חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:17 pm

שטארקע נקודה,ספיקער, א דאנק, אויב ס'נישט צו שווער ברענג נאך.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 06, 2016 3:12 pm

געהערט אויף טעיפ פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע בשם דעם זיידן דער ייטב לב זי"ע,
יפתח בדורו כשמואל בדורו, טייטש ער אזוי, יפתח איינער הייבט נאר אן צו טוהן אין עבדות ה' בדורו אין די היינטיגע דורות, איז ער אזו גרויס כשמואל בדורו,
(דאכט זיך מיר אז ס'איז של"ש ויחי תשכ"ב אדער כ"ג)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 am

פריילאך האט געשריבן:צענטראלע חיזוק דעטעבעיס

שוין לאנג געטראכט צו עפענען אן אשכול פאר יודן וואס דארפן חיזוק, און ווער דארף דען נישט. למען האמת שווערע צייטן איז זייער א ברייטע טערמין, איינעם גייט נעבעך דורך א פארלוסט פון א נאנטע, וואס ביי איהם קוקט אויס אלע אנדערע שווערע צייטן ווי נארישקייטן, איינעם גייט דורך מיט א קינד רח"ל וכו' וכו'.

הצד השוה שבהן, מענטשען זוכן חיזוק, א גוט ווארט צו שטארקן די זעלע, א גלעט פון בטחון און אמונה, און וועלמער דא בעזר השם עפענען א פלאטפארמע, פון ווי מענטשען זאלען קענען נאשען פיינע זאכן.

איך בעהט די עולם זאל טוהן א חסד של אמת, און צולייגן כיד ה' הטובה עליהם. צו איז לינקען, צו איז עס אייגענע סחורה וואס פאלט איין. צו עס איז מאמרים וואס איז שוין ערשינען אויף אייוועלט.

ובזכות זה זאל די אייבערשטער אונז געבען נאר חסדים גלויים. אמן כן יהי רצון.


פריילאך ידידי, האסט דעליווערט א הערליכן ליקוט, מלא חיזוק כמים קרים על נפש עייפה,
אט איז א שטיקל צווילינג צו דיין אשכול
חיזוק פאר חולי ישראל ה' ירפאם ויחלימם ברפוש"ב.
אויך עניני אמונה בטחון תפלה וכדומה.

יהא חלקך עם מזכי הרבים, זיי ממשיך ווייטער, כה לחי!
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

המאמין בפשטות ואומר על כל דבר איני יודע... ינצל מכל רע

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 11:51 am

גליון באר הפרשה
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג אפריל 18, 2016 11:54 am

.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
גליון שלום וברכה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

בזכות פון ליידן יסורים וועט מען זוכה זיין צו אנגעפילטע אוצרו

תגובהדורך בתוךשארישראל » מאנטאג אפריל 18, 2016 1:26 pm

אזויפיל טייערע חיזוק ווערטער "כמים קרים על נפש עייפה" - ביטע זיי ממשיך - חזקו ונתחזקה!



אט זענען הייליגע ווערטער פון אור החיים הקדוש זי"ע, בזכות פון יסורים וועט מען זוכה זיין צו אנגעפילטע אוצרות מלאים כל טוב!!

{כז} אלה בני אצר וגו'. ירמוז הכתוב על דרך אומרם ז''ל (ילקוט משלי ב') אמרה תורה מפני מה בני עניים אמר לה הקב''ה להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא פירוש כי באמצעות יסוריהן בעולם הזה ירבה אוצרם בעולם הבא... (וכו'), ומודיע הכתוב כי היסורין הם עושים אוצרות מלאים כל טוב למעלה באמצעותם. וכיסורי ר' אלעזר ב''ר שמעון בר יוחאי (ב''מ פד:) שהיה קורא אותם בואו אחי וגו', ומעתה מי האיש החפץ חיים העליונים ולאצור אוצרות הטוב ימאוס בעולם הזה ובתענוגיו ויקבל עליו בלהן וזעון ועקן, תרגום צרה עקא לטוב לו כל הימים ולמלאות אוצרותיו.

(אור החיים הקדוש וישלח)

ציטירט אויך דא חיזוק פאר חולי ישראל ל"ע
צוגעלייגטע
אוחהק וישלח יסורין מרבה אוצרות.jpg
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג מאי 16, 2016 3:59 pm

די הייליגע ווערטער פון אוהח"ק דארף מען אויפהענגען אין אלע שפיטעלער.. און בעיקר כתבם על לוח לבך ווען מען האט א שווערע מינוט..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

ווען מען דאגה'ט מאכט מען די פראבלעם בידים..

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג מאי 16, 2016 4:08 pm

טייערע לעכטיגע ווערטער פונעם הייליגן רבי מענדעלע פון וויטעבסק זצ"ל

החושב מצרותיו מכניס עצמו בתוכו עמוק עמוק..

הדאגה והמחשבה אודות חסרון הפרנסה מביאה על האדם שאכן יחסר לו..

מיט'ן הסבר פון מהר"ל.. ווען איינער וועט לייגן א ברעט איבער א בריק וועט ער רוב זיכער אריינפאלן. ווען ער לייגט אבער די ברעט אויף די ערד וועט ער יא קענען גיין דערויף, ווייל אויף טייך האט ער מורא, און די פחד ברענגט שאכן יפול.

עיין בפנים ותמצא דברים משיבים נפש..
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מאנטאג מאי 16, 2016 8:49 pm

פריילאך האט געשריבן:טייערע לעכטיגע ווערטער פונעם הייליגן רבי מענדעלע פון וויטעבסק זצ"ל

החושב מצרותיו מכניס עצמו בתוכו עמוק עמוק..

הדאגה והמחשבה אודות חסרון הפרנסה מביאה על האדם שאכן יחסר לו..

מיט'ן הסבר פון מהר"ל.. ווען איינער וועט לייגן א ברעט איבער א בריק וועט ער רוב זיכער אריינפאלן. ווען ער לייגט אבער די ברעט אויף די ערד וועט ער יא קענען גיין דערויף, ווייל אויף טייך האט ער מורא, און די פחד ברענגט שאכן יפול.

עיין בפנים ותמצא דברים משיבים נפש..


דאס איז לכאורה די בחינה פון "טראכט גוט וועט זיין גוט".

יישר כח ר' פריילאך, ברענגט נאך און נאך. חזקו ואמצו
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

פרידן
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

חיזוק פאר בחורים המצפים לזיוויגם

תגובהדורך פרידן » מאנטאג מאי 16, 2016 8:55 pm

איך בין נישט געווען יונג ביי מיין חתונה
וואס איך קען דיר אבער יא זאגן קוקענדיג אויך צירוק, די וועלט יעדער כאפט אמאל א פליק יעדער דארף אמאל דורך גיין א באמפי ראוד יעדער האט אמאל ווען ער נעמט ארויס די תהלימל אין הייבט אן זאמלען תפלות אבער וויסן זאלסטו ווען מען דארף שלעפן א פעקל מיט די ווייב אין קינדער איז עס אסאך אסאך שווערער למשל ווען די האסט ווען יא חתונה אפאר יאר צירוק אבער עס איז דיר נאר באשערט א קינד ביי די עטליכע אין צוואנציג, אוי איז דאס שמערצן 10 מאל שטערקער קען זיין מען האט דיר דאס געוואלט איינשפארן ווארטן אליינס אין נישט דארפן דורך גיין די וויטאגליכע פראצודורן ביי דאקטורים אין די צער, עס איז ווי יעדע חודש זאלסטו ווען גיין צו א בעשאו אין מען זאל דיר זאגן ניין
בעזר ה' וועסטי אי"ה גיין צום חתונה שוין דורך געגאנגען די באמפי ראוד ומכאן ואילך וועט אלעס זיין גראד בלי שום צער יא איך זאג דיר קלאר ביי מיר פיל איך אז די אלע תפלות וואס איך האב געבעטן יעדע קאפיטל יעדע שמו"ע באגלייט מיך ב"ה הודו לה', סיי לגבי פרנסה קינדער אין הרחבת הדעת, יעצט ווען איך האב קינדער טראכט איך צירוק אוי איך דאנק דיך הייליגע באשעפער האסט מיך אריבער געפירט אין די טונקעל ביחידות די קענסט דיך אין לעבן נישט פארשטעלן די צער פין דארפן אריבער גיין די טונקעל מיט א אייגן קינד,

קוק נאך אין קדושת לוי ויצא אויך וירא ה' כי שנואה לאה ותפתח את רחמה א שטיקל וואס איז מיר שטארק צינוץ געקומען בימי עניי, מדרש זאגט שנואה: שנואה עשיו בעינה זאגט די קדושת לוי אז אלע אמהות שרה רבקה רחל זענען געווען עקרות ווייל מתאוה הקב"ה לתפילתן נו לאה האט ער נישט געוואלט הערן איר תפלה? זי איז דאך נישט געווען עקרה, זאגט ער עס שטייט דאך אז עיני לאה רכות ווייל זי האט אסאך געוויינט ווייל זי האט געמיינט אז זי גייט חתונה האבן צו עשיו זאגט די קדושת לוי לאה האט געוויינט פאר די חתונה האט זי שוין נישט געדארפט וויינען נאך די חתונה אין זי האט גראד געהאט א קינד

סא דיינע אלע תפלות צוזאמען מיט אלע תפלות וואס אונז בעטן ווערט אוועק געלייגט אין יעדע תפלה וועט נאך צינוץ קומען פאר דיר אין פאר דיינע דורות די אויבשטער זאל דיר שוין העלפן מיט גוטע שידוך א פיינע זאך זי זאל זיין א גוטע ווייב פאר דיר אין גוטע מאמע פאר דיינע קינדער, אין עטץ זאלטץ מער קיינמאל נישט דארפן וויינען, ביז די לעצטע מינוט כאפ אריין צוזאמלען אין דיין אקאנט נאך תפלות ווייל תפלות פין דיין צובראכן הארטץ איז עפעס וואס מען דארף לאורך הדרך ומבשרי אחזה איך פריי מיך אויף יעדע נימוט וואס איך האב געבעטן אין הלוואיי איך כאף ווען אריין דעמאלטס נאך אפאר תפלות נאך אפאר טרערן

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מאי 17, 2016 1:26 am

מורא׳דיגע שטארקע און הייליגע ווערטער @פרידען, א נחת צי האבען דא מיט אינז, אזא שרייבער ווי אייך! אזא אמונה און בטחון וואס ס׳פליסט פון אייך, איז פשוט נישט שייך צי משיג זיין!
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

אז מען וויינט פריער וויינט מען נישט שפעטער

תגובהדורך בעילוםשם » מיטוואך יוני 01, 2016 4:03 pm

פרידן האט געשריבן:... יעדער כאפט אמאל א פליק יעדער דארף אמאל דורך גיין א באמפי ראוד יעדער האט אמאל ווען ער נעמט ארויס די תהלימל אין הייבט אן זאמלען תפלות..

..בעזר ה' .. ומכאן ואילך וועט אלעס זיין גראד בלי שום צער יא איך זאג דיר קלאר ביי מיר פיל איך אז די אלע תפלות וואס איך האב געבעטן יעדע קאפיטל יעדע שמו"ע באגלייט מיך ב"ה הודו לה'...

קוק נאך אין קדושת לוי ויצא אויך וירא ה' כי שנואה לאה ותפתח את רחמה א שטיקל וואס איז מיר שטארק צינוץ געקומען בימי עניי, מדרש זאגט שנואה: שנואה עשיו בעינה זאגט די קדושת לוי אז אלע אמהות שרה רבקה רחל זענען געווען עקרות ווייל מתאוה הקב"ה לתפילתן נו לאה האט ער נישט געוואלט הערן איר תפלה? זי איז דאך נישט געווען עקרה, זאגט ער עס שטייט דאך אז עיני לאה רכות ווייל זי האט אסאך געוויינט ווייל זי האט געמיינט אז זי גייט חתונה האבן צו עשיו זאגט די קדושת לוי לאה האט געוויינט פאר די חתונה האט זי שוין נישט געדארפט וויינען נאך די חתונה אין זי האט גראד געהאט א קינד

..סא דיינע אלע תפלות צוזאמען מיט אלע תפלות וואס אונז בעטן ווערט אוועק געלייגט אין יעדע תפלה וועט נאך צינוץ קומען פאר דיר אין פאר דיינע דורות ....
...כאפ אריין צוזאמלען אין דיין אקאנט נאך תפלות ווייל תפלות פין דיין צובראכן הארטץ איז עפעס וואס מען דארף לאורך הדרך ומבשרי אחזה איך פריי מיך אויף יעדע נימוט וואס איך האב געבעטן אין הלוואיי איך כאף ווען אריין דעמאלטס נאך אפאר תפלות נאך אפאר טרערן


די הארציגע ווערטער פון @פרידן, דערמאנט פונעם באקאנטן משל בשם צדיקים.

א שטאט וואס האט זיך געפונען ביים גרעניץ פון לאנד, איז אויסגעקומען דער בית החיים אויפ'ן אנדערן זייט גרעניץ.
די שתדלנים פון די קהלה האבן ארלעדיגט מיט גרויס פראטעקציע א ספעציעלן ערלויבעניש על כל צרה שלא תבוא ח"ו צו מעגן פירן א בר מינן פון די שטאט צום בית החיים אריבער דעם גרעניץ, אן עפענען דעם ארון, צו פארמיידן בזיון המת ל"ע.

נו האבן אידישע ביזנעס קעפ זיך באקלערט, מען קען דאס דאס אויסנוצן פאר ביזנעס, האבן זיי אנגעהויבן ליפערן סחורה אריבער דעם גרעניץ, פארפאקט אין אן ארון, און געשמוגעלט אין גרויסן.

די גרעניץ וועכטער האבן זיך אפילן געווינדערט איבער די טעגליכע לויות ל"ע פון אידישן קווארטעל, אבער נישט געטשעפעט.

און אנהויב האט מען נאך אנגעשטעלט טרויעריגע מינעס אויפן געזיכט, כאילו מען וויינט, געלאזט אפאר פאלשע טרערן, און צאמגעשלעפט אן עולם באגלייטער זאלן מיטשפילן, ס'דארף דאך אויסזעהן ווי א לוי'.

אבער מיט דער צייט איז דאס שוין אזוי עבר ושנה מיט רגילות אז מ'האט געפירט די ארונות סחורה עטליכע סוחרים אליין, און ארומגעלאכט דערביי ווי געלונגן די שמוגלן לויות גייען טעגליך, מיט וויצן אויפ'ן חשבון פון די גרעניץ וועכטער וועמען מען פאפט דא אויס אונטערן נאז.

א שיינעם טאג האבן די וועכטערס אויפגעפאסט אויף די מאדנע ערשיינונג, לאכדיגע לויות פון בלויז געציילטע באטייליגטע, האבן זיי אויסגעשריגן:

- האלט! עפענט זאפארט דעם ארון, לאמיר זעהן וואס איר שמוגעלט דארט.

די סוחרים האבן געזעהן ס'איז צרות, פאר אזא שמוגלן האט געדראהט הארבע שטראפן פון יארן תפיסה ח"ו, האבן זיי אנגעהויבן ביטער צו וויינען, און געבעטן די וועכטערס, נא, כבוד המת! שטערט נישט די לוי'.

האבן די וועכטערס צוריק געענטפערט:
- וואלט עטץ געוויינט פריער אזוי, וואלטן מיר גארנישט פארדעכטיגט, אבער יעצט זעהן מיר שוין אז דאס איז בלויז א שפיעל.

דער נמשל איז:
אז מען וויינט פריער, דארף מען נישט וויינען שפעטער! ווי די גמרא זאגט: לעולם יקדים אדם תפלה לצרה.

יעדעס קאפיטל תהלים, ערליכע דאווענען, קרעכץ אדער א טרער, פון פריער טוהט אויף געוואלדיג אויף שפעטער.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג יוני 02, 2016 12:08 pm

באר הפרשה
צוגעלייגטע
Capture.JPG
יספור מיד כשתחשך!!
Capture1.JPG
א פאטש געכאפט און פריילאך געקלאפט
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג מארטש 07, 2017 10:08 am

איי איי די הייליגע פורים איז דא...... פילע עמערס מיט חיזוק קען מען שעפן פון די הייליגע טעג און פון די מגילה וכו'...

Capture.JPG
ידידינו ש. פרידמאן



נישט פאגעסן צו באסטן די באלון.. ר' מיילעך..

Capture1.JPG
באר הפרשה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

הערליכן שיעור! וויאזוי צו האבן אמונה ובטחון מדי יום ביומו

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 29, 2018 6:47 am

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=55801

די קעפל... איך האב געהאט בטחון אבער עס האט נישט געהאלפן..

ס'איז ווערד אויסצוהערן מתחילתו ועד סופו
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:55 am

פריילאך האט געשריבן:https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=55801
די קעפל... איך האב געהאט בטחון אבער עס האט נישט געהאלפן..
ס'איז ווערד אויסצוהערן מתחילתו ועד סופו

ש'כח פאר'ן צוצייכענען.
פונעם הייליגן ראפשיצן רב זי"ע שטייט אן ענליכע געדאנק צו די נושא פון דעם שיעור.
עזי וזמרת קה, ויהי לי לישועה, לכאורה ויהי איז דאך א לשון צער.
זאגט די ראפשיצע רב, ויהי אמאל איז דא אז די עצם צער, לי לישועה איז בעצם א חלק פון די ישועה.

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

שיינע שיעור

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:56 pm

וויפיל השתדלות דארף מען טוען

http://rebyakovmoshe.com/parsha/1036

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:54 pm

Sheine chizuk
Harav shimon spitzer
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=68601
לעצט פאראכטן דורך פריילאך אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:31 pm

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=68462

Hashem knows what he is doing
Harav sorotzkin
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט