וועלכע קאמפיוטער צו קויפן?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:59 pm

אז דו ווייסט נישט וואס די 'ריפערבישד' איז.

אמאל קען זיין א קלייניגקייט ווי א נייע הארד דרייוו, אמאל איז עס די סקרין אדער גרעסערע חלק פון די מאשין.

אויב קומט עס מיט א ווארענטי פון די ארגינעלע קאמפאני שטייסטו גוט.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:57 pm

איך זוך ארום די וועב פאר א 15.6 לעפטאפ און איך זעה זייער אסאך וואס האבן נאר 1366x768 רעזולושן, איז מיין שאלה, איז עס טאקע נישט אזא בדיעבד אז עס איז נישט פול רעזולושן, און אויב איז עס יא א בדיעבד דאן פארוואס איז דאס אזוי פאפולער. אפשר ווייל פאר ווידיאוס (ווס. פייל עדיטינג) איז עס בעסער?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:09 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:איך זוך ארום די וועב פאר א 15.6 לעפטאפ און איך זעה זייער אסאך וואס האבן נאר 1366x768 רעזולושן, איז מיין שאלה, איז עס טאקע נישט אזא בדיעבד אז עס איז נישט פול רעזולושן, און אויב איז עס יא א בדיעבד דאן פארוואס איז דאס אזוי פאפולער. אפשר ווייל פאר ווידיאוס (ווס. פייל עדיטינג) איז עס בעסער?

עס איז נישט "אזא" בדיעבד. פאר די ביליגערע כלים (אונטער 600 למשל) קען זיך אסאך מאל מאכן אז דאס איז איינער פון די עקן וואס איז געשניטן פונעם כלי און דערפאר איז עס ביליגער. עס איז נישט אזא שלעכטע רעזעלושען פאר א 15 אינטשיגער כלי (אוודאי בעסער דער קלארער אויב ביסט גרייט צו אויסהאלטן דער קאמפאני פאר א חודש...)
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:17 pm

ש'כח ר' קנאפער, איך וויל נאר זיכער מאכן איך פארשטיי, דער רעזולושן איז ''די גרויסקייט'' פון די אייטעמס אויפ'ן סקרין (אזוי קלער איך) אדער איז דאס ''די קלארקייט''?

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:29 pm

הערשט יעצט געכאפט, ר' קנאפער, אז דאס וואס איר שרייבט ''אז דאס איז איינער פון די עקן וואס איז געשניטן פונעם כלי'' איז א מליצה...

אפשר וועלט געווען שייך אז איינע פון די מומחים דא זאל ארויסשרייבן די אלע, אדער עטליכע, 'עקן' וואס היימישע יודן (וואס קויפן פאר מיקרוסופט אופיס און קוויקבוקס) קענען פארקוקען דערויף און אזוי ארום טרעפן גוטע כלים פאר ביליג.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:54 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:ש'כח ר' קנאפער, איך וויל נאר זיכער מאכן איך פארשטיי, דער רעזולושן איז ''די גרויסקייט'' פון די אייטעמס אויפ'ן סקרין (אזוי קלער איך) אדער דאס איז ''די קלארקייט''?

עס איז ביידע אביסל...עכט איז עס די קלארקייט, אבער למעשה מיט א הויכע רעזעלושען זענען די זאכן אויפן סקרין קלענער (ווייל דער רעזעלושען איז דער נומער פון קליינע באקסעלעך וואס יעדער באקסל קען זיין א צווייטער קאליר. סאו ווען עס איז דא 1920 באקסעלעך אין דער לענג זענען זאכן קלענער ווי ווען עס איז בלויז דא 1366 באקסעלעך). סאו געווענדליך אויף א 15 אינטש סקרין וועט מען מאכן 125% זאאם. סאו עס איז נישט קיין גרויסע חילוק אין סייז פון זאכן אויפן סקרין, נאר דער הויכער רעזעלושען איז בלויז שארפער און קלארער.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:55 pm

א דאנק, דיין קלארקייט איז פול רעזעלושאן!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:57 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:הערשט יעצט געכאפט, ר' קנאפער, אז דאס וואס איר שרייבט ''אז דאס איז איינער פון די עקן וואס איז געשניטן פונעם כלי'' איז א מליצה...

אפשר וועלט געווען שייך אז איינע פון די מומחים דא זאל ארויסשרייבן די אלע, אדער עטליכע, 'עקן' וואס היימישע יודן (וואס קויפן פאר מיקרוסופט אופיס און קוויקבוקס) קענען פארקוקען דערויף און אזוי ארום טרעפן גוטע כלים פאר ביליג.

נעוואדע א מליצה....

עס איז שווער צו זאגן בככליות ווייל יעדער זוכט עפעס אנדערש ווי אויך דארפסטו דאך זיך צושטעלן צו וואס איינער האלט דיר ביים געבן... אבער טאקע דער סקרין רעזעלושען HD אנשטאט FHD איז עפעס וואס מאכט זיך אפט און איז לדעתי עפעס וואס מען קען פארקוקן. א צווייטע זאך (נישט ממש פארקוקן, נאר וואס איז ענדערש) איז היינט ווען עס קומט אדער קליינע SSD דרייווס אדער גרויסע פשוט'ע הארדדרייווס, איז זיכער ווערד (אחוץ אויב מען ווייסט אז מען וויל דייקא האלטן א קאללעקשאן פון פיילס דערויף) צו נעמען די קליינע (256 און ארויף) SSD און נישט דער גרויסע HDD.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:26 pm

בינעך גרויסער עמעארעץ אין קויפן קאמפיוטערס, אבער איך זיך א דעסקטאפ וואס איז גענוג שטארק פאר 3D rendering,
ווי איך פארשטיי איז די געימינג קאמפיוטערס זייער פאוערפול, איז עס אויכט גוט פאר טרי די?
עני סאג׳עסטשען אויף עני מאדעל וואלט געווען עפרישיעטעד..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 7:42 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:בינעך גרויסער עמעארעץ אין קויפן קאמפיוטערס, אבער איך זיך א דעסקטאפ וואס איז גענוג שטארק פאר 3D rendering,
ווי איך פארשטיי איז די געימינג קאמפיוטערס זייער פאוערפול, איז עס אויכט גוט פאר טרי די?
עני סאג׳עסטשען אויף עני מאדעל וואלט געווען עפרישיעטעד..

יא געווענדליך זענען די געימינג גוט אויך פאר טרי, כמובן אז ווי מער ביסט גרייט צו צאלן אלץ בעסער קענסטו האבן. פאר מער געלט קענסטו האבן אזאנע זאכן וואס זענען אפילו מער געאייגענט פאר דעם (בעיקר Quadro גרעפיקס קארדס אנשטאטס דער פשוט'ע GTX ליניע וואס גייט פאר געימינג)
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:22 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:בינעך גרויסער עמעארעץ אין קויפן קאמפיוטערס, אבער איך זיך א דעסקטאפ וואס איז גענוג שטארק פאר 3D rendering,
ווי איך פארשטיי איז די געימינג קאמפיוטערס זייער פאוערפול, איז עס אויכט גוט פאר טרי די?
עני סאג׳עסטשען אויף עני מאדעל וואלט געווען עפרישיעטעד..

יא געווענדליך זענען די געימינג גוט אויך פאר טרי, כמובן אז ווי מער ביסט גרייט צו צאלן אלץ בעסער קענסטו האבן. פאר מער געלט קענסטו האבן אזאנע זאכן וואס זענען אפילו מער געאייגענט פאר דעם (בעיקר Quadro גרעפיקס קארדס אנשטאטס דער פשוט'ע GTX ליניע וואס גייט פאר געימינג)

א דאנק פאר דיין תגובה.
מיין שאלה איז אזוי, איך זיך א שנעלע קאמפיוטער פאר טרי די, אין עס איז דא חלקים וואס איך קען אלעמאל צולייגען שפעטער, ווי רעם אדער א גרעפיק קארד, טראכט איך אזוי, כ׳וועל אינוועסטן אין זאכן וואס מ׳קען נישט צולייגען אדער טוישן, אין נאכדעם וועל איך צולייגען רעם מיט גרעפיק קארד וכדו׳, פשוט זאל אויסקומען ביליגער.
מאכט סענעס?
וואס זאל איך קוקן ביים קויפן די דעסקטאפ? איי קאָר, פראססעסער?
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:41 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:א דאנק פאר דיין תגובה.
מיין שאלה איז אזוי, איך זיך א שנעלע קאמפיוטער פאר טרי די, אין עס איז דא חלקים וואס איך קען אלעמאל צולייגען שפעטער, ווי רעם אדער א גרעפיק קארד, טראכט איך אזוי, כ׳וועל אינוועסטן אין זאכן וואס מ׳קען נישט צולייגען אדער טוישן, אין נאכדעם וועל איך צולייגען רעם מיט גרעפיק קארד וכדו׳, פשוט זאל אויסקומען ביליגער.
מאכט סענעס?
וואס זאל איך קוקן ביים קויפן די דעסקטאפ? איי קאָר, פראססעסער?

מאכט נישט גאר אסאך סענס...קידינג... :roll:

ביסט גערעכט אז דאס וואס מען קען נישט טוישן (נישטא עכט כמעט אזא זאך אויב דו קויפסט א נישט פשוט'ע OEM קאמפיוטער) דארפסטו וויכטיגער זיכער מאכן אז עס איז גוט. אבער...עס איז נאריש אין א א געוויסע זין צו זאגן אז דו קויפסט יעצט א פיר מאות'דיגע גרעפיקס קארד בעת וואס עכט גייסטו אין די ענד קויפן א אכט מאות'דיגע ווייל אין די ענד האסטו געצאלט צוועלעף פארן גרעפיקס קארד. שטייסט? (ביי רעם איז דאס נישט שייך, אבער ביי כמעט אלעס אנדערש יא.)

סאו דער ערשטער שאלה זיך אליינס צו פרעגן איז וויפיל דו ביסט גרייט צו צאלן אין די ענד אוו די דעי און לויט דעם גיין זוכן.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:00 pm

איך וואלט עכט אנגעפאנגען מיט וועלכע פראגרעם דו ניצט צו רענדערען ווייל יעדע פראגרעם ניצט אנדערש די גרעפיקס קארד (און ליידער איז דא וואס נוצען נישט אזוי, אדער דארף מען זיך שפילען מיט די סעטינגס אדער גאר מיט באהאלטענע סעטינגס) און AMD און NVIDIA נוצען אנדערע טעכנעלעגיעס און געוויסע זאכען די זעלבע סאו כדי צו באקומען די בעסטע פאר דיין געלט איז דאס די בעסטע עצה
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:21 pm

איך ניץ 3Ds Max אין זיי האבן טאקע אויף זייער וועב זייטל כמה מיני גרעפיק קארדס וואס איז קאמפעדיבול מיט די פראגרעם.
איך פארשטיי אז אזוי ווי קויפן א נייע קאר קען מען פאר ווי מער געלט האבן עפעס בעסער, איך וויל פשוט וויסן וואס איז די וויכטיגסטע צו קוקן אויף אויב איך וויל עס ניצן פאר טרי די.
כ׳מיין אז א געימינג קאמפיוטער האט אסאך פיטשיפקעס וואס איך האב נישט קיין נוצן.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:58 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:איך ניץ 3Ds Max אין זיי האבן טאקע אויף זייער וועב זייטל כמה מיני גרעפיק קארדס וואס איז קאמפעדיבול מיט די פראגרעם.
איך פארשטיי אז אזוי ווי קויפן א נייע קאר קען מען פאר ווי מער געלט האבן עפעס בעסער, איך וויל פשוט וויסן וואס איז די וויכטיגסטע צו קוקן אויף אויב איך וויל עס ניצן פאר טרי די.
כ׳מיין אז א געימינג קאמפיוטער האט אסאך פיטשיפקעס וואס איך האב נישט קיין נוצן.

א גוטע איי זיבן (i7-7700K מסתם) 32 גיג רעם (64 אויך גוט אויב דו גייסט מאכן שווערע זאכן מיט גרויסע פיילס) א גרויסע עס עס די NVMe אויב שייך (אבער לכה"פ 512 גיג זאלסט קענען האלטן אלע פיילס וואס דו ארבעטסט מיט אויפן SSD) א גוטע גרעפיקס קארד (בעסער די טייטן אדער קוואדרא אבער דאס קען קאסטן אן אפותיקי). ווייטער איז דא נאסע קילינג וואס קען מאכן אז אלע זאכן זאלן קענען ארבעטן שנעלער און נישט ווערן פארשטאטערט צוליב היץ און אוודאי צו קענען לויפן גוט די זאכן א גוטע מאדערבארד.

אבער צוריק צום אנהויב, עס ווענדט זיך וויפיל ביסט גרייט צו ספענדן.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:00 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:איך ניץ 3Ds Max אין זיי האבן טאקע אויף זייער וועב זייטל כמה מיני גרעפיק קארדס וואס איז קאמפעדיבול מיט די פראגרעם.
איך פארשטיי אז אזוי ווי קויפן א נייע קאר קען מען פאר ווי מער געלט האבן עפעס בעסער, איך וויל פשוט וויסן וואס איז די וויכטיגסטע צו קוקן אויף אויב איך וויל עס ניצן פאר טרי די.
כ׳מיין אז א געימינג קאמפיוטער האט אסאך פיטשיפקעס וואס איך האב נישט קיין נוצן.

א גוטע גרעפיקס קארד (בעסער די טייטן אדער קוואדרא אבער דאס קען קאסטן אן אפותיקי)
אבער צוריק צום אנהויב, עס ווענדט זיך וויפיל ביסט גרייט צו ספענדן.

קוואדרא איז ארויסגעווארפען געלט אפילו אויב ער איז גרייט צו ספענדען
און די טייטען איז די איינציגסטע טייטען וואס איז א ביסעל בעסער פון די 1080Ti איז דאפעלט די פרייז איז ווייטער נישט ווערט
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

השמש
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:35 am

איך האב געקויפט 3 לעפטאפס בלעק פריידעי i7 and i5 איך האב געמיינט אז איך וועל עס דארפן למעשה דארף איך עס נישט עס איז נאך ניי אין די באקס ווער עס וויל עס קויפן זאל מיר קאָנטאַקט אין פריוועט
איך קען עס אונפילן מיט פראגראמען לויט אייער פארלאנג
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 5:24 am

השמש האט געשריבן:איך האב געקויפט 3 לעפטאפס בלעק פריידעי i7 and i5 איך האב געמיינט אז איך וועל עס דארפן למעשה דארף איך עס נישט עס איז נאך ניי אין די באקס ווער עס וויל עס קויפן זאל מיר קאָנטאַקט אין פריוועט
איך קען עס אונפילן מיט פראגראמען לויט אייער פארלאנג


להצלחת המקח אז ס'זאל זיין מער אינטערעסע דערין, וואלט איך דיר גע'עצה'ט זאלסט שרייבן די ספעקס פון די לעפטאפס ווי צום ביישפיל די סייז, וויפיל רעם און הארד דרייו, און וועלכע ברענד זיי זענען.

אזוי אויך שרייב א בערך'דיגן פרייז וואס דו וואלסט געוואלט דערפאר, (אפילו אויב דו זאגסט אז מ'קען פארהאנדלען, אבער אזוי ווייסט דער קונה בערך פון וויפיל מ'רעדט)

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:15 am

השמש האט געשריבן:איך האב געקויפט 3 לעפטאפס בלעק פריידעי i7 and i5 איך האב געמיינט אז איך וועל עס דארפן למעשה דארף איך עס נישט עס איז נאך ניי אין די באקס ווער עס וויל עס קויפן זאל מיר קאָנטאַקט אין פריוועט
איך קען עס אונפילן מיט פראגראמען לויט אייער פארלאנג

פאר ווי פיל געלד?
איך זיך איינס פאר אינטער 2 מאות

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:21 am

א i5 אדער i7 פאר אינטער 2 מאות אינקלאדינג דעליווערי?...
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:06 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א i5 אדער i7 פאר אינטער 2 מאות אינקלאדינג דעליווערי?...

אוודאי אזוי, און א עקסטערע באונעס צום פעקל באקומט מען מיט די לעצטע מאדעל באגאטי קאר....
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:50 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א i5 אדער i7 פאר אינטער 2 מאות אינקלאדינג דעליווערי?...

אוודאי אזוי, און א עקסטערע באונעס צום פעקל באקומט מען מיט די לעצטע מאדעל באגאטי קאר....

אוודאי מיט די באגאטי קאר... :lol:

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:56 am

שמש האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א i5 אדער i7 פאר אינטער 2 מאות אינקלאדינג דעליווערי?...

אוודאי אזוי, און א עקסטערע באונעס צום פעקל באקומט מען מיט די לעצטע מאדעל באגאטי קאר....

אוודאי מיט די באגאטי קאר... :lol:

Computer specs, please

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:43 pm

א פיינע כלי פאר $569.99 (בנוסף צו וואס מען שפארט אז עס קאסט נישט קיין טעקסט). א דעלל i7 (זיבעטע גענעראציע) מיט זעכצן גיג רעם. ריפערבישט:
https://www.ebay.com/itm/322735876076

אדער א נייע פון אן ענדליכער כלי, אבער נאך מיט אן SSD פאר $749:
http://configure.us.dell.com/dellstore/ ... 5424649946
-----------

אז מען איז שוין דא....

א גאר קליינע באקסעלע קאמפיוטער'קעל אבער מיט פאוער ווי א טאטע-בחור... דער Gigabyte Ultra Compact Mini PC יעצט פאר בלויז $249 (דאס איז דער קאמפיוטער בערבאונס - ווי די אלע סארט כלים קומען. צוקויפן רעם און הארדדרייוו קען זיין נאכאמאל בערך אזויפיל):
http://amzn.to/2FkvUB8

פאר $469.91 האבן זיי דארט אונטן דאס מיט אכט גיג רעם און א 250 גיג SSD הארדדרייוו.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג פאברואר 05, 2018 9:29 am

ווער האט גוטע פרייזן אויף קאמפיוטערס?
אמונה בטחון גאולה


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט