כשר עסן אויפן פליגער: וועלכע הכשר האט מיין "Kosher Meal"?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

כשר עסן אויפן פליגער: וועלכע הכשר האט מיין "Kosher Meal"?

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 20, 2013 3:38 pm

צו ווייסט איינער פון די חשוב'ע חברים אויב די UNITED פלייט פון EWR-TLV האט כשר'ס מיט א היימישע הכשר?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

1חכם
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 11:53 pm

תגובהדורך 1חכם » מאנטאג מאי 20, 2013 3:45 pm

United from EWR has Regal, Volva Hechser
United from TLV, Hasmasbia Eidah

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 20, 2013 4:27 pm

1חכם האט געשריבן:United from EWR has Regal, Volva Hechser
United from TLV, Hasmasbia Eidah


ייש"כ
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3486
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:18 pm

ווייסט איינער פון וועלכע קאך לופטהאנזא געט זייערע עסן פון JFK קיין בודאפעסט?

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

וועלכע הכשר האט מיין "קאושער מיעל" אויפן עראפלאן?

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:26 am

נישט יעדער פליגער שטעלט צו כשר'ס מיטן בעסטן הכשר, לתועלת הנוסעים לאמיר דא צוזאמשטעלן א ליסטע פון די עירליינס און וועלכע מיעל זיי גיבן.
אויב זענט איר לעצטנס געפלויגן, ביטע טיילט מיט די אינפארמאציע איבער די הכשר אויף אייער מיעל.

כ'וועל פותח זיין מיט עטליכע פון מיין עקספיריענס.

עראפלאט - פון ארץ ישראל קיין מאסקאווע - הכשר פון רב לאזאר דער הויפט רב אין רוסלאנד
עראפלאט - פון מאסקאווע קיין ניו יארק - הכשר פון רב לאזאר דער הויפט רב אין רוסלאנד
IMG_1311.JPG



בריטיש עירוועיס
- אלע פלייטס ארויס פון לאנדאן - הכשר פון כדתיא,
Cathay_Pacific_Economy_Kosher_Meal_CX391_(20130613142910).jpg


אמעריקן עירליינס - פון ניו יארק - הכשר פון OU
KosherAirlineMeal.jpg


די פאלגענדע עירליינס וואס פארן ארויס פון ענגלאנד וועלן האבן די מיעלס פון 'הערמאליס' מיט די הכשר פון כדתיא
Aer Lingus
• Aeroflot
• Air 2000
• Air Canada
• Air China
• Air France
• Air Greece
• Air India
• Air Lanka
• Air Malta
• Air New Zealand
• Air Seychelles
• All Nippon Airways
• Alitalia
• ALM Antillean Airlines
• Asiana Airlines
• American Airlines
• Austrian Airlines
• Britannia Airways
• British Airways
• British Midland
• Cathay Pacific
• China Airlines
• Continental Airlines
• Cyprus Airways
• Delta Airlines
• Dragon Air
• Ethiopan Airlines
• El Al Airlines
• EVA Air
• Finnair
• GB Airlines
• Iberia Airlines
• Japan Airlines
• Jersey European
• JMC
• Kenya Airlines
• KLM
• Korean Air
• LOT (Polish Airlines)
• Lufthansa
• Luxair
• Maersk
• Malaysia Airlines
• Monarch Airlines
• Nationwide Airlines
• Northwest Airlines
• Olympic Airways
• Philippine Airlines
• Qantas
• Royal Jordanian Airlines
• SAS
• Singapore Airlines
• South African Airways
• Swissair
• Thai Airways International
• Turkish Airlines
• TWA
• United Airlines
• US Airways
• Varig
• Virgin Atlantic
• Yugoslav Airlines

KMW
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » פרייטאג מארטש 24, 2017 11:24 am

BA from NYC has OU
Delta to London also OU

Need a lot of people calling and complaining so Borenstein should start giving with normal Hechsher which they have on several routes, It's Unheard what they do to us knowing a lot of PPL flying to London not using their meals.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3486
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג מארטש 24, 2017 11:45 am

פאריאר ג' אייר האט לופטהאנזא ארויס פון דזשעי עף קעי געניצט REGEL קעטערינג,

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » פרייטאג מארטש 24, 2017 11:57 am

austrian air פון n.y. קיין vienna, נוצט פון weiss catering פון בארא פארק, דאכט זיך מיט טארטיקוב הכשר.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:02 pm

גוטע אשכול.

בדרך אגב, יונייטעד ארויס פון לאנדאן האט נישט אייביג הערמאליס, רוב אנדערע עירליינס יא.

לופטהאנזא ארויס פון ניו יארק נוצט ריגעל, מיט וואלאווע הכשר. ארויס פון תל אביב נוצן זיי די עדה, ארויס פון פראנקפורט נוצן זיי Sohar, מיט'ן הכשר פון רב האוולין, דאכצעך ער איז דער לאקאלע חב''ד רב.

יונייטעד קיין א''י דאכצעך נוצט אויך ריגעל.
לעצט פאראכטן דורך ווישוואש אום פרייטאג מארטש 24, 2017 12:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:04 pm

KMW האט געשריבן:BA from NYC has OU
Delta to London also OU

Need a lot of people calling and complaining so Borenstein should start giving with normal Hechsher which they have on several routes, It's Unheard what they do to us knowing a lot of PPL flying to London not using their meals.

גא''מ, אבער כ'מיין מ'דארף רעדן צו די עירליינס צו טוישן צו א צווייטע קעיטערער, נישט צו בארענשטיין, זייערע מיעלס זענען נישט צו גוט עניוועיס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:07 pm

דא איז דא אסאך אינפארמאציע אויף דעם נושא

http://forums.dansdeals.com/index.php?topic=24510.0

אפשר העליך צולייגן פיקטשערס אין א צווייטע געלעגנהייט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:45 pm

KMW האט געשריבן:BA from NYC has OU
Delta to London also OU

Need a lot of people calling and complaining so Borenstein should start giving with normal Hechsher which they have on several routes, It's Unheard what they do to us knowing a lot of PPL flying to London not using their meals.


גערעדט אמאל צו זיי, זיי זאגן עס ווענדט זיך צו דער עירליין האלט ביים באצאלן טייערע פארן בעסערן הכשר, און מען דארף פארלייגן אויף די עירליינס אז זיי זאלן זעהן אז ס'דא א פארלאנג פאר די מיעלס מיט די בעסערע הכשר

אפשר זאל מען אנהייבן א אנליין פעטיטשאן דרייוו?..

אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2016 1:38 am

תגובהדורך הכל בכתב » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:54 pm

לעצטנס געפארן מיט "דעלטא" קיין ארץ ישראל, און באקומען "ריגעל" מיט וואלאווע הכשר.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג מארטש 24, 2017 3:38 pm

מען דארף ארבייטען אז Borenstein זאל נעמען א היימישע הכשר.
די פראבלעם איז אז אונז זעמער נישט די די קאסטומער פון די עסן, די עירליין איז די קאסטומער.
אבער אויב מען וועט מפרסם זיין א ליסטע וועלכע עירליין געט OU און מען וועט זיי לאזן וויסן אז דער עולם הערט אויף באשטעלן כשר'ס ווייל מען קען עס במילא נישט עסן. איז מעגליך אז זיי ווועלן זיך צושטעלן און נעמען א היימישע הכשר.

עס דארף אבער געטוהן ווערן אויף א קלוגע וועג.
(א דוגמא וואס מען קען טוהן איז, די צייטן ווען דער עולם פארט אסאך למשל, ימים טובים, בין הזמנים, ל"ג בעומר, ליזענסק, קערעסטיר מפרסם זיין א ליסט פון די עירליינס וואס געבן OU און בעטן דער עולם זאל נישט באשטעלן כשר)

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג מארטש 24, 2017 3:46 pm

Bornstein and regal are the same company.

וואאל"ט זענען די בעלי בתים אל על

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » פרייטאג מארטש 24, 2017 3:54 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:Bornstein and regal are the same company.

וואאל"ט זענען די בעלי בתים אל על


דאס איז אמת. פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס בארענשטייו קען נישט צושטעלן וואלאווע אויף אלעס. דער משגיח איז סייוי דארטן. קען זיין די פלייש איז טייערער.

הגם, אפ"א איז כדאי די סאטמערע מודל זאלן וויסען אז אלעל שטייט אונטער די גאנצע קאמפאני.

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » פרייטאג מארטש 24, 2017 3:54 pm

לאט פויליש (LOT POLISH) - פון ניו יארק קיין ווארשע - ריגעל קעיטערינג, הכשר: וואלאווע
לאט פויליש (LOT POLISH) - פון ווארשע קיין ניו יארק - סטאוגעל קעיטערינג, הכשר: מחזיקי הדת אנטווערפן

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » פרייטאג מארטש 24, 2017 4:09 pm

Surface האט געשריבן:לאט פויליש (LOT POLISH) - פון ניו יארק קיין ווארשע - ריגעל קעיטערינג, הכשר: וואלאווע
לאט פויליש (LOT POLISH) - פון ווארשע קיין ניו יארק - סטאוגעל קעיטערינג, הכשר: מחזיקי הדת אנטווערפן


לאט גיבט געווענליך בארנשטיין חוץ ווען עס פארן היימישע גרופעס, שוין אפאר מאל בייגעוואוינט, חוץ אויב זיי האבן געטו'שט פאר גוד.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג מארטש 24, 2017 6:09 pm

nishtkushe האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:Bornstein and regal are the same company.

וואאל"ט זענען די בעלי בתים אל על


דאס איז אמת. פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס בארענשטייו קען נישט צושטעלן וואלאווע אויף אלעס. דער משגיח איז סייוי דארטן. קען זיין די פלייש איז טייערער.

הגם, אפ"א איז כדאי די סאטמערע מודל זאלן וויסען אז אלעל שטייט אונטער די גאנצע קאמפאני.

אל על איז היינט א פריוואטע קאמפאני

Don't worry
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » מוצ"ש מארטש 25, 2017 10:21 pm

עס איז א רשעות פון בארענשטיין. וויפיל יודען זענען שוין געבליבן הונגעריג אדאנק זיי. לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. די עירליין אסאך מאל ווייסט נישט.

די שפיטעלער געבן די זעלבע עסן?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש מארטש 25, 2017 10:54 pm

ווישוואש האט געשריבן:לופטהאנזא, ארויס פון פראנקפורט נוצן זיי Sohar, מיט'ן הכשר פון רב האוולין, דאכצעך ער איז דער לאקאלע חב''ד רב.

Sohar פלעגט זיין אינטער הכשר פון רב מנחם קליין רב אין פראנקפורט, נאך א ריזיגער סקאנדאל ווען מען האט אנדעקט אז תחת השגחתו איז פארקויפט געווארן שווערע טויזנטער פונט נבילות וטריפות האט ער געמוזט אפטרעטן, דאן האט רב הבלין איבערגענומען די הכשר פון די אירליין עסן אפטיילונג פון sohar.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » זונטאג מארטש 26, 2017 12:16 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:לופטהאנזא, ארויס פון פראנקפורט נוצן זיי Sohar, מיט'ן הכשר פון רב האוולין, דאכצעך ער איז דער לאקאלע חב''ד רב.

Sohar פלעגט זיין אינטער הכשר פון רב מנחם קליין רב אין פראנקפורט, נאך א ריזיגער סקאנדאל ווען מען האט אנדעקט אז תחת השגחתו איז פארקויפט געווארן שווערע טויזנטער פונט נבילות וטריפות האט ער געמוזט אפטרעטן, דאן האט רב הבלין איבערגענומען די הכשר פון די אירליין עסן אפטיילונג פון sohar.


רב קליין איז געווען חסידיש. דער נייר ראביי שמעקט ווי א מאדערן ארטאדאקס. אויב איינער האט מער אינם, ביטע שערן מיט אונז.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג מארטש 26, 2017 1:38 am

פומפדותא האט געשריבן:מען דארף ארבייטען אז Borenstein זאל נעמען א היימישע הכשר.
די פראבלעם איז אז אונז זעמער נישט די די קאסטומער פון די עסן, די עירליין איז די קאסטומער.


בורנשטיין האט אויך אן אייגענעם ליין מיעלס אונטער די 'בורנשטיין' נאמען מיט א היימישן הכשר, דאכציך מיר נירבארטור. אבער דאס קאסט מער פארן עירליין. דעריבער ווענדט זיך נאר אינעם עירליין צו זיי האלטן ביים באצאלן טייערער צו נישט.

דיין געדאנק איז זייער א גוטע, ווייל סוכ"ס אויב וועט בורנשטיין נאר האבן איין סארט מיעל מיט א גוטע הכשר וועלן די עירליינס זיין געצוואונגען צו צאלן מער. עס איז אבער דא נאך א וועג פון פעטיטשאנען די עירליין אז זיי זאלן נעמען די טייערער מיעלס, אדער אז זיי זאלן נעמען פון א צווייטע קאמפאני.

אין שפיטעלער גיבט מען מיעל-מארט.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג מארטש 26, 2017 1:43 am

ווישוואש האט געשריבן:דא איז דא אסאך אינפארמאציע אויף דעם נושא

http://forums.dansdeals.com/index.php?topic=24510.0


א גוטע לינק, מען דארף נאר קענען די עירליין שפראך.. אינטערסאנט פשוט צו זעהן וואו מען פליעט אלס..

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » זונטאג מארטש 26, 2017 12:53 pm

air Canada אלע פלייטס פין Canada געבן זיי mk מהדרין, וואס איז פארלעסליך, אנדערע עירליינס, געבן דאס נאר פין טאראנטא, און פין מאנטריאל איז די פשוטע mk.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הרב_שלום, טעם וריח און 6 געסט