'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:47 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:אפשר טיילט מען אפ די שמועס איבער בריגס צו א באזונדערע אשכול

א תגובה וואס איז ריין מאיר בריגס, קומט דארט, א תגובה וואס קען העלפן מסביר'ן מער דעם אניאגראם קומט דא. לכאורה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:48 pm

נשמה האט געשריבן:
סעלפיש קומט פון פילן נאר זיך. Fi פילן נאר זיך אליין. זיי פילן נישט וואס יענער פילט. זיי פילן מיט, מיט יענעם. אבער אנדערש ווי א Fe וואס זעהט אז יענער פילט דאס און דאס, פילט ער "איך פיל אזוי וועגן שמואל, און אזוי וועגן ברוך. קלארער גערעדט. א Fe [עקסטראווערד געפילן] ווייסט ביי זיך אז יענער פילט אזוי און אזוי. איך ווייס אז יענער פילט ביי זיך. א Fi דאס מיינט [אינטראווערד געפילן] פילט ביי זיך אזוי און אזוי וועגן יענעם. סעלפיש מיינט ער צוזאגן: פארנומען מיט זיך אליין. א צווייער איז נישט סעלפיש, און א פירער איז יא סעלפיש. נישט ממש די סעלפישקייט וואס גרעניצט זיך מיט רשעות, אבער סוף סוף סעלפיש. א זעקסער Fe [ISFJ ESFJ]און א צווייער Fe, ביידע פילן מיט מיט יענעם.


אין די ווערטער ליגט דער תירוץ צי די קשיא וואס איך האב נעכטן געפרעגט, "וואס פילט דער אינטראווערט" ? ער פילט זיך? וואס טראכט דער אינטראווערטא גאנצן טאג? ער טראכט פון זיך?

די האסט שוין אויבן אויך געשריבן בערך דאס וואס די שרייבסט דא היינט, און דאס איז באמת די נקודה וואס איז מיר די גרעסטע חידוש וואס איך בין געוואר געווארן פון דיין MBTI ערקעלערונג, ביסט עפעס מסביר אז דער עקסטראווערטס פיללינגס ליגט כאילו אויף יענעם, כאילו מיין הארץ איז נישט אין מיר , איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וואס איך פיל, נאך מער, ווען יענער פארט אויף ארץ ישראל נעמט ער כאילו אוועק א שטיקל פון מיין הארץ, איך בלייב אין אמעריקע אביסל צומישט ווייל א שטיקל הארץ איז אוועקגעפארן, און איך זע אפילו נישט שמואל, איך קען אפילו נישט זען די האלטער וואס האלט יענץ שטיקל...

דער עקסטראווערט פילינג וועט נישט קענען טון עפעס וואס "יענער" וועט נישט ליב האבן, ווייל איך בין דאך נישט איך, איך בין דאך יענער, וועל איך זיך שפירן שלעכט אויב יענער שפירט זיך שלעכט. דארף איך געפעלן יענעם.

דער אינטראווערט פיללינג פילט אויך איבער יענעם, אבער יענער איז אפגעטיילט, אהא אקעי איך ווער נישט משוגע פאר א הערליכע זינגער, איך ווער אבער משוגע פונעם זינגער, ווען איך טרעף זיין סידי פיל איך גוט, אהה יעצט קומט א גוטע שטיקל, דאס האב איך ליב! דער עקסטראווערט פיללינג וועט זיך אפשר וועלן מקשר זיין מיט עם, ער וועט שמייכלען צי עם וכד'

אקעי איך קען דאס פארשטיין ווייל לכאורה איז Fi מיין צווייטע פונקציע, פארשטיי איך דאס אז מען קען פילן מיט זיך

איצט וועל איך פראבירן דאס צי נעמען אלץ א משל אויף Ti - Ni העל מיר פראבירן אריינצוקלערן דערין

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:53 pm

אקעי גיימיר עס אריבערריקן צו די מאיער בריגס אשכול.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:20 pm

ווארט איין מינוט... אוי מיין הוט... יו איך האב דא אזויפיל זאכן אלעס דארף איך מיט שלעפן? אקעי איך קום שוין, לאמיר קודם קישן די ווענט פונעם אניאגראם אשכול..

יו ווי דער גאנצער עולם?? האלט איך קום שוין!

אקעי לאמיר שנעל אהינגיין

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:12 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווארט איין מינוט... אוי מיין הוט... יו איך האב דא אזויפיל זאכן אלעס דארף איך מיט שלעפן? אקעי איך קום שוין, לאמיר קודם קישן די ווענט פונעם אניאגראם אשכול..

יו ווי דער גאנצער עולם?? האלט איך קום שוין!

אקעי לאמיר שנעל אהינגיין

;l;p- :lol:
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:12 pm

נשמה האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אפשר טיילט מען אפ די שמועס איבער בריגס צו א באזונדערע אשכול

א תגובה וואס איז ריין מאיר בריגס, קומט דארט, א תגובה וואס קען העלפן מסביר'ן מער דעם אניאגראם קומט דא. לכאורה.

אבער דא ליגט אויך אסאך תגובות וואס זענען געבעיסד נאר מסביר צו זיין בריגס.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:16 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אפשר טיילט מען אפ די שמועס איבער בריגס צו א באזונדערע אשכול

א תגובה וואס איז ריין מאיר בריגס, קומט דארט, א תגובה וואס קען העלפן מסביר'ן מער דעם אניאגראם קומט דא. לכאורה.

אבער דא ליגט אויך אסאך תגובות וואס זענען געבעיסד נאר מסביר צו זיין בריגס.

ניין. נאר כדי מסביר צו זיין אספעקטן פונעם אניאגראם, האט מען געמוזט יענץ מסביר זיין. פארשטייסט?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:32 pm

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נפש'ל זיסער מען האלט דא נאך 6 יאר שרייבן איבער די נושא,אצינד האלט מען ביי בלאט 107. פון ווי האסטו אנגעפאנגען?
איך כאפ נאכנישט פון ווי די קומסט מיט דיינע הנחות איבער נשמה'ס צוגאנג, אין פ''ו איז מהרי''י גליק די אמת'ע וועג (נאכאמאל איך ווייס נאכנישט וואס ער זאגט אנדערש פון נשמה) און ווער איז דאס מהרי'י גליק, מה טיבו?

אגב נשמה איז א געוואלדיגע חסיד פונעם געטרייען זעקסער , ווי ער רופט עס "א ברכה פאר די וועלט"



בע״ה וועל איך מיר א כאפן אויף די תגובה, לכאו׳ וועל איך פון דא אליינס האבן גענוג סחורה,
וזה החלי



וואס איז פשט פון דעם אז ס'איז אזוי שווער, פאר מיר אדער אפשר אויך פאר אנדערע צו געפינען די טיפע מהלכים לויפן אין א מענטש? וואס איז פשט?


איך ווייס נישט פארוועם ס׳איז שווער, מיר איז נישט שווער, און אויך נישט פאר מיינע חברים

איז א יעדער וואס איז משפיע על מנת לקבל א זעקסער?


ניין! א פירער אלץ מידת מלכות איז געזינטערהייט א משפיע ע״מ לקבל,

ע״פ חסידות, הנוקבא משפיע מיין נוקבין, קישוטין, וכיסופים לדוכרא, לעורר הדוכרא להשפיע,
וע״י זה ההשפעות יורדים למטה לעולם הזה

יסוד-משפיע היינו מקבל ע״מ להשפיע
ומלכות-מקבל היינו משפיע ע״מ לקבל
דער פירער ווען ער איז געזינט, איז ער משפיע פאר זיינע ארומיגע, ווארעמקייט, ליבשאפט, ער פארשטייט יענעם, כדי צו מקבל זיין,

און ווען דער פירער איז נישט געזינט ווערט איבערגדרייט צו מקבל ע״מ להשפיע,

דער זעקסער איז פונקט פארקערט, נארמאלערהייט איז ער א מקבל ע״מ להשפיע,

ווי אויפן ערקלערט, איז דער יסוד פונעם זעקסער אז ער איז א משפיע,
שיק אוועק די גאנצע סעקיוריטי נושא,
לאיאלטי טייטשט אויף אידיש =משפיע
משפיע טייטש אז ער גיבט אין גיבט, נישט כדי צו צוריק באקומען
וואס דאס איז דער שורש המהות פונעם זעקסער,

געבן מיינט, אלעס וואס מען קען געבן
עצות/ סעד ועזר/ ראטעווען/ ליבשאפט/ עסן/ השקפה/געזינט/,

״געבן״ נעמט אריין זייער אסאך פונקציעס,
קאנווינסן א מענטש, מיינט געבן,
אויסהערן א צוברעכענע מענטש, מיינט געבן,
ס׳איז זייער שווער ארויסצוברעגען אין איין תגובה, גענוג משלים, אז יעדער זאל כאפן די קאנסעפט,
ווער ס׳פארשטייט די קאנסעפט, קען אריינקומען צו בעסער מסביר זיין ,

ווער דער זעקסער איז געזינט, וועט ער זיכן און שטארק מקבל זיין פון שטארק פארלעסליכע פלעצער, וואס דער אמת איז, און דער נאך משפיע זיין דארט ווי ער פילט אז ס׳פעלט זיך אויס, דעמאלטס הייסט ער א מקבל ע״מ להשפיע ווייל די זאכן וואס ער האלט אדער וואס ער טוט, האט ער קודם מקבל געווען, ס׳מיינט, קודם האלט ער אזוי, און נאכדעם געבט ער דאס ווייטער,

און אזוי ווי דער זעקסער איז דאך די משפיע, קומט אויס אז וואס מיר (אלע נישט זעקסער) לערנען, הערן, ווייסן, עסן, טוען, דאס אלעס איז וואס דער זעקסער האט אונז משפיע געוועזן, קומט אויס אז ס׳ליגט א גרויסן אחריות אויפן זעקסער ״וואס״ ער איז משפיע, ווייל דאס גייט זיין די מיינונג/ געזינט/ עסן, וכדו׳
ביי אלע זיינע מקבלים,
און וועגען דעם האט די בורא כל עולמים אריינגעלייגט אין די טבע פונעם משפיע, א שטארקע נאטור צו קענען שמעקן, וואס איז אויסגעהאלטן און וואס נישט, וואס איז אמת און וואס נישט

דא קומט אריין די סעקיוריטי פונעם זעקסער, ער מיז מאכן זיכער אז וואס ער איז משפיע, איז אויסגעהאלטן, ווייל לויט דעם גייען די מקבלים אננעמען,
וועגען דעם מיז ער אייביג אנגעבן פון ווי ער האט דאס גענומען, ווייל זיין פליכט אלץ משפיע, דארף דאס זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן,
דאס אלעס איז ווען דער זעקסער איז געזינט.

ווען דער זעקסער איז קראנק,

לאז ער אויס די קבלה וואס ער דארף מקבל זיין פאר ער איז משפיע, און נעמט זיך תיכף צום השפעה, אבער עד האט דאך א פראבלעים, ס׳איז דאך מושרש אין אים די מידת הקבלה ערגעץ ווי מיז ער דאך מקבל זיין,
אקעי נישט קיין פראבלעים, ער וועט משפיע זיין אזעלעכע זאכן וואס ער קען עפעס מקבל זיין דערפון,

כ׳וועל געבן איין משל, א געזינטע זעקסער וועט זיך גיין לערנען EMT כדי על כל צרה שלא תבוא זאל ער זיין גרייט צו הילף, די לעלאו׳ס זענען נישט אזוי וויכטיג, נישט דאס איז זיין ציל,
משא״כ א קראנקע זעקסער, וויל זיך אפי׳ נישט לערנען, ס׳איז נישט דער ציל דאס העלפן מענטשן, דער עיקר איז אז ער זאל מקבל זיין פון יעדעם דער גוטע געפיל אז ער איז א ״האלאו״

למעשה איז ער דאך דער זעלבער זעקסער ווי דער געזינטער, ער האט די זעלבע טאאלס, נאר ער ניצט דאס אויף א קראנקע וועג
דער שטארקע נאז וועט ער ניצן צו דעטעקטן ווי ער קען גוט מקבל זיין אן דעם וואס דער עולם זאל כאפן
ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,

און די קאמפלעקס וואס דער קראנקער האט, איז אז ער איז צופיל מקבל, ער נעמט צופיל פון מענטשן,
ג׳ענדיגט ער וויל מער נישט מקבל זיין, ער האט מורא אז דער עולם כאפט ווי סאך ער איז מקבל,
ממילא הייסט ער אן צו ווערן מער און מער באהאלטן ווען און ווי אזוי ער איז מקבל, דעמאלטס מאכט ער זיכער טויזנט מאל אז קיינער זאל נישט וויסן אז ער איז בכלל מקבל,
ווען דאס איז שטארק עקסטרעים, רופט זיך דאס ״פערסאנאליטי דיסארדער״ ס׳מיינט אז עכט קען ער נישט אויפהערן נעמען, נאר ער האט א קאמפלעקס, ממילא באהאלט ער דאס גאר שטארק, און ער דעקט דאס צו מיטן געבן,


און בכלל וואס רבש"ע איז די שאיפה צו וועלן דערגיין דעם אניאגראם; די מענטשהייט. מ'וויל א מהלך. "איך וויל קענען טרעפן אז וואס איך זעה אז דער מענטש טוט יעצט, זאל מיר אויסזאגן דעם סוד, וואס ער וויל"; "פארוואס טוט דער מענטש דאס און דאס"; "וואס וויל ער פון מיר";


לאו דווקא וואס דער מענטש טוט יעצט, סתם אזוי וויל יעדער זיך קענען, אויב איז מען א מחנך וויל מען אויך קענען יענעם,

"וואס דארף צו זיין מיין ריספאנס צו אים?".


מיין ריספאנס דארף זיין מיין נאטירליכע ריספאנס, איך בין נישט א משפיע ע״מ לקבל

. און ווי לענגער, אלץ מער האלט איך אין איין איינזעהן אז ס'דא נאך טיפער, און נאך טיפער.....,


נישט משנה,

וואס קענען מיר דאס נוצן אלץ געצייג, אויב ס'וועט אונז זיין אזוי שווער אויפצוכאפן?


שוין געשריבן

מח האט נאכגעברענגט פון מתבונן אז די אניאגראם איז וואס איז די טיפסטע רצון פון א מענטש אויף דער וועלט. אפילו דעס איז נישט קלאר ביי מיר.


זאג קלאר אז ביי דיר איז עס קלאר נישט אזוי,
זייטיגע נאטיץ
. און ווי לענגער, אלץ מער האלט איך אין איין איינזעהן אז ס'דא נאך טיפער, און נאך טיפער.....,


לאמיר זאגן א ISFJ וואס איז אדער א זעקסער אדער א צווייער אדער א ניינער. איך זאג ענק, אז מ'קען זעהן אלע שטריכן ביי א ISFJ. מ'קען זעהן ניינערישקייט. ממש דאס ענין פון וועלן שלום; דאס ענין פון ציטערן אז ס'זאל זיין א אנגעצויגנקייט צווישן נאנטע מיט וואס מ'וויל זיין. מ'קען זעהן דאס ענין פון ליב האבן נאטור. ממש משוגע ווערן פון א וואסער'ל, פון א פייגעלע, פון א פלענט, פון גראז, פון בערג, פון די הימל, פון די בריאה. מ'קען זעהן די נאנטשאפט צום באשעפער. און מ'קען אויך זעהן די אנגעצויגנקייט אז אלעס זאל לויפן, און בלייבן סעקיור. און מ'קען זעהן דאס איבערגעגעבנקייט; דאס געטריישאפט; דאס ליבליכקייט, דאס טון נאר פאר יענעם. דאס כמעט נישט טון פאר זיך. וואס דאס באלאנגט צום צווייער.


מען קען אייביג טרעפן ענדליכקייטן צווישן מענטשן, אפי׳ אין אביסל טיעפערע בליק,
אבער ווילאנג דער דרייווער איז אן אנדערעס, איז דאס אן אנדערע טייפ,


וואס פאר א "גרויסע עוולה" איז דאס, צו זאגן פאר אזא ISFJ (אין קאפ) ביסט א זעקסער. און די סיבה פארוואס איך גיי דיר געבן א שמייכל איז ווייל דו דארפסט עס האבן וועגן דיין סעקיוריטי געפיל. אפשר "איך גיי דיך געבן א שמייכל וועגן דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב, ווייל דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב, ווייל דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב! אמת, טאקע אז דא איז דא זעקסערישע שטריכן. און לאמיר מסביר זיין וואס דאס מיינט זעקסערישע שטריכן
.
אויב די כאפסט רעדסטו א גאנצע צייט נאר פון א קראנקע זעקסער, ווי אויבן דערמאנט
ס'איז געווען א מענטש וואס האט גענומען פארשידענע שטריכן און עס געלייגט אויף א טייפ וואס ער האט גערופן דעם זעקסער; די לאיאליסט. און אלעס שטומט. יא, אמת אז "איך האב מורא אז איך גיי פארלירן מיינע נאנטע"
.
וויטער פון די קראנקע
יא אמת אז איך וויל אז זאכן זאלן זיין סעקיור. אבער איך וויל אויך ליבשאפט, נאנטשאפט. צווייערישקייט. פארוואס פעלט אויס צו לייגן דעם מענטש אין א זעקסער צאמגעשטעלאכץ.

וואס הייסט פארוואס? ווייל דאס איז דער דרייווער, אלעס אלעס דרייט זיך ארום דער דרייווער,

איך וועל דיך זאגן "א זעקסער ווייזט נישט קיין געפילן". די זעקסער וואס ווייזט נישט קיין געפילן איז לכאורה געווען א ISTJ.


א זעקסער האט געפילן כמעין המתגבר, דאס צו ער ווייזט עס ארויס, וועט זיך ווענדען ווי אזוי ער האלט אז עס ברע גט אים נענטער צו זיין א משפיע אדער א מקבל
מיין זארג איז: ווער ווייסט צו מ'האט נישט קאליע געמאכט א רילעשנשיפ צווישן זיך מיט א חבר נאר ווייל ער איז א זעקסער! אין די צייט וואס ס'קען אפילו זיין אז יענער איז נישט געווען קיין זעקסער

״פאראכטן״:
ווער ווייסט צו מ׳האט נישט קליע געמאכט א רילעשנשיפ צווישן זיך מיט א חבר נאר ווייל ער איז א קראנקע זעקסער! אין די צייט וואס ס׳קען אפילו זיין אז יענער איז נישט געווען קיין קראנקע,

לאמיר טראכטן א רגע. ס'איז געווען א מענטש, אדער מענטשן, וואס האבן באשלאסן אז מענטשן וואס טוען אזוי און אזוי, זענען זעקסער. לאמיר טראכטן צוזאמען. מיר זענען געווען די וואס האבן זיך געלאזט. מיר זענען געווען וואס האבן ארויסגעשניטן פון די מענטשהייט פארשידענע שטריכן, און עס אריינגעלייגט אין א זעקסער באקס. אז דו וועסט זאגן "ניין, מיר האבן נאר געוואלט אוועקשטעלן בינטלעך, אז די וועלט זאל מאכן מער סענס". זאגט דער אנדערער "אבער אפשר האט עס געמאכט אז מיר זאלן ארויסשניידן און אפלערנען זאכן וואס יענער האט געטון וואס עס האט נישט געהאט צו טון מיט די זעקסער בכלל". א שמייכל פון יענעם וואס איז געווען ריין שמייכל און נישט געהאט די כוונה פון זוכן סעקיוריטי. און נישט געהאט די כוונה פון וועלן זיין א משפיע על מנת לקבל


איינער וואס איז נישט קראנק, מיינט נאכנישט אז ער איז נישט קיין זעקסער, איך קען נישט פארשטיין, פארוואס אויב איז דאס געווען א ריין שמייכל און נישט געהאט די כוונה פון זוכן סעקיוריטי. און נישט געהאט די כוונה פון וועלן זיין א משפיע על מנת לקבל,
מיינט דאס אז ער איז נישט קיין זעקסער?
העכסטנס איז ער נישט קיין קראנקע זעקסער,
העכסטנס איז ער געווען א ריינע משפיע,

בכלל דארף דען יעצט יעדער מורא האבן צו זיין א משפיע על מנת לקבל?

ניין! נאר דער זעקסער זאל מורא האבן

איך וויל עפעס פרעגן. אויב איך שטיי ביי א שמועס, און איך זעה מיך טון א זאך וואס איז א משפיע על מנת לקבל, דארף איך מיך פילן ארויס פון געזונט? אפשר איז דאס יא געזונט? געזונט און נישט געזונט איז, אזאך וואס פאדערט אינערליכע כוחות צו פייטן כדי צו האלטן א דמיון אין פלאץ, דאס איז נישט געזונט. א זאך וואס איז נאטורליך איז געזונט.

יא! דאס איז קלאר נישט א געזינטע זאך, און ווער ס׳טרעפט זיך אזוי טוען כסדר, זאל ער וויסן אז ער איז נישט אינגאנצן געזינט (מילד גערעדט).
וואס טוט זיך מיטן יצר לב האדם רע מנעוריו ? האסט נאך קיינמאל נישט געזעהן איינער וואס ליב נאטירליך צו עסן זשאנק? האסט נאך קיינמאל נישט געזעהן איינער וואס האט ליב צו טשעפענען נאטירליך?
קאם אן

איז משפיע על מנת לקבל א זאך וואס איז נישט נאטורליך? ווען איך זאג פאר איינעם א גוט ווארט, ווייל איך דארף צוריק יענעמ'ס אטענשאן איז דאס וואס?


קודם כל דאס איז אן הלכה׳דיגע פראבלעים פון גניבת דעת,
צווייטענס, אויב דער ציל איז געווען יענעמס אטענשן, האט ער אים בכלל נישט געזאגט א גוט ווארט, סך הכל איז ער געגאנגען שאפינג, פאר אביסל גוטע געפיל וואס ער האט זיך נעבעך נישט געקענט טרעפן פון זיך

לויט ווי איך פארשטיי קומט דאס ענין פון משפיע על מנת לקבל, פון Fe. אבער מ'קען דאס נישט מאכן פאר א כלל אז דאס זאל זיין א זעקסער.


מיינסט אוודאי צו זאגן א קראנקע זעקסער, פארוואס נישט?

פארוואס דארף א יונגערמאן אדער א בחור'ל זיך זארגן "מי יודע צו איך בין א זעקסער"?


אויב א קראנקע זעקסער מיט א געזינטע זעקסער זענען די זעלבע זאך, אוודאי זארגט ער זיך,
ער זארגט זיך נאר אויב ער איז קראנק. אויב איז ער קראנק זאל ער זיך טאקע זארגן, אפשר אזוי וועט נאך עפעס ווערן פון אים

פארוואס? פארוואס דארפן מיר אננעמען א סיסטעם וואס האט געמאכט אז מיר זאלן מורא האבן פון די בריאה וואס השי"ת האט באשאפן? צו האט דער וואס האט געמאכט דעם אניאגראם געוואלט מ'זאל אים זאגן ביסט א זעקסער? צו האט אדאהאן געקענט באשטיין אז מ'זאל איר זאגן "ביסט א זעקסער?" צו איז די תכלית פון די אניאגראם אז מ'זאל איין מינוט זיך דארפן זארגן וועלכע טייפ מ'איז?


כ׳מיין אז ס׳איז איבריג צו מגיב זיין

מיר זענען געווען די מענטשן וואס האבן עקזיסטירט פאר די אניאגראם. און מיר זענען די עצם טבע וויאזוי השי"ת האט באשאפן די וועלט ברוב חכמתו.
וויאזוי קענען קומען א חלק מענטשן און שרייבן אויף א אנדערע חלק מענטשן זייער גנות? ווייסט ווען ס'וועט זיין א סימן אז ס'איז מער נישט קיין גנות? ווען ס'וועט מער נישט זיין קיין זארג "בין איך א זעקסער?" ווען ס'וועט מער נישט זיין די פרייד "wow!!! איך בין א אכטער, קענסט עס גלייבן?..." מיין זארג איז, איך האב געזעהן א קליין אומשולדיג בחור'ל וואס האט מיר געזאגט מיט א שטיקעדיג האלז, און אומצופרידן "איך מיין אז איך בין א זעקסער". אין דערצייט וואס לא מיניה ולא מקצתיה.

שטעל דיר פאר איינער זאל ווען זאגן, אויף די דריי הויפט קאלירן, רויט/ גרין /בלוי, אז ס׳איז נאריש צי זאגן אויף די בלוי אז ס׳איז בלוי, ווייל די פארשעמסט די בלוי, און ווי איז שייך צי צוטיילן קאלירן, אין דער צייט וואס די געדאנק פון פארב איז געווען נאך פאר מ׳האט געוויסט פון קאלירן צו זאגן......

דער אייבערשטער האט באשאפן ניין סארטן כאראקטער׳ס, דער אייבערשטער וויל מיר זאלן ארבעטן אויף אונזערע מידות, יעדער איינער לויט זיינע נאטורן,
מיר דארפן נישט קיין סימנים, נאר מענטשן וואס טיילן נישט אפ צווישן געזינט אין קראנק האבן א פראבלעים בכלל מיטן זעקסער

איך קען זעקסערס וואס זענען א ברכה פאר די מענטשהייט. און איך קען פירערס וואס דארפן זיך פאררעכטן. ס'האט נישט צו טון ווייל יענער האט געזאגט זעקסער. ס'איז מיר וואס האבן זיך דערפון וואוסנדיג געמאכט. און אנגענומען אז איינער זאל אריינזאגן א ווארט צו משפט'ן צו עס איז יא גוט צו זיין א זעקסער צו נישט. (נישט אז זיי האבן גע'משפט)


לייג אריין: ״קראנקע, (חוץ ביי די ערשטע מאל)
לאמיר זאגן אזוי. לאמיר זאגן אז ס'קומט א מענטש און שרייבט אז מענטשן זוכן סעקיוריטי. און דערפאר גייען זיי אויף ביידע פיס. און ווען איך גיי זעהן מענטשן וואס גייען אויף ביידע פיס גיי איך טראכטן "ער טוט עס פאר סעקיוריטי". די זעלבע זאך איז מיט צווייער. שטייט א יונגערמאן און ער שמייכלט בטוב לבו צו ארומיגע מענטשן, קומט זיך אריין "נשמה" און טראכט "מאניפיולאציע"!!! פארוואס רבש"ע? פארוואס דארף יעצט דער מענטש ווערן גע'משפט? ער איז געווען פאר מיר אין די בריאה. דאס איז די בריאה. האסט געוואלט אז ס'זאל נישט זיין קיין זעקסערס? האסט נישט געוואלט. איז, ווען איך וועל זעהן אז מענטשן וועלן אויפהערן טראכטן מיט פחד און מיט זארג "איך מוז אויסטשעקן און מאכן זיכער אז איך בין נישט קיין זעקסער". דעמאלט וועל איך וויסן אז די בריאה איז צוריקגעגאנגען צום נארמאלן וועג אן ווערן גע'משפט'.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז איך מיין (און אלעס וואס איך שרייב איז לויט ווי איך מיין... איך בין מודה...) אז אסאך פירערס זענען געשטעמפלט געווארן אלץ זעקסערס.


א סאך קראנקע זעקסער׳ס האלטן אז זיי זענען פירער׳ס, ווייל אזוי בארעכטיגן זיי זיך פארן זיין א משפיע ע״מ לקבל
איך געדענק ווי איינער האט מיר געזאגט "ביסט א זעקסער".


זארג זיך נישט, מסתמא האט ער געמיינט צו זאגן אז די ביזט א ״געזינטע זעקסער״
וגם אני מצטרף לדבריו

שטעל דיך פאר דו זאגסט פאר א ISFJ ביסט א זעקסער. "אבער מיסטער, נאר דאס בין איך?" און וואס איז מיט מיין געטריישאפט, איך וועל אלעס טון פאר דיר? ניין, דו טוסט עס פאר דיין סעקיוריטי! "אבער איך האב דיך עכט ליב" ניין, דו טוסט עס ווייל דו ביסט א צווייער! דו מיינסט דיך. דו מיינסט נישט מיך. הבל.


. און בכלל זייט איך האב אנגעהויבן זעהן וואס מאיר בריגס איז, האב איך אנגעהויבן טראכטן, אז אפשר האט עס גארנישט צו טון מיט זעקס. אזוי איז זייער נאטור.

זייער גוט געזאגט, זיין נאטור איז אז ער איז א זעקסער
נישט עס נעמען און פסק'נען דערמיט יעדע שמייכל וואס יענער געט אז "האסט עס געטון ווייל דו ביסט א מקבל על מנת להשפיע".

פארוואס נישט? נישטא קיין בעסערע זאך פון דעם, ער ערפילט זיין תפקיד, פארגין!

בעזרת קוני ובוראי

_נפש׳ל
לעצט פאראכטן דורך נפש׳ל אום מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:56 pm

נפש. אויפן שפיץ גאפל, ווער איז רב גליק?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:59 pm

נפש'ל דו זאגסט געוואלדיגע דיבורים!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:00 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:נפש'ל דו זאגסט געוואלדיגע דיבורים!

עס קוקט אויס גאר פיינע זאכן, גיימיר עס ליינען, און העמיר זעהן וואס ס'איז שייך צו זאגן.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:27 pm

נפש׳ל, דו קומסט אריין עפעס אייזן קלאר! אבער ביטע גיי מיט רחמנות.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:46 pm

און ווען דער פירער איז נישט געזינט ווערט איבערגדרייט צו מקבל ע״מ להשפיע,

דער זעקסער איז פונקט פארקערט, נארמאלערהייט איז ער א מקבל ע״מ להשפיע,

טראכט איך, אז דאס איז די Fi און די Fe. דער Fi גייט פון זיך און ער קומט צוריק צו זיך. און דער Fe גייט פון יענעם צו זיך און צוריק צו יענעם.
שיק אוועק די גאנצע סעקיוריטי נושא,

א זעקסער איז Si. מ'קען נישט אוועקשיקן פאקטן, כדי ס'זאל שטומען א טעאריע. א זעקסער אדער ס'דא מענטשן וואס זיי זענען Si פלאס Fe ווי למשל ESFJ און ISFJ און אויף זיי שטומט צו זאגן זעקסער.

משפיע טייטש אז ער גיבט אין גיבט, נישט כדי צו צוריק באקומען
וואס דאס איז דער שורש המהות פונעם זעקסער,
געבן מיינט, אלעס וואס מען קען געבן
עצות/ סעד ועזר/ ראטעווען/ ליבשאפט/ עסן/ השקפה/געזינט/

דאס איז דער שורש פונעם צווייער, אדער אפשר פונעם אכטער, און נישט פונעם זעקסער. הגם דער זעקסער קען האבן אין זיך Fe אבער דער זעקסער וועט געווענליך אויך האבן א Si א רוטין, זיין אין די טרעקס. האסט זייער גוט געזאגט, אבער דאס איז דער צווייער. און נישט דער זעקסער.

״געבן״ נעמט אריין זייער אסאך פונקציעס,
קאנווינסן א מענטש, מיינט געבן,
אויסהערן א צוברעכענע מענטש, מיינט געבן,
ס׳איז זייער שווער ארויסצוברעגען אין איין תגובה, גענוג משלים, אז יעדער זאל כאפן די קאנסעפט,
ווער ס׳פארשטייט די קאנסעפט, קען אריינקומען צו בעסער מסביר זיין ,

איך מיין איך קען עס מסביר זיין, אין איין ווארט "עקסטראווערד געפילן".

און אגב ס'דא ESTJ זעקסערס. יעדער מענטש איז א משפיע. יעדער איינציגער מענטש אויפ'ן כדור הארץ איז א משפיע, יעדער אויף זיין וועג.

ווער דער זעקסער איז געזינט, וועט ער זיכן און שטארק מקבל זיין פון שטארק פארלעסליכע פלעצער, וואס דער אמת איז,

יא, האסט זייער גוט געשריבן, אבער דאס האט מיט ESFJ. בקיצור מיט Si, און דאס האט נישט מיט זעקס. נישט יעדער וואס זוכט פון שטארק פארלעסליכע פלעצער איז א זעקסער. און נישט יעדע זעקסער זוכט! איינער וואס איז א ESFJ, איז לכאורה א זעקסער. אבער ער קען זיין אויך א צווייער. און אולי אפילו א ניינער מיט א אכטער פליגל.
ווייל די זאכן וואס ער האלט אדער וואס ער טוט, האט ער קודם מקבל געווען, ס׳מיינט, קודם האלט ער אזוי, און נאכדעם געבט ער דאס ווייטער,

האסט זייער גוט געשריבן, אבער דאס האט נישט מיט זעקס. דאס האט מיט א מענטש וואס איז א Si. בעסער געזאגט אויב דער מענטש איז א Si און ער טוט דאס, יא, קען מען זאגן אז ער איז א זעקסער, אבער ווען איינער טוט די זאך, ווען איינער טוט דעם ביהעווער קען מען נאכנישט פסק'נען אויף אים זעקס. און לערן דיך גוט אויס: ביהעיווער איז נאכנישט וואס מאכט א טייפ. ס'איז אויך די אינערליכקייט.

קודם האסטו אראפגעשטעלט א כלל, אז זעקסער זענען די משפיעים! א זאך וואס איז נישט אזוי. יעדער מענטש איז א משפיע. און אויף יעדעם מענטש ליגט א גרויס אחריות וואס ער איז משפיע. נישט יעדער איינער וואס טוט די אויפפירונג וואס דו האסט אראפגעשטעלט איז א זעקסער. ס'הייבט זיך נישט אן. און ס'לאזט זיך נישט אויס. הער גוט וואס איך זאג דיר, ס'הייבט זיך נישט אן, און ס'לאזט זיך נישט אויס. זאלסט וויסן אז נישט יעדע משפיע, און נישט יעדער וואס פרעגט זיך נאך אויף פארלעסליכע אינפארמאציע האט די זכי' צו קענען ווערן באטיטלט מיט די טייפ זעקס.

און וועגען דעם האט די בורא כל עולמים אריינגעלייגט אין די טבע פונעם משפיע, א שטארקע נאטור צו קענען שמעקן, וואס איז אויסגעהאלטן און וואס נישט, וואס איז אמת און וואס נישט

זעקסערס קענען שמעקן, גערעכט. ווייל זעקסערס האבן Si. און Si לערנט זיך פון עקספיריענס. און יעדער מענטש ווען ער וואלט זיך געלערנט פון עקספיריענס וואלט ער געווען זייער קלוג. א ENFP לערנט זיך נישט פון עקספיריענס. דערפאר זענען זעקסער אזוי געלונגען. און אזוי קלוג, שטעל דיך פאר וואסערע ברכה ס'איז א מענטש וואס לערנט זיך פון זיינע דורכפעלער און ער טוט נישט נאכאמאל דעם זעלבן מיסטעק.
דא קומט אריין די סעקיוריטי פונעם זעקסער, ער מיז מאכן זיכער אז וואס ער איז משפיע, איז אויסגעהאלטן, ווייל לויט דעם גייען די מקבלים אננעמען,

הייבט זיך נישט אן, און עס לאזט זיך נישט אויס. דו קענסט מאכן א נייע טעאריע אז דו ווילסט. א זעקסער איז נישט קיין משפיע. און זעקסערס זענען נישט קיין משפיעים. ס'הייבט זיך נישט אן! אה... דו מיינסט יענע משפיע? יענער איז נישט קיין זעקסער!

ער וועט משפיע זיין אזעלעכע זאכן וואס ער קען עפעס מקבל זיין דערפון,
אויב איך וועל זעהן אז א זעקסער פרובירט צו טיטשן זיינע ארומיגע, וועל איך פארשטיין אז דאס קומט פון זיין Te וואס ער האט אלץ די צווייטע אין זיינע פונקציעס. און אז ער איז א ISTJ זעקסער. ס'דא אזאנס. אבער די השפעה, דאס האט צו טון פון זיין Te.

דער עיקר איז אז ער זאל מקבל זיין פון יעדעם דער גוטע געפיל אז ער איז א ״האלאו״

ס'הייבט זיך נישט אן, און ס'לאזט זיך נישט אויס. דאס זענען צירקולאציעס וואס דרייען זיך ארום פון מויל צו מויל, ס'האט נישט קיין שום יסוד. א מענטש וואס וויל מקבל זיין א גוטע געפיל, איז ווייל ער וויל מקבל זיין א גוטע געפיל. ער קען זיין א אכטער, א זיבענער, א פירער, א דרייער, א צווייער, ס'איז אפשר נישט קיין געזונטע זאך. אבער נישט אין דעם ווענט זיך יא זעקסער אדער נישט זעקסער. דאס איז זייער שיין.
נאר ער ניצט דאס אויף א קראנקע וועג

דאס הייבט נישט אן צו זיין קראנק! ווייל אפאר בחורים האבן באשלאסן אז דאס זענען זעקסערס, און אז דאס מיינט א קראנקע זעקסער, און זיי האבן גע'רודפ'ט, מיינט נאכנישט אז יש דברים בהם.

ממילא הייסט ער אן צו ווערן מער און מער באהאלטן ווען און ווי אזוי ער איז מקבל, דעמאלטס מאכט ער זיכער טויזנט מאל אז קיינער זאל נישט וויסן אז ער איז בכלל מקבל, ווען דאס איז שטארק עקסטרעים, רופט זיך דאס ״פערסאנאליטי דיסארדער״ ס׳מיינט אז עכט קען ער נישט אויפהערן נעמען, נאר ער האט א קאמפלעקס, ממילא באהאלט ער דאס גאר שטארק, און ער דעקט דאס צו מיטן געבן.

ווער ווייסט וויפיל בחורים זענען שוין געווארן געטשעפט פון דעם. הייבט זיך נישט אן.

זאג קלאר אז ביי דיר איז עס קלאר נישט אזוי,

ביי מיר איז עס נישט קלאר. און איך האב שוין זייער אסאך געטראכט. און נאך אלץ זעה איך, אז ס'איז נישט קיין הכרח אז דאס איז דער אמת. ווייל אן אלגעמיינער זרח האט אזוי באשלאסן, מוז זיין אז דאס איז דער אמת? מיר זענען מחויב יעצט אוועקצולייגן אונזער שכל פארדעם?
א זעקסער האט געפילן כמעין המתגבר, דאס צו ער ווייזט עס ארויס, וועט זיך ווענדען ווי אזוי ער האלט אז עס ברענגט אים נענטער צו זיין א משפיע אדער א מקבל

ס'דא זעקסער אזוי, און ס'דא אזוי. ס'ווענט זיך. ס'דא זעקסערס וואס ווייזן געפילן. ס'דא וואס נישט.

״פאראכטן״:
ווער ווייסט צו מ׳האט נישט קליע געמאכט א רילעשנשיפ צווישן זיך מיט א חבר נאר ווייל ער איז א קראנקע זעקסער! אין די צייט וואס ס׳קען אפילו זיין אז יענער איז נישט געווען קיין קראנקע,

דאס אליין אז מ'זאגט פאר איינעם זעקסער, קען אויך מאכן אז מ'זאל אנהייבן צו זעהן געזונטע זאכן אלץ קראנקע זאכן. אויב איז ער א פירער וואלט מען נאך מוחל געווען.

העכסטנס איז ער געווען א ריינע משפיע,
דאס אז א זעקסער איז א משפיע הייבט זיך נישט אן. דאס איז סתם פארקויפטע לאקשן. ס'איז אזוי ווי איך זאל דיר זאגן אז דער זוהר הקדוש האט געמאכט דוד המלך ע"ה ווען ער איז אנטלאפן פון שאול המלך.

יא! דאס איז קלאר נישט א געזינטע זאך, און ווער ס׳טרעפט זיך אזוי טוען כסדר, זאל ער וויסן אז ער איז נישט אינגאנצן געזינט (מילד גערעדט).... צווייטענס, אויב דער ציל איז געווען יענעמס אטענשן, האט ער אים בכלל נישט געזאגט א גוט ווארט, סך הכל איז ער געגאנגען שאפינג, פאר אביסל גוטע געפיל וואס ער האט זיך נעבעך נישט געקענט טרעפן פון זיך....
ווער ווייסט וויפיל בחורים זענען שוין געטשעפט געווארן פון איינעם וואס האט זיך באשלאסן אז ער פארשטייט. איך מיין נישט קיינעם פערזענליך. איך מיין ארויסצוברענגען מיין זארג אז מענטשן קענען ווערן געטשעפעט פון איינעם וואס מיינט אז ער פארשטייט.

דער אייבערשטער האט באשאפן ניין סארטן כאראקטער׳ס, דער אייבערשטער וויל מיר זאלן ארבעטן אויף אונזערע מידות, יעדער איינער לויט זיינע נאטורן,
מיר דארפן נישט קיין סימנים, נאר מענטשן וואס טיילן נישט אפ צווישן געזינט אין קראנק האבן א פראבלעים בכלל מיטן זעקסער

ניין, איך האב א פראבלעם מיטן זעקסער טאקע וועגן דיין טעאריע וואס דו האסט מקבל געווען. טאקע וועגן דעם. ווייל זאגן פאר א מענטש אז ער איז א זעקסער פון די אניאגראם, ווען ס'הייבט זיך נישט אן, דאס איז מיין פראבלעם, דאס איז מיין זארג. איך האב נישט קיין פראבלעם אז איינער זאל אויף מיר זאגן זעקסער, איך האב א פראבלעם אז איינער זאל זאגן פאר יענעם זעקסער, ווען יענער איז נישט קיין זעקסער. און ס'איז נישט קארעקט. און ס'פירט נישט אין ערגעץ.

איך קום דא אויסדרוקליך זאגן, אז איך האב גארנישט פערזענליך קעגן ר' יי"ג שליט"א אז ער זאל זיין ענקער מורה דרך, כה לחי, אבער מ'מעג אפטיילן צווישן וואס ער זאגט, און צווישן דעם אניאגראם. א זעקסער איז בכלל נישט דעס. ס'הייבט זיך נישט אן. וואס ער זאגט, און וואס ער פירט ענק, כה לחי. אבער מ'מעג דאס אפטיילן פון די אניאגראם. "איך מעג זאגן מיין דיעה דערין".

א סאך קראנקע זעקסער׳ס האלטן אז זיי זענען פירער׳ס, ווייל אזוי בארעכטיגן זיי זיך פארן זיין א משפיע ע״מ לקבל
איך קען נישט פארשטיין וואס איז דער פחד פון משפיע ע"מ לקבל געווארן אזוי געפערליך. אבער לאמיר זאגן אז איך פארשטיי עס יא. סוף סוף, איינער וואס האט נישט זיין סיפוק און ער זוכט עס, טויג נישט. וכו'. אבער ס'האט גארנישט מיט'ן זעקסער. נישט ס'האט נישט מיט'ן זעקסער, ס'האט גארנישט מיט די וועג וויאזוי צו פסק'נען זעקס אויף איינעם. גארנישט! נישט דארט. א זעקסער קען זיין א משפיע ע"מ לקבל, און א פירער קען אויך זיין א משפיע ע"מ לקבל.

זארג זיך נישט, מסתמא האט ער געמיינט צו זאגן אז די ביזט א ״געזינטע זעקסער״
וגם אני מצטרף לדבריו

נישט אז ס'גייט מיך אן אז איינער זאגט אויף מיר זעקסער. ווייל איך האב שוין געשריבן דא אז איך בין א זעקסער. און הלוואי, הלוואי, הלוואי, וואלט איך געהאט די זכי' צו קענען קונה זיין אין מיר אביסל פון די הערליכע שיינע נאטורן וואס געזונטע (און אפילו נארמאלע) זעקסערס האבן אין זיך. פון די אויסטערלישע חסדי השי"ת וואס השי"ת האט זיי געגעבן. איך קען נישט גענוג שילדערן די מעלות וואס א זעקסער האט. און נישט אז דו זאלסט מיר יעצט וועלן זיין א זעקסער, נאר זיי וואס דו ביסט. און ניין! נישט די משפיע זיין איז וואס איך וויל האבן פון זעקסערס. ווייל זעקסערס צייכענען זיך בכלל נישט אויס אין משפיע זיין.

די אלע וואס קענען נישט דעם אניאגראם און זיי לויפן ארום לעבלן מענטשן "זעקסער, שמקעסער" זיי מאכן א גרויסע מיסטעק.

זייער גוט געזאגט, זיין נאטור איז אז ער איז א זעקסער

פארוואס? ווייל ס'איז געווען פרימיטיווע גוים, וואס האבן געוואלט מאכן א סיסטעם, און ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'זאגט עפעס אבער זייער בלורי? דערפאר איז די נאטור פון א מענטש א "זעקסער"? דאן ריסא דרייט זיך איבער אין קבר, אמת אז סוף סוף האט ער גוט געזעהן, אבער ס'מוז נישט זיין אז ער האט עס דערזעהן. איך מיין ארויסצוברענגען אז מ'דארף נישט אוועקלייגן דעם שכל, און זאגן מיט א זיכערקייט אז ממש דאס איז די עצם מהות פון א מענטש. און אפילו א מענטש דרוקט זיך אמאל אויס אזוי, אבער מ'מוז עס נישט אננעמען אלץ אז אזוי איז טאקע דער אמת. מ'מעג האלטן אין קאפ אז זייער מעגליך אז ס'הייבט זיך נישט אן. מ'קען דאס נאך אלץ נוצן געזונטערהייט ב"ה. אבער מ'מעג נאך אלץ האלטן קאפ אז קען זיין אז מ'וועט נאך אמאל איינזעהן אז דאס איז בכלל נישט דער אמת. א נפש איז בכלל נישט דעס. און די מהות פון א מענטש איז בכלל נישט צעטיילט אויף אט די ניין כאראקטערס. נישט אז איך זאג אז ס'איז נישט צעטיילט, איך זאג אז מיט א זיכערקייט אז ס'איז יא צעטיילט אזוי, מוז מען נישט.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:05 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:01 pm

נפש׳ל האט געשריבן:ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,



_נפש׳ל

אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:18 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,



_נפש׳ל

אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

יא!
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:46 pm

איך האב זייער מורא נפש'ל טייערער אז דו רעדסט פון די Fe פונקציע. א צווייער קען דאס האבן. א דרייער. א זעקסער. א ניינער קען דאס האבן. דאס האט גארנישט מיט זעקס. זעקסער זענען די מסודר'דיגע ערנסטע יונגעלייטלעך. וואס האבן זיך זייער סדר היום. געלונגענע מענטשן. די אלע שמועות ארום זעקסערס וואס דרייען זיך ארום צריך בדיקה אחריו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:49 pm

נשמה האט געשריבן:איך האב זייער מורא נפש'ל טייערער אז דו רעדסט פון די Fe פונקציע. א צווייער קען דאס האבן. א דרייער. א זעקסער. א ניינער קען דאס האבן. דאס האט גארנישט מיט זעקס. זעקסער זענען די מסודר'דיגע ערנסטע יונגעלייטלעך. וואס האבן זיך זייער סדר היום. געלונגענע מענטשן. די אלע שמועות ארום זעקסערס וואס דרייען זיך ארום צריך בדיקה אחריו.


ס׳קען נישט זיין אז איך רעדט פון די Fe פונקציע, ווייל אויב יא וואלט איך עס געשריבן אין דעם אנדערע אשכול......
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:57 pm

נפש׳ל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב זייער מורא נפש'ל טייערער אז דו רעדסט פון די Fe פונקציע. א צווייער קען דאס האבן. א דרייער. א זעקסער. א ניינער קען דאס האבן. דאס האט גארנישט מיט זעקס. זעקסער זענען די מסודר'דיגע ערנסטע יונגעלייטלעך. וואס האבן זיך זייער סדר היום. געלונגענע מענטשן. די אלע שמועות ארום זעקסערס וואס דרייען זיך ארום צריך בדיקה אחריו.


ס׳קען נישט זיין אז איך רעדט פון די Fe פונקציע, ווייל אויב יא וואלט איך עס געשריבן אין דעם אנדערע אשכול......

בכלל נישט קיין ראיה, איך זע דאך אז די שרייבסט חסידות אין די אניאגראם אשכול?

איך מיין זייער אמת'דיג אז די זאלסט עפענען א אשכול פאר תורת הנפש ע''פ חסידות, איך וויל עס ליינען (די חלק פסיאכלאגיע שבו) כמדומה לי אז די ביסט היפש פארפארן פון די עניאגראם מהלך

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:05 pm

דענק איך ווען נשמה האט מסביר געווען כמה פעמים דעם אניגראם ע"פ חסידות.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:06 pm

נפש׳ל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב זייער מורא נפש'ל טייערער אז דו רעדסט פון די Fe פונקציע. א צווייער קען דאס האבן. א דרייער. א זעקסער. א ניינער קען דאס האבן. דאס האט גארנישט מיט זעקס. זעקסער זענען די מסודר'דיגע ערנסטע יונגעלייטלעך. וואס האבן זיך זייער סדר היום. געלונגענע מענטשן. די אלע שמועות ארום זעקסערס וואס דרייען זיך ארום צריך בדיקה אחריו.


ס׳קען נישט זיין אז איך רעדט פון די Fe פונקציע, ווייל אויב יא וואלט איך עס געשריבן אין דעם אנדערע אשכול......

נפש'ל ביסט צוקער. איך וויל דיר קלאר מאכן א געוויסע זאך. דערפאר שרייב איך דערפון. איך וויל זאלסט כאפן, אז זעקסער זענען נישט דאס וואס מ'פארקויפט פון מויל צו אויער ביי אונז אין ביהמ"ד. און יעדער וואס איז אביסל עפעס אזוי איינער וואס שטערט די מענטשהייט איז שוין א "קראנקע זעקסער". אפשר איז ער א אכטער. דו ווייסט? אפשר יא? וואס עפעס א זעקסער? ווייל ער רעדט הויעך? ווייל ער דארף אטענשאן? ווייל ער רעגט זיך? וואס האט עס מיט זעקס? איך האב גארנישט קעגן דיין הערליכער טעאריע בנוגע משפיעים ומקבלים. ס'איז זייער שיין. אבער אסאך זאכן וואס לויפן ארום האט גארנישט מיט זעקס. מ'האט עפעס גענומען דעם זעקסער און ווייל ער האט געוואלט ארויסברענגען א געוויסע אינטערעסאנטע נקודה פון זייער פסיכיק וואס האלט זיך אין איין טוישן (ווייל די נקודה איז די אינטערעסאנסטע). און דאס פארגרעסערט מען הונדערט מאל.

כאילו זעקסערס האבן הערנער. כאילו זעקסערס זענען עפעס אזאנע אינטערעסאנטע חיות מיט קאלירטע הויט. און מ'שטייט מיט די גרויסע הונדערט דאלערדיגע פארגרעסערונג גלעזער, און מ'שטעלט עס שארף, גרייט אויפצוכאפן דעס מין באשעפעניש וואס עס הייסט "זעקס". און מ'שטייט און מ'באטראכט ווי פאני ער פירט זיך אויף. אין די צייט וואס נעבן דעם שטייט א גליקליכער מתנה פון באשעפער, א זעקסער, וואס זעקסער? א מענטש! א נארמאלער מענטש! און פירט זיך זיין לעבן נאך בעסער ווי יעדעם. און ער כאפט נישט אז וועגן אים איז די גאנצע סומעטאכע. און מ'שטייט און מ'זוכט די משפיעים, מיט די געטרייע מענטשן, מיט די איבערגעגעבענע מענטשן, און די זייט שטייט זיך א יונגערמאן וואס ער האט די אלע מעלות וואס זעקסערס זענען געבענטשט מיט א שמוץ אריבער, א נארמאלער מענטש. און עטץ זוכטס אים.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:11 pm

בלעטל 3 אניאגראם אשכול
מתבונן האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:וואו איז מר מתבוננן ווען מען ברויך אים?כהאף עריז נישט אריין אין באהעלטעניש פאר נאך א צוויי יאר.


אטא דא בין איך.

זייער אויבערפלעכליך. בכלל נישט לעומק. כדי צו פארשטיין די טיפקייט פארלאנגט זיך א שטיקל הקדמה.

דאס איז א קלארע זאך אין קבלה און חסידישע ספרים אז עס זענען ד 'שרשי המידות' וואס פון דעם טיען זיך ציען די אנדערע מידות. דאס איז בכלל נישט קיין האנטיגע אויפקום. פון די ערשטע מקורות איז ר' חיים וויטאל אין שערי קדושה ווי ער ברענגט ארויס מיט די ד' יסודות, וואס פון דעם קומען ארויס די אנדערע מידות. דאס הייסט אז 'אש', אדער ווי סווערט אנגערופן און אנדערע ספירם אלס דער 'כח המכלה' איז א געוויסע שורש פאר זיך וואס טוט פראדיצירן נאך מידות. נאך שפעטער ספרים זעט מען אפילו מייחס זיין געוויסע שרשי המידות צו די עשר ספירות וואס יעדער האט א געוויסע שורשדיגע מדה וואס פון דעם איז זיך מסתעף די אנדערע מידות. דאס הייסט, יעדער האט מדת ה'חסד', אבער ביי דער וואס זיין שורש איז מדת הגבורה, איז זיין 'מיזוג' פון חסד אנדערש ווי ביי דער וואס זיין שורש איז מדת התפארת, אא"וו. די נקודה איז נוגע אפילו צום 'שורש הנשמה' פונם מענטש. ווי באקאנט איז אז 'זה לעומת זה עשה א-לקים', יעדע זאך וואס איז דא אין די מדת הקדושה איז דא ביי די סטרא אחרא. פונקט ווי אין רוחניות איז דא א געוויסע שורש, אי די זעלבע שורש אויך אין די 'נפש הבהמיות', וואס דאס איז די טבע'דיגע נאטור פונעם מענטש.

די עצם שורש פונעם נפש הבהמיות ציט די זעלבע זאך וואס עס ציט די נפש הא-לקית, נאר די חילוק איז, אז די נפש הא-לקית זוכט עס כדי צוצקומען נעטער צו רוחניות, און די נפש הבהמיות כדי צוצוקמען נענטער צו גשמיות – זיינע 'אייגענע' צרכים. ווי מער א מעטש כאפט זיך זיין 'שורש' וואס צוט איהם אויף די וועלט וועט איהם זיין גרינגער עס אויסצונצן אויף א וועג עס זאל ברענגן א תועלת פאר רוחניות, אויב נישט, וועט איהם דער 'שורש' אריינלייגען אין שאול תחתית אריין, או זיכן צופרידן צו שטעלן 'זיין' וועלט. אבער דעמלטס קען זיין ביטער, ער וועט דארפן אכטונג געבן עס זאל נישט צוקומען צו א מצב ער זאל דארפן נעמן זולופט אדער פרויזעק וכדו'.

לאמיר געבן א ביישפיל פונעם ניינער. די שורש פונם ניינער ווי עס זעהט מיר אויס איז 'מדת ההוד' – מדת ההודיה והביטול, מידתו של אהרן הכהן – אוהב שולם ורודף שלום (עס איז דאך ל"ג בעומר, מידת הוד שבהוד). די רוחניותדיגע אפטייטש דערפון איז, ביטול פארן אויבערשטן, דאנקן דעם אויבערשטן פאר זיינע חסדים וכדו', עס איז אזוי גוט און פיין. דער ניינער קומט אראפ אויף די וועלט און ער פאנגט אהן צו זוכן איין הויפט זאך. ער ווייסט אז דאנקן און לויבן און האבן ביטול - פילן 'איינס' מיטן אויבערשטן, איז ממש א must, אן דעם גייט נישט. 'וועל איך דאס אויך האבן אויף די וועלט?' טראכט צו זיך דער ניינער. 'איז שייך צו פילן די דאזיגע 'הורמוניה' אין די רוישיגע וועלט אויכעט?' נישט כאפענדיג גייט דער קליין קינד אנהויבען זיכן 'הורמוניה' כדי 'זיך' צופרידן צו שטעלן. א קינד פארשטייט נישט אז די מידה איז דא אין איהם כדי דאס זאל איהם העלפן ווערן נענטער צום אויבערשטן, א קינד איז דאך נאר א קינד. איז ווילאנג עס פארט 'גיט', איז דאך גיט, אבער גייט דען אלעמאל גוט? וואס געשעט אויב עס איז 'פערצאפאל' דא אסאך קריגערייען אין שטוב וואס דאס איז גרויסע 'סתירה' צום ניינער קינד אין זיין וועלט! ווי אזוי גייט דער ניינער טרעפן זיין ווינטש? ער האט נישט קיין ברירה נאר זיך אביסל איינקוטשענען אין זיך אזוי ווי א טורטעל אינטער זיין שטיינרנעם גוף, און אזוי... איז ער צירוק ב'שלום', אלעס איז אלרייט. יעצט האט ער ווייטער זיין מטרה אין לעבן. יעצט קען ער שוין גיין אין חדר רוהיגערהייט. למעשה קומט ער אהן אין חדר - אביסל איינגעקוטשעט אין זיין שעל – און פאנגט אהן צו שפילן מיט די קינדער ביי ריסעס. פארשטייט זיך אז צווישן קינדער איז אויך דא סכסוכים, ווער זאל זיין די גלח? ווער איז די הויפט? דער ניינער ווערט אביסל פארלוירען, ער האט שוין גענוג געהאט אביסל אינדערהיים נעכטן, און דא ווייטער אין חדר. שוין נישטא קיין ברירה, ער וועט מסכים זיין וואס 'אנדערע' זאגן. אויב מהייסט איהם זיין די גלח, איז ער גלח, אויב מהייסט איהם זיין די קעטשער, איז ער קעטשער, אזוי איז ער פארזיכערט אויף הינדרעט פראצענט אז קיינער גייט זיך נישט ציקריגען מיט איהם. זיין 'ביטול' ארבעט זייער גוט פאר 'זיך'.
ער וואקסט אויף און גייט אריין אין ישיבה ווי 'דער וווילער בחור' וואס מאכט נישט קיין טראבעל (זאל ער זיך נאר וואגען צו מאכן עפעם טראבעל... אויס מטרה...), און... די 'אכטערס' אדער די 'דרייערס' פאנגען אהן צו כאפן וואספארא פישל זיי האבן דא. ארלעדיגט, ער גייט יעצט ווערן די שלאק (ער דערוואגט זיך דאך קיינמאל נישט צו זאגען ניין...). מיט די צייט פאנגט דער ניינער אהן צו כאפן, העי... וואס גייט דא פאר? וואס מאכט מען פון מיר? זאל איך זאגן 'ניין'? וועט דאך זיין צרות. זאל איך ווייטער זאגן 'יא', בלייב איך די שלאק, אלזא וואס טוט מען? (פארשטייט זיך אז דאס איז נישט און באווסטזיין פונעם ניינער, ווען יא, וואלט ער זיך שוין געכאפט אין זיין פלאנטער באצייטענס...). די נעקסטע מאל וואס אן אכטער וכדו' גייט 'קער' נעמן פונעם ניינער וועט דער ניינער זאגען, 'יא יא, איך קום שוין!' דער אכטער ווארט און ווארט, און ער ווארט נאך אלץ. נאך אפאר מינוט זיכט ער אויף דעם ניינער און פוסקעט איהם אריין אין באבענס באבען אריין, 'דו פארשטייסט נישט וואס מרעד צו דיר?!' דער ניינער אנטשולדיגט זיך מיט אנגענעמע שמייכל, 'זיי מיר מוחל, איך האב באמת פארגעסן...' מקען ממש צולאזט ווערן פון די תעמישקייט פונעם ניינער. אבער דאס איז עס, דער ניינער האט זיך אויסגלערנט א נייעם וועג, איך זאג 'יא', ווען איך מיין באמת 'ניין', קיין אנדערע וועג איז נישטא, אזוי האב איך אלע וועלטן, איך צוקריג מיך נישט מיט קיינעם, און איך טו מיר וואס איך וויל. אבער... דער בחור וואקסט אויף, ער ווערט א חתן, האט חתונה, און ער דארף נעמן די אחריות פון א שטוב, דא הייסט די עקרת הבית אויפוקען די ארדער פון פלוני אלמוני וכו' וכו'. נאך א פאר שעה פרעגט די ווייב, נו ווי איז די ארדער וואס איך האב דיך געבעטן? דער יונגערמאן האט פארגעסן אז ווען מזאגט פאר א ווייב 'יא' מיינט עס 'יא'. פלוצלינג דערזעהט זיך דער ניינער צירוק אין א גרויסע דילעמא, וויאזוי צו טון וואס מבעט פון איהם האט ער שוין אביסל פארגעסן, אבער אויב עס גייט אזוי ווייטער גייט נישט טויגען... צירוק גייט א קאזע (חוץ אויב ממאכט זיך אויף די אויגען און זעהן וואס סגייט פאר. בחירה האט יעדער מענטש, אבער אויב מ'איז נישט בוחר, פאנגט מען צו ארבעטן ווי א מאשין). 'משום מה' וועט דער ניינער אנהויבן אהיימקומען שפעט (אזוי וועט די ווייב בעטן אביסל ווייניגער). אבער דא פאנגט זי אהן צו בעטן אהיימצוקומען באצייטענס, און דער ניינער פאנגט אהן צו ווערן 'ווילד', 'איך 'מוז' פילן 'רוהיג' מיט זיך!!!! פאר א יעדן פרייז!!! וואס געשעהט ווען די ווייב פאנגט אהן צו מורמלען ווערטער 'מ'דארף גיין צו העלפ...' און דער ניינער פאנגט זיך אהן פשוט 'אויסציפלאגען' פון די וועלט ווייל ער מוז פילען רוהיג און בשלום. פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועט ער 'מוזן' פשוט בלייבן אין בעט כדי זיך נישט צו באגעגענען מיט די אלע 'פראבלעמן' וואס פאלן פלוצלינג ארויף איהם. נאכדם וועט די מוח אויהם 'אנהייבן' ארויסצוהעלפן' מיט זיינע 'פראבלעמן'. מיט די צייט ווערט מען שוואך און מער אויסגעפלאגט, דעפרעסט (ער כאפט ניטאמאל...). דער פסאכייעטריסט פריבירט צו געבן זולופט, אבער דער מוח טוט זיינס, און טרעפט אנערע וועגן איבערצוקלוגן די זולופט... און אזוי ווייטער...

אוי, ניינער! ניינער! ווי איז דיין שכל! דו האסטדוך גענומען א מטרה אין לעבן צו זיין רוהיג או בשלום אין דיין וועלט. דו מיינסט אז אויף די וועלט איז שייך דאס צו באקומען? עס איז דא איין פלאץ ווי מקען פילן באמת רוהיג און בשלום – ביים אויבערשטען, נישט אויף 'די' וועלט. אויף די וועלט איז דא פראבלעמן, ענד זשאסט פעיס ריעליטי. בעסער נוץ אויס דיין נטייה צו הורמוניה, צו מאכן שלום בין איש לרעהו און אויף די וועלט בכלל, דו וולעט האט זייער הנאה פון אזעלעכע מענטשן. ניינערס קענען זייך זייער גוטע דופלימאטן דורך זייעט נטייה צו לעבן גוט מיט יעדעם איינעם. אסאך ניינערס האבן טאקע א נטייהן צו ווער 'פארבלענד' ווערן און קבלה וכדו', אבער אויב נוצן זיי דאס פשוט אויף א וועג זיך צו 'דיסטרעקטן' פון די וועלט, אוי ואבוי.

איך האב אסאך מגזם געווען אין די מעשה. כדי אז א מענטש זאל צוקמען צו אזא מצב דארף ער דורך גיין אסאך שווערע מצבים וואס זאל לייגן לחץ אויף איהם צצוצקעמן צו דעם מצב. פארשטייט זיך אז אין אזא מצב וועט נישט העלפן קיין אניאגרם און שמעניאגראם ארויסצונעמן די מענטש פון זיין מצב, ער דארף א מורה דרך אדער א טערעפיסט וואס זאל איהם העלפן ארויסקרוכן פון זיין מצב (ווען די בעסטע שיטה פון טערעפי איז נישט דא די פלאץ, ויש להאריך בזה). אבער דער נקודה וואס איך וויל ארויסבערענגן איז, אז די אניאגראם איז נישט נאך א געוויסע סארט 'טיפילוגיה' וואס לייגט אראפ געוויסע נאטורן פון מענטשן ווי די שיטה פון מייערס בריגס וכדו'. די אניאגרם ברענגט ארויס ניין סובקאנשעס 'מטרות' וואס מענטשן האבן, וואס אויב מכאפט דאס נישט איז עלול דאס צו פארהרגענען א מענטשענס לעבן. אויב מנוצט דער שיטה צו סתם האבן 'פאן' ווי אסאך פינעווערס וועלן טון, אלץ נאך א ידיעה, כאפט ער פשוט נישט וואס דא דארף געשעהן. די סימן צו וויסן אז מהאט געכאפט וואס די אניאגראם וויל, איז ווען מכאפט דעם 'האהא!!!', 'פאר דעם מאך איך מיך משוגע שוין 30 יאר?!' ' בין איך צידרייט?!' אפשר איז צייט אביסל צירוקציגיין און אנאלזירן פינקטליך וואס איך וויל אויף די וועלט? די מציאות בלייבט מציאות, יעדער האט א געוויסע מטרה וואס ער כאפט ניטאמאל וואס פירט איהם ממש ביי די נאז 24 שעה א טאג, אבער ווילאנג מכאפט דאס נישט וועט מען רעדן ווי שטארק זיך און שויתי'ניק וכדו'. עס פעלט פשוט א 'הכרה', און סאיז פשוט א שאד זיך טענה'ן אויף עפעס וואס מפאנגט נישט אהן צו כאפן פון וואס מרעד.

שלעפשיץ, דו פארשטייסט שוין וואס דא גייט פאר?

שטארק זיך, פאר דו שרייבסט דיין נעקסטע תגובה, טראכט אריין אביסל אין דיין מטרה אין לעבן וואס ווערט ארויסגעברענג אין דיין תגובה... ביזטו אפשר אן אכטער...? (איך כאפ מיך אהן אויף 2 נקודות פון דיר, עס קען זיין אז איך בין זיך טועה...)

מקען אזוי ממשיך זיין מיט אלע אנדערע מטרות, אבער אויף יעצט האב איך שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן ווייטער... (וועלכע מטרה האב איך דא...?)
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:16 pm

פארוואס טראכסטו @נשמה אז דער זעקסער איז איינער וואס שרייט הויעך אין ביהמ"ד? פון די איין פעולה קענסטו נישט זעהן די תוכן הנפש פון א מענטש, דו דארפסט אים דורכנעמען און זעהן ווער איז זיין "דרייווער" און נישט "וואס" ער טוט, אמת אז מיטן קוקן וואס ער טוט קען מען אנהייבן באקומען א לינק צו זיין אינסייד, אבער די זאכן וואס ער טוט זענען בכלל נישט קובע, מען דארך קוקן פיל טיפער און טרעפן די יסוד וואס דרייווט אים.

און ניין, איך מעסט בכלל נישט אפ קיין זעקסער און נישט קיין אנדערע טייפ אויף די אופן וואס דו האסט אראפגעלייגט.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:40 pm

נשמה האט געשריבן:
נפש'ל ביסט צוקער.

ש׳כח
זעקסער זענען נישט דאס וואס מ'פארקויפט פון מויל צו אויער ביי אונז אין ביהמ"ד. און יעדער וואס איז אביסל עפעס אזוי איינער וואס שטערט די מענטשהייט איז שוין א "קראנקע זעקסער".

גערעכט! זיי אביסל מער מסביר וואס דער מענטש טוט, וועל איך ענדערש קענען זאגן וועלכע טייפ ער איז, קען זיין אז ער איז אן אנדערע טייפ די קראנקע

אפשר איז ער א אכטער. דו ווייסט? אפשר יא? וואס עפעס א זעקסער? ווייל ער רעדט הויעך? ווייל ער דארף אטענשאן? ווייל ער רעגט זיך? וואס האט עס מיט זעקס?


איך האב גארנישט קעגן דיין הערליכער טעאריע בנוגע משפיעים ומקבלים. ס'איז זייער שיין
.

סארי, אבער 70% פון דיין פריערדיגע גרויסע תגובה איז געבעיסט צו מסביר זיין דיין מיינונג קעגן די הערליכע מהלך.


כאילו זעקסערס האבן הערנער. כאילו זעקסערס זענען עפעס אזאנע אינטערעסאנטע חיות מיט קאלירטע הויט. און מ'שטייט מיט די גרויסע הונדערט דאלערדיגע פארגרעסערונג גלעזער, און מ'שטעלט עס שארף, גרייט אויפצוכאפן דעס מין באשעפעניש וואס עס הייסט "זעקס". און מ'שטייט און מ'באטראכט ווי פאני ער פירט זיך אויף. אין די צייט וואס נעבן דעם שטייט א גליקליכער מתנה פון באשעפער, א זעקסער,


קוק נאר צוריק די לעצטע צוויי בלעטער, איך בין דאך דער וואס זאגט אז א זעקסער איז א געוואונטשענע זאך, קען זיין געזינט, האט זיך נישט וואס צו שעמען, און די קומסט זאגן אלע שלעכטע זאכן וואס מענטשן (וואס ווייסן נישט,) זאגן אויף די געזינטע זעקסער, וואס דורך די אלע נארישע לשון הרע׳ס ווערן מענטשן צומישט וואס איז דאס א זעקסער
וואס זעקסער? א מענטש! א נארמאלער מענטש! און פירט זיך זיין לעבן נאך בעסער ווי יעדעם

יא! א נארמאלער מענטש טייפ 6
ער כאפט נישט אז וועגן אים איז די גאנצע סומעטאכע
.
כאפט שוין איין מאל, ער האט דאך א נאז האמיר געשמיעסט

,און מ'שטייט און מ'זוכט די משפיעים, מיט די געטרייע מענטשן, מיט די איבערגעגעבענע מענטשן, און די זייט שטייט זיך א יונגערמאן וואס ער האט אלע מעלות מיט א שמוץ אריבער, א נארמאלער מענטש. און עטץ זוכטס אים


כ׳וויס נישט ווער׳ס זיכט אים, אויב די זיכסט, קענסטו אריינקומען אין אישי

_נפש׳ל
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:42 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:דענק איך ווען נשמה האט מסביר געווען כמה פעמים דעם אניגראם ע"פ חסידות.

אניאגראם עפ'י חסידות איז נישט מיין טעיסט , אבער אניגראםדי אשכול דא איז זיכער די פלאץ דערפאר, נשמה האט זייער שיין איבערגעטיישט "מתבונן'ס" שטיקלעך עפ''י חסידות און איך האב דאס טאקע נישט געגליכן,

אלענפאלס דאס איז כל זמן מען רעדט פון אניאגראם, אויב אבער רעדט מען פון אנדערע מהלכים, באלאנגט עס נישט ממש דא.

נפש'ל קומט ארויס צי זיין זייער ברייט. איך וואלט לכאורה געגליכן זיינע רעיונות (אויב עס איז נישט א שטיק ספירות)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:44 pm

נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,



_נפש׳ל

אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

יא!

אדער קענסטו נישט אניאגראם, אדער קענסטו נישט דעם יר''ה.

ער איז כתוב וחתום אכט. הגם א סאך ווילן זאגן אזער איז זעקס.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט