'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

פון בלאט 92

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:23 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:און איך זאג, אז דער זעקסער האט ביידע, "ער האט בכלל נישט קיין עצם" ממילא פילט ער זיך נישט "ווערד" און נישט "פארזיכערט"

זייער גוט מח! איך וויל נאר מסביר זיין וואס מיינט "ער האט נישט קיין עצם",
איך האב דא געזעהן עטליכע מאל זיך אויסדריקן, דער 3ער האט נישט סעלף עסטיעם - דער 4ער זיכט זיין זיך - דער 6ער זיכט נישט זיין זיך, אא"וו, דעס אלעס איז נישט אזוי קארעקט ווייל יעדע נומער זיכט זיין זיך, און עס איז נישטא אזא שורש ווי לאו סעלף עסטיעם, דער 4ער און דער 5ער האבן אויך לאו סעלף עסטיעם ווען זיי זענען קראנק נאר וואס דען?

יעדע נומער האט א געוויסע זאך וואס דעס איז זיין מהות און דעס איז וואס ער זיכט, למשל דער 4ער זיכט זיין געפיל אין יעדע זאך און אויב טרעפט ער עס נישט האט ער "זיך" נישט געטראפן, דער 5ער זיכט די לאגיק אין יעדע זאך און אויב ער טרעפט עס נישט פילט ער "זיך" נישט, דער 3ער זיכט הצלחה און אויב ער טרעפט עס נישט טרעפט ער "זיך" נישט,

און זיי אלע אויב טרעפן זיי זיך נישט, יעדער מיט זייער זאך, גייען זיי אלע באקומען לאו סעלף עסטיעם, אפגערעט פונעם 4ער ער וועט זיך פילן נאך ווייניגער ווערד פון גארביטש (ער וועט פילן אזוי ווי א מחנך האט געזאגט: מען דארף דיך נעמען צו די עק פון די וועלט און דיך דארט אראפ ווארפן ארויס פון די וועלט) נאר אפי' די אלע אנדערע וועלן זיך אויך פילן גארנישט ווערד יעדער וועגן זייער זאך,

נאר דער 6ער ער האט נישט א געוויסע מהות וואס מיט דעם קען ער שפירן זיין "זיך" "ער האט נישט קיין עצם" ממילא כדי ער זאל שפירן זיין "זיך" פרובירט ער כסדר צו טון\האלטן די זאך וואס ער האלט פאר די מערסטע ריכטיג און סענציבל {נישט סוקסעספול}, און ווען ער איז קראנק וועט ער טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג און סענציבל, און איר וועט זעהן אז אפי' וועט ער פרובירן מיט אלע כוחות אז עס זאל שטימען אויך.... און ממילא וועגן דעם ווען ער וועט נישט קענען נאכקומען צו טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג ווייל עס איז דאך פארהאן סתירות א יעדע מינוט ועוד אז ער וועט נאך זיין צוריסן צווישן דאס וואס ער האלט אז ער דארף טון און וואס אנדערע קוקן אן פאר ריכטיג פילט ער זיך ווי א פלאפ פון אויבן ביז אונטן, און נאכאמאל אלעס ווייל ער האט נישט קיין אייגענע מהות מיט וואס זיך אליין צו שפירן.

כעת איז דעס מיין מיין בליק אין דער זאך. ואדרבה כל הרוצה יבוא ויחלוק איך האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוציען.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

פון בלאט 97

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:26 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:דער זעקסער וויל זיין "אומאפהענגיג" און "זיכער", און אז די געפיל איז נישט "ער אליין", ער מיינט אז ווען ער איז אומאפהענגיג איז ער עכט אומאפהענגיג, אבער באמת איז ער תלוי אין די סביבה וואס גיט אים די זיכערקייט, פיין, דעיס אלעס איז אמת, וואס איך זאג נאר איז אז דא הייבט זיך אבער אהן זיין פראבלעם, אז ער מיינט אז ס'איז "ער" ער מיינט אז "ער איז דא דער זיכערער און פעסטער מענטש", אין די צייט וואס ער באקומט עס ס"ה הכל פון אנדערע,
ווען ער איז געזונט ווייסט ער אז באמת "איך פאר מיר אליין בין שוואך" איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן "ווערד" און "זיכערקייט,

וואו ער ווערט אבער קראנק איז, ווען ער הייבט אהן אויסצודרייען די יוצרות, ווען אנשטאט ער זאל "מקבל זיין" פון זיינע ארומיגע, איך קען גארנישט! איך דארף עכט צוקומען צו ענק, אז עטס זאלטס מיר זאגן אז איך בין ווערד, און אז איך בין פארזיכערט, [די צוויי נקודות ווערד און זיכער איז תלוי זו בזו, דער זעקסער וויבאלד ער איז שוואך שפירט ער נישט קיין "שווית" און נישט קיין "זיכערקייט", וויבאלד ער שפירט נישט אז ער שטייט אויף "צוויי 'אייגענע' פיס" שפירט ער זיך באמת מורא'דיג שוואך סיי אין "ווערד" און סיי אין "סעקיוריטי"] זיין פראבלעם הייבט זיך אהן ווען ער איז נישט מודה דערצו, און ער הייבט זיך אהן איינצורעדן אז ער איז דער וואס דא דער זיכערער און שטארקער,

וואס דארף ער טון?

פון איין זייט דארף ער מודה זיין און עקסעפטן אז יא! איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן צו שפירן מיין "עצם" און מיין "זיכערקייט", יא! איך דארף צו קומען צום עולם! ס'איז גארנישט געשען! פון די אנדערע זייט, טאר ער נישט ווערן "תלוי" און אנגעהאנגען און וואס אנדערע זאגן אים, ער טאר זיך נישט "בויען" דורך דעם, פאר צוויי סיבות.

ערשטנ'ס, ווייל אויב ווערט ער צו שטארק אנגעהאנגען און די ארומיגע, באקומט ער אין זיין סוב קאנטשעס די מעסעדזש אז איך בין זייער שוואך און אז איך קען גארנישט אליין, ווייל ווען א מענטש האלט אין איין נאכלויפן אויף א פאלטשע זאך ווי כאילו דאס איז עכט, סוף כל סוף גייט ער עס שפירן, מען קען זיך נישט עכט אליין פאפן, מען שפירט אז איך בין נישט איך, עכט בין איך שוואך, איך לויף סתם נאך דא עפעס צו פראוון אז איך בין פארזיכערט און שטארק, עכט גערעדט בין איך אבער נישט, וואס וועט ער טון לכבוד דעם? ער וועט עס פייטן, איך בין יא שטארק, ווילסט זען? ער וועט אריין זאגן פאר אנדערע, ער וועט איינטיילן אנדערע, ער וועט מאכן זיכער אז אנדערע האלטן ווי אים, בקיצור ער וועט ווערן א "משפיע", אלעס כדי נישט צו פילן אז ער איז ס"ה די "מקבל" דא, אז ער איז שוואך, ער וועט זיך האלטן אין איין וועלן קאנוויסן אז עה! איך בין יא שטארק.

צווייטנ'ס, אויב וועט ער ווערן צו שטארק אנגעהאנגען און אנדערע וואס אנדערע האלטן אויף אים, און צו אנדערע גיבן אים זיכערקייט, און אויב נישט ווערט ער פארלוירן, ווערט ער דאך אויס אייגענע מענטש, ער וועט נאכטאנצן זיין סביבה אפי' ווען זיי וועלן טון אומאויסגעהאלטענע זאכן, וואס ווען דו פרעגסט אים פריוואט צווישן פיר אויגן וואלט ער דיר געזאגט אז ער האלט אז עס אומריכטיג, נאר וואס קען איך טון? יעדער... בקיצור ער פארלירט זיין גאנצע אמת'ע מציאות, ער פארלירט קאנטראל אויף זיך

ער דארף וויסן אז איך בין טאקע א "מקבל" פון מענטשהייט, אבער פון די אנדערע זייט בין אויך א "משפיע" איך בין מקבל פון אנדערע, און איך נעם עס צו מיר און איך נעם ארויס די גוטע חלקים, און איך בין עס ווייטער "משפיע" איך וואטש דאס וואס איך בין מקבל.

און וועגן די סיבות דארף דער זעקסער פון צייט צו צייט אוועק גיין פון די עולם ארויס גיין און זיין מיט זיך אויסצוקלארן ווי איך שטיי און וואס איך וויל זיין מיט זיינע שוואכקייט ן אהן האבן די סבות ארום וואס לאזן אים עס נישט טראכטן. און פאר דעם איז התבודדות זייער גוט
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:27 pm

קענסט געבן א לינק, פעלט נישט אויס סתם אנצופילן פעידזעס.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:33 pm

ב"ה. שלא יצא רק קידוש שם שמים.

פארוואס דארף יעדע חסרון לויפן צו זעקס?

איך וויל דא שרייבן וועגן א בוך Out Of The Box.

שרייבט דער מחברת אזוי: אויף זעקסער'ס קען מען זעהן loyal. דאס מיינט אז ווען מ'קוקט אויף זיי, זעהט מען א לאיאליטעט צו די נאנטע, און צו די מענטשן צו וועם זיי האבן זיך פערפליכטעט. דאס זעהט מען! דאס איז פון אויבן אויף. קענסט זאגן אז זיי טוען עס וועגן סעקיוריטי. ביסט נישט געצווינגען אזוי צו זאגן. מעגסט טראכטן אנדערע טעאריעס.

נאכדעם קומט likeable. דאס מיינט "באליבט". (פארשטיינער מיך נישט) דאס קומט פון די Fe פאנקציע, (אגב, רעדן פון די פונקציעס, ווי עקסטראווערד און אינטראווערד, און אזוי ווייטער, איז נאר אזאך וואס איז מער מסביר דעם אניאגראם) דאס מיינט, אז די סיבה פארוואס זיי זענען באליבט איז, ווייל ס'נעמט זיך זיי אין זייער באוואוסטזיין די געפילן פון ארומיגע מענטשן. און פלאס איך מוז צולייגן אז נישט אויף יעדע זעקסער זעהט מען דעם זעלבן likeable. לדוגמא: א זעקסער מיט א פינעווער פליגעל, [INTJ] זעהט מען נישט אזוי דעם likeable. די באליבט מיינט צו זאגן: אז איך שפיר אז ער איז באוואוסטזיניג אויף מיינע געפילן. יעדער מענטש איז קרוב אצל עצמו, און וויבאלד דער זעקסער איז באוואוסטזיניג אויף מיינע געפילן, ער נעמט עס אין באטראכט, מיין מענטשליכע געפילן, מיינע וועליוס, וואס איך האב ליב אדער נישט. נעמט זיך אים אין באטראכט. דערפאר קומט אויס אז ער איז Likeable. (דאס מוז אבער נישט קומען ווייל ער זוכט סעקיוריטי. ס'מוז נישט! אפשר יא.)

ווייטער שרייבט עס: warm. דאס מיינט אויסצושליסן קאלט. יעדער פארשטייט אז קאלט קומט פון לאגיק. און ווארעם קומט פון געפיל. איז ווייטער די Fe שפילט דא א ראלע. און שריי מיך נישט אן אז איך ברענג אריין די Fe, ווייל אדאהאן פארבינד אויך די צוויי סוף פון איר בוך. און דא האלט מען שוין ביי די הונדערט'סטע פעידש, און מ'מעג עס שוין אביסל פארברייטערן, און נישט בלייבן שטיין ביים זעלבן זאך. איז Warm קומט פון Fe. למשל א קאלטער זעקסער, א ISTJ איז נישט אזוי ווארעם. ווארעם מיינט נישט איבערגעגעבן. ווארעם מיינט "ס'איז מיר היפש באוואוסטזיניג דיינע געפילן אין מיין פסיכיק".

ווייטער שטייט דארט Persevering. דאס מיינט, א מענטש וואס גייט אן טראץ שוועריגקייטן אויפן וועג. ווען איך זעה די ווארט persevering ווען ס'קומט צו באשרייבן די מעלות פון זעקסער, קומט מיך ארויף א שעצונג צו זיי. נישט צו זיי, נאר צו די חסד וואס השי"ת האט געטון מיט זיי לפי חשבונותיו העמוקים. אנגיין טראץ שוועריגקייטן אויפן וועג, איז עפעס אזא אויסטערלישע מעלה. דאס קומט פון די פונקציע Si. איך טו וואס איך דארף טון.

ווייטער קען מען מיך נישט אנשרייען פארן אריינווארפן די פונקציע דא. איך האב נאר צוגעלייגט, און נישט אראפגענומען. מ'מעג אביסל פארברייטערן. און זאכן וואס איז מסביר דעם אניאגראם, אדער שפאקולירט, מעג מען שרייבן אין דעם אשכול. און מ'מעג אביסל טראכטן טיפער.

נאכדעם שרייבט עס: helpful. דאס מיינט נישט אז זעקסער העלפן ארויס ארומיגע מענטשן. דאס מיינט אז וויבאלד זיי האבן אין זיך די Fe פונקציע זענען זיי דא צו העלפן. פשוט ווייל זיי זענען באוואוסטזיניג אויף דיינע געפילן. (און ס'מוז נישט זיין אז דאס קומט ווייל זיי זוכן סעקיוריטי. אבער דאס וועל איך יעצט נישט שרייבן. איך וועל גיין מיט דעם הנחה אז ווייל זיי ווילן סעקיוריטי, דערפאר זענען זיי הילפספול)

און נאכדעם שטייט: Responsible. דאס מיינט אחריות'דיג. איך גיי נישט אריינגיין יעדעס מאל אין מיין טעאריע אז אפשר האט עס נישט מיט די זעקסערישע איגו, און אז פונקט אזוי ווי פירער וועלן זיין געפיליש נישט ווייל זיי זענען פירער, נאר ווייל זייערע fi ארבעט ביי זיי די מערסטע. אבער וויבאלד דא איז די אניאגראם אשכול, וועל איך גיין מיט דעם אז פירערס זענען געפיליש ווייל זיי זענען פירערס. און אז זעקסער זענען אחריות'דיג ווייל זייער הויפט זאך איז זוכן סעקיוריטי. אבער זיי זענען אחריות'דיג.

נאכדעם שטייט Practical. פראקטיש. ווייטער, מ'קען זאגן אז דאס קומט ווייל זיי זוכן סעקיוריטי. און מ'קען זאגן אז דאס קומט ווייל זיי האבן Si אין זייערע הויפט פונקציעס. עכ"פ זעקסער זענען פראקטיש! דאס מיינט, אז זייער גאנצער הלוך ילך איז "זיך צו האלטן צום טרעק". טון וואס מ'דארף.

נאכדעם קומט Committed, איז ווייטער, וויבאלד דא איז די אניאגראם אשכול, לאמיר גיין מיט דעם אז זיי זענען פארפליכטעט, טוען וואס זיי האבן זיך מתחייב געווען. לאמיר זאגן אז דאס קומט פון איין הויפט טרייב קראפט "איך וויל אז די וועלט זאל זיין פארזיכערט, און אז איך וועל טון וואס איך דארף, וועט יענער אויך טון וואס איך דארף. די וועלט האלט זיך סעקיור ווען מ'טוט וואס מ'האט זיך מתחייב געווען." פיין, כאטש מ'קען זאגן אז דאס האט מיט די וועג וויאזוי זייער מח ארבעט. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך פאר ווער ס'וויל שפאקולירן צו די אניאגראם איז די גאנצע אמת, צו נישט. דער עיקר, זעקסער זענען committed.

נאכדעם קומט Foresighted, דאס מיינט פארזיכטיג. איי זעקסער וואס השי"ת האט דיך געשאנקן! פארזיכטיג מיינט, אז זיי "דרייווען" זייער לעבן זייער פארזיכטיג. זיי קוקן פאראויס, און נישט סתם פאראויס, נאר אויף גאר ווייט. און מיט א קלארקייט. "איך האלט אז דאס קומט פון די Si פונקציע". און מ'מעג רעדן פון וועלכע פונקציע דאס קומט. אדער שפאקולירן פון וועלכע פונקציע עס קומט. אבער עניוועי. זעקסער זענען פארזיכטיג. אוןדאס איז אזא ברכה אז נאר. מודה אני לפניך טאטע על זאת.

נאכדעם קומט engaging. דאס מיינט אז זיי שלעפן יענעם אריין צו זיך. און ווייטער איך פארשטיי אז דאס קומט פון די Fe פונקציע. דאס מיינט אז זיי ווילן לעבן מיט די וועלט. אבער ווייטער, מ'קען זאגן אז זיי טוען עס, ווייל זיי דארפן סעקיוריטי. און דערפאר וועלן זיי יענעם אריינציען צו זיך, כדי יענער זאל זיין העלפן און שטיצן. אזוי האט הקב"ה באשאפן. שוין! מסכים.

נאכדעם קומט Hardworking. דאס מיינט, זיי ארבעטן פעסט. איך גיי נישט יעדעס מאל שרייבן וועלכע פונקציע דאס איז. אבער ווייטער, אז דו ווילסט זאגן אז זיי טוען עס וועגן סעקיוריטי. געזונטערהייט.

נאכדעם קומט Team player. דאס מיינט אז זיי ארבעטן צוזאמען מיט נאך אנדערע שותפים. איז ווייטער, איך קען דא ווייטער גיין אויף די נערווען מיט "מיינע" פונקציעס. אז דאס קומט פון Fe. אבער מיר גייען אז ס'דא איין טרייב קראפט, און דאס דרייווט א מענטש. נו, גוט, פיין. דערפאר זענען זיי Team player. ווייל זיי זוכן סעקיוריטי.

נאכדעם קומט Self-Doubting. דאס מיינט, אז זיי אליין שטעלן אין א ספק וואס זיי אליין האבן שוין באשלאסן. יעצט, קודם דארף מען וויסן, אז פון די Self-Doubting פון א זעקסער קומט ארויס נאר גוטס. פארוואס? ווייל דאס מאכט אז זיי זאלן זיך זעהן אויף די מערסטע פארזיכערסטע מהלך אין לעבן, "נאר בסיעתא דשמיא". מענטשן וואס זענען נישט אזוי Self-doubting. מאכן טאקע מיסטעקס. און גייען נישט אויף די פארזיכערטע וועג אין וואס זעקסערס גייען. א זעקסער ספק'ט, ווייל ער וויל זיין זיכער. איך קען דא שרייבן וואס איך האלט פון וואו דאס קומט, דאס קומט ווארשיינליך פון Si. און אנדערש פון א NF ווי למשל א ENFP וואס וועט ספק'נען אינגרויסן, קומט עס אבער ביים זעקסער צוליב א אנדערע סיבה, און ס'האט א אנדערע קוואליטעט. נאכדעם וואס זיי זענען אזוי פאר'ספק'ט קומען זיי צו צו א פיינעם החלטה.

נאכדעם קומט Anxious. דאס מיינט מער צו די אנגעצויגענע זייט. און נישט אלעמאל, נאר זענען מער צו די אנגעצויגענע זייט, רעלאטיוו צו אנדערע טייפס. "ווען ס'מאכט זיך א שוועריגקייט". דאס איז א תוצאה פון די וועג וויאזוי זייער פסיכיק ארבעט. און פון זייערע רצוניות. דאס קען אויך קומען פון נאך זאכן. אבער איך בין דא צו שרייבן, וואס א זעקסער איז אלץ.

נאכדעם קומט Fearful. ווייטער איז דאס רעלאטיוו. דאס מיינט, אז רעלאטיוו צו אנדערע טייפס, זענען מער געבויגן צו די זייט. נישט אלעמאל. און ס'איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי מ'מיינט. דאס איז נאר אזא פלעווער. וואס קומט צוזאמען מיט פארזיכטיגקייט. פונקט אזוי ווי ווען א מענטש דרייווט אויפן ראוד, און מ'זאגט אז ער איז Fearful מיינט דאס נישט 'מלא פחד'. ס'האט דרגות.

נאכדעם קומט אביסל חסרונות. ווי Rigid. דאס מיינט, שטייף! און דאס קומט פון Si פלאס J. אבער אז דו ווילסט קענסטו זאגן אז דאס שטומט (אולי נאר טעארעטיש) מיט זייער זוכן סעקיוריטי. און עס מוז נישט זיין א חסרון אלעמאל. אמאל איז שטייפקייט! זיך האלטן ביי וואס איך ווייס, א זאך וואס העלפט צום גוטן. ער האט רעכט צו זיין Rigid. ווייל נאר אזוי קען ער זיך אן עצה געבן מיט וואס ווילן אים איך ווייס וואס טון.

ווייטער קומט Indecisive דאס מיינט 'אומבאשלאסן'. דאס מיינט נישט אז זעקסער זענען אומבאשלאסן. ניין! דאס מיינט, אז ווייל זיי ווילן זייער שטארק האבן סעקיוריטי. (דאס איז זיכער אז זעקסער זוכן סעקיוריטי. מיין שפאקולאציע איז: צו איז דאס די טרייב קראפט, אדער פארקערט, צוליב זייער מהלך המח, געשעהט דאס) יעצט, די אומבאשלאסנקייט, קען זיך פילן פאר ארומיגע ווי גאנץ א געשמאקע זאך. און ווי א זאך וואס ברענגט הערליכע פרוכט. ס'איז צומאל א סימן אז דער מענטש 'טראכט' וואס עס איז די בעסטע וועג. אזוי ווי ווען דו זעהסט ווי איינער שפילט שך, און דו זעהסט א אומבאשלאסנקייט. דאס ווייזט אז ער טראכט. ס'קען ווערן אומגעזונט אזוי ווי יעדע מדה.

ווייטער קומט Defiant. דאס איז אויך איינע פון די זאכן וואס מ'קען באמערקן אויף זעקסער. "איך לאז מיך נישט פון דיר". קענסט זאגן אז דאס קומט פון זוכן סעקיוריטי. און ס'קומט טאקע! איך האב שוין געשריבן אויבן מיין שפאקולאציע. און ווייטער, ס'מוז נישט זיין אז דאס איז א שלעכטע זאך. זייער מעגליך אז א מענטש דארף אזוי טון.

ווייטער קומט Suspicious. חשדנות'דיג. ווען איינער זוכט סעקיוריטי, וועט ער זיין חשדנות'דיג. און דאס קוקט נישט אויס ווי א שלעכטע זאך. חשדנות קען ווערן אויסגענוצט צום גוטן. וויפיל מאל האט חשדנות געראטעוועט פון טויט.

ווייטער קומט Paranoid. דערשראקן. דאס קען קומען ווען א זעקסער פארלירט סעקיוריטי.

אקעי. וואו שטייט דא אז זעקסערס זענען משפיעים? דאס מיינט, אז משפיע זאל זיין די נקודה ארום וואס אלעס דרייט זיך. יא, דו קענסט זעהן דאס ענין פון השפעה. אבער צו נעמען דעם ענין און מיט דעם פסק'נען זעקס? אז דאס זאל מען האלטן אין קאפ אלץ א סימן?

והשם הטוב יעזור. וישמור אותי מאוד מאוד שלא יצא חלילה שום מכשול מתחת ידי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 2:02 pm

נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,



_נפש׳ל

אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

יא!

אדער קענסטו נישט אניאגראם, אדער קענסטו נישט דעם יר''ה.

ער איז כתוב וחתום אכט. הגם א סאך ווילן זאגן אזער איז זעקס.


גראדע בין איך פרא יר״ה, פארט האלט איך אז ער איז א זעקסער,
לויט אונזער מהלך איז עס נישט קיין סתירה

כדאי צו פארשטיין די צד אז יר"ה איז א זעקסער איז געניג צו וויסן אז היטלער ימ"ש איז נישט געווען א אכטער נאר א זעקסער!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 2:05 pm

"מ'טאר נישט" זאגן אז היטלער ימ"ש איז געווען א זעקסער. אפילו נישט א קראנקער זעקסער. ער איז געווען א ש-ד בצורת אדם. פון דעם קומט אביסל די דרוקעניש ארום דעם זעקסער. ישתקעו הדברים.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:21 pm

fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

יא!

אדער קענסטו נישט אניאגראם, אדער קענסטו נישט דעם יר''ה.

ער איז כתוב וחתום אכט. הגם א סאך ווילן זאגן אזער איז זעקס.


גראדע בין איך פרא יר״ה, פארט האלט איך אז ער איז א זעקסער,
לויט אונזער מהלך איז עס נישט קיין סתירה

כדאי צו פארשטיין די צד אז יר"ה איז א זעקסער איז געניג צו וויסן אז היטלער ימ"ש איז נישט געווען א אכטער נאר א זעקסער!


ווי אזוי ווילסטו צוגלייכן די צוויי?

איך האב א ראיה אז טראמפ איז א ניינער ווייל רעגן איז אויך געווען א ניינער?

ימח שמו וזכרו!

ליין אביסל אניאגראם מענטשען אנליין , דער מערהייט עולם זאגט אז ער איז א אכטער, געציילטע זאגן א דרייער (?) און איך זע נישט מען זאל זאגן אויף עם זעקס.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:29 pm

גראדע מיר זעהט נאכאלץ אויס אז טראמפ איז א זעקסער!


פארוואס? איך ווייס נישט פונקטליך, אבער אזוי זאגט מיין געפיל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:29 pm

נפש׳ל האט געשריבן:4)
נשמה האט געשריבן:די אניאגראם ווארפט אזא געצווינגענע שאטן כאילו ס'דא ניין פראבלעמען. יעדער איינער איז איינע פון ניין פראבלעמען מיט א פליגל פון א דערנעבנדיגער פראבלעם. ניין שוועריגקייטן. איינע פון די הייסט 'זעקס'. און איינס הייסט פיר, כאילו ס'איז א געוויסע שוועריגקייט. א פראבלעם. אזאך וואס מ'וואלט געוואלט בעסער מאכן. אזוי ווי דו פארשטייסט אז ס'דא געלינקטע מענטשן. ס'איז א פראבלעם? מ'דארף עס בעסער מאכן?


דא האט איר דעם לינק,

דיין לינק האב איך נאכנישט געליינט מיט די פולער טעקסט, אבער אויב די פאר שורות וואס די שרייבסט איז די שטערקסטע וואס די האסט צי ווייזן אז נשמה האלט אז עס איז בלויז דא ניין פראבלעמען דעמאלטס איז דיין באשילדיגונג א דורכאויס פאלש אין אבסורד!!!

איך פארשטיי נישט פארוואס די מוזט אנהייבן דיינע ערשטע ווערטער אין די אשכול מיט א פאלשע אטאקע אנטקעגן א וועטעראן אניאגראם שרייבער
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:36 pm

נפש׳ל האט געשריבן:
סתם שרייבן אין זאגן ״עה.. שטותים.. פשוט ווייל איך האב נאך נישט געהערט פון אזא מהלך״ אן א פארוואס אן א פארווען, פילט נישט נפש׳ל פאר וויכטיג צו ענטפערן.


נו אוודאי נישט, סתם אוועקמאכן ענטפערט מען צירוק מיט א גרעסערע שאקל שרייענדיג העכער "די ווייסט נישט וואס די רעדסט...
נאכאמאל! אויב איינער האלט אז דער מהלך איז נישט אויסגעהאלטן, זאל אריין קומען מיט ״קלארע״ הסברים

יא איך האב שוין געשריבן נעכטן אביסל, נאך דא א סאך צי רעדן
3)נפש׳ל האט געשריבן זיינע מיינונגען בנוגע דעם מהלך, און מסביר געווען פארוואס די אנדערע מיינונגען ווענדן דאס נישט אפ.

נאכנישט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:40 pm

מיאושדיגער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נעם ביטע נישט די לייצעס אין דיין האנט, די אשכול איז מיינס

??????

אויך דיינס. און יא, אויך נפשל'ס

האסט געליינט מיינע ווערטער?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:49 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:דו פארשטייסט אז עס מוז זיין א הסבר צו דעם אז א 6'ער זיכט סוקירוטי?
וואס איז דער געפיל וואס נאגט אים אז ער גייט זיכן סוקירוטי?

נו קום צו זיי מסביר, פארוואס זיכט ער סעקיוריטי?

איך פארשטיי אז דאס איז שוין די שורש השרשים אליין, און איך פארשטיי אז דאס איז דער מהלך פונעם עניאגראם.

איך ווארט נאך.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:59 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:יא!

אדער קענסטו נישט אניאגראם, אדער קענסטו נישט דעם יר''ה.

ער איז כתוב וחתום אכט. הגם א סאך ווילן זאגן אזער איז זעקס.


גראדע בין איך פרא יר״ה, פארט האלט איך אז ער איז א זעקסער,
לויט אונזער מהלך איז עס נישט קיין סתירה

כדאי צו פארשטיין די צד אז יר"ה איז א זעקסער איז געניג צו וויסן אז היטלער ימ"ש איז נישט געווען א אכטער נאר א זעקסער!


ווי אזוי ווילסטו צוגלייכן די צוויי?

איך האב א ראיה אז טראמפ איז א ניינער ווייל רעגן איז אויך געווען א ניינער?

ימח שמו וזכרו!

ליין אביסל אניאגראם מענטשען אנליין , דער מערהייט עולם זאגט אז ער איז א אכטער, געציילטע זאגן א דרייער (?) און איך זע נישט מען זאל זאגן אויף עם זעקס.

איך האב זיי נישט פארגליכןץ די סיבה פארוואס מען זאגט אז טראמפ איז א אכטער איז ווייל ער נעמט איין זאג איך אז היטלער האט אויך איינגענימען . בקיצור טראמפ איז צו פארנימען אז מען זאל עים נישט טשעפענען וואס א אכטער וואלט זיך נישט צופליקט דערפון. ער האט עפעס נישט די אכטער פלעיווער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:06 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע מיר זעהט נאכאלץ אויס אז טראמפ איז א זעקסער!


פארוואס? איך ווייס נישט פונקטליך, אבער אזוי זאגט מיין געפיל.

קוק ווי אזוי ריסו האדסאן שרייבט דעם אכטער אין קורצן, יעדע ווארט ממש פארטיישט טראמפ !
דער אכטער איז: מעכטיג! דאמינירט! אנטשלאסן! קאנפראנטירט אנדערע, זאגט אין פנים אריין אן דיפלאמאטיע, איז נישט גרייט צי אנערקענען זיינע שוואכקייטן. הקיצור טראמפץ

איך זיך עם אינעם זעקסער, אבער ער איז נישט דארט!
אנגעצויגן? קיינמאל נישט טראמפ! נישט אנטשלאסן? קיינמאל נישט טראמפ! רעספאנסיבל און באגלויבט? נישט טראמפ. (ער מאכט אפשר א גוטע זשאב אבער אמת איז נישט זיין טייפ, זיכער נישט די הויפט זאך פון עם אז מען זאל עס שרייבן אויף זיין מצבה...) פראבלעמס מיט זעלבסט זיכערקייט ? קיינמאל נישט טראמפ!
צוגעלייגטע
sixes.PNG
sixes.PNG (137.39 KiB) געזעהן 476 מאל
eights.jpg
eights.jpg (158.62 KiB) געזעהן 476 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:15 pm

האסט פארזעהן 1 וויכטיגע נקודה

א זעקסער פארשטייט צו פאליטיק און צו ציען אויפמערקזאמקייט אויף אלע אונטערערדישע מהלכים, און ער קען אסאך מאל זיין אנטי-פאוביק זעקסער וואס קען אויסעזעהן באמת שטארק.
און בכלל א אכטער פירט זיינע מלחמות אן קיין הסברים מיט א קאלטקייט און אנטשלאסנקייט, נישט ווי טראמפ וואס איז די ערשטע פרעזידענט וואס איז אזויפיל פארנומען זיך צו פארענטפערן דורך אראפרייסן מיט א פייער די מידיע [וואס ווייזט ווי שטארק ס'באדערט איהם] און שיקט ארום טווויט'ס צום גאנצן ציבור, צו באקומען אויפמערקזאמקייט צו זיינע אגענדעס.

א אכטער פירט זיך אויף קאלט טרוקען ווי אייז און הארגעט און פראסקעט מיט א סדאדיסטישקייט, טראמפ האט למעשה א הארץ, ער איז א געפילישע מענטש
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:19 pm

איך לייג עס איבער אביסל קלארער די פייל,
צוגעלייגטע
sixes clear.jpg
sixes clear.jpg (111.97 KiB) געזעהן 469 מאל
eights clear.PNG
eights clear.PNG (114.06 KiB) געזעהן 469 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:42 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:האסט פארזעהן 1 וויכטיגע נקודה

א זעקסער פארשטייט צו פאליטיק און צו ציען אויפמערקזאמקייט אויף אלע אונטערערדישע מהלכים, און ער קען אסאך מאל זיין אנטי-פאוביק זעקסער וואס קען אויסעזעהן באמת שטארק.
און בכלל א אכטער פירט זיינע מלחמות אן קיין הסברים מיט א קאלטקייט און אנטשלאסנקייט, נישט ווי טראמפ וואס איז די ערשטע פרעזידענט וואס איז אזויפיל פארנומען זיך צו פארענטפערן דורך אראפרייסן מיט א פייער די מידיע [וואס ווייזט ווי שטארק ס'באדערט איהם] און שיקט ארום טווויט'ס צום גאנצן ציבור, צו באקומען אויפמערקזאמקייט צו זיינע אגענדעס.

א אכטער פירט זיך אויף קאלט טרוקען ווי אייז און הארגעט און פראסקעט מיט א סדאדיסטישקייט, טראמפ האט למעשה א הארץ, ער איז א געפילישע מענטש


נאך פאר די לאזט זיך טיף אריין וואס א אכטער אדער זעקסער מיינען, זע איך תיכף ומיד אז יעדע ווארט פון אכט איז געגאסן אויף טראמפ, ווייטער די זעקס איז בכלל נישט וואס טראמפ איז, עס האט אפילו זאכן וואס זענען א סתירה צי טראמפ.

איך ווייס אויך די אלע הסברים ווי אזוי מען קען אריינלייגן טראמפ אין זעקס, אבער די הסברים האבן דאך פארקערטע הסברים, אז די גייסט אריין טיף טיף מיט אלע מעגליכקייטן פונעם זעקס, קען איך אויך אריינגיין טיף און ווייזן אז ער איז א איינזער.

----
און ער קען אסאך מאל זיין אנטי-פאוביק זעקסער וואס קען אויסעזעהן באמת שטארק

איך גלייב נישט אז מען קען זאגן אז טראמפ איז נישט עכט שטארק, ער ד-א-מ-י-נ-י-ר-ט די גאנצע פאליטיק. און יא ער איז אנטשלאסן

נישט ווי טראמפ וואס איז די ערשטע פרעזידענט וואס איז אזויפיל פארנומען זיך צו פארענטפערן דורך אראפרייסן מיט א פייער די מידיע [וואס ווייזט ווי שטארק ס'באדערט איהם]

דאס איז דוקא א אכט. ווי ריסו האדסאן איז עס מסביר אלץ א הויפט דרייווער פונעם אכטער אז ער וויל זיך נישט לאזן קאנטראלירן פון קיינעם,

Basic Fear: Of being harmed or controlled by others
Basic Desire: To protect themselves (to be in control of their own life
and destin
y)

ס'איז דאך נישט מעגליך צי געווינען די גאנצע מידיע מיט די FBI פירערשאפט מיט איין טוויט.
זיך צו פארענטפערן

ער פארענטפערט זיך נישט, ער רייסט בלויז אראפ. would - wouldnt איז שוין די מערסטע וואס ער האט זיך אמאל פארענטפערט
און שיקט ארום טווויט'ס צום גאנצן ציבור, צו באקומען אויפמערקזאמקייט צו זיינע אגענדעס

מיר זעט נישט אויס אז זיינע טוויטס זענען א מיטל בלויז צי באקומען אויפמערקזאמקייט, זייער אפט וויל ער פשוט אז די מעססעזש זאל אנקומען. עס זאל מאכן די ארבעט , נישט אז עס זאל ברענגן שטיצע.
צ.ב.ש. זיין צפון קארעא און איראן סטראשעריי אויף טוויטער האט ער באמת געזוכט צי סטראשענען די באטרעפענדע.

---
והעיקר, אויב קריכט מען אריין איז עס א מים שאין לה סוף, קוק אויף די פשוטע הויפט אכטער שטריכן און די וועסט זען טראמפ

יש בו
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 5:51 pm

כמיין אז א אכטער האט נישט קיין פייער, נאר א זעקסער האט, ניין?
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:34 pm

נישט מיר נישט דיר וועל איך דיר זאגן אז טראמפ איז א ESTP. און א ESTP איז נישט קיין זעקסער, האבנדיג די Ti די צווייטע אין זיינע פונקציעס. וויאזוי קען א מענטש וואס האט Ti די צווייטע זיין א זעקסער? ס'איז מעגליך? דאס איז חוץ פון דעם וואס ער איז אן אכטער. ס'איז אזוי ווי זאלסט מיר זאגן אז א INTJ איז א פירער! ס'איז מעגליך?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:26 pm

די געדאנק פון זאגן אז מען קען נישט אריינקריכן אין א ׳מים שאין להם סוף׳ נאר מען דארף קוקן אויף די אינדרויסענדיגע שטריכן, איז פלעין נישט אמת צו פארשטיין תכונת הנפש פון א מענטש וואס איז זיכער א מים שאין להם סוף און כדי דארט אנצוקומען דארף מען דארט זיכער אריינקריכן, מען קען נישט שטיין אינדרויסן און אריינקוקען, ס׳איז נישט עכט דורכזיכטיג.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 2:00 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:די געדאנק פון זאגן אז מען קען נישט אריינקריכן אין א ׳מים שאין להם סוף׳ נאר מען דארף קוקן אויף די אינדרויסענדיגע שטריכן, איז פלעין נישט אמת צו פארשטיין תכונת הנפש פון א מענטש וואס איז זיכער א מים שאין להם סוף און כדי דארט אנצוקומען דארף מען דארט זיכער אריינקריכן, מען קען נישט שטיין אינדרויסן און אריינקוקען, ס׳איז נישט עכט דורכזיכטיג.

אמת. און אסאך מאל איז די דרויסענדיגע שטריכן פאלטש און נישט זיין אמת'ע טייפ מען דארף אריינקריכן אינעם מענטש טיף צו וויסן מער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 6:41 pm

יש בו האט געשריבן:כמיין אז א אכטער האט נישט קיין פייער, נאר א זעקסער האט, ניין?

100% איינע פון די שטארקסטע חילוקים
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 6:42 pm

איך וויל קלאר מאכן אפאר נקודות

מען קען דא מיינען לויט וואס געוויסע שרייבן אז דעם זעקסער׳ס ׳נקודה׳ איז די ווארט ׳משפיע׳ אדער ׳מקבל׳.

מען דארף עס נישט ממש א רופן מיט דעם נאמען, איך וועל אבער טרייען מסביר צו זיין וואס די שייכות פון דעם זעקסער וואס מיר קענען פון די בוק׳ס ביז דער זעקסער פון וואס געוויסע רעדן דא אלס א משפיע אדער מקבל.

די איידיע פון זעקס איז נישט דווקא די ווארט אז ער איז א מקבל אדער א משפיע, די איידיע פון זעקס איז אז ׳ער וויל פילן זיין עצם׳, ׳זיין אייגענקייט׳, אדער ווי מען קען עס רופן סעקיוריטי (די גאנצע זוכן סעקיוריטי איז ווייל ער פילט נישט קיין אייגענע שטארקייט, ער פילט נישט אז ער איז זיכער מיט וואס ער ׳איז׳ אדער ׳טוט׳), דאס איז וואס מען רופט מקבל, ער קען נישט אליין, ער פילט אז ער מוז צוקומען צו אינדרויסענדיגע זאכן זאלן אים מאכן פילן אן טרעק און זיכער מיט זיך אליין,

יעצט, אלע פונקציע׳ס וואס ברענגען ארויס די נקודה פונעם זעקסער, ד״ה, דארט ווי מען זעהט זיין פארלוירנקייט, זיין נישט קענען אפמאכן, זיין דארפן צוקומען צו אנדערע׳ס הסכמה, זיין אלעמאל שפירן אז אפשר איז ער נישט גוט, בקיצור אלע זיינע פונקציעס וואס ברענגען ארויס די נקודה פון איך קען נישט אליין, דאס רופן געוויסע אהן מקבל.

נאכדעם איז דא חלקי המשפיע, ד״ה אז ס׳איז דאך דא נאך א נקודה אין זעקס, וואס דאס איז זיין איבערגעגעבנקייט, זיין ווארמעקייט, זיין לויעלטי, הן כלפי אנדערע און די זעלבע איז כלפי זיך אליין, זיין נטיה צו זיין אוועקגעשטעלט מיט יסודות, ער איז משפיע סיי פאר זיך אליין און סיי פאר אנדערע, אדער ווען ער איז נישט אזוי געזונט איז עס זיין מאניפולירן אנדערע צו טוהן וואס ער האלט פאר ריכטיג וכדו׳.

די נקודות המשפיע איז א תוצאה פון זיין נקודת המקבל, ווען ער איז קראנק איז די חלקי המשפיע א מיטל צו פארדעקן זיינע חלקי המקבל, ער וויל עס נישט פילן, ער וויל נישט האלטן אז ער איז א מקבל, און דורכדעם באקומט ער זיין שטארקייט, דורכ׳ן משפיע זיין, דורך זיינע חלקי המשפיע וואס ער פראקטיצירט, ד״ה אז ער ניצט זיינע חלקי המשפיע צו פארדעקן זיינע חלקי המקבל און דאדורך צו באקומען זיין שטארקייט פון דעם, און ווען ער איז געזונט האט ער אויך די נקודת הקבלה און די נקודת המשפיע, נאר סאך מער אויף א דקות׳דיגע אופן, ער איז נישט תלוי אין זיין השפעה אויף צו באקומען שטארקייט, ער עקסעפט זיינע שוואכקייטן ד״ה זיינע נקודות המקבל, און ער בויעט זיך אויף מיט דעם, זיינע שוואכקייטן בויען אים, זיינע ספיקות העלפן אים זיך אויסבויען מורא׳דיג קלאר, ווייל ער זוכט נישט אגאנצן צייט צו פייטן זיינע ספיקות מיט השפעה כאילו ער איז זיכער מיט זיך, נאר ער ניצט זיין השפעה יענעם באמת צו געבן די ריכטיגע זאך וואס ׳יענער׳ וויל און נישט אז זיין מח זאל זיך קאנציטרירן ׳וואס קען איך אים גיבן אז ׳איך׳ זאל פילן גוט׳.

נאכדעם איז דא א זאך וואס הייסט ׳מתנות׳, דאס זענען געוויסע פונקציעס וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר יעדן טייפ צו קענען פראקטיצירן זיין נקודה, וואס די פונקציעס זענען לאו דווקא אז עס קומט פון די נקודה סטרעיט, נאר בעקיפין האט זיך דעוועלאפט א געוויסע פונקציע אין אים, צב״ש ביים זעקסער.

לאמיר נעמען זיין ווארעמקייט וואס @נשמה האט פריער געברענגט, פארוואס האט ער ווארעמקייט? מען קען עס נישט מסביר זיין גראד, אז וויבאלד ער איז אומזיכער אדער וויבאלד ער וויל פייטן זיין אומזיכערקייט וועגן דעם האט ער ווארעמקייט, נאר וואס דען? וויבאלד ער איז א געפילישער, ווייל זיין אייגענע נפש איז אזוי שטורעמייש און ער איז אזוי aware צו זיינע אייגענע געפילן ממילא באקומט ער אטומאטיש אפענקייט צו אנדערעם׳ס געפילן, דאס טייטש ער האט באקומען א געוויסע מתנה ד״ה ווארעמקייט, און די כח עס איבערצוגעבן פאר אנדערע, כדי ער זאל קענען מצליח זיין אין זיין נקודה, ד״ה אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר אנדערע, יעצט נאכדעם קומט די נעקסטע סטעפ, נאכדעם וואס ער האט ווארעמקייט קומט די חלק פון עס גיבן ווייטער, וואס די חלק איז יא דירעקט פארבינדן צו זיין ׳נקודה׳ דאס הייסט, ווען ער איז נישט אזוי געזונט איז די חלק פון גיבן פאר אנדערע ווארעמקייט א מיטל צו באקומען א געפיל אויף צוריק, און ווען ער איז מער געזונט טוט ער עס מער לשם די עשייה פאר זיך, ד״ה צו גיבן אוודאי בדקות באקומט ער עפעס א געפיל עפעס שטופט דאך אים עס צו טוהן, אבער דאס איז נאר באופן דק.

שוין, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו שרייבן.

הצלחה.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:06 am

.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:09 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:דו פארשטייסט אז עס מוז זיין א הסבר צו דעם אז א 6'ער זיכט סוקירוטי?
וואס איז דער געפיל וואס נאגט אים אז ער גייט זיכן סוקירוטי?

נו קום צו זיי מסביר, פארוואס זיכט ער סעקיוריטי?

איך פארשטיי אז דאס איז שוין די שורש השרשים אליין, און איך פארשטיי אז דאס איז דער מהלך פונעם עניאגראם.

איך ווארט נאך.
מח בקדקדו האט געשריבן:איך וויל קלאר מאכן אפאר נקודות

מען קען דא מיינען לויט וואס געוויסע שרייבן אז דעם זעקסער׳ס ׳נקודה׳ איז די ווארט ׳משפיע׳ אדער ׳מקבל׳.

מען דארף עס נישט ממש א רופן מיט דעם נאמען, איך וועל אבער טרייען מסביר צו זיין וואס די שייכות פון דעם זעקסער וואס מיר קענען פון די בוק׳ס ביז דער זעקסער פון וואס געוויסע רעדן דא אלס א משפיע אדער מקבל.

די איידיע פון זעקס איז נישט דווקא די ווארט אז ער איז א מקבל אדער א משפיע, די איידיע פון זעקס איז אז ׳ער וויל פילן זיין עצם׳, ׳זיין אייגענקייט׳, אדער ווי מען קען עס רופן סעקיוריטי (די גאנצע זוכן סעקיוריטי איז ווייל ער פילט נישט קיין אייגענע שטארקייט, ער פילט נישט אז ער איז זיכער מיט וואס ער ׳איז׳ אדער ׳טוט׳), דאס איז וואס מען רופט מקבל, ער קען נישט אליין, ער פילט אז ער מוז צוקומען צו אינדרויסענדיגע זאכן זאלן אים מאכן פילן אן טרעק און זיכער מיט זיך אליין,

יעצט, אלע פונקציע׳ס וואס ברענגען ארויס די נקודה פונעם זעקסער, ד״ה, דארט ווי מען זעהט זיין פארלוירנקייט, זיין נישט קענען אפמאכן, זיין דארפן צוקומען צו אנדערע׳ס הסכמה, זיין אלעמאל שפירן אז אפשר איז ער נישט גוט, בקיצור אלע זיינע פונקציעס וואס ברענגען ארויס די נקודה פון איך קען נישט אליין, דאס רופן געוויסע אהן מקבל.

נאכדעם איז דא חלקי המשפיע, ד״ה אז ס׳איז דאך דא נאך א נקודה אין זעקס, וואס דאס איז זיין איבערגעגעבנקייט, זיין ווארמעקייט, זיין לויעלטי, הן כלפי אנדערע און די זעלבע איז כלפי זיך אליין, זיין נטיה צו זיין אוועקגעשטעלט מיט יסודות, ער איז משפיע סיי פאר זיך אליין און סיי פאר אנדערע, אדער ווען ער איז נישט אזוי געזונט איז עס זיין מאניפולירן אנדערע צו טוהן וואס ער האלט פאר ריכטיג וכדו׳.

די נקודות המשפיע איז א תוצאה פון זיין נקודת המקבל, ווען ער איז קראנק איז די חלקי המשפיע א מיטל צו פארדעקן זיינע חלקי המקבל, ער וויל עס נישט פילן, ער וויל נישט האלטן אז ער איז א מקבל, און דורכדעם באקומט ער זיין שטארקייט, דורכ׳ן משפיע זיין, דורך זיינע חלקי המשפיע וואס ער פראקטיצירט, ד״ה אז ער ניצט זיינע חלקי המשפיע צו פארדעקן זיינע חלקי המקבל און דאדורך צו באקומען זיין שטארקייט פון דעם, און ווען ער איז געזונט האט ער אויך די נקודת הקבלה און די נקודת המשפיע, נאר סאך מער אויף א דקות׳דיגע אופן, ער איז נישט תלוי אין זיין השפעה אויף צו באקומען שטארקייט, ער עקסעפט זיינע שוואכקייטן ד״ה זיינע נקודות המקבל, און ער בויעט זיך אויף מיט דעם, זיינע שוואכקייטן בויען אים, זיינע ספיקות העלפן אים זיך אויסבויען מורא׳דיג קלאר, ווייל ער זוכט נישט אגאנצן צייט צו פייטן זיינע ספיקות מיט השפעה כאילו ער איז זיכער מיט זיך, נאר ער ניצט זיין השפעה יענעם באמת צו געבן די ריכטיגע זאך וואס ׳יענער׳ וויל און נישט אז זיין מח זאל זיך קאנציטרירן ׳וואס קען איך אים גיבן אז ׳איך׳ זאל פילן גוט׳.

נאכדעם איז דא א זאך וואס הייסט ׳מתנות׳, דאס זענען געוויסע פונקציעס וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר יעדן טייפ צו קענען פראקטיצירן זיין נקודה, וואס די פונקציעס זענען לאו דווקא אז עס קומט פון די נקודה סטרעיט, נאר בעקיפין האט זיך דעוועלאפט א געוויסע פונקציע אין אים, צב״ש ביים זעקסער.

לאמיר נעמען זיין ווארעמקייט וואס @נשמה האט פריער געברענגט, פארוואס האט ער ווארעמקייט? מען קען עס נישט מסביר זיין גראד, אז וויבאלד ער איז אומזיכער אדער וויבאלד ער וויל פייטן זיין אומזיכערקייט וועגן דעם האט ער ווארעמקייט, נאר וואס דען? וויבאלד ער איז א געפילישער, ווייל זיין אייגענע נפש איז אזוי שטורעמייש און ער איז אזוי aware צו זיינע אייגענע געפילן ממילא באקומט ער אטומאטיש אפענקייט צו אנדערעם׳ס געפילן, דאס טייטש ער האט באקומען א געוויסע מתנה ד״ה ווארעמקייט, און די כח עס איבערצוגעבן פאר אנדערע, כדי ער זאל קענען מצליח זיין אין זיין נקודה, ד״ה אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר אנדערע, יעצט נאכדעם קומט די נעקסטע סטעפ, נאכדעם וואס ער האט ווארעמקייט קומט די חלק פון עס גיבן ווייטער, וואס די חלק איז יא דירעקט פארבינדן צו זיין ׳נקודה׳ דאס הייסט, ווען ער איז נישט אזוי געזונט איז די חלק פון גיבן פאר אנדערע ווארעמקייט א מיטל צו באקומען א געפיל אויף צוריק, און ווען ער איז מער געזונט טוט ער עס מער לשם די עשייה פאר זיך, ד״ה צו גיבן אוודאי בדקות באקומט ער עפעס א געפיל עפעס שטופט דאך אים עס צו טוהן, אבער דאס איז נאר באופן דק.

שוין, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו שרייבן.

הצלחה.

נישט געווען דאהי עטליכע טעג, אבער בעצם האב איך שוין געברענגט פון פריערדיגע בלעטער, האסט נישט געכאפט ווייסט אויס אז איך מיין דיר, סוי דא האסטו א פרישן ארטיקל פון מוח וואס איז מסביר זייער שיין דאס וואס דו האסט געפרעגט, מאך א לעבן!
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט