ב)אבוא אל המלך מיט די 72 שעה פון די צוויי טאג פורים און שבת, אבוא אל בחינת "ויהי' בעיניה כמלך",
די "ובכן" ויהי בחצי הלילה זאל ווערן געזאגט מיט א ריכטיגע שמחה,

ישר כח למפרע,

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך מארטש 23, 2016 3:31 pm

אוודאי וועלן מיר מתפלל זיין מיט די גאנצע הארץ אזויווי געטון בעבר,

זאל טאקע די רבוש"ע העלפן אז דיזע פורים זאלסטו טאקע פועלן די ישועה בקרוב ממש
פאר קריטיק דריקט דא

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » דאנארשטאג מארטש 24, 2016 3:41 pm

ביטע זאג יעצט איין קאפיטל, תהילים פאר מיר,

איך האלט יעצט ביי קאפיטל כ"א

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג מארטש 24, 2016 3:53 pm

געזאגט כ"ג
נאט אייך א גרינע...


נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » דאנארשטאג מארטש 24, 2016 4:06 pm

ישר כח,
ריכטיג מתנות לאביונים,

אין עני אלא בדעת,
והאדם ידע את חוה אשתו,

ווער עס קען זאל אויך בעטן די משפחה און די קינדער צו זאגן איין קאפיטל,

ישר כח

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג מארטש 25, 2016 12:10 am

יעצט געזאגט א קאפיטל תהילים פאר דיך.
איבערס יאר וועסטו שוין ארום לויפען מיט די בני בית טיילען שעעעעלאך מנות, אמן!!
איזי

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » פרייטאג מארטש 25, 2016 4:52 pm

ישר כח,
אמן,

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג מאי 10, 2016 10:03 pm

איך האב מיך יעצט מקבל געוועהן זיך שטארק משתדל צו זיין צו טוהן א (שווערע) דבר טוב לזכותך ולזכותי.
זיי מתפלל אז איך זאל אויספירען מיין דבר טוב בשלימות און עס וועט זיין א גרויסע זכות פאר אונז.

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » פרייטאג מאי 13, 2016 7:59 pm

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:איך האב מיך יעצט מקבל געוועהן זיך שטארק משתדל צו זיין צו טוהן א (שווערע) דבר טוב לזכותך ולזכותי.
זיי מתפלל אז איך זאל אויספירען מיין דבר טוב בשלימות און עס וועט זיין א גרויסע זכות פאר אונז.



ישר כח,

המתפלל בעד.......................

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

דברי חיזוק והתעוררות

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג מאי 22, 2016 2:16 pm

איך האב דיך מזכיר געוועהן ביי א דערהויבענע איד א גרש (א איד וואס איז א ירא שמים מאד, פאסט כמעט יעדען טאג, ועוד ועוד שאכהמ״ל, מען וועט נאך מיינען אז איך בין א בעל דמיון).
האט ער מיר פארציילט פון א געוויסע רב וואס איז אויך א פלג גופא, האט ער אים פארציילט אז די באבוב׳ער רב זצ״ל האט אים אמאל געזאגט פארוואס זאגט די הייליגע תורה ״לא טוב״ היות האדם לבדו עס וואלט געדארפט שטיין ״רע״ היות האדם לבדו?
האט דער באבוב׳ער רב גענטפערט אז יעדער שלעכטע זאך האט אין דעם א חלק הטוב אבער דאס איז לא טוב ס׳איז כולו רע עס האט נישט קיין חלק הטוב.
פארוואס שרייב איך עס דא?
א) זאלסט וויסן אז ערליכע אידן האבן פארשטאנען דיין מצב.
ב) עס זאל ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות און אידן זאלן מרעיש עולם זיין בפרט בימי פסח שני (שני שני לג״ש למה נגרע....) ול״ג בעומר.
ג) איך הער אמאל יונגערלייט זאגן ווי שווער עס איז צו לעבן מיט א ווייב, וויל איך אז זיי זאלן וויסן אז עס איז פיל שווערער צו לעבן אן א ווייב, דאס לעבן איז שווער אבער דאנק די באשעפער אז עס איז נישט שווערער.

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מיטוואך יוני 15, 2016 10:07 pm

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:איך האב דיך מזכיר געוועהן ביי א דערהויבענע איד א גרש (א איד וואס איז א ירא שמים מאד, פאסט כמעט יעדען טאג, ועוד ועוד שאכהמ״ל, מען וועט נאך מיינען אז איך בין א בעל דמיון).
האט ער מיר פארציילט פון א געוויסע רב וואס איז אויך א פלג גופא, האט ער אים פארציילט אז די באבוב׳ער רב זצ״ל האט אים אמאל געזאגט פארוואס זאגט די הייליגע תורה ״לא טוב״ היות האדם לבדו עס וואלט געדארפט שטיין ״רע״ היות האדם לבדו?
האט דער באבוב׳ער רב גענטפערט אז יעדער שלעכטע זאך האט אין דעם א חלק הטוב אבער דאס איז לא טוב ס׳איז כולו רע עס האט נישט קיין חלק הטוב.
פארוואס שרייב איך עס דא?
א) זאלסט וויסן אז ערליכע אידן האבן פארשטאנען דיין מצב.
ב) עס זאל ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות און אידן זאלן מרעיש עולם זיין בפרט בימי פסח שני (שני שני לג״ש למה נגרע....) ול״ג בעומר.
ג) איך הער אמאל יונגערלייט זאגן ווי שווער עס איז צו לעבן מיט א ווייב, וויל איך אז זיי זאלן וויסן אז עס איז פיל שווערער צו לעבן אן א ווייב, דאס לעבן איז שווער אבער דאנק די באשעפער אז עס איז נישט שווערער.



ישר כח,
ערשט יעצט באמערקט,

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מיטוואך יוני 15, 2016 10:16 pm

נישט גוט האט געשריבן:אזויווי איך בין שוין ליידער אין דעם מצב, פון "לא טוב" היות אדם לבדו,
שוין כמעט אכט יאר,

ואין לך יום שאין נסיונותיה מרובה מחברתה,

און קיינער פון דא וויל נישט און זאל נישט פארשטיין וואס מ'מאכט מיט אין דעם מצב,
יעדע איינציגע נאכט, יעדן טאג גייענדיג אויפן גאס,
ביי יעדע שמחה,
יעדע שבת, יעדע יו"ט,
יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי, יעדע מאל מ'גייט אין בית מדרש,
כ'האב שוין געהאט זיבן ימים נוראים'ס וואס כ'האב יעדע ימים נוראים געהאלטן אז דאס איז די לעצטע אין די מצב,

ס'שוין עטליכע יאר באים מים למעלה מנפש וד"ל,

בעהט איך דעם עולם דא זאל איינרייסן פאר מיר, (דער אייבערשטער קען מיין נאמען)

און נישט אהיים גיין פון בית מדרש פאר מ'זעהט אין די מערכת השמים, אז דאס מאל איז עס טאקע די לעצטע ימים נוראים,
אויף פסח זאל שוין "ושמחת אתה וביתך" במלא מובן המולה"
עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא,

איך בין מבטיח די אלע וואס גייען מיר אינזין האבן און האבן א חלק אין מיין ישועה,
וועלן בעז"ה קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין וואס דאס מיינט,
נישט ביי זיי און נישט ביי די קינדער,

מכח קל וחומר,
מה דאך ווען מ'איז מתפלל בעד חבירו ווען עס איז שוין "והוא צריך לאותו דבר" (וואס דעמאלט דארף מען האבן עפעס א זכות אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן) זאגן חז"ל, אז "הוא נענה תחלה"
כל שכן ווען מ'איז נישט אין די צרה, וואס דעמאלט איז סאך גרינגער צו פועל'ן ווי די גמרא זאגט "לעולם יקדים אדם תפלה לצרה" ווי אלע ספרים זענען מסביר אז פאר די צרה, ווערן די תפלות סאך שנעלער נתקבל,
איז אודאי אז עס וועט זיין "טרם יקראו ואני אענה" די הוא נענה חלה וועט זיין אהן דעם וואס מ'אל אפילו וויסן פון אזא צרה ר,K'

איך בין מבטיח מיטן כח פון חז"ל,

אז חז"ל זאגן אזוי איז אזוי,
מיר זענען מאמין באמונה שלימה,

איך וואונטש דא יעדעם איינעם (סיי וואס גייען מיר יא אינזין האבן און סיי די וואס גייען נישט)
א כתיבה וחתימה טובה דאס יאר און אלע יארן עדי זקנה ושיבה ועד בכלל,

עדי נזכה לראות בישועות ישראל ושמחתן בביגו"צ בב"א



הנה הסתיו עבר,
הגשם חלף והלך לו,
עם הזמיר (זומער) (חג הקציר) הגיע,
וקול התור (מתן תורה) נשמע בארצינו,

ועדיין לא נושענו,

עס איז שוין אריבער מער ווי תשעה ירחי לידה פון ראש השנה,
און מיר דארפן נאך אלץ ליידער נאכאמאל ארויפברענגען דעם אשכול אויפן אויבערפלאך,

נשא את ראש
די הייליגע קדושת יו"ט האט געזאגט אז ווען מ'ליינט "נשא את ראש" דרייעןן זיך שוין זיינע קישקעס אז עס קומט "ראש" השנה,

מיר האבן שוין פארגאנגע שבת ביי מנחה געליינט די ווערטער "נשא את ראש"
ראש השנה תשע"ז איז שוין באלד דא,
און מיר זעהן נאך ליידער נישט (בעיני בשר) די פירות פון די הונדערטער תפלות פארגאנגענע ראש השנה תשע"ו,

עצרת נמי ראש השנה היא
עצרת יש לו תשלומין כל שבעה

מיר שטייען יעצט אין די ז' ימי תשלומים פונעם יום טוב שבועות,
עס איז יעצט נאכאמאל בבחינת ראש השנה אין פרשת "נשא את ראש" ווען עס דערמאנט די קומענדיגע,

ביטע ווייטער איינרייסן,

ישר כח

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » זונטאג אוקטובער 02, 2016 10:00 am

מ'האלט שוין ליידער 13 חדשים שפעטער ועדיין לא,
די גמרא זאגט אם רואה אדם שהתפלל ולא נענה יחזור ויתפלל,

ביטע איינרייסן ביתר שאת וביתר עוז,

ישר כח

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג אוקטובער 02, 2016 10:10 am

לשנת "העתירו בעדי" ימלא ה' משאלות לבך לטובה ולברכה
אמונה בטחון גאולה

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוקטובער 02, 2016 11:32 am

ת'רעף
ש'וין
ע
ז'יווג

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג אוקטובער 02, 2016 11:52 am

דריידל האט געשריבן:ת'רעף
ש'וין
ע
ז'יווג

ע'נדגילטיגער.

זאל דער אייבישטער העלפן זאלסט עס פארציילן אין פריידן געזונטערהייט, שוין האבן אפגעקומען פאר זיך אלע דורות ווייטער, זאלסט טרעפן, גוט, שנעל, ס'זאל דיר אזוי גוט זיין, זאלסט צוריק טראכטן אז פאר דעם האט זיך טאקע געלוינט צו ווארטן.

לאז אונז הערן גוטע בשורות נאך פאר יום הקדוש, ישועות ה' כ'הרף עין.

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » זונטאג אוקטובער 02, 2016 3:36 pm

אמן

ישר כח

לייפציק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ת'רעף
ש'וין
ע
ז'יווג

ע'נדגילטיגער.

זאל דער אייבישטער העלפן זאלסט עס פארציילן אין פריידן געזונטערהייט, שוין האבן אפגעקומען פאר זיך אלע דורות ווייטער, זאלסט טרעפן, גוט, שנעל, ס'זאל דיר אזוי גוט זיין, זאלסט צוריק טראכטן אז פאר דעם האט זיך טאקע געלוינט צו ווארטן.

לאז אונז הערן גוטע בשורות נאך פאר יום הקדוש, ישועות ה' כ'הרף עין.

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » זונטאג אוקטובער 02, 2016 3:39 pm

ישר כח,

גוט גוט,
כ'ווייס נישט פארוואס עס איז מיר נישט בייגעפאלן,
לאמיר האפן (עס איז זיכער אזוי) ניבא ואינו יודע מה ניבא,
אז פאראיאר ביים נוצן דעם לשון "העתירו בעדי" איז דאס געווען מרומז,
אז איך וועל אי"ה געהאלפן בשנת "העתירו בעדי" (תשע"ז),

נאר דער אייבערשטער האט באהאלטן פון מיר די גימטרי"א ביז יעצט איך זאל נישט זיין אנגעצויגן אז איך גיי דארפן ווארטן ביז ע"ז

ויתן לך האט געשריבן:לשנת "העתירו בעדי" ימלא ה' משאלות לבך לטובה ולברכה

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אוקטובער 02, 2016 3:53 pm

איך גיב ארויס א פסק אז די יאר זאל @נישט גוט קענען טוישן זיין נאמען צו @זייער גוט, עס זאל זיך גיסן שמחות ביי דיר געזונטערהייט.

איך האף אז אין הימעל נעמט מען אן מיין פסק, און אפילו נישט גיימער אי"ה איינרייסן פאר ישועות פאר דיר און פאר כלל ישראל.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » זונטאג אוקטובער 02, 2016 3:57 pm

ישר כח

מיינסט צוזאגן,
אז שטערקער צו מאכן דיין פסק גייסטו איינרייסן

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך גיב ארויס א פסק אז די יאר זאל @נישט גוט קענען טוישן זיין נאמען צו @זייער גוט, עס זאל זיך גיסן שמחות ביי דיר געזונטערהייט.

איך האף אז אין הימעל נעמט מען אן מיין פסק, און אפילו נישט גיימער אי"ה איינרייסן פאר ישועות פאר דיר און פאר כלל ישראל.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אוקטובער 02, 2016 4:02 pm

איך גיי איינרייסן אז מיין פסק זאל מען אנעמען, א פסק איז א פסק וואס נישט אייביג פאלגט מען מיר, אבער וואס תפילה קען קען נישט עפעס אנדערש, סאו גיימער זיך נעמען צו ביידע
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » זונטאג אוקטובער 02, 2016 5:34 pm

הרה"צ ר' הערשעלע ספינקער ז"ל האט אמאל געזאגט פאר איינעם און דיין מצב.

ארבעים יום קודם יצירת הולד מכריזים בת פלוני לפלוני, במילא איז דאך פשוט אז דיין זיוג איז דא, איז דארף נאר דיין תפילה זיין צו השי"ת אז "הגלה נא" דער זיוג זאל שוין אנפלעקט ווערן

נו לאמיר טאקע אלע מתפלל זיין פאר דיר און דו אליין זיי אויך מתפלל אז "הגלה נא"

לשנה "טוב"ה... לחיים "טוב"ים
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט