איך זוך א נוסח!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך ינואר 31, 2018 2:02 pm

(מענין לענין) עס איז פארהאן א ספר 'הכתב והמכתב', ארויסגעקומען דורך א ספרדי'שער, איינער מאזוז, עכ"פ, פארמאגט ער דארט א העליכע ארבעט פון די ריכטיגע תוארים פאר די ריכטיגע מענטשן, ווען איינער 'מופט' האט ער א רייע מיט ברכות וואס איז שייך צו שרייבן. ווי אויך פאר יעדע נאמען א הויפן מיט מליצות, כגון 'מאיר', המאי"ר לארץ ולדרים. א.א.וו, הפלא ופלא, גאר א שטארקע ארבעט, ובכלל איז דער ספר געווידמעט פאר כללים צו שרייבן לשוה"ק אין נוסחאות. צו זעהן ווי אזוי ער אליין שרייבט זיינע הוראות און אנווייזונגען קען מען זיך גאר שיין צושארפן במלאכת ואימון הכתיבה.

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:15 pm

האב איך אפגעשריבן א פיינעם נוסח פאר א בר מצוה מתנה, קען איך אבער נישט אפיר טרעפן א פיינעם ״לסדר״
אויב אימעצער קען ארויסהעלפן מיט א גוטן פסוק אויף פרשת ״תרומה״ (ראש חודש אדר)
וועל איך זעהר דאנקבאר זיין
תודה.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:21 pm

לס' ויקחו לי תרומה

(דער אמת איז די בעסטע ליגנט)

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:23 pm

געבט איר א ספר אדער א שירעם?...
לעצט פאראכטן דורך משה כהן אום מיטוואך ינואר 31, 2018 5:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:27 pm

אויב געבט איר א ספר וכדומה דאן:
את העדות אשר אתן אליך (שמות כה טז)

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:45 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:אויב געבט איר א ספר וכדומה דאן:
את העדות אשר אתן אליך (שמות כה טז)


א גרויסן דאנק
איך בין אדורך די גאנצע פרשה, אייער פסוק איז נאך די בעסטע.

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:48 pm

איך זיך א נוסח ברכת מזל טוב פאר א רב לרגל הולדת הנכד
(פארשטייט זיך קול רנה וישועה )
ארויס פין בבל

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך יוני 05, 2019 11:52 am

איך זוך א נוסח פאר א חנוכת הבית צעטל

דיסקלעימער: פאר א חבר
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 05, 2019 5:51 pm

תערב נא ברכתי לפניך,
לעת תחדש ביתך,
השלום והשלוה עימך,
והרחבה על שולחנך,
וועד לחכמים בקרבך,
יאר ה' תמיד פניך,
עדי בנין ציון ועיריה יראו עיניך
בב"א

חוח בין השושנים
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 05, 2019 6:26 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:איך זוך א נוסח פאר א חנוכת הבית צעטל

דיסקלעימער: פאר א חבר

שרייבסט אים א ברכה צום חנוכת הבית, אדער זוכט ער א נוסח פאר א הזמנה צום מסיבת חנוכת הבית?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך יוני 05, 2019 7:03 pm

איך זוך א נוסח פאר א עד פאר איינער וואס איז געווארן א paramedic
ענגליש איז אויך גוט בדיעבד
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 05, 2019 9:37 pm

הייליגער שבת ווערט גערופן
צדיקים געטייטשט א געדאנק א טיפן
ווייל דער שבת ער היילט
יעצט דו מיטן שבת א חלק טיילט
ווען איינער הצלה דיילט
נישט קין חילוק וואו איהר פארוויילט
לויפסטו, יעדע מינוט ציילט
ווייל א פערעמעדיק האט איהר זיך ארויס געשיילט

זאל השי"ת העלפן אז דיינע לערנונגען זאל קיינמאל צונוץ קומען
און עס זאל מקוים ווערן ונשלמה פרים שפתינו
ושתשרה שכינה במעשי ידיך, ולא יצא מכשול מתחת ידיך

ווי עס וואונטשט
(חי"ק)

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך יוני 05, 2019 9:55 pm

געוואלדיג האט געשריבן:הייליגער שבת ווערט גערופן
צדיקים געטייטשט א געדאנק א טיפן
ווייל דער שבת ער היילט
יעצט דו מיטן שבת א חלק טיילט
ווען איינער הצלה דיילט
נישט קין חילוק וואו איהר פארוויילט
לויפסטו, יעדע מינוט ציילט
ווייל א פערעמעדיק האט איהר זיך ארויס געשיילט

זאל השי"ת העלפן אז דיינע לערנונגען זאל קיינמאל צונוץ קומען
און עס זאל מקוים ווערן ונשלמה פרים שפתינו
ושתשרה שכינה במעשי ידיך, ולא יצא מכשול מתחת ידיך

ווי עס וואונטשט
(חי"ק)

זייער שיין,
#1 איך האב פארגעסן צו שרייבן אז יענער קען נישט גוט אידיש
#2 איך דארף א עד פון די דזשאב פאר א ארבעטער
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:25 am

לשוןו הקודש איז גוט?

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:49 pm

יישר כח פאר אייך - איך האב שוין געפונען ב"ה

___
איך האב געברויכט פאר אן אינווייט - איינלאדענען צום חנוכת הבית נישט ברכה
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט